ציונות ימ"ש ביי אונז!!!!!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 539
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 875 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1045 מאל

שליחה דורך פלאוויוס »

ישראל קאפקע האט געשריבן:די אנקעטע האט זיך באצויגן צו דיין הנחה אז ציוניזם איז מער נישט קיין אידעאל, (ס'איז היינט צוטאגס א פאקט 'אויך')
די מערץ אנקעטע ווייזט אז ווייניגסטנס אכציג פראצענט נישט חרידישע יוגנט, און פילייכט נאך העכערע פראצענט ביי נישט חרידישע ערוואקסענע (מינוס פלאוויוס וואס ווייסט נישט וואס ער האלט זיך ;) ) האלטן זיך אלס ציוניסטן,

צווייטנס אז ציוניזם און אמונה בביאת משיח גייט האנט אין האנט איז נישט דא קיין ציפערן, אבער איין זאך איז קלאר
"די ווייניגסטע ציוניסטישע דעמאגראפיק, נעמליך חרידים (26% ציוניסטיש) זענען די גרעסטע מאמינים בביאת המשיח,"

וואס דו דארפסט יעצט טון איז אונטערשטיצן דיין באהויפטונג אז ציוניזם ביי די נישט רעליגיעזע מיינט אמונה בביאת המשיח, (אז די רעליגיעז ציוניסטישע וואס גלייבן בביאת המשיח זענען די גרעסטע ציוניסטן ווייזט נישט קיין פארבינדונג ווייל די חרידים וואס גלייבן די מערסטע בביאת המשיח, זענען די קלענסטע ציוניסטן)

ישראל טייערער, ביים נוצן דאס ווארט "אידעאל", האב איך געמיינט דעם פאלגנדן באדייט פונעם ווארט (גענומען פון Webster'sׂ):

"Ideal: existing as an archetypal idea"

נאכדעם וואס מ'האט זיך שוין אומגעקערט קיין ציון איז עס מער נישט קיין אידעאל, נאר אן אופן וויאזוי מ'באטראכט דעם היינטיגן מציאות. דאס איז נישט קיין הנחה, נאר א מציאות.

איך וואלט קיינמאל נישט געווען קיין קאנדידאט צו לייקענען די ערשיינונג פון היינטצייטיגן ציוניזם, און דו וועסט עס נישט טרעפן אין מיינע ווערטער, איך האב נאר געזאגט אז דער פאקט אז מ'האנדלט יעצט וועגן א רעאליטעט, ברענגט דערצו אז די אנהענגער פון ציוניזם לעת עתה זאלן זיין בעיקר טראדיציאנאליסטן (אזעלכע וואס זענען סיי ווי ווארעם צו אידישקייט). און איך מיין אז די אנקעטע וואס דו האסט געברענגט האט אונטערגעשטיצט דעם געדאנק, דערמיט וואס ציוניזם האט אויסגעזען צו זיין א פאקטאר פון טראדיציאנאליזם.

נאכדעם וואס מיר ווייסן אז ציוניזם איז מער נוטה צו גיין צוזאמען מיט טראדיציאנליזם, בין איך נישט מחוייב אונטערצושטיצן מיין טעזע אז ציוניזם גייט מיט אמונה בביאת המשיח, וויבאלד ביאת המשיח איז א טייל פון דער טראדיציע. די חובת ההוכחה אז ציוניסטן זענען כופרים בביאת המשיח ליגט אויף דעם וואס וויל אזוי טענה'ן.

פארשטייט זיך אז דער חרדישער יוצא מן הכלל קען נישט אפפרעגן די מסקנות לגבי דעם אלגעמיינם ציבור, וויבאלד חרדים טיילן זיך אפ אין אן א שיעור זאכן פונעם אלגעמיינעם טרענד צווישן אידן. דער כלל אז ציוניזם אין ארץ-ישראל איז אפיליאירט מיט טראדיציאנאליזם האלט אויס זייער שטארק, ביז ס'קומט צו חרדים - וועלכע זענען בסך הכל נישט מודה אז זיי זענען ציוניסטן, אבער לויט ווי 'דער איד' פארקויפט קעגן דעם 'המבשר' און דעם 'המודיע' זענען זיי סיי ווי אויך די שטערקסטע פאטריאטן פונעם ציוניזם. דאכט זיך אז א בליק אין סיי וועלכער חרדישער, נישט-סאטמארער אויסגאבע, אויף ענגליש צי עברית, וועט אונז קלארמאכן אז אינעם חרדישן הארץ ברענט סוף כל סוף אויך א טיפער פאטריאטיזם צו דער וואונדערליכער ערשיינונג פון שיבת ציון בזמננו.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פלאוויוס, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

איך זוך זיך נישט דא אנצונעמען פאר קיין איין צד, איך בין א פשוט'ער איד (נישט אזא ווי ליפא...) איך בין א תמימות'דיגע אידל, איך וויל פארשטיין די אלע אלץ-ווייסערס, וואס גלייבן אין די אתחלתא דגאולה לויט א רמב"ם וואס מען האט געטראפן, דער אמת אז ס'איז נישט די ערשטע שווערע רמב"ם וואס מען דארף פארענטפערן, און מי אנכי אריינצושטופן מיין קעפעלע צווישן די גדולים; אבער תמכתי יתדותי אויף די אלע צדיקים וקדושים במשך אלע דורות, אנגעהויבן פון די נביאים וועלכע האבן פאראויסגעזאגט אויסטערלישע נסים ונפלאות אויף ביאת המשיח, און שפעטער די גמרא וועלכע האבן געגעבן אסאך סימנים אויף דעם דור וואס "בן דוד בא", ס'רוב זענען שוין מקויים געווארן, און מען זעהט זייער אפענע רוח הקודש, ווי אויך אין זוה"ק, ווי די מלחמות מיט די בני ישמעאל, וואס דבר אחד מדבריהם הק' לא נפל ארצה, אלע צדיקים האבן געוויינט און געבעטן אויף ביאת המשיח, מיט א אויסטערלישע האפענונג, בפרט איז דער ישמח משה געווען באוואוסט מיטן שלאפן מיט זיין שטעקן לעבן זיין בעט, ווארטנדיג אויף עפעס אן עני רוכב על החמור, איז מיר אינטרעסאנט, האבן זיי נישט אלע געוואוסט פון דעם רמב"ם? פארוואס זענען אפאר היינטיגע יונגעלייטלעך (כבודם במקומם מונח) קלוגער און פארשטייען בעסער ווי די אלע צדיקים שרפי מעלה וועלכע האבן געהאט אפענע אויגן, די אלע צדיקים האבן געהאט א קאמפליעט דיפערענט בלו-פרינט אויף ביאת המשיח, און אפילו די צדיקים פון לעצטן דור וועלכע האבן מתיר געווען בחירות און נעמען געלט פון די מדינה האבן עס אuיך נישט געטון צוליב דעם וואס זיי האבן געהאלטן אז ענדליך איז שוין געקומען די לאנג-ערווארטעטע ישועה, זיי האבן אויך מודה געווען אז עס איז נישט מעגליך אז די ישועה וואס אידישע קינדער אין אלע דורות ווארטן איז געקומען דורך אפאר פושעים קלים וריקים, בשעת'ן הרג'ענען אזויפיל אומשולדיגע אידן לאורך הדרך, און שפעטער אפ'שמד'ן ריזיגע חלקים פון כלל ישראל.

דאנט געט מי ראנג, נישט אז איך האב נישט ליב ארץ ישראל, כ'בין שוין דארט געווען אסאך מאל (ועוד ידי נטויה) און איך האב ליב דעם ארץ חמדה טובה ורחבה מיט מיין גאנצן הארץ, מי יתן לי אבר כיונה וואלט איך אהינגעפלויגן יעדע וואך, איך פארשטיי נאר נישט די דאזיגע וואס פאררופן זיך אויפן רמב"ם און טענה'ן אז דאס איז א חלק פון די גאולה. עס קריכט מיר פשוט נישט אין קאפ אריין.

כ'מיין, אפילו לויטן רמב"ם, ווייסן מיר דאך אז עס מוז זיין תחיית המתים, עס איז דאך איינע פון "זיינע" 13 אני מאמינ'ס, עס דארף זיין קיבוץ גליות, אידן וועלן תשובה טאן, און נאך פארשידענע סימנים – איז איך וויל פארשטיין, ווי אזוי קען מען גלייבן אין א גאולה וואס גארנישט פון די הבטחות זענען מקויים געווארן??
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

ווייל די אינגעלייטלעך נעמען די גרינגע רמב"ם'ס און פארענטפערן די שווערע ישמח משה'ס, ווי איידער נעמען די גרינגע ישמח משה'ס און פארענפערן די שווערע רמב"ם'ס
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

:lol: :lol: :lol:
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

פלאוויוס האט געשריבן:[tag]קדש הילולים[/tag] מיט רעטאריק וועלן מיר אין ערגעץ נישט אנקומען. דיינע ווערטער האבן זיך בכלל נישט באצויגן צו דעם וואס איך האב געשריבן. דו רעדסט וועגן עפעס א כפירה בביאת המשיח, אבער ניינציג פראצענט אזויגערופענע ציונים גלייבן אין ביאת המשיח, וואס דארף ברענגען די גאולה שלימה

לויט דיר דארף מען זיין רעליגיעז צו זיין א ציוניסט? אן אידעאל וואס לעבט שוין נישט לויט דיר, נאר אין די הארץ פון די ארטאדאקסן וואס באצייכנען זיך די ווייניגסטע אלס ציוניסטיש, אבער נישט אין די 80%+ זעלבסט אידענטיפיצירטע ציוניסטן פון די אלגעמיינע און רעליגיעזע געמיינדעס,
דערווייל גיט אונז @מאטי צו וויסן אז בעצם גלייבן די חרידים נישט אזוי שטארק אין ביאת המשיח,
#שפינמייסטעראלערט
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1658
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 1449 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך היימישער ליטוואק »

שמעקעדיג האט געשריבן:איך זוך זיך נישט דא אנצונעמען פאר קיין איין צד, איך בין א פשוט'ער איד (נישט אזא ווי ליפא...) איך בין א תמימות'דיגע אידל, איך וויל פארשטיין די אלע אלץ-ווייסערס, וואס גלייבן אין די אתחלתא דגאולה לויט א רמב"ם וואס מען האט געטראפן, דער אמת אז ס'איז נישט די ערשטע שווערע רמב"ם וואס מען דארף פארענטפערן, און מי אנכי אריינצושטופן מיין קעפעלע צווישן די גדולים; אבער תמכתי יתדותי אויף די אלע צדיקים וקדושים במשך אלע דורות, אנגעהויבן פון די נביאים וועלכע האבן פאראויסגעזאגט אויסטערלישע נסים ונפלאות אויף ביאת המשיח, און שפעטער די גמרא וועלכע האבן געגעבן אסאך סימנים אויף דעם דור וואס "בן דוד בא", ס'רוב זענען שוין מקויים געווארן, און מען זעהט זייער אפענע רוח הקודש, ווי אויך אין זוה"ק, ווי די מלחמות מיט די בני ישמעאל, וואס דבר אחד מדבריהם הק' לא נפל ארצה, אלע צדיקים האבן געוויינט און געבעטן אויף ביאת המשיח, מיט א אויסטערלישע האפענונג, בפרט איז דער ישמח משה געווען באוואוסט מיטן שלאפן מיט זיין שטעקן לעבן זיין בעט, ווארטנדיג אויף עפעס אן עני רוכב על החמור, איז מיר אינטרעסאנט, האבן זיי נישט אלע געוואוסט פון דעם רמב"ם? פארוואס זענען אפאר היינטיגע יונגעלייטלעך (כבודם במקומם מונח) קלוגער און פארשטייען בעסער ווי די אלע צדיקים שרפי מעלה וועלכע האבן געהאט אפענע אויגן, די אלע צדיקים האבן געהאט א קאמפליעט דיפערענט בלו-פרינט אויף ביאת המשיח, און אפילו די צדיקים פון לעצטן דור וועלכע האבן מתיר געווען בחירות און נעמען געלט פון די מדינה האבן עס אuיך נישט געטון צוליב דעם וואס זיי האבן געהאלטן אז ענדליך איז שוין געקומען די לאנג-ערווארטעטע ישועה, זיי האבן אויך מודה געווען אז עס איז נישט מעגליך אז די ישועה וואס אידישע קינדער אין אלע דורות ווארטן איז געקומען דורך אפאר פושעים קלים וריקים, בשעת'ן הרג'ענען אזויפיל אומשולדיגע אידן לאורך הדרך, און שפעטער אפ'שמד'ן ריזיגע חלקים פון כלל ישראל.

דאנט געט מי ראנג, נישט אז איך האב נישט ליב ארץ ישראל, כ'בין שוין דארט געווען אסאך מאל (ועוד ידי נטויה) און איך האב ליב דעם ארץ חמדה טובה ורחבה מיט מיין גאנצן הארץ, מי יתן לי אבר כיונה וואלט איך אהינגעפלויגן יעדע וואך, איך פארשטיי נאר נישט די דאזיגע וואס פאררופן זיך אויפן רמב"ם און טענה'ן אז דאס איז א חלק פון די גאולה. עס קריכט מיר פשוט נישט אין קאפ אריין.

כ'מיין, אפילו לויטן רמב"ם, ווייסן מיר דאך אז עס מוז זיין תחיית המתים, עס איז דאך איינע פון "זיינע" 13 אני מאמינ'ס, עס דארף זיין קיבוץ גליות, אידן וועלן תשובה טאן, און נאך פארשידענע סימנים – איז איך וויל פארשטיין, ווי אזוי קען מען גלייבן אין א גאולה וואס גארנישט פון די הבטחות זענען מקויים געווארן??

ווייל דער רמב"ם אליינס איז מסכים אז עס קען אויך זיין אינגאצן חוץ לדרך הטבע דיג.
אבער צו זאגן אז דער וואס זאגט אנדרעש איז א כופר? איז בהחלט פארקער צום רמב"ם
און דער רמב"ם איז קלאר נישט מקשר תחיה"מ מיט די גאולה!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום היימישער ליטוואק, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
קדש הילולים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 199
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 6:14 pm
האט שוין געלייקט: 105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 88 מאל

שליחה דורך קדש הילולים »

@ליטוואק: למען נישט צי פארדרייען מיינע ווערטער וועל איך דיר זאגן אז איך האב געשריבן אז איינער וואס האלט אז די גאולה קען זיין אן: ביטול שעובד מלכיות, תחיית המתים, יכירו וידעי כל יושבי תבל וכו׳, איז א כופר בתורת משה, אין די אלע פסוקים, אין די אלע נביאות, אין די 13 אני מאמין׳ס, אין די אלע מאמרי חז״ל.
האלטס אנדערש?!...
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1658
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 1449 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך היימישער ליטוואק »

קדש הילולים האט געשריבן:@ליטוואק: למען נישט צי פארדרייען מיינע ווערטער וועל איך דיר זאגן אז איך האב געשריבן אז איינער וואס האלט אז די גאולה קען זיין אן: ביטול שעובד מלכיות, תחיית המתים, יכירו וידעי כל יושבי תבל וכו׳, איז א כופר בתורת משה, אין די אלע פסוקים, אין די אלע נביאות, אין די 13 אני מאמין׳ס, אין די אלע מאמרי חז״ל.
האלטס אנדערש?!...

יא
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1658
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 1449 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך היימישער ליטוואק »

ביטול שעובד מלכיות, איז שוין עקזיסטירענד דורך האבן אייגנע מדינה
תחיית המתים, נישט קאננעקטיד צו גאולה
יכירו וידעי כל יושבי תבל וכו׳ איז א נבואה באחרית הימים, עס קען אבער זיין אז אין אנהויב פון די גאולה וועט דאס נאך נישט זיין. וגם זה מוכרח ברמב"ם פרק יא מהל' מלכים
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
קדש הילולים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 199
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 6:14 pm
האט שוין געלייקט: 105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 88 מאל

שליחה דורך קדש הילולים »

פלאוויוס האט געשריבן:[tag]קדש הילולים[/tag] מיט רעטאריק וועלן מיר אין ערגעץ נישט אנקומען. דיינע ווערטער האבן זיך בכלל נישט באצויגן צו דעם וואס איך האב געשריבן. דו רעדסט וועגן עפעס א כפירה בביאת המשיח, אבער ניינציג פראצענט אזויגערופענע ציונים גלייבן אין ביאת המשיח, וואס דארף ברענגען די גאולה שלימה. דאס איז לחלוטין נישט קיין שום סתירה צו דעם מציאות וואס מיר זעען ארץ-ישראל באזעצט מיט אידישע קינדער ווי אין די צייטן פון תנ"ך, אן ערשיינונג וואס דערווארעמט דאס הארץ. איר שפאצירט ארויף אויפ'ן דאך פון איינעם פון די הייזער פון ירושלים, איר קוקט זיך איין און איר זעט די הונדערטער בנינים ארום, און איר ווייסט אז דאס איז אלעס באוואוינט מיט אידן, ווערט איר איבערגענומען מיט עקסטאז און הכרת הטוב צום באשעפער. וואס א שייכות האט דאס מיט דעם וואס די גאולה שלימה איז נאך ווייט? ווייסן מיר דען ווי ווייט ס'דארף זיין צווישן איין פרט פון דער גאולה ביז צו אנדערע פרטים פון דער גאולה? נישט איך ווייס, און איך בין משער אז איר ווייסט אויך נישט.

איז עס א מדינה וואס שמד'ט אפ אידן אין אונזערע צייטן? אוי ביטע! גענוג שוין מיט דער רעטאריק. קען זיין ס'זענען דא גענוג תמימות'דיגע אידן וואס זענען גרייט אפצוקויפן די פראפאגאנדע פאר גוט געלט, אבער איך נישט. זיי מיר מוחל.

שרייבסט: ״איר שפאצירט ארויף אויפ'ן דאך פון איינעם פון די הייזער פון ירושלים, איר קוקט זיך איין און איר זעט די הונדערטער בנינים ארום, און איר ווייסט אז דאס איז אלעס באוואוינט מיט אידן, ווערט איר איבערגענומען מיט עקסטאז און הכרת הטוב צום באשעפער״

גם אני בחלומי... ווען איך שפאציר ארויף אויף א דאך פון איינע פון די הייזער אין וויליאמסבורג, בארא פארק, איך קוק זיך איין און איך זעה די הונדערטער בנינים ארום, און איך ווייס אז דאס איז אלעס באוואוינט מיט יודן, ווער איך איבערגענומען מיט עקסטאז און הכרת הטוב צום באשעפער, אז נאך אזא חרבון פונעם וועלט קריג האט כלל ישראל באוויזן זיך צי אויפבויען פינדאסניי....

אבער...איך חלום נישט אז דאס איז עפעס א התחלתא דגאולה...

מיר איז נישט קיין שום חילוק צי יודן וואוינען אין ארץ ישראל, אדער אין חו״ל, ווילאנג ס׳איז נאך במילא נישט די גאולה.

איך רעד מיך נישט איין אזויווי דיר, אז דאס אז יודן וואוינען אין ארץ ישראל, איז עפעס א הכנה אויפן גאולה אדער אז ס׳וועט עפעס ציהעלפן צי די גאולה... כאילו מען דארף עפעס ציהעלפן פארן באשעפער צי אונז אויסלייזן...

איך גלייב באמונה שלימה, אז השי״ת קען אונז ארויפטראגן אין איין סעקונדע קיין ארץ ישראל ווען ס׳וועט זיין די אמת׳ע גאולה בעת אשר יעלה רצון מאת הבוית״ש.

און איך גלייב אויך אז דאס וואס חז״ל זאגן אונז אז דער ביהמ״ק השלישי וועט אראפקומען ״בנוי ומשוכלל״, אן קיין השתדלות פון בשר ודם, איז אמת ויציב. מיר דארפן(און טארן)בכלל נישט ״צוהעלפן״ פארן גאולה.

במילא בין איך גארנישט אזוי אנצוקט פון דעם אז יודן וואוינען אין ארץ ישראל פארן גאולה. במילא ווערט מיין הארץ נישט עפעס עקסטער אנגעפילט מיט פרייד, ווען איך זעה יודן וואוינען אין ארץ ישראל, מער ווי ווען איך זעה יודן וואוינען אין אמעריקא....

שרייבסט: ״ווייסן מיר דען ווי ווייט ס'דארף זיין צווישן איין פרט פון דער גאולה ביז צו אנדערע פרטים פון דער גאולה? נישט איך ווייס, און איך בין משער אז איר ווייסט אויך נישט.״

איך ווייס טאקע נישט וויאזוי פונקטליך ס׳וועט אויסזען די גאולה, אזויווי דער רמב״ם שרייבט טאקע.

אבער דאס ווייס איך יא, אז השי״ת וועט אונז נישט אויסלייזן דורך דער ביטערער נסיון פון ציונות... מען דארף טאקע זיין א כופר צי זאגן אז השי״ת ווען ער האט געוואלט אויסלייזן זיין פאלק פון גלות און מאכן אז ס׳זאל שוין זיין די תחלית פון בריאת העולם- ישמחו השמים ותגל הארץ, האט געגרינדעט א מדינה של גיהנום דאס צי אויספירן...

דער אויבערשטער האט פארקוקט פון די כפירה, שמד, חילול השם, וואס די מדינה גייט אנמאכן... פארוואס? וויל מען מוז דאך ״צוקומען״ צו זיי... ס׳הייסט, מ׳דארף דאך ברענגן די גאולה שלימה... עפ״ל אזוי צי זאגן!

ניין! השי״ת דארף נישט צוקומען צו די גרעסטע אפיקורסים צי אים ״ציהעלפן״ צום ״הכנה״ צי זיין גאולה...

השי״ת וועט אונז נישט אויסלייזן דורך א מדינה וואס האט אויסגעאופן קריג קעגן דעם באשעפער און זיין תורה. דורך די גרעסטע כפירה אפאראט וואס איז נאר געווען מימות עולם. דורך די גרעסטע שמד אפאראט וואס איז נאר געווען מימות עולם.
קדש הילולים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 199
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 6:14 pm
האט שוין געלייקט: 105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 88 מאל

שליחה דורך קדש הילולים »

היימישער ליטוואק האט געשריבן:ביטול שעובד מלכיות, איז שוין עקזיסטירענד דורך האבן אייגנע מדינה
תחיית המתים, נישט קאננעקטיד צו גאולה
יכירו וידעי כל יושבי תבל וכו׳ איז א נבואה באחרית הימים, עס קען אבער זיין אז אין אנהויב פון די גאולה וועט דאס נאך נישט זיין. וגם זה מוכרח ברמב"ם פרק יא מהל' מלכים

הייסט אז די וואס וואוינען אין חו״ל, אנטלויפן פשוט פון די ״גאולה״....
א שיינע וויץ...
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1658
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 1449 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך היימישער ליטוואק »

קדש הילולים האט געשריבן:

נישט פארשטאנן. ביטע ערקלער וואס דו טענהסט
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
קדש הילולים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 199
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 6:14 pm
האט שוין געלייקט: 105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 88 מאל

שליחה דורך קדש הילולים »

פלאוויוס האט געשריבן: ניינציג פראצענט אזויגערופענע ציונים גלייבן אין ביאת המשיח, וואס דארף ברענגען די גאולה שלימה.

א ביטערער געלעכטער...
ס׳רוב מדינה זענען מחללי שבת, כופרים בעיקר ליידער, קומסטו זאגן אז זיי גלייבן אין ביאת המשיח??!!...(אפילו הרב שטיינמאן גלייבט נאך קוים...)
אפשר האסטו געמאכט סטאטיסטיק?...
לשיטך, גלייבן זיי אויך אין די אנדערע אני מאמין׳ס? למשל אז דער אייבערשטער איז מעניש לעוברי מצותיו? אדער שכל דברי נביאים אמת?... איך וויל זאלסט ארויסגעבן אלע איפארמאציע פונעם ״פאויל״...
פלאוויוס האט געשריבן: איז עס א מדינה וואס שמד'ט אפ אידן אין אונזערע צייטן? אוי ביטע! גענוג שוין מיט דער רעטאריק. קען זיין ס'זענען דא גענוג תמימות'דיגע אידן וואס זענען גרייט אפצוקויפן די פראפאגאנדע פאר גוט געלט, אבער איך נישט. זיי מיר מוחל.

אפשר ביסטו מיר מסבר וואס ס׳טוט זיך מיטן גזירת גיוס?
צי ווייסטו אז ס׳לויערט א תפיסה שטראף פאר א בחור וואס וויל לערנען אין ישיבה?!
ווילסט זיך פארמאכן די אויגן, און מיך נאך אויך איינרעדן אז ס׳זענען נישטא קיין גזירות??!!
האסט אפשר פארגעסן אז אפאר חדשים צוריק זענען אלע מועגה״ת געווען אויף עפעס עצרת המליון?...
און וואס טוט זיך מיטן תכנית הליבה? אויך בכלל נישט קיין גזירה?!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אפטעמיסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סיבה: ביטע רעדן מיט רעספעקט
קדש הילולים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 199
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 6:14 pm
האט שוין געלייקט: 105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 88 מאל

שליחה דורך קדש הילולים »

היימישער ליטוואק האט געשריבן:
קדש הילולים האט געשריבן:
היימישער ליטוואק האט געשריבן:ביטול שעובד מלכיות, איז שוין עקזיסטירענד דורך האבן אייגנע מדינה
תחיית המתים, נישט קאננעקטיד צו גאולה
יכירו וידעי כל יושבי תבל וכו׳ איז א נבואה באחרית הימים, עס קען אבער זיין אז אין אנהויב פון די גאולה וועט דאס נאך נישט זיין. וגם זה מוכרח ברמב"ם פרק יא מהל' מלכים

הייסט אז די וואס וואוינען אין חו״ל, אנטלויפן פשוט פון די ״גאולה״....
א שיינע וויץ...

נישט פארשטאנן. ביטע ערקלער וואס דו טענהסט

לדבריך איז דאך שוין די אנהויב פון די גאולה, ווייל אין א״י איז שוין נישטא קיין שעובד מלכיות(כלומרש), וויל איך נאר פארשטיין, עס זענען דאך דא פילע יודן וויליכע וואוינען אין חו״ל, מער ווי ס׳וואוינען אין א״י, קומט אויס אז זיי באקומען נישט די גאולה?... אפשר האלטסטו אז יעדער ״מוז״ ארויפקומען קיין א״י?!...
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1658
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 1449 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך היימישער ליטוואק »

קדש הילולים האט געשריבן:
היימישער ליטוואק האט געשריבן:
קדש הילולים האט געשריבן:
היימישער ליטוואק האט געשריבן:ביטול שעובד מלכיות, איז שוין עקזיסטירענד דורך האבן אייגנע מדינה
תחיית המתים, נישט קאננעקטיד צו גאולה
יכירו וידעי כל יושבי תבל וכו׳ איז א נבואה באחרית הימים, עס קען אבער זיין אז אין אנהויב פון די גאולה וועט דאס נאך נישט זיין. וגם זה מוכרח ברמב"ם פרק יא מהל' מלכים

הייסט אז די וואס וואוינען אין חו״ל, אנטלויפן פשוט פון די ״גאולה״....
א שיינע וויץ...

נישט פארשטאנן. ביטע ערקלער וואס דו טענהסט

לדבריך איז דאך שוין די אנהויב פון די גאולה, ווייל אין א״י איז שוין נישטא קיין שעובד מלכיות(כלומרש), וויל איך נאר פארשטיין, עס זענען דאך דא פילע יודן וויליכע וואוינען אין חו״ל, מער ווי ס׳וואוינען אין א״י, קומט אויס אז זיי באקומען נישט די גאולה?... אפשר האלטסטו אז יעדער ״מוז״ ארויפקומען קיין א״י?!...

איך האב דאס קייןאיינמאל נישט גשריבן. איך האב גזאגט אז עס שייך צו זיין גאולה אן תחיית המתים און אן יכירו וידעו כל יושבי תבל. און אז אינער וועלכער גלויבט אז א גאולה פון ביטול שיעבוד מלכיות אליינס איז די גאולה איז ח"ו נישט קיין כופר, ווי איר און אנדרע עמי הארץ שרייבן.
ועוד אפילו לפי וואס איך טענה, דארפן זיי נישט ארויסלויפן פון חו"ל, עס הייסט נישט אנטלופן פון די גאולה. דאס איז סתם נאנ-סענס. נאר דער חיוב פון ישוב ארץ ישראל בלייבט אויף אים. און אויב האט ער א פטור, למשל לצורך לישא אישה וכדומה, איז מותר אויך נאך די גאולה.
טא, איר פארדרייט א קאפ אן ענטפערן אויף א בפירושע רמב"ם.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום היימישער ליטוואק, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 539
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 875 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1045 מאל

שליחה דורך פלאוויוס »

ישראל קאפקע האט געשריבן:
פלאוויוס האט געשריבן:[tag]קדש הילולים[/tag] מיט רעטאריק וועלן מיר אין ערגעץ נישט אנקומען. דיינע ווערטער האבן זיך בכלל נישט באצויגן צו דעם וואס איך האב געשריבן. דו רעדסט וועגן עפעס א כפירה בביאת המשיח, אבער ניינציג פראצענט אזויגערופענע ציונים גלייבן אין ביאת המשיח, וואס דארף ברענגען די גאולה שלימה

לויט דיר דארף מען זיין רעליגיעז צו זיין א ציוניסט? אן אידעאל וואס לעבט שוין נישט לויט דיר, נאר אין די הארץ פון די ארטאדאקסן וואס באצייכנען זיך די ווייניגסטע אלס ציוניסטיש, אבער נישט אין די 80%+ זעלבסט אידענטיפיצירטע ציוניסטן פון די אלגעמיינע און רעליגיעזע געמיינדעס,

זיי מיר מוחל אבער איך פארשטיי לחלוטין נישט וואס דיך קוועטשט. ערגעץ ווייזט אויס אז מיר פארשטייען זיך נישט, אבער ס'איז מיר נישט קלאר וואו. ווען כ'וועל האבן אפאר פרייע מינוט וועל איך בלי נדר פרובירן איבערצוקוקן דעם גאלאפ פון אונזער שמועס, כדי צו דערגיין וואו איך קום ארויס אומקלאר.
באניצער אוואטאר
מבקר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 355
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 21, 2014 4:49 pm
האט שוין געלייקט: 548 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 262 מאל

עיתון הארץ

שליחה דורך מבקר »

אין יאנואר 2012 האט די לינקע צייטונג אין ארץ ישראל באריכטעט אז %80 אידן אין א"י זענען מאמינים בה'!!!ליינט און שטוינד
קדש הילולים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 199
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 6:14 pm
האט שוין געלייקט: 105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 88 מאל

שליחה דורך קדש הילולים »

היימישער ליטוואק האט געשריבן:
איך האב דאס קייןאיינמאל נישט גשריבן. איך האב גזאגט אז עס שייך צו זיין גאולה אן תחיית המתים און אן יכירו וידעו כל יושבי תבל. און אז אינער וועלכער גלויבט אז א גאולה פון ביטול שיעבוד מלכיות אליינס איז די גאולה איז ח"ו נישט קיין כופר, ווי איר און אנדרע עמי הארץ שרייבן.

בלייבט נאר איבער צי פארשטיין ווער עס הייסט יא א כופר לויט דיך.
איינער וואס גלייבט נישט אין די אני מאמין פון תחיית המתים, נישט, נו ווער יא?...
אפשר איינער וואס גלייבט נישט אין די רמב״ם מיט וואס די ביזט פארנומען?...(אגב, די זעלבער מחבר פון די 13 אני מאמין׳ס)
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

ישראל קאפקע האט געשריבן:
פלאוויוס האט געשריבן:[tag]קדש הילולים[/tag] מיט רעטאריק וועלן מיר אין ערגעץ נישט אנקומען. דיינע ווערטער האבן זיך בכלל נישט באצויגן צו דעם וואס איך האב געשריבן. דו רעדסט וועגן עפעס א כפירה בביאת המשיח, אבער ניינציג פראצענט אזויגערופענע ציונים גלייבן אין ביאת המשיח, וואס דארף ברענגען די גאולה שלימה

לויט דיר דארף מען זיין רעליגיעז צו זיין א ציוניסט? אן אידעאל וואס לעבט שוין נישט לויט דיר, נאר אין די הארץ פון די ארטאדאקסן וואס באצייכנען זיך די ווייניגסטע אלס ציוניסטיש, אבער נישט אין די 80%+ זעלבסט אידענטיפיצירטע ציוניסטן פון די אלגעמיינע און רעליגיעזע געמיינדעס,
דערווייל גיט אונז @מאטי צו וויסן אז בעצם גלייבן די חרידים נישט אזוי שטארק אין ביאת המשיח,
#שפינמייסטעראלערט

איך גיב גארנישט צו וויסן.. איך לייג נאר אריין ספיקות אין דיין זיכערקייט. קוק איבער די העריארכיע פון די תגובות אין דעם שמועס, וועסטו זען אז "דו" באנוצט זיך מיט לשונות ווי "דאס איז אמאהל קלאר" וכו' . איך שרייב לשונות ווי "פון וואו ווייסטו אז". אדער, "וואס וואלסטו געהאלטן אויב" . דוק ותשכח.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1658
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 1449 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך היימישער ליטוואק »

קדש הילולים האט געשריבן:
היימישער ליטוואק האט געשריבן:
איך האב דאס קייןאיינמאל נישט גשריבן. איך האב גזאגט אז עס שייך צו זיין גאולה אן תחיית המתים און אן יכירו וידעו כל יושבי תבל. און אז אינער וועלכער גלויבט אז א גאולה פון ביטול שיעבוד מלכיות אליינס איז די גאולה איז ח"ו נישט קיין כופר, ווי איר און אנדרע עמי הארץ שרייבן.

בלייבט נאר איבער צי פארשטיין ווער עס הייסט יא א כופר לויט דיך.
איינער וואס גלייבט נישט אין די אני מאמין פון תחיית המתים, נישט, נו ווער יא?...
אפשר איינער וואס גלייבט נישט אין די רמב״ם מיט וואס די ביזט פארנומען?...(אגב, די זעלבער מחבר פון די 13 אני מאמין׳ס)

איך האלט זיך איין פון ווערן אויפגרעגט.
איינער וואס גלייבט נישט אין תחיה"מ איז יא א כופר. אבער עס קען זיין גאולה אן דעם. הבנת?
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 539
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 875 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1045 מאל

שליחה דורך פלאוויוס »

ישראל קאפקע האט געשריבן:
פלאוויוס האט געשריבן:[tag]קדש הילולים[/tag] מיט רעטאריק וועלן מיר אין ערגעץ נישט אנקומען. דיינע ווערטער האבן זיך בכלל נישט באצויגן צו דעם וואס איך האב געשריבן. דו רעדסט וועגן עפעס א כפירה בביאת המשיח, אבער ניינציג פראצענט אזויגערופענע ציונים גלייבן אין ביאת המשיח, וואס דארף ברענגען די גאולה שלימה

לויט דיר דארף מען זיין רעליגיעז צו זיין א ציוניסט? אן אידעאל וואס לעבט שוין נישט לויט דיר, נאר אין די הארץ פון די ארטאדאקסן וואס באצייכנען זיך די ווייניגסטע אלס ציוניסטיש, אבער נישט אין די 80%+ זעלבסט אידענטיפיצירטע ציוניסטן פון די אלגעמיינע און רעליגיעזע געמיינדעס,

לאמיך פרובירן זיך קלאר צו מאכן, און איך האף אז דאס מאל וועסטו פארשטיין וואס איך מיין.

די אידעע פון שיבת ציון איז געווען א חלום טויזנטער יארן, און איז היינט א פארווירקליכטער מציאות. דאס הייסט דעריבער אז אלע וואס האבן געזען אינעם ציוניזם אן אידעאל, דערזעען זיך יעצט פאר א מצב וואו דער אידעאל איז פארווירקליכט געווארן. דאס הייסט נישט אז דאס ווארט "ציוניזם" איז נעלם געווארן פון דער מאפע, נאר אז ס'האט באקומען אן אנדערן באדייט [לצורך הענין לאמיר זאגן אז דאס הייסט א ליבשאפט צו דעם היינטיגן מציאות פון שיבת ציון]. דער געווענליכער וואכעדיגער מענטש האט ליב צו חלומ'ען וועגן אידעאלן, אבער ווען ס'ווערט פארווירקליכט ווערט ער געווענליך אנטוישט, וויבאלד די רעאליטעט איז קיינמאל נישט אזוי רויז ווי דער אריגינעלער אידעאל. און דערפאר, צו זיין אנגעבונדן אין ארץ-ישראל היינט צוטאגס איז מער נישט קיין אטראקטיווער געדאנק פאר די פרייע וואס טרעפן נישט קיין חיות אין דער אידישער מסורה. פאר וועמען איז נאך ציוניזם יא א ווארעמער געדאנק היינט צוטאגס? געווענליך פאר די וואס האבן א געפיל צו אידישקייט.

אין דעם זענען אריינגערעכנט פרייע, פרומע, חרדים, מאדערנע, אדער סיי ווער וואס פילט אז ער האט אין הארצן א שייכות מיט אידישקייט. יוצאים מן הכלל זענען אזעלכע חרדים וואס גלייבן אז ציוניזם איז א פראבלעם מצד טעאלאגישע סיבות.

פארשטייען מיר זיך יעצט בעסער?
קדש הילולים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 199
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 6:14 pm
האט שוין געלייקט: 105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 88 מאל

שליחה דורך קדש הילולים »

היימישער ליטוואק האט געשריבן:
קדש הילולים האט געשריבן:
היימישער ליטוואק האט געשריבן:
איך האב דאס קייןאיינמאל נישט גשריבן. איך האב גזאגט אז עס שייך צו זיין גאולה אן תחיית המתים און אן יכירו וידעו כל יושבי תבל. און אז אינער וועלכער גלויבט אז א גאולה פון ביטול שיעבוד מלכיות אליינס איז די גאולה איז ח"ו נישט קיין כופר, ווי איר און אנדרע עמי הארץ שרייבן.

בלייבט נאר איבער צי פארשטיין ווער עס הייסט יא א כופר לויט דיך.
איינער וואס גלייבט נישט אין די אני מאמין פון תחיית המתים, נישט, נו ווער יא?...
אפשר איינער וואס גלייבט נישט אין די רמב״ם מיט וואס די ביזט פארנומען?...(אגב, די זעלבער מחבר פון די 13 אני מאמין׳ס)

איך האלט זיך איין פון ווערן אויפגרעגט.
איינער וואס גלייבט נישט אין תחיה"מ איז יא א כופר. אבער עס קען זיין גאולה אן דעם. הבנת?

נו ווארטן מיר נאר צי זען ווען ס׳גייט זיין תחיית המתים... לכאורה ביים גאולה נישט(איך בין נישט א כופר!...), פארן גאולה זיכער נישט, נו ווען יא?!...
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1658
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 1449 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך היימישער ליטוואק »

בעת שיעלה הרצון מאת הבורא ית"ש
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
פארשפארט