איך פרעג זיך נאך (שלא כדרכי) ביי די דורכגייער, וואס גייט דא פאר? וואס איז געווען דער שרעקליכער אינצידענט וואס האט צוזאמענגעשלעפט עולם גולם מקטן ועד גדול?
פארציילן זיי מיר אז דער דרייווער פונעם באס האט געכאפט א אינטרעסאנטע אומדערהערטע אטאקע וואס לא נשמע כמוהו מימות יהושע בן נון, ניטעמאל איז אריינגעשריבן אינעם ספר הרפואות פון חזקיהו המלך א רפואה פאר די סארט קרענק. "ווער איז דער דרייווער"? אינטערסיר איך זיך מיט נייגער. "ער רופט זיך "בערל", קומט דער ענטפער.
מיין הארץ האט פארפעלט א באכע. בערל!! איז דאס אונזער בערל? וואספארא סארט אטאקע האט אים אנגעכאפט?? איך לויף צוריק צו מיין מערצעדעס און דרוק אראפ דעם געז פעדאל אזש די RPM ווייזערל האט אנגעהויבן ווייזן רויט, איך האב אפילו געפעססד אלע מאטארצייקלעך, אבי אנצוקומען אינעם שפיטאל וואס שנעלער לראות את שלום בערל ולדעת מה יֵעָשֶה לו, וואס וועט זיך אויסקאכן.
דער רעסעפשאניסט באווייזט מיר צו גיין אויפן פערטן שטאק צום ICU, ווי גרויסע דאקטורים שטייען ארום און פארברעכן מיט די הענט, און קאנען זיך נישט קיין עצה געבן, אזא פאל האט זיך נאך נישט געמאכט, אין די מעדיצינישע בוכער איז נישט פאראן קיין רפואות דערפאר, עס איז א מיסטעריעזע אומדערהערטע מחלה, זיי שטייען ארום און דיסקוטירן וואס איז דער אורזאך פון אזא מאדנע קרענק.
איך האק אריין ווי א שבעה דברים בגולם, און בעט זיך צו די דאקטוירים, ביטע, וואס גייט פאר? אפשר קענט איר מיר זאגן בקוצר אמרים וואס האט פאסירט מיט מיין ידיד נפש, רבי בערל? זיי קוקן מיר אן מיט אזא האלב-רחמנות האלב-ביטול מינע, כאילו לאמר, ווער ביסטו, וואס מיינסטו פארשטייסטו, דו האסט נאך אפילו האפענונג? ביי אונז איז עס שוין לאחר יאוש, ער וועט עס שוין נישט מאכן.... אבער דאך! איך בעיט זיך ביי זיי.... צייגן זיי מיר א קאפיע פון די רעפארט וואס די דיאגנאז מאשינען האבן אויסגעשפיגן עטליכע מינוט צוריק, און זיי זיצן איבערגעבויגן דערויף מיט די שווארצע ברילן אויפן שפיץ נאז און מוטשען זיך צו פארשטיין די מאדנע קאודס.
איך וועל אייך פארליינען וואס איך האב געזעהן דארט:
דער פאציענט איז ערנסט אינפעקטירט מיט די פאלגענדע: סענדער דער דויטש, מיט "הרב" ישראל מ. סופר, המכונה מנשה פיליפ, פונ'ם "צייטונג" "אינטעללעקטשועללי דיס-האנעסט". כמעט, א דעמאגאג ווארפט אריין אין זיינע דיעות כוזבות אין דעים צייטונג איבער ציונים.... איך בין א שטארקע ציוני... דער העיליגער רעבבע פון א געוויסע שטעיטל וואס זאגט כסדר כ'וועיס נישט, ר'פירט זיך צו עסן דעים געוויסע (נישט אזוי באקאנטן) מאכל, ווי די די אנדערע רע-בנים, זכותו "יגון" עלינו, לאורך ימים "ונשים" טובות.... על ראשון שני ועל אחרון מפטיר (קרעדיט: איך-מיך)..... איך דערמאן זיך כסדר א מעשה (פארוואס איז דאס איינגערינגעלט) ווייס איך נישט )פארקערטע רינגעלעך( דער עוילעם האטציך אנגעשיכור'ט ביי א קידושא רבא. און מ'האטציך גענומען שלאגן צווישן זיך... : )דאס איז אן א שמייכל.(. א ייש"כ פאר ברענגען די הערליכע ארטיקלען און קאפיעס פון "דעי צייטונג". כ'האב נאר איין באמערקונג, אז....דף היומי.... הרב קוק.....שש"ט שרייבט ווי א כיתה ג' אינגל..... דער בלאט... הרב סאסנע.... הרב איצא שייגעץ... ווידעראמאל הרב ישראל מ. סופר. המכונה מנשה פליפ-פלאפ...... ברכיים אשר לו כרעו לבעל הציוני עפ"ל אראנדז"ש.... טמא'נעם נחל חרדי..... פארשטינקענע נטורי חרתא..... ווען מיין רבי פון קרית יואל רעדט אקעגן טעכנאלאגיע מיינט ער נישט מיך ווייל איך בין א גרויסער מן הארץ אין די זאכן.... מעשה שהיה. א מעשה וואס איז קיינמאל נישט געשעען.... פארכאפט דעם עראפלאן, און פארשלעפט קיין אוגאנדא... ???? על אלה אני בוכייה
איך בין אויך געווארן היסטעריש, און איך וויל בעטן פון די חברים דא, ווער עס ווייסט א פאסיגע דאקטאר פאר די אנשיקעניש זאל ביטע מודיע זיין קריטיש וויכטיג, ויפה שעה אחת קודם! געדענקט, כל המקיים נפש אחת וכו'.