קדש הילולים האט געשריבן:שרייבסט: ״מ׳דארף זען אויב ס׳ארבעט זיך אויס״...
כ׳גיי נישט יעצט אריין צי מ׳זעט טאקע נאך נישט אויב ס׳ארבעט זיך אויס... אויך גיי איך נישט אריין לשיטתך פונקטליך ביז ווען מ׳דארף צי ווארטן צי זען...אבער לאמיר נאר זען צי ס׳איז בכלל דא עפעס א קלער אז דאס איז טאקע די ריכטיגע גאולה...
א ״גאולה״ אנגעפירט דורך די ״הייליגע״ ציונים: הערצל(מייסד ״הגאולה״), בן גריון, ביבי נתניהו,....
א ״גאולה״ ווי ס׳איז שוין פארגעקומען אזויפיל שמד, וואס אין כלל ישראל׳ס היסטאריע איז נאך נישט פארגעקומען אויף איינמאל....
א ״גאולה״ צי א מדינה וואס זאגט קלאר אז מען איז דא אויסצורייסן שם השם...
א ״גאולה״ וואס לייקענט אינעם מלך המשיח....
ס׳איז טאקע לכאורה זייער מסתבר אז ווען מיר בעטן אויף ״אור חדש על ציון תאיר״, מיינען מיר טאקע אט אזא גאולה....
עפרא לפומיה אזוי צי זאגן! כלל ישראל ווארט שוין אזויפיל יארן צי ווערן אויסגלייזט צי אזא נעבעכדיגע גאולה??!!
מיר ווארטן אויף א גאולה וואס וועט קומען דורך הקב״ה אליין, א גאולה וואס איז נישט מעגליך צי פארשטעלן זיך וויאזוי ס׳וועט אויסזען, הדרא דלא אפשר למפרט בשפותא, אויף דעם ווארטן מיר!
כ׳בין דיר ״דן לכף זכות״, אז אפשר גלייבסטו נישט פשוט אין די ווערטער פון אינזערע נביאים וואס זאגן וויאזוי די גאולה וועט אויסזען... דאס איז מיין איינציגע ״לימוד זכות״ וואס איך האב אויף דיר...
טייערער קודש הילולים, איך האב געשריבן אז מ'דארף ווארטן צו זען וויאזוי ס'קאכט זיך אויס. איך האב נישט געשריבן אז אלע נבואות זענען שוין פארווירקליכט געווארן, אבער ס'איז זייער יתכן אז מיר זענען אויפ'ן וועג אהין. ס'הייסט אזוי: די פראגע פון גלות און גאולה איז היבש געוואנדן אין פאקטן, און אויב מיר זעען אז די נבואה פון "עוד ישמע בערי יהודה ובחוצות ירושלים קול ששון וקול שמחה" איז פארווירקליכט געווארן פאר אונזערע אויגן, איז דאס אליין שוין א דערגרייכונג אויף וואס מ'קען אזש לאזן טרערן פון באגייסטערונג. יא יא, צוויי טויזנט יאר וואס מיר ווארטן שוין אויף דעם! איז דאס גענוג? ניין, מיר האפן אויף אן אוניווערסאלן שלום, מיר האפן אויף א בית המקדש, א.א.וו. אבער ווייניגסטנס האבן מיר באקומען דאס דערמאנטע ערהאבענע בילד, אויף וועלכן מ'קען נישט גענוג צו זיך קומען ווען מ'נעמט אין באטראכט דאס אומגלויבליכע (און נאכאמאל, דאס איז נישט קיין פראגע פון השקפה, דאס איז דאך דער מציאות פאר אונזערע אויגן).
וואס שייך אלע אנדערע טענות, אז די מדינה וויל אויסרייסן אמונה, א.א.וו. קען איך נישט מער ווי דיר פארשלאגן זיך אויפצואוועקן פונעם חלום. ס'איז מיר נישט קלאר וועגן וועלכער מדינה דו רעדסט, אבער מדינת ישראל איז בפירוש נישט פאסיג צו די קריטעריעס וואס דו האסט ארויסגעלייגט פאר דער מדינה. איך שטעל מיר פאר אז דו ביסט שטעקן געבליבן אין היסטאריע, צו דער צייט ווען די מפא"י האט דאמינירט די ישראל'ישע פאליטיק אין די בראשית יארן פון דער מדינה. ובכן, איז וויכטיג זאלסט וויסן אז די מדינה ווערט אלץ פרומער מיט יעדן יאר וואס גייט פארביי (צומאל אין באזארגנדע אופנים, וואס דאס איז שוין א שמועס פאר זיך), און אין סך הכל איז נישטא קיין מקום אויף דער וועלט וואו אידישקייט בליט אזוי ווי אינעם אידישן לאנד. מ'האט זיך דערלעבט! ברוך השם.
דאס וואס מיר האבן דערווייל איז נישט נעבעכדיג אין מיינע אויגן, נאר ס'איז א בחינה פון א נס, כאטש איך ווארט אודאי אויף דער גאולה שלימה, צוזאמען מיט די מיליאנען אידישע בירגער פונעם אידישן לאנד. דאס וואס מיר האבן יעצט, איז א זאך וואס מ'האט נאר געקענט חלומ'ען דערוועגן במשך די גרויזאמע יארן פונעם היטלער-חורבן, און יעדער איד וואלט אווועקגעגעבן כל אשר לו בעד פיסת קרקע, אין דער צייט וואס די שונאים האבן געטון מיט אידן וואס זיי האבן געוואלט. ס'איז אומגלויבליך צו זען וואס מיר האבן יעצט, און ווען איך טרעט אראפ פונעם עראפלאן אין ארץ-ישראל און איך דערזע מיך פאר דעם וואונדערליכן מציאות רייסט זיך פון מיר ארויס א געשריי און געזאנג צום אידישן גאט, וואס האט אונזער פאלק דערפירט צו אזא וואונדערליכער צייט. גליקליך איז דער איד וואס לעבט אין אזא תקופה, און נאריש איז דער איד וואס לאזט נישט אלעס איבער און ער לויפט אהין וואוינען כדי צו זיין א טייל פון דער היסטארישער ערפארונג.