וועמען קומט זיך עס?
- סימפל
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 116
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 12:19 am
- האט שוין געלייקט: 94 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 186 מאל
וועמען קומט זיך עס?
אין א זונטאג נאכט שפאצירט זיך עריק געמיטליך, אין איינע פון די טונקעלע גאסן פון איסט סט. לואיס אילענוי.
דא אין דעם מענטשליכע זאו, ווי דער קריים רעיט איז ביי איבער הונדרעד פראצענט, און ווי איין אין צען מענטשען איז א קריים וויקטעם. דעם פלאץ, רופט ער אן זיין היים. דא איז ער געבוירן געווארן, דא איז ער אויפגעוואקסען. דא האט ער באקומען זיין עזשאקעישען, וואס באשטייט בעיסיקלי פון זיך אויסלערנען, גנב׳ן, רויבן, שיסן, שלאגן, האקן, און הרגענען. און ער האט שוין אפילו א מעסטערס דעגרי און זיין פאך... מיט א שיינע פאר יאר עקספיריענס.
אזוי שפאצירט ער זיך, אן קיין ברעקעלע מענטשליכע געפיל.
ווען אינמיטן זעט ער, אן אריסטעקראטישן פרוי וואקן פארלוירנדיגערהייט. נישט וויסנדיג אין וואס פאר א מענטשליכע זאו זי איז אריין געפאלן.
אן טראכטן, לויפט ער צו, צו איר. רייסט אראפ פון איר, איר טייערע פאקעט בוק, ער כאפט עס אוועק פון איר. און שרייט איר אן, אז זי זאל הייבן פיס, און אפפיצן פון די געגענט.......
משה מנחם ענדיגט עסן נאכטמאל, ער פארברענגט אביסל מיט זיין לעכטיגע קינדערלעך.
פארשמועסטערהייט געט א קוק אויף זיין זייגער. און ער דערמאנט זיך, אוי! כ׳האב נאכנישט געדאווענט קיין מנחה! מען קען שוין באלד נישט דאווענען.
ער מאכט שנעל א נאך ברכה, כאפט זיין סעלפאון, אנפלאגט עס פין די ריטשארזשער, און לויפט שנעל צו זיין קאר.
ווי נאר ער נעמט זיך פארן, הערט ער א לאנגען קריץ פון די בעק פון זיין קאר.
אויש! כ׳האב געמאכט א קריץ אין איינעמס קאר. טראכט ער צו זיך.
עס ווערט פאר אים א דילעמע, זאל איך זיך אפשטעלן קוקן וועמענס קאר ס׳איז. ביי די ענד אף די דעי, איז עס דאך גניבה.
אבער פון די אנדערע זייט, קען מען שוין באלד נישט דאווענען קיין מנחה. וואס טוט מען?
אן טראכטן צו סאך, דיסייד ער עס צו איגנארן, און פארט ווייטער........
פון די צווי עפיזאדן, ווער פון די צוויי מענטשען זענען ערגער?
מיט די ערשטע בליק, זעט עס אויס ווי א איגנארענט שאלה.
אבער לאמיר אריין טראכטן, דער עריק איז געבוירן געווארן, און אויף געוואקסן מיט בלוט אויף זיינע הענט. גניבה איז געווען זיין טאל אף סארווייוועל. גנב׳ן איז ניטאמאל קיין שאלה,עס איז בכלל נישט זיין בחירה. וואס איז יא זיין בחירה? הרגענן. דארט דארף ער שוין טראכטן צווי מאל.
איז ווען ער האט געזען די אריסטאקראטישן פרוי. איר צו באגנב׳ן איז ניטאמאל געווען א שאלה. וואס יא? איר צו צומזיק׳ן.
ערשט האט ער געטראכט. איך גיי איר געבן אזא מין זעץ אז זי זאל גלייך פאלן באוויסטלאז. אבער נאכדעם האט ער דיסיידעד. איך גיי רחמנות האבן אויף איר, איך גיי איר לאזן גיין בשתי רגלים.
יעצט אויף זיין מצב הבחירה, האט ער געטון א גוטע זאך! ער איז ארויף א שטאפל!
לאמיר גיין צו די אנדערע עפיזאד פון דעם אינגערמאן. דער אינגערמאן איז אויף געוואקסן צווישן, איידעלע, נארמאלע מענטשען. ער האט קיינמאל נישט געהאט קיין ניסיון, פון בארויבן א מענטש, און אוודאי נישט צו הרגענן. וואס איז יא זיין ניסיון? ווען ער צוקראצט א קאר. די קליינע גניבה׳לע, דאס איז זיין ניסיון.
יעצט ווען ער איז אדורך געפאלן, איז ער אויפן וועג אראפ. און ער איז אראפ געגאנגען א שטאפל.
סאו ווען מען פרעגט ווער פון די צווי האלט אין א בעסערע מצב? איז דער ענטפער סארפרייסענגלי, עריק! ווייל ער האלט אויפן וועג ארויף, און דער אינגערמאן האלט אויפן וועג אראפ.
אזוי איז ׳הרב דסלר׳ מסביר די נושא פון בחירה. און ער לייגט צו, אז אוודאי קען א מענטש נישט זיין סטאק אין די פעסט. און זאגן, אז איך בין אויף געוואקסען אין אזא אין אזא מצב, און ביז דא איז מיין בחירה, און פון דא און ווייטער איז מער נישט מיי בחירה. און איך גיי אויף וויקעישען. ( עס איז אפשר א גוטע תוריץ פאר ביז יעצט. )
ווייל א מענטש דארף כסדר ארויף ריקן די ליניע, פון ווי זיין מצב הבחירה הייבט זיך אן.
למשל און די קעיס פון עריק. אויב וועט ער זיך ברעכן אסאך מאל, און נישט צומזיק׳ן קיין מענטשן. וועט עס ווערן אויס ניסיון פאר אים. זיין ניסיון וועט ווערן, צו ער זאל בארויבן מענטשן, צו נישט. און אזוי ווייטער ארויף דעם לייטער.
וועגן דעם קען א מענטש קיינמאל נישט זשאזשען זיין קיין שום אנדערע מענטש. מען קען קיינמאל נישט וויסן, ווי אזוי יענער איז אויף געוואקסען, וויפיל ער האט שוין עומד בניסיון געווען, וויפיל ער איז אדורך געפאלן, וכו׳.
באטעם ליין, נאר דער באשעפער ווייסט באמת ווי א דער מענטש האלט.
דעס איז די משל... ( וואס וואלט באמת געדארפט גיין אין די ׳תורה און מחשבה׳ פארום )
דער נמשל איז:...
אלץ א גאסט אין שטיבל. האב איך אנגעפאנגן צו שרייבן א תגובה׳לע דא און דארט. און פלוצלינג זע איך מיך אדורך גיין די זעלבע קאשמארן, וואס איך בין אדורך געגאנגן אין ישיבה.
וואס איז?
איז אזוי, צווישן מיינע חבירים, קען איך פארברענגן געשמאק. אמאל געווין איך א ארגיאמענט, אמאל פארליר איך.
אבער ווען עס קומט צו שרייבן. איי זשאסט סאק! בשעת וואס מיין שכן אין ישיבה פלעגט שרייבן ביים שיעור, ניין א האלב פעיזשעס. פלעג איך שרייבן ניין א האלב אותיות... צו שרייבן פאר מיר, זשאסט טעיקס פארעווער.
פאר מיר צו שרייבן א נארישע תגובה׳לע, נעמט אין עוורעזש דרייצן א האלב מינוט. איך פיל ווי איך בין צוריק אין ישיבה רח״ל...
( פרעגט מיר נישט ווי לאנג עס האט מיר געדארט צו שרייבן די אשכול. אזוי פול קען איך אייך זאגן, א לאאאנגע צייט... )
אז איך האב דיסיידעד, אז ווער עס שרייבט א לאנגן תגובה, געב איך א לייק. נאכדעם טראכט איך צו מיר, פאר אים געבסטו א לייק? ער איז דאך א שרייבער מרחם אימו.
אבער למעשה זאגט ער דאך יא גוטע ווערטער.
און דער אמת איז, אז מען קיינמאל נישט וויסן וויפיל כוחות יענער האט אריין געלייגט. כדלעיל.
סאו למעשה האב איך נאכנישט קיין קלארע מהלך, ווען צו געבן א לייק. אבער איך בין נייגעריג צו הערן פונעם עולם, וואס מאכט אייך געבן א לייק??
What do you like??

(I'd agree with you, but then we'd both be wrong" (Russell Lynes"
- בשבילי!
- היימישער באניצער
- הודעות: 585
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 5:57 pm
- האט שוין געלייקט: 462 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל
איי לייק יור אשכול. האסט דאך זייער גוט געשריבן, און איבער אלעס גלייך איך אז ס'איז געשריבן אין א נאטורליכן קאווע שטיבל שמועס כדבר איש לרעהו. מ'מוז נישט נאך יעדן גוטן ארטיקל שפירן אז מ'האט נארוואס געליינט דעם פארווערדס אדער מעלות
^*^*^*^
איך האס לייק'ס. אויב ווילסטו מיר אפטוהן. אויב ווילסטו מיר וויי טאן. געמיר א לייק.

@סימפל, סאיז א ערליכע שיינע ארטיקל האסט ארויפגעברענגט א שטארקע פוינט בפרט דיין סיום אין די מסקנא.
לענ״ד ווערט קיין איינער נישט געבוירען קיין שרייבער מבטן ומלידה נאר דאס איז א הרגל וואס מהאנדלט זיך איין אין וואס מער א מענטש שרייבט ווערט ער א בעסערער שרייבער אין ויפיל א מענטש איז אפן צו הערען א צווייטענס דיעה אין פראבירן אריינגיין אין מיטלעבען יענעמס געפיל וואס שטופט יענעם צו שרייבען אזוי ענדערש וי מיין דיעה אין אזוי אויסשטעלען די תגובה, ווערט דער שרייבער מער גערובען אין זיין שרייבען באקומט א צורה פון א שרייבער
אין אפילו דא אין שטיבל זעהט מען כמה וכמה וואס בתחילת דרכם האבן זיי געשריבען תגובות על ימין ועל שמאל אן צו טראכטען אין מיט די צייט אין ליינען יענעמס דיעה האבן זיי זיך געריבען אין געווארען געלונגענע שרייבערס

-
- היימישער באניצער
- הודעות: 476
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 4:43 pm
- האט שוין געלייקט: 747 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 564 מאל
איך לייק צו געבען א לייק פאר איינעם וואס פארגינט יענעם אויכעט א לייק, די וואס לייקען כמעט קיינעם נישט און כמעט קיינמאל נישט פארשטייען לכאורה נישט וואס מיינט א לייק, אדער זענען זיי גאר סעלפיש
אמאל איז א ארטיקעל אזוי גוט אז אפילו ס'קומט פון א נישט לייקע'דיקע שרייבער, קען'ך מיך נישט איינהאלטען און איך צי דעם צינגעל און איך שיס א לייק

- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 476
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 4:43 pm
- האט שוין געלייקט: 747 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 564 מאל
הוא הדבר אשר דברתי, פאר א גוטען ארטיקעל קאן איך מיך נישט איינהאלטען, און אהבה מקלקלת און איז פורץ גדר, די לייק קומט צו פליען, אבער א שרייבעכץ וואס איז אזוי צו אזוי [מ'שטיינס געזאגט], מ'קען מצדד זיין להקל או להחמיר, איז יענער א פארגינער, וועל איך אראפשטופען דעם כף מאזנים און דערלאגען א הילכיגען לייק, איז יענער איינער וואס פארשטייט נישט צו לייקס [פאר וואן ריזען אר ענאדער], פאר איך ווייטער
און איך זעה אז דאס איז די מנהג ביי אסאך
און איך זעה אז דאס איז די מנהג ביי אסאך
- סימפל
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 116
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 12:19 am
- האט שוין געלייקט: 94 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 186 מאל
אתא קלילא האט געשריבן:@סימפל, סאיז א ערליכע שיינע ארטיקל האסט ארויפגעברענגט א שטארקע פוינט בפרט דיין סיום אין די מסקנא.
לענ״ד ווערט קיין איינער נישט געבוירען קיין שרייבער מבטן ומלידה נאר דאס איז א הרגל וואס מהאנדלט זיך איין אין וואס מער א מענטש שרייבט ווערט ער א בעסערער שרייבער אין ויפיל א מענטש איז אפן צו הערען א צווייטענס דיעה אין פראבירן אריינגיין אין מיטלעבען יענעמס געפיל וואס שטופט יענעם צו שרייבען אזוי ענדערש וי מיין דיעה אין אזוי אויסשטעלען די תגובה, ווערט דער שרייבער מער גערובען אין זיין שרייבען באקומט א צורה פון א שרייבער
אין אפילו דא אין שטיבל זעהט מען כמה וכמה וואס בתחילת דרכם האבן זיי געשריבען תגובות על ימין ועל שמאל אן צו טראכטען אין מיט די צייט אין ליינען יענעמס דיעה האבן זיי זיך געריבען אין געווארען געלונגענע שרייבערס
ברענגטס ארויס א געוואלדיגן פוינט. אזוי ווי אן אלטען רוימישע חכם האט געזאגט, ״Experience is the teacher of all things״ און איך זע עס ביי מיר אליין. ס׳נעמט מיר היינט אסאך שנעלער צו שרייבן, ווי פון ווען איך האב אנגעפאנגן.
אבער איך האב זיך שוין אסאך מאל געוואונדערט, צו קען יעדע מענטש ווערן אלעס? למשל קען יעדע מענטש ווערן א שרייבער, רעדנער, זינגער, וכדומה. לאמר זאגן א מענטש וואס ווען ער זינגט איין ניגון, סאונד עס ווי ער מאכט הארמעני אויף גאר א צווייטן ניגון... איז אויב וועט ער זיך לערנען א פאר יאר מוזיק, וועט ער קענען ווערן א חזן?
צו מיר קוקט אויס אז קיין שום מענטש קען נישט האבן אלע טאלאנטן. נישט קיין חילוק ווי לאנג ער זאל זיך לערנען.
נאר א מענטש וואס איז שוין געבוירן געווארן מיט א געוויסע טאלאנט, קען זיך אייביג צולערנען, און עס מער אויסשארפן, און באקומען מער עקספיריענס.
אבער איינער וואס איז נישט געבוירן מיט א געוויסע טאלאנט, וועט קיינמאל נישט ווערן קיין פראוי דערין. ער קען אפשר ווערן אביסל בעסער דערין, אבער נישט מער.
(I'd agree with you, but then we'd both be wrong" (Russell Lynes"
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
אפטעמיסט האט געשריבן:ר' סימפל, דו שרייבסט גראדע זייער שיין, אינטערעסאנט, מיט א גאנץ אויסגעהאלטענע גראמאטיק.
שרייב נאך א תגובה'לע (ווען דו האסט איבריגע 13 מינוט). כ'וויל דיר קענען געבן נאך א לייק...
דאס איז פונקט אזוי ווי די גמ' זאגט "כל האוכל ושותה בתשיעי, כאילו התענה תשיעי ועשירי". דאס הייסט פונקט אזוי ווי ביי יוהכ"פ איז דאךדער תכלית פון עסן אז מ'זאל קענען בעסער פאסטן. די זעלבע דא. דו בעיטסט עים זער זאל שרייבן א תגובה, כדי דו זאלסט עים קענען געיבן א לייק...כ'האב קיינמאל נישט געוויסט וואספארא הימלישע אידן אינז פארמאגן דא אין קאווע שטיבל...
- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
הגם איך האב נישט געוויסט ווי דו פירסט מיך, מיט עריק וואס פארפאסט מנחה, בשעת אימצער קראצט א אריסטאקאט, עס איז פיין איר האט פאצענציעל, גייט אן און מיר נעמען זיך אינטער צו לייקן כדבעה.
גריידע מיין מנהג איז צו לייקן ווען איך שפיר דעים ארטיקל, נישט בלויז ווייל איינער האט אפגעראנטעט א בלאט מיט ווערטער, איך ברויך אדער לאכן אדער ווערן אינפארמירט, סתם אזוי איז שאד צו לייקן, וכן נוהגין.

Stay away from negative people
they have a problem for every solution
they have a problem for every solution
קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
- יעדער לאכט
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 122
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 07, 2014 11:21 am
- האט שוין געלייקט: 18 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל
- זבולון
- שריפטשטעלער
- הודעות: 277
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 7:57 am
- האט שוין געלייקט: 542 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 961 מאל
זייער שיין און [tag]סימפל[/tag]!
הרב דעסלער'ס ווערטער איז נישט אזוי ווייט פון דער איז'ביצערס ווערטער. יעצט דארף מען נאר זאגן פאר [tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag], אז מיר האבן איינער וואס טראגט נישט קיין נאמען פון א שטעטל אין אייראפע, און מ'קען אנפאנגען צו הערן וואס ער האט צו זאגן.

אין - כי הכל הבל