מילכיג האט געשריבן:און וואזשע זאגן די חכמי האומות?
http://en.m.wikipedia.org/wiki/Odor
מאטי האט געשריבן:נהורא נפישא האט געשריבן:מאטי, נישט ממש פארשטאנען. וואס מיינט מקום וזמן במחשבה ?
פראביר זיך מצייר זיין א געוויסע עקספיריענס אבער אן דעם קאנצעפט פון מקום אדער זמן, ס'גייט?
נהורא נפישא האט געשריבן:די טיפיקל רוחניותדיגע מושגים זענען
נבואה, מלאכים, קדושה, נשמה, וכדומה, וואס זענען זאכן וואס מ'קען נישט מאכן קיין עקספירימענטן צו זיי עקזעסטירן.
ספיריטעל עקספיריענסעס איז דאך סוביעקטיוו ס'דא ווער סווערט איבער גענומען ביים כותל און ס'דא ווער ס'ווער איבער גענומן אין סענט פיטערס בעסילעקע.
יאיר האט געשריבן:רוחניות איז א ריזיגע שם הכולל וואס קען באדייטן פון א ווארעמע דאווענען ביז א פילאזאפישע שפינאזיען גאט. ווען אידן ביי אונז רעדן וועגן רוחניות, מיינט מען געווענליך געוויסע פסיכאלאגישע געפילן, ווי ווארעמקייט, באגייסטערונג, התעוררות, וכו'. א פילאזאפישע רוחניות איז שוין שווערער צו דעפינירן.
אז מען רעדט פון קאנט קומט דא ענדערש אריין noumenon and phenomenon. וואס די לעצטע איז די "זאך אליין" און די ערשטע איז ווי אזוי מיר שפירן די זאך. לכאורה וואלט מען די Noumenon באצייכנט אלס רוחניות אין פילאזאפיע, און קאנט האט טאקע גע'טענה'ט אז מיר האבן נישט קיין שום וועג ווי אזוי צו דירעקט וויסן וואס איז דאס די noumenon, כאטש עס איז מוכרח אז עס עקזיסטירט.
יאיר האט געשריבן:נהורא נפישא האט געשריבן:די טיפיקל רוחניותדיגע מושגים זענען
נבואה, מלאכים, קדושה, נשמה, וכדומה, וואס זענען זאכן וואס מ'קען נישט מאכן קיין עקספירימענטן צו זיי עקזעסטירן.
ספיריטעל עקספיריענסעס איז דאך סוביעקטיוו ס'דא ווער סווערט איבער גענומען ביים כותל און ס'דא ווער ס'ווער איבער גענומן אין סענט פיטערס בעסילעקע.
ווען א מענטש רעדט פון אזעלכע הויכע מושגים, רעדט ער געווענליך פון א ספיריטועלער געפיל נאר אסאך העכער. למשל, קדושה באדייט א געפיל פון הויכקייט און ריינקייט, א נשמה איז דער שם הכולל פאר אלע "רוחניות'דיגע" געפילן פון דעם מענטש אין א שטארק מוגזמ'דיגע וועג, און אזוי ווייטער. עס זענען דא אסאך זאכן וואס מ'קען נישט עקספערימענטירן און דאך איז פשוט אז זיי זענען אמת. ווי שיינקייט, ליבשאפט, וכו'.
יאיר האט געשריבן:ווען נהורא איז א פלאטאניסט עפנט ער נישט דעם אשכול
יעצט קלער איך, נהורא נפישא איז א רוחניות'דיגע מושג און מיר זעען דא קלאר אז ער עקזיסטירט.