ציונות ימ"ש ביי אונז!!!!!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
אדמו״ר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 26
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 12:31 am
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל

שליחה דורך אדמו״ר »

@קודש הילולים: זייער גוט ארויסגעברענגט!
אין קורצן: ישב ארץ ישראל איז נישט אזא גרויסע מצוה ווי די ציונים פראבירן עס צי מאכן צוליב זייער אגענדע.
(די סיבה פארוואס צדיקים האבן במסי׳׳נ עולה געווען קיין א״י, איז געווען וועגן די לויטערקייט פונעם אויר פאר עבודת השם. וואס כמובן מיינט עס נאר גאר דערהויבענע יודן אזויווי ס׳איז טאקע געווען).

נאצינאליזם איז די כפירה עמוקה וואס שטעקט אין ציוניזם, אז יודן אן תורה זענען אויך א פאלק עפ״ל. און מיר קענען זיי נישט געבן קיין ״קרעדיט״ פאר אט די כפירה.
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 539
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 875 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1045 מאל

שליחה דורך פלאוויוס »

קדש הילולים האט געשריבן:די מעשה פון בר כוזובא וואס די ברענגסט, איז א ראי׳ אויף פארקערט.
די חכמים האבן געהרגט בר כזובא, ווייל זיי האבן געזען אז ער איז נישט דער ריכטיגער משיח. כאטש זייער אסאך(כ׳ווייס נישט פון ווי די נעמסט ״רוב״, אבער אויב ס׳איז יא געווען רוב, איז די ראי׳ נאך סאך שטערקער)האבן זיך אין אנפאנג טועה געווען אין אים, און אפי׳ די הייליגע תנא רבי עקיבא, אעפי״כ האבן אים די חכמים געהרגט. ווייל מען טאר נישט אויפשטיין אליין פון גלות פאר די צייט. נאר מיט משיח צדקינו.
(ועי׳ בויוא״מ אז אפילו ס׳איז נאכדעם געשען דורך דעם גרויסע הריגות אויף די יודן, האבן די חכמים פארשטאנען אז א גאולה פאר די צייט איז נאך סאך א גרעסערע סכנה פאר כלל ישראל.
אגב, פון דא זעט מען אז תורה׳דיג איז נישט צי זאגן אז היינט מוז שוין שטיין די מדינה ווייל אז נישט איז עס א סכנה.
צוריק צום ענין.)

איך האב נישט גענוצט דעם פאל פון בר-כוכבא איבערצואווייזן פון דעם א הלכה'דיגע פראגע, נאר הויפטזעכליך כדי איבערצואווייזן א היסטארישן פאקט אז ארץ-ישראל איז שטענדיג געשטאנען אין צענטער פונעם אידישן הארץ, אפילו ביי די וואס זענען געווען צעשפרייט אין די תפוצות. להיפוך פון דעם וואס עמיצער האט פריער געשריבן אז אידן האבן זיך קיינמאל נישט געקימערט צופיל וועגן ארץ-ישראל (אודאי א נארישע טעזע, וואס איז נישטאמאל ווערט א ויכוח). ובכן, נאכאמאל - היסטאריש גערעדט איז עס תמיד געשטאנען אויפ'ן קאלעקטיוון הארץ, ארויפצושפרינגען אויף דער געלעגנהייט צוריקצוברענגען די אידישע אנוועזנהייט קיין ארץ-ישראל, ווי נאר די מעגליכקייט וועט אונטערקומען.

יעצט בנוגע דער פראגע צי די יעצטיגע גאולה איז "די ריכטיגע" אדער די "נישט ריכטיגע", איז פשוט אז מ'דארף בסך הכל זען צי ס'ארבעט זיך אויס אדער נישט. אויב ס'ארבעט זיך אויס איז א סימן אז ס'איז א ריכטיגע, און אויב חלילה נישט איז א סימן אז נישט. ביז אהער האט זיך טאקע דער ציוניסטישער פראגראם אויסגעארבעט (נישט ווי אינעם פאל פון בר-כוכבא, וואס האט זיך ליידער געענדיגט מיט א טראגעדיע), אבער ס'איז אפשר נאך צו פרי צו קענען באשטימען גענוי, ביז מ'וועט זען וויאזוי ס'ארבעט זיך אויס דער קאנפליקט צווישן די אראבער און די אידן אין יענער סביבה.

וואס שייך בר-כוכבא אליין קענסטו זיכער זיין, אז אויב וואלט זיך עס איינגעגעבן וואלט כלל-ישראל צוגעשטאנען צו דעם. נאר דער פאקט אז ס'איז דורכגעפאלן האט איבערצייגט אלעמען אז ס'איז געווען אן אילוזיע. און דערפאר טאקע קען איך נאר איבערזאגן דאס זעלבע נאכאמאל: די יעצטיגע שיבת ציון וועט זיך דארפן איבערווייזן אין די קומענדיגע יארן, און איך האף זייער אז ס'זאל ווערן נאכגעפאלגט פון א פולשטענדיגער גאולה, מיט א פארברודערטקייט מיט אלע ארומיגע שכנים (אדער ווידער, מיט דער הכנעה פון די ארומיגע שכנים - אויב ס'זאל קיין אנדערע ברירה נישט זיין), ביז זיי וועלן אפשר נאך צולייגן א האנט צום אויפבוי פונעם דריטן בית-המקדש. ימים ידברו...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

עיין בספר תפארת יהונתן פון דעם הייליגען רבי ר׳ יהונתן אייבשיץ זי״ע אין פרשת נצבים אויפן פסוק ושב ה׳ אלקיך את שבותך ורחמך וכו׳ אין דערנאך אין ספר דרשות חורש״י שפע חיים פון הרה״ק מצאנז קלויזנבורג זי״ע אין פרשת וארא וי ער איז מסביר פשט אין הוספה עמוקה בדברי הרבי ר׳ יהונתן הנ״ל
נאך דעם קום צוריק אין ק״ש אין שרייב א תגובה אז דער רבי ר׳ יהונתן איז א ציוני מובהק נאך מרחם אמו אדער די ציונים האבן אריינגעשמאגעלט דעם שטיקעל בדברי קדשו, דער קלויזנבורגער רב זי״ע איז דאך סייוי א אויסגעשפראכענער ציוני און פון עם איז דאך נישט דא וואס צו רעדען...

סאיז דא נאך א שיינעם גיוואלדיגען שטיקעל אין דרשות חורש״י הנ״ל בפרשת קרח עמ׳ שכ״ד נאר דער חילוק איז אז אויב הערט מען אויס דעם שמועס אויף קול הלשון ווען מלייגט דאס אויפן mp פרשת קרח תשמ״ד קען מען באמערקען אז מהאט אויסגעשניטען עטליכע ווערטער מדברי קדשו וואס די סאטמערער חברה וואלטן נישט גידארפט צו הערען אין דאס האט מען נישט געשריבען....(דרך אגב הערט מען די סייריענס פון די פייערלעשער וואס מהאט עם געשיקט צו שטערען זיינע דרשות.... :) :D ;) )
די שטיקעל וואס מהאט אראפגענומען ביים שמועס איז בערך 32 מינוט נאך אנהייב שמועס - שמעו וראו ותחי נפשכם!
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

רמב"ם הלכות מלכים פרק י'א אות ו':

אל יעלה על דעתך שהמלך המשיח, צריך לעשות אותות ומופתים, ומחדש דברים בעולם, או מחייה מתים, וכיוצא בדברים אלו שהטיפשים אומרים; אין הדבר כן--שהרי רבי עקיבה חכם גדול מחכמי משנה היה, והוא היה נושא כליו של בן כוזבא המלך, והוא היה אומר עליו, שהוא המלך המשיח. ודימה הוא וכל חכמי דורו שהוא המלך המשיח, עד שנהרג בעוונות; כיון שנהרג, נודע שאינו משיח, ולא שאלו ממנו חכמים, לא אות ולא מופת.

האמיר דא א מחלוקת צווישן רמב"ם און ..
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
קדש הילולים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 199
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 6:14 pm
האט שוין געלייקט: 105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 88 מאל

שליחה דורך קדש הילולים »

פלאוויוס האט געשריבן:
איך האב נישט גענוצט דעם פאל פון בר-כוכבא איבערצואווייזן פון דעם א הלכה'דיגע פראגע, נאר הויפטזעכליך כדי איבערצואווייזן א היסטארישן פאקט אז ארץ-ישראל איז שטענדיג געשטאנען אין צענטער פונעם אידישן הארץ, אפילו ביי די וואס זענען געווען צעשפרייט אין די תפוצות. להיפוך פון דעם וואס עמיצער האט פריער געשריבן אז אידן האבן זיך קיינמאל נישט געקימערט צופיל וועגן ארץ-ישראל (אודאי א נארישע טעזע, וואס איז נישטאמאל ווערט א ויכוח). ובכן, נאכאמאל - היסטאריש גערעדט איז עס תמיד געשטאנען אויפ'ן קאלעקטיוון הארץ, ארויפצושפרינגען אויף דער געלעגנהייט צוריקצוברענגען די אידישע אנוועזנהייט קיין ארץ-ישראל, ווי נאר די מעגליכקייט וועט אונטערקומען.

יעצט בנוגע דער פראגע צי די יעצטיגע גאולה איז "די ריכטיגע" אדער די "נישט ריכטיגע", איז פשוט אז מ'דארף בסך הכל זען צי ס'ארבעט זיך אויס אדער נישט. אויב ס'ארבעט זיך אויס איז א סימן אז ס'איז א ריכטיגע, און אויב חלילה נישט איז א סימן אז נישט. ביז אהער האט זיך טאקע דער ציוניסטישער פראגראם אויסגעארבעט (נישט ווי אינעם פאל פון בר-כוכבא, וואס האט זיך ליידער געענדיגט מיט א טראגעדיע), אבער ס'איז אפשר נאך צו פרי צו קענען באשטימען גענוי, ביז מ'וועט זען וויאזוי ס'ארבעט זיך אויס דער קאנפליקט צווישן די אראבער און די אידן אין יענער סביבה.

וואס שייך בר-כוכבא אליין קענסטו זיכער זיין, אז אויב וואלט זיך עס איינגעגעבן וואלט כלל-ישראל צוגעשטאנען צו דעם. נאר דער פאקט אז ס'איז דורכגעפאלן האט איבערצייגט אלעמען אז ס'איז געווען אן אילוזיע. און דערפאר טאקע קען איך נאר איבערזאגן דאס זעלבע נאכאמאל: די יעצטיגע שיבת ציון וועט זיך דארפן איבערווייזן אין די קומענדיגע יארן, און איך האף זייער אז ס'זאל ווערן נאכגעפאלגט פון א פולשטענדיגער גאולה, מיט א פארברודערטקייט מיט אלע ארומיגע שכנים (אדער ווידער, מיט דער הכנעה פון די ארומיגע שכנים - אויב ס'זאל קיין אנדערע ברירה נישט זיין), ביז זיי וועלן אפשר נאך צולייגן א האנט צום אויפבוי פונעם דריטן בית-המקדש. ימים ידברו...

קיינער האט נישט געשריבן אז יודן האבן זיך נישט געקומערט וועגן ארץ ישראל, מען האט געשריבן אז מען האט נישט געחלמט פון זיך דארט באזעצן בזמן הגלות. יעדער יוד אין די גאנצע וועלט אין אלע דורות זייטן חרבון, איז מתפלל פילע מאל אין טאג אויפן אויפבוי פון ירושלים. ווער האט פארגעסן דערפון? (אפשר הר׳ שטיינמאן...). נאר זיך באזעצן דארט ווילאנג ס׳איז נאך נישט געווען די גאולה, דאס איז ביז לעצטנס נישט געווען קיין זאך.

די ראי׳ פון בר כוזובא וואס די ברענגסט אז די ״יודישע הארץ״ האט יא זיך געוואלט באפרייען אליינס, איז נישט ריכטיג.
די יודישע הארץ זענען געווען די חכמים. און ״זיי״ האבן געהרגט בר כזובא ווען ס׳איז געווען גרויסע נצחונות פאר די יודן. אזוי שטייט אין די גמרא סנהדרין צ״ג,(עי׳ בויוא״מ אז די גמ׳ און די מדרש גייען ארויף אז די חכמים האבן אים געהרגט דורך מתפלל זיין.) נאכן זען אז ער איז נישט דער ריכטיגער משיח. ווייל ער האט נישט געהאט די סימנים וואס מלך המשיח דארף צי האבן.
און עס זענען טאקע יא געווען יודן וואס האבן זיך טועה געווען, אבער דאס רופסטו אן די ״יודישע הארץ״? די הייליגע חכמים האבן עפעס נישט געהאט קיין ״יודישע הארץ״?!

שרייבסט: ״מ׳דארף זען אויב ס׳ארבעט זיך אויס״...

כ׳גיי נישט יעצט אריין צי מ׳זעט טאקע נאך נישט אויב ס׳ארבעט זיך אויס... אויך גיי איך נישט אריין לשיטתך פונקטליך ביז ווען מ׳דארף צי ווארטן צי זען...אבער לאמיר נאר זען צי ס׳איז בכלל דא עפעס א קלער אז דאס איז טאקע די ריכטיגע גאולה...

א ״גאולה״ אנגעפירט דורך די ״הייליגע״ ציונים: הערצל(מייסד ״הגאולה״), בן גריון, ביבי נתניהו,....

א ״גאולה״ ווי ס׳איז שוין פארגעקומען אזויפיל שמד, וואס אין כלל ישראל׳ס היסטאריע איז נאך נישט פארגעקומען אויף איינמאל....

א ״גאולה״ צי א מדינה וואס זאגט קלאר אז מען איז דא אויסצורייסן שם השם...

א ״גאולה״ וואס לייקענט אינעם מלך המשיח....

ס׳איז טאקע לכאורה זייער מסתבר אז ווען מיר בעטן אויף ״אור חדש על ציון תאיר״, מיינען מיר טאקע אט אזא גאולה....

עפרא לפומיה אזוי צי זאגן! כלל ישראל ווארט שוין אזויפיל יארן צי ווערן אויסגלייזט צי אזא נעבעכדיגע גאולה??!!

מיר ווארטן אויף א גאולה וואס וועט קומען דורך הקב״ה אליין, א גאולה וואס איז נישט מעגליך צי פארשטעלן זיך וויאזוי ס׳וועט אויסזען, הדרא דלא אפשר למפרט בשפותא, אויף דעם ווארטן מיר!

כ׳בין דיר ״דן לכף זכות״, אז אפשר גלייבסטו נישט פשוט אין די ווערטער פון אינזערע נביאים וואס זאגן וויאזוי די גאולה וועט אויסזען... דאס איז מיין איינציגע ״לימוד זכות״ וואס איך האב אויף דיר...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום קדש הילולים, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
אויליגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 149
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 08, 2014 3:08 am
האט שוין געלייקט: 88 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 90 מאל

שליחה דורך אויליגער »

איך בין ח"ו נישט קיין נטורי קראנקער נאר א חסיד פונעם הייליגע באשעפער און לערנענדיג "אביסעל" סאטמארע רב'ס ספרים בין איך נאנט מיט זיין שיטה

סאטמארע רב האט אויך געוויסט פון די מצוה פון ישוב ארץ ישראל און האט געהאלטען אז לויט רוב פוסקים גייט עס אן אפילו בזמן הזה (כמבואר בספה"ק ויא"מ) אבער סוף כל סוף איז דאך אויך דא א שבועה פון שלא יעלו בחומה אלא מאי מוז זיין א חילוק
לפי עשירות דעתי איז די איסור פון עליה בחומה אז מטאר נישט מאכן א פראפעגאנדע ארויפצוגיין קיין ארץ ישראל נאר אז יואלי W וויל ארויפגיין כל הכבוד גיי זיי מקיים די מצוה אבער מאך נישט קיין פראפעגאנדע.

ווער עס וויל זיך קריגען מיט מיר go on אבער פליז נישט שרייען נאר רעדן דברים של טעם
לייקען לייקען איז א גוטע זאך ענטפערן א תגובה איז א בעסערע זאך
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

ביטע ערקלער, וואו ליגט אין די ווערטער "שלא יעלו בחומה" מאכן פראפעגאנדע.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום מאטי, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

איך שטיי און שטוין אויף וואס מען שלאגט זיך דא, אנדערע רעקאמענדירן מיר גאר וואו יא אדער נישט צו לייקן :P ,
איימיצער האלט טאקע באמת אז די אלע וואס פראפאגאנדירן עליה מיינען פשוט די מצוה, ממש כל כולו לשם שמים, כליל תקטר?? אנדערע מצוות האבן זיי אין דער ערד, און פונקט ביי די מצוה האט זיך זייער פונק אנגעצינדן?
אלמלי די אלע עלי' אגענדעס וואלטן געמיינט כדי לקיים מצות ה', איז שייך זיך צו טענה'ן הלכה'דיג צי יא בזמן הזה אדער נישט, אבער ווי וואס ווען, ס'רוב מיינען אנדערע כוונות לחלוטין (יא, איך בין א יודע מחשבות, פרעג מיר נישט פון וואו)
ממילא אז איינער איז אקעגן דעם געדאנק איז ער נאך נישט קיין נטורי קראנקע (כלשונכם הזהב) און ער פארדינט נאך נישט ורבצה עליו כל הקללות הכתובה בספר הזה, טעיק איט איזי, קיעפ איט קאאל, שמועסטס עס אויס ווי ערוואקסענע חברה אן קיין היץ.
וירח ה' את ריח הניחוח
אויליגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 149
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 08, 2014 3:08 am
האט שוין געלייקט: 88 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 90 מאל

שליחה דורך אויליגער »

פארוואס דווקא מאכן די פראפעגאנדע און וויליאמסבורג וואס איז רובו ככלו סאטמאר?
לייקען לייקען איז א גוטע זאך ענטפערן א תגובה איז א בעסערע זאך
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

אויליגער האט געשריבן:פארוואס דווקא מאכן די פראפעגאנדע און וויליאמסבורג וואס איז רובו ככלו סאטמאר?

ואת"ל, אויב יואלי w האט ארומגעשיקט א צעטיל צו אן ענגן קרייז ידידים, קומט זיך אן עפעס א נטו"ק'ניק און טראסקעט דאס ארויף אויף ק"ש און ס'ווערט א פראפעגאנדע, ווער איז עובר אויפן "שלא יעלו בחומה?"
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
אויליגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 149
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 08, 2014 3:08 am
האט שוין געלייקט: 88 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 90 מאל

שליחה דורך אויליגער »

[tag]מאטי[/tag] נישט אריינגייענדיג און מראה מקומות. אפשר האסטו א אנדערע פשט וואס דען מיינט שלא יעלו בחומה?
לייקען לייקען איז א גוטע זאך ענטפערן א תגובה איז א בעסערע זאך
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ישראל קאפקע האט געשריבן:
berlbalaguleh
ישראל קאפקע: יא. אבער לויט ווי דו שרייבסט, אנגעהויבן פון דיין ערשטע תגובה, מייניך אז "איך אויך" איז גערעכט.
איך האב לכתחילה געמיינט אז דו ביסט א וויליאמסבורג'ער תושב. א סאטמאר'ער חסיד,וועלכער האט באקומען דעם נישט ריכטיגן מעסעדזש איבער די שיטה פון רבינו הגה"צ ר' יואל טייטלבוים מסאטמאר, זי"ע. אבער דו האסט דיך אליין אוועקגעגעיבן, אז דו האסט קיינמאל נישט געוואוינט אין וויליאמסבורג. וויאזוי, 'עלל איך דיר נישט זאגן. נאר ענטפערן מיט א משל. ווען מ'פרעיגט א פארחניוק'טן חסיד'ישן בחור ווער "שעיקספיר" איז געוועין. וועט ער אוודאי נישט וויסן צו ענטפערן. ס'נישט אז איך פארגלייך די פראטאגאניסטן אין די דראמא צו "שעיקספיר" ימ"ש. מסתמא קען מען בלעימען זיין אנטיסעמיטזם אויך אויף די ציונים און מדינת ישראל... :? :lol: :roll: :twisted: :evil: :twisted: :evil: :twisted: :roll: :x :P :oops: :cry: :( ;) :o

איך פארשטיי נישט וואס דו ווילסט זאגן, אז נאר וויליאמסבורגער תושבים האבן אן ארבטייל אין ארץ ישראל? :?: ;)

וויאזוי קען איך דיר איבערצייגן אז איך בין געבוירן און געווארן אויפגעצויגן אין וויליאמסבורג? איך האב פון אייביג אן געזאגט אז איך בין נישט קיין סאטמארער חסיד,
וואו שעיקספיער איז געווארן רעלעוואנט צום שמועס, און וואס דו מיינסט ארויסצוברענגען מיט שעיקספיער'ס דראמאס האב איך נישט זוכה געווען צו פארשטיין, איך האף אז דו קענסט מסביר זיין,

דו דארפסט מיר נישט איבערצייגן. די בעסטע פרוף און ראיה צו מיינע ווערטער איז, פון דעם פאקט, אז איך באהאנדל איין פערזאן, זייער א באקאנטער פיגור אין וויליאמסבורג. ער איז אויף די פאליטישע ארענע פאר די לעצטע 25 יאר, און איינער פון די ראשי המדברים און די פאן-טרעגער פון די שיטה אין די חסידישע קהילה אין וויליאמסבורג. און דו האסט געפרעגט דא ברבים (נישט אז ס'איז עפעס ראנג. אדרבה. לא הביישן למד, שטייט אין פרקי אבות.) "ווער איז דאס"? די פערזענליכקייט וואס דו הערסט און ליינסט אזוי סאך איבער איהם. יעצט וועסטו שוין פארשטיין וויאזוי דער משל פון "שעיקספיר" קומט דא אריין... :? 8-) :lol: :roll: :x :P :oops: ;) :o
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

אויליגער האט געשריבן:[tag]מאטי[/tag] נישט אריינגייענדיג און מראה מקומות. אפשר האסטו א אנדערע פשט וואס דען מיינט שלא יעלו בחומה?

רש"י פירש: "שלא יעלו כחומה - יחד ביד חזקה".
איך קלער אז דאס מיינט בערך וואס די קרייציגלער האבן געטון. איך זע נישט ווי אזוי א זורח צעטיל מיט יואלי w טרענסענדעט צו "יחד ביד חזקה"
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

@ר' בערל, פון וועמען רעדסטו? אלס נישט סאטמארער מוז זיין אז איך קען אים?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ישראל קאפקע האט געשריבן:@ר' בערל, פון וועמען רעדסטו? אלס נישט סאטמארער מוז זיין אז איך קען אים?

מנשה פיליפ. וואס שרייבט אונטער דעם פען-נאמען "הרב ישראל מ. סופר". איך האב געליינט כמעט אלע זיינע ארטיקלען אין "די צייטונג". מיין אפשאצונג איבער איהם איז, אז ר'איז א גרויסער בקי סיי אין ש"ס ומדרשים. און סיי אין מילי דעלמא. אבער ער איז , וואס מ'רופט אן אויף ענגליש: "אינטעללעקטשועללי דיס-האנעסט". כמעט, א דעמאגאג.דאס איז מיין פערזענליכע אפשאצונג איבער איהם... :? 8-) :lol: :roll: :x :P :oops: ;) :o
אויליגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 149
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 08, 2014 3:08 am
האט שוין געלייקט: 88 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 90 מאל

שליחה דורך אויליגער »

מאטי האט געשריבן:
אויליגער האט געשריבן:[tag]מאטי[/tag] נישט אריינגייענדיג און מראה מקומות. אפשר האסטו א אנדערע פשט וואס דען מיינט שלא יעלו בחומה?

רש"י פירש: "שלא יעלו כחומה - יחד ביד חזקה".
איך קלער אז דאס מיינט בערך וואס די קרייציגלער האבן געטון. איך זע נישט ווי אזוי א זורח צעטיל מיט יואלי w טרענסענדעט צו "יחד ביד חזקה"

עס קען זיין איך פארשטיי נישט וואס די מיינסט אויב מיינסטו אז עס מיינט אוועקנעמען ארץ ישראל פון די אומות העולם וואס מיינט שלא ימרדו באומות?

די אלע תירוצים וואס די ווילסט קוועטשען האט שוין סאטמארע רב שוין פארענטפער און זיין ספר ויא"מ קוק דארט וועסטו מער נישט האבן קיין קשיות (נאר אויב די ווילסט הערן תירוצים אויב ווילסטו בלייבן ביי די קושיא שטעל איך מיך שוין אפ)
לייקען לייקען איז א גוטע זאך ענטפערן א תגובה איז א בעסערע זאך
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

berlbalaguleh האט געשריבן:

איך ווייס ווער ר' מנשה פילאפ איז, און הרב י.מ. סופר פונעם די צייטונג איז מיר אויך באקאנט, איך פלעג אים ליינען ווען איך בין געווען יונגער, כאטש איך האב נישט געהאט צוזאמגעשטעלט פילאפ מיט סופר, האב איך דאס גלייך פארשטאנען ביים ליינען דעם אשכול,
טראץ דעם האב איך געפרעגט, און איך פארשטיי נאך אלס נישט וואס די גרויסע איינגעגעסענע שנאה איז,
ווי איך געדענק י.מ. סופר'ס ארטיקלען זענען נישט קיין געוואלדיגע חידושים און אויפטוען, וואו ער קייעט איבער זיינע טאלקינג פוינטס וואך נאך וואך, (אנדערש ווי אין דער איד, וואס זייערע ארטיקלען קענען צומאל זיין גאנץ שארף, קלוג, און דאדורך א שטיקל טשאלאנדש צו אונזערע היימישע ציוניסטן אויף קאווע שטיבל) אבער ער שרייבט נישט קיין שטארקע פאלעמיקס, און גוט אויסגעלייגטע ארגומענטן , סאו פארוואס זאל ער ענק מאכן שפירן באדרויעט, וועגן דעם האב איך געפרעגט, און איך פרעג נאכאמאל,

"וואס איז די גרויסע, טיף איינגעגעסענע לעגענדארע שנאה צו ר' מנשה פילאפ/י.מ. סופר?"
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

אויליגער האט געשריבן:

זאגטס אלע הויעך!!

"יחד" - צוזאמען, "יחד" - צוזאמען.

" ביד חזקה" - מיט א שטארקע האנט. "ביד חזקה" - מיט א שטארקע האנט.

אויב נאכן קוקן אין ויואל משה פארשטיי איך נאך אלס בלויז דעם איינציגן רשי"ס פארקוועטשטן פשט. איז עפעס ראנג מיט מיר?
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

ישראל קאפקע האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:
ישראל קאפקע האט געשריבן:@ר' בערל, פון וועמען רעדסטו? אלס נישט סאטמארער מוז זיין אז איך קען אים?

מנשה פיליפ. וואס שרייבט אונטער דעם פען-נאמען "הרב ישראל מ. סופר". איך האב געליינט כמעט אלע זיינע ארטיקלען אין "די צייטונג". מיין אפשאצונג איבער איהם איז, אז ר'איז א גרויסער בקי סיי אין ש"ס ומדרשים. און סיי אין מילי דעלמא. אבער ער איז , וואס מ'רופט אן אויף ענגליש: "אינטעללעקטשועללי דיס-האנעסט". כמעט, א דעמאגאג.דאס איז מיין פערזענליכע אפשאצונג איבער איהם... :? 8-) :lol: :roll: :x :P :oops: ;) :o

איך ווייס ווער ר' מנשה פילאפ איז, און הרב י.מ. סופר פונעם די צייטונג איז מיר אויך באקאנט, איך פלעג אים ליינען ווען איך בין געווען יונגער, כאטש איך האב נישט געהאט צוזאמגעשטעלט פילאפ מיט סופר, האב איך דאס גלייך פארשטאנען ביים ליינען דעם אשכול,
טראץ דעם האב איך געפרעגט, און איך פארשטיי נאך אלס נישט וואס די גרויסע איינגעגעסענע שנאה איז,
ווי איך געדענק י.מ. סופר'ס ארטיקלען זענען נישט קיין געוואלדיגע חידושים און אויפטוען, וואו ער קייעט איבער זיינע טאלקינג פוינטס וואך נאך וואך, (אנדערש ווי אין דער איד, וואס זייערע ארטיקלען קענען צומאל זיין גאנץ שארף, קלוג, און דאדורך א שטיקל טשאלאנדש צו אונזערע היימישע ציוניסטן אויף קאווע שטיבל) אבער ער שרייבט נישט קיין שטארקע פאלעמיקס, און גוט אויסגעלייגטע ארגומענטן , סאו פארוואס זאל ער ענק מאכן שפירן באדרויעט, וועגן דעם האב איך געפרעגט, און איך פרעג נאכאמאל,

"וואס איז די גרויסע, טיף איינגעגעסענע לעגענדארע שנאה צו ר' מנשה פילאפ/י.מ. סופר?"

לכאורה ווייל ער שפיגעלט אפ א ריכטיגע וויליאמסבורגע, רעבע ז..... , פרא סיסטעם, אומאינטעליגענטע כאראקטער. און א סך ניקים האסן דעם מענטאליטעט דעריבער האסן זיי אים.
איך פערזענליך האלט אז ער איז אן אומשולדיגער תינוק שנשבה, און איך האס אים בכלל נישט, הגם איך באדויער אים.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
אויליגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 149
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 08, 2014 3:08 am
האט שוין געלייקט: 88 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 90 מאל

שליחה דורך אויליגער »

[tag]מאטי[/tag] אפשר ביסטו מיר מסביר פארוואס די באשעפער האט אונז געגעבן 2 מאל די זעלבע שבועה מיט א אנדערע לשון מרידה באומות און עליה בחומה?
לייקען לייקען איז א גוטע זאך ענטפערן א תגובה איז א בעסערע זאך
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

וואס האט מרידה באומות מיט ארץ ישראל? ס'קען מיינען פשוט מ'זאל נישט בונטעווען קעגן די גוי'שע שכנים. ווי למשל ווארפן אייער אויף FBI אגענטן אין סקווירע. אדער זיך רייצן מיט די מאנראו וואדבערי טאון צוליב פאליטיקס/געלט. בלאקירן גוי'שע בייקערס מיט ברייטע מיני ווענס.

דיסקלעמער די דערמאנטע משלים זענען אסור צוליב אנדערע טעמים אויך לפי דעת המקילים בהג' שבועות.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מאטי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

מאטי האט געשריבן:וואס האט מרידה באומות מיט ארץ ישראל? ס'קען מיינען פשוט מ'זאל נישט בונטעווען קעגן די גוי'שע שכנים. ווי למשל ווארפן אייער אויף FBI אגענטן אין סקווירע. אדער זיך רייצן מיט די מאנראו וואדבערי טאון צוליב פאליטיקס/געלט. בלאקירן גוי'שע בייקערס מיט ברייטע מיני ווענס.

ביזט דאך כשר גערעכט, (כאטש ווארפן אייער אויף עף.בי.איי. אגענטן וואלט איך נישט קלאסיפיצירט 'מרידה באומות')
זיי גייען פילייכט אריין אין דעם איסור פון התגרות באומות,
אבער וויאזוי איז פארטרייבן די נעיטיוו פאלק פון פאלעסטינע, אדער די התנחלויות ענטערפרייס, ארויסגעפאלן פון דיין ברייטע אפטייטש פון התגרות באומות?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אויליגער האט געשריבן:פארוואס דווקא מאכן די פראפעגאנדע און וויליאמסבורג וואס איז רובו ככלו סאטמאר?

פשוט עד למאד, ווייל ביי אונז אין ב״פ דארף מען כמעט נישט רעדען פון די ענינים אין הבלים פון אזוי גערופנע שיטה וואס איז ביי אונז אפגעפרעגט עד היסוד בה מיטן גאנצען כבוד אין רעספעקט פארן ממציא השיטה און ״דת ויואל משה״ מיט די נייע 17 דברות אין די נייע אויסגעטראכטע הלכות פון ייהרג ואל יעבור שבה
אבער משא״כ די וויליאמסבורגע חברה דארף מען מעורר זיין לתשובה אין אז סאיז געקומען די צייט וואס מנשה פילאפ מיט זיינע 20 פען נעמען וי ער שרייבט זיינע בויך סברות אין הבלים זאל אויפהערען צו פארדרייען אין פארסאמען אונזער קאפ אין הארץ פון די קומנדיגע דור וואס וואקסט אונטער וואס זענען נישט אזוי פראטאמט וי ער מיינט דארף מען זיי אביסל אויפקלערען אז סאיז נישט וי מנשה פילאפ רעדט זיי איין אז דא וועט מען בלייבען נאך 1000 יאר אין מנשה פילאפ וועט שרייבען אין משמיע זיין די דבר ה׳ ברמה פון די חמאס בלאט פעפער זיינע מיט זיינע פאר ניקים אויף די וועבסייטס וי ער אליין זעלבסט געפינט זיך גאר אין פארקויפט זיינע שמוציגע פראפעגאנדעס, נאר מדארף געדענקען אז אונזער פלאץ איז דאס הייליג לאנד וואס באלאנגט פאר אונז אין נישט פאר די אראבער פון נטוריקריסטען
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
פארשפארט