צניעות פאליציי

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

צניעות פאליציי

שליחה דורך פליקער »

צניעות פאליציי

מיר ווייסן אז צניעות נעמט א וויכטיג ארט און אינזער געמיינדע, אבער אלעס האט דאך א גבול, מיר זענען דאך נישט טאליבאנער אפשטאמיגע, מיר האבן דאך א עבר, מיר זענען נישט דא אהער געקימען נעכטען דורך אראפ פאלן פון א פארישוט.

עס האבן ליידער לעצטענס זיך פארמירט גרופעס מענער און פרויען וואס האבן אויף זיך גענימען דעים יאך און ארגענעזירט א בעל הכרם יכלה את כרמו קאמפיין, פשוט זיי נעמען די אלע פארשידענע תקנות וואס זענען פארהאן, און ווי מיר ווייסן אז נישט יעדע פורץ ווערט געכאפט, נאר א מיעוט, די איבריגע גרויס חלק דרייט זיך ארויס פון די נעיגל פון אינזערע אינקוויזיטארן, וועלכע אידיש בליט איז ביי זיי הפקר, פאר יעדע מינדערליכע זינד איז אייער גאנץ לעיבן נישט ווערט קיין כסף אדער שוה כסף.

וואס טיט מען, מען ווענדט זיך צי די קליינע קינדער, מען רייצט זיי אויף קעיגן די עלטערן דורך פארשידענע וועיגן, וואס די רשעי עמך בית ישראל האבן געניצט צי רעפארמען אידישקייט, אדער ווי די קאמעניסטן האבן אינציאנירט אז מען זאל פארמסרן די עלטערן, אדער די נעלה גרופע'ס וואס די ציונים האבן ארגענעזירט, די טאטע'ס ווייסן נישט אלעס דינג, מיר ווייסן בעסער ווי זיי, די זעלבע מעטאדן ניצן די היינטיגע עסקנים, זיי רייצען אן קינדער קעיגן עלטערן, פשוט כמשמעו, זיי הייסן די קינדער אויספילן פארם'ס וועלכע עבירה די עלטערן זענען עובר, וועלכע טעלעפאן זיי האבן, וויפיל קאמפיוטערס ער פארמאגט, דעיס איז ריין רשעות, אך און וויי אז איינער עפענט זיך דאס פיסק, דאס איז דאך א קלארער באווייז אז ער באהאלט אויס עבירות.

די שפיאנען שעימען זיך נישט צי בעיטן אינזער הילף, זיי ריפן אויס אויב מיר זעיען א בחור אדער א מיידל מיט א סעל פאן, דאן זאלן מיר אנאנים אריין ריפן די געמיינע באנדע, זיי וועלן נעמען די קעיס, און קיינער וועט נישט וויסן, וויפיל רשעות ליגט דערין, פון וואנעט ווייסטו אז עס איז א טריפה'נע כלי, אפשר האט עס א פילטער, אפשר האט עס בכלל נישט קיין אינטערנעט, נאר אויף רשעים פרעיגט מען נישט קיין קשיות, זאל זיך דער בחור קימען פארענטפערן פאר זיין מנהל אז ער האט נישט געזינדיגט, וועים גייט וואס קרנצעקווענצען דער בחור גייט דורך גיין לכבוד דעי רשעות, ווער ווייסט וויפיל דורות גייען זיין אויסגעריסן פון אידישקייט וועיגן דעים אנאנימער אימשילדיגער טעלעפאן קאל.

זיי גייען ארים שפיאנירן און געיגענט, זיי קיקן אויף אלע מקומות המכוסים זעין אויב איינער טראגט שבת, זיי לויפן ארים צי חתינות, קיקן צי איינער שמירט זיך אן ל"ע מען זאל נישט אויסזעין ווי א שמאטע, וואס איז די עוולה אז איינער א מיידל וויל אויסזעין שיין ביי איר שוועסטער'ס חתונה, ווי מעיג א אימגעריפענע גאסט קימען קרעשן די חתונה, דורך אפיר נעמען דעיס מיידל און אפיר האלטן, מיר האבן געזעין אז איר האט ביים חתונה געהאט מעיקאף, על כן גיי דיר אהיים פון דא, נישט נאר דאס, זיי האבן א באקימען א אינוויטעישן צי א חתונה, גייען זיי קיקן אויב איינער פון די קרבנות לערנט ביי זיי און סקול, די מנהלת ריפט זיי אן, די מנהלת ווארנט אן אין עונשין אלא אם כן מזהירין, די רשעים מאכן אז אינזערע קינדער זאלן שעלטן די סקול, יעדע פון אינזערע פרויען גייט מיט מעיקאפ, פארוואס איז א מיידל פון אכצען יאר באשטראפט אז זי קען קיין מעיקאפ נישט גיין, און זי ווערט אויסגעשליידערט אויפ די גאס ווי א זונה, וואס פארא היפאקראציע איז דעיס אז מען רעדט איין די מיידלעך אז די גאס איז געפערליך על כן מיז מען בלייבן און צוועלעפטע קלאס, און פאר א זינד פון לייגן וועזעלין אויפ די ליפן איז מען גרייט אז די מיידל זאל זיך דרייען אויפ די טריפה'נע גאס.

וואס פאר א פארשטינקענע ביזנעס איז דעיס אז זיי מישן זיך אריין און א פריוואטע שמחה שלא בשעת סקול, האבן זיי מיך געריפן ווען איך האב געזיכט א דירה, האבן זיי מיך געריפן ווען איך בין געקראכן אויף די גראדע ווענט צי דעקן אלע קאסטען, אה אבער צי ווארענען אז מען גרייט זיך ארויסטראסקענען מיין טאכטער, אויף דעים איז דא געניג און נאך רשעים, ווי האבן מיר זיך דערקייקלט, ווער לאזט דאס צי.

מען איז מסביר אלע קינדער אז די טאטע איז נישט באגלייבט מיט זייער אידישקייט, מען ברויך הערן וואס רעבעצען ה"ה האט צי זאגן, זי ברויך מסביר זיין פאר די קינדער וואס טשעטן מיינט, זי ברויך פאר זיי קלאר ארויסברעינגען וואס סאשעל נעטווארקס מיינט, זי ברויך פאר זיי געיבן הדרכה ווי אזוי מען זאל קענען ביישטיין די ניסיונות פון די אלע אפיסעס, ווער מיינט זי זי איז, האט זי רעכט צי בארעדען די עלטערן פאר די קינדער, האט זי א רעכט צי העצן קינדער אז די עלטערן ווערן נעבעך ניכשול און געפערליכע עבירות, האט זי א רעכט צי זאגן פאר די קינדער אלע סענסעטיווע זאכן פון די טריפה'נע גאס.

ווען מען האט אריין גענימען מיין קינד אין די מוסד, האט איר געברויכט מאכן א תקנה אז מען נעמט נישט אן קיין קינדער פון עלטערן וואס שמירן זיך בלאש, ווייל אויב יא איז דא א ערענסטע מקום לומר אז די קינד גייט גיין בלאש, פונקט אזוי ווי טראגן שבת מיט בֵּיי האר, אבער א תקנה וואס איז נישט איין געפירט, מען קען זיין א מעמבער און סאטמער אפילו דאס ווייב שמירט זיך כדרך כל הנשים, מיט וועלכע רעכט קענען זיי מסביר זיין פאר מיין טאכטער אז מיין ווייב איז א שיקצע, און אין אמת'ן אריין טאר מען נישט גיין קיין בלאש אדער ליפ סטיק, דעיס איז דאך א בראך און די גאנצע מסורה, היינט בין איך נישט באגלייבט אריין באכענען און מיין טאכטער צניעות ווייל רעבעצן ה"ה האלט מיך פאר א שיקצע, און ווי אזוי קען איך דאן זאגן פאר מיין טאכטער אז עס איז דא א גאט און הימל, איך בין דאך ניפגם, איך בין דאך נישט באגלייבט, דעיס איז א פגם און די יסוד פון אידישקייט, פאר דעים צאלט מען א גאר טייערע פרייז, איך בין נישט מסכים דערצי.

וואס איז די איסור פאר א פרוי זיך צי שמירן בין הנשים, עס איז נישט דא אזא איסור, ווען זי גייט און גאס איז איין זאך אבער בין הנשים ווער ווערט ניכשל חוץ די שפיאנען, נאר די קאפ ליגט זיי א גאנצען טאג ווי מען קען איינעם רשעות טיען, די מוסדות פירט זיך דורך די עטליכע טעראריסטן, וועים קיין איין נארמאלע מעיסיגער בעל בית קען זיך נישט קעיגן שטעלן, און מיר בעל בתים וואס צאלן די שכר לימוד קענען גארנישט טיען, מיר ווערן געפירט ווי שעפסלעך צים שחיטה, זיי וועלן איינזעין ווער עס מעיג בלייבן א איד און ווער עס ברויך ווערן א גוי אדער גויטע, היו לא תהיה, מיר ברויכן די גזירה אפשלייכן, מיר ברויכן זיך איינשרייבן און יעדע כולל וואס איז פארהאן, מיר ברויכן גיסן חי ראטל משקה אז די גזירה זאל אינגיכן בטל ווערן.

ווי עס זעיט מיר אויס גייט דא ווערן אסאך ערגער איידער עס וועט ווערן בעסער, איך זעי נישט ווי אזוי עס קען ווערן בעסער, מיר טיען אלעס אויף דער וועלט שלעכט, און ווען די "הכנות האקט די פען" דאן צייגן מיר מיטן אצבע אויף השי"ת,זה קלי ואנוי-ה-ו אז ער ברעינגט אינז גזירות, ער מיז עס מבטל זיין, ווי קימט ער אריין, ער גיבט אינז בחירה, מיר זענען בוחר ברע, און מיר נעמען אים אין בילד, מען טראסקעט ארויס א בחור פון ישיבה, דער בחור קען זיך נישט האלטן ביי אידישקייט אן קיין ישיבה, אבער מיר פארשטייען אז דער באשעפער איז שילדיג דערין, פארוואס ווי קימט ער אריין דא, מיר ברויכן זיך נעמען און די הענט אריין, מיר ברויכן טיען צי די זאך, די מוסדות זענען נישט קיין נכסי יחיד, מען קען נישט טראסקענען אן קיין פארוואס נאר ווייל עס האט זיך פארשמעקט פאר בלומענפעלד.

מען ברויך פארמירן א וועד ההורים, אזוי ווי עס איז פארהאן ביי אלע פרייוועט סקולס, די וועד ההורים ברויך ווערן אריין געשטימט מיט שטימעס פון אלע מעמבערס, זיי וועלן האבן א כוח בשם די פילע עלטערן, אזוי ווי א יוניען, מען וועט ווייזען פאר די ישיבה ווער עס האט די לעצטע ווארט, אוודאי קענען זיי טיען וואס זיי ווילען, ווייל קיינער ברויך נישט אפגעיבן קיין דין וחשבון, יעדער איינער איז א חטאת היחיד, מיר טארן דאס מער נישט דערלאזן, יעדע פאליסי מיז ווערן אדורך גערעדט מיט די וועד ההורים, טרענספערענסי, נישט יעדע יחיד קען רעדען און נאמען פון א הנהלה.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

פליקער: ייש"כ פאר מעורר זיין איבער דעים וויכטיגן ענין. נאר, אין אמת'ן גלייב איך נישט אז דער מצב איז אזוי ביטער ווי דו שילדערסט עס. ס'קען זיי ס'דא א פאר איינצלנע יחידים (מענער און פרויען) שלעכטע פארשוינען (מלשון פרשנדתא/ויזתא) וועלכע זענען אליין פארביטערטע, פארביסענע ברואים, וועלכע האבן נישט קיין שמחת החיים. ממילא זוכן זיי וויאזוי צו פארביטערן דאס לעיבן פון אנדערע מענטשן. בכל אופן, מ'דארף זעהן אונטער צו ברענגען און מאכן א סוף צו דעים. ווייל א חוץ וואס דאס שטערט די נארמאלע לעיבן קען דאס גורם זיין א שטארקן פאל פון יודישקייט ביי דעם יונגן דור... :roll: 8-) :twisted: :evil: :oops: :cry: :( :o
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל

שליחה דורך דריידל »

פליקער, איך וואוט פאר דיר אלץ יושב ראש וועד ההורים.
פארדריי די דיר דיין קאפ
באניצער אוואטאר
רואה ואינו נראה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 37
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 6:50 pm
האט שוין געלייקט: 51 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל

שליחה דורך רואה ואינו נראה »

.
באניצער אוואטאר
בן בג בג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 38
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 21, 2014 1:20 am
האט שוין געלייקט: 45 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל

שליחה דורך בן בג בג »

נישט צו לאנג צוריק, איין אינדערפרי ווען ס'האט שטארק גערעגענט און מיין ווייב האט זיך געיאגט צום ארבעט, אזוי אינמיטען וועג אינעם רעגען שטעלט איר איינער פון די "פאליציי" אפ, און זאגט איר אז זי זאל נישט אזוי שנעל גיין ווייל איר סקירט קען זיך חלילה אביסל אויפהייבן און א חלק פון די קניען קענען אפשר ווערן אויפגעדעקט ר"ל.
כ'רעד צום זאך? דיין לייק טוט עס באשטעטיגען
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1344
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל

שליחה דורך petergrifin »

די אלע טאליבאנער מוסר זאגערס זאגן עפעס פאר אײנע װאס קען זײ דערלאנגען אײנס אין פיסק?
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
חכם עתיק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 225
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 25, 2014 12:21 pm
האט שוין געלייקט: 210 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 51 מאל

שליחה דורך חכם עתיק »

בן בג בג האט געשריבן:נישט צו לאנג צוריק, איין אינדערפרי ווען ס'האט שטארק גערעגענט און מיין ווייב האט זיך געיאגט צום ארבעט, אזוי אינמיטען וועג אינעם רעגען שטעלט איר איינער פון די "פאליציי" אפ, און זאגט איר אז זי זאל נישט אזוי שנעל גיין ווייל איר סקירט קען זיך חלילה אביסל אויפהייבן און א חלק פון די קניען קענען אפשר ווערן אויפגעדעקט ר"ל.


עס גלייבט זיך שווער.. וועלכע שטאט?

איך עפליי פאר די זשאב זאפארט
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

פאר אייער אינפארמאציע, צווישען די צוויי סאטמערע פראקציע'ס האט מען ארויסגעטראסקעט צוואנציג מיידלעך דעים ערשטען טאג פון די נאך זימער אנהייב פינעם יאר, אלעס פארן עובר זיין די תקנה אז זיי האבן זיך געשמירט צי זייער שוועסטער אדער ברידער'ס חתונה, עס האט נישט געהאלפן קיין שום לייקענעריי, די סאטמורים האבן אוועק געלייגט אלע זייערע דיפערענצען, און זיך ציזאמען גענימען עוקר זיין מן השורש די שרעקעדיגע עוולה וואס טיט לייגען אידישקייט און א געוואלדיגע סכנה, אזש אז עס איז ממש עק וועלט, א מאמע האט באבלאשט איר טאכטערל איידער זי איז געגאנגען צו איר שוועסטער'ס חתונה, ווי א חשובה מנהלת האט זיך אויסגעדריקט בשעתן אינטערעגירן א לייקענדע מיידל, צי זי האט אויסגעזעין עפעס שענער ווי גלייך ארויס פינעם שויער, צי איר פימפל איז געוועין איבערגעדעקט און פארהוילו פינעם מענטשלעך אויג, און דערנאך איר ארויסגעטראסקעט פאר צוויי וואכן, און דערמיט זיכער אריין געלייגט די ריכטיגע הבנה אינעם קינד, אז זי זאל מער נישט באגיין אזא נערישקייט.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
רואה ואינו נראה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 37
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 6:50 pm
האט שוין געלייקט: 51 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל

שליחה דורך רואה ואינו נראה »

.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

איי די גמרא זאגט כמה שקדו חכמים אז אידישע מיידלעך זאלן זיין שיין...
נו, א קשיא אויף הונגעריגע מענער
Under influence
קדש הילולים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 199
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 6:14 pm
האט שוין געלייקט: 105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 88 מאל

שליחה דורך קדש הילולים »

איי אין שלחן ערוך שטייט דאך אז מיידליך טארן נישט?...
עה! די שלחן ערוך קען נישט אוועקנעמען אונזערע פארדארבענע תאוות...
מיר דארפן זען ס׳זאל זיין ווי מער פריצות ביי יודן, לכה״פ האלב ווי ביי אוזערע באליבטע גוים!...
יוסל'ע
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 5
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 09, 2014 5:33 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

שליחה דורך יוסל'ע »

אלע באבלאשטע מיידלעך זענען פריצות וואס זיכן צי מעורר זיין פארדארבענע תאוות, באלד ערגער ווי אונזער באליבטע שרצע'לעך....
און די אומבאבלאשטע מיידלעך, וואס זענען מקפיד על קלה כבחמורה אויף יעדע סעיף אין שולחן ערוך, איינס הייליגער ווי די צווייטע בבחי' קדש הילולים...
איך זאג נישט כ'בין א חכם, אין איך זאג אויך נישט אז כ'בין א שוטה. איז וואס בין איך יא? איך ווייס נישט! ווייל דער וואס ווייסט אייבעג אלעס, איז שוין מער ווייניגער א ... (אין דאס ווייס איך אויך נישט אויף זיכער...)
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

קדש הילולים האט געשריבן:איי אין שלחן ערוך שטייט דאך אז מיידליך טארן נישט?...


אין וועמענ'ס שולחן ערוך שטייט דאס? מקור ביטע. אין מיין שו"ע שטייט פארקערט, וועלכע דרוק האסטו?

קדש הילולים האט געשריבן:עה! די שלחן ערוך קען נישט אוועקנעמען אונזערע פארדארבענע תאוות...
מיר דארפן זען ס׳זאל זיין ווי מער פריצות ביי יודן, לכה״פ האלב ווי ביי אוזערע באליבטע גוים!...

אוי, נישט גוט אפגעלערענט, זאג ענדערש "עה, די שולחן ערוך קען נישט אוועקנעמען אונזערע פארדארבענע תאוות צו זיין פרומער פונעם פויפסט, די שולחן ערוך איז צו מאדערן פאר אונז.


יוסל'ע האט געשריבן:אלע באבלאשטע מיידלעך זענען פריצות וואס זיכן צי מעורר זיין פארדארבענע תאוות, באלד ערגער ווי אונזער באליבטע שרצע'לעך....

ניין, די באבלאשטע און באצירטע מיידלעך זענען מקיים וואס חז"ל הייסן, אז יעדע מיידל פון די צוועלעף יאר זאל זיך באצירן און באשמירן, כדי מענטשען זאלן וועלן חתונה האבן מיט זיי.

יוסל'ע האט געשריבן:און די אומבאבלאשטע מיידלעך, וואס זענען מקפיד על קלה כבחמורה אויף יעדע סעיף אין שולחן ערוך, איינס הייליגער ווי די צווייטע בבחי' קדש הילולים...

ניין, זיי זענען עובר אויף א בפירושע חז"ל, אין הבוגרת רשאי לנוול עצמה. (תענית י"ג ע"ב).

ס'גייט מיר שוין פון די נאז זיך צו טענה'ן מיט די וואס ווילן פארשווארצן אונזער הערליכע אידישקייט, אונזער תורה, ווי כאילו מיר מוזן אלע זיין פויפסטן און נאנעס, זיך פארמואס'ן און פארעקלען, ווען דאס גייט קעגן אלעס וואס אידישקייט האט צו פארקויפן. די עמי הארצים דחד יומי, וואס ווייסען נישט וועלכע וועג מ'עפענט א שולחן ערוך, זיי פאררופן זיך די פרומע וואס די תורה געהערט צו זיי. פעך! טראגט אפ פון מיין הערליכע תורה, פון מיין באליבטע אידישקייט! לאזט אונזער רעליגיע לעבן.

לאמיר נאר אראפ ברענגען אפאר חז"ל'ן, אפאר נושאי כלים, נאר צו באקומען די פיקטשער ווי אזוי אונזערע לייבן, אונזערע וועג ווייזער האבן אנגעקוקט וויאזוי מיידלעך זאלן זיך אויפפירן.

די גמרא אין כתובות נ"ב, זאגט ר' יוחנן אין נאמען פון רשב"י, יא, דער זעלבער ר' שמעון וואס איז ארויסגעקומען פון מערה נאך צוועלעף יאר און נישט געקענט פארטראגן אז מענטשען זענען עוסק אין חיי שעה, און א בת קול האט עם צוריק געשיקט אין מערה פאר נאך א יאר בעפאר ער מאכט א גל של עצמות פונעם גאנמען וועלט, רעדט ער דארט וועגן די תקנה פון כתובת בנין דכרין, טייטשט ער די פסוק, קחו נשים והולידו בנים ובנות וקחו לבניכם נשים ואת בנותיכם תנו לאנשים, פרעגט די גמרא בשלמא בנים בידיה קיימי אלא בנתיה מי קיימן בידיה? די דרך העולם איז דאך אז א מאן נעמט א פרוי, נישט א פרוי נעמט א מאן, און וואס טיישט ואת בנותיכם תנו לאנשים? א קא משמע לן דנלבשה וניכסה וניתיב לה מידי כי היכי דקפצי עלה ואתו נסבי לה. פשוט, אז ער זאל אנטוהן זיין טאכטער שיין, כדי זי זאל געפעלן פאר בחורים, זיי זאלן וועלן חתונה האבן מיט איר.

די אויבנדערמאנטער גמרא אין תענית רעדט זיך וועגן אן אבל\אבלה, זאגט די גמרא אין הבוגרת רשאה לנוול את עצמה בימי אבל אביה, פרעגט די גמרא וואס הייסט? מעג זי זיך דען וואשן? זאגט די גמרא לא, אכיחול ופירכוס, ס'הייסט אז זי איז מחוייב זיך צו שמירן די אויגן, און שיין מאכן די האר.
זאגט רש"י אויף דעם, פארוואס מוז זי זיך שמירן אין די שבעה? אלא מתקשטת כדי שיקפצו עליה.
די מאירי שרייבט אויף א מיידל וואס וויל מחמיר זיין און זיך נישט שיין מאכן "ואם עשתה כן גוערים בה שלא לעשות כן כדי שלא ימעטו הקופצים". די פסקי תוס' זאגט "בוגרת שהגיע זמנה לינשא עליה ליפות עצמה שימצאו לה קופצים", און אזוי ווערט טאקע געפסקנ'ט אין שו"ע סימן שפ"א.

שו"ע אין הלכות שבת, ש"ג, רעדט מען דארט וועגן מטלטל זיין תכשיטים, זאגט די מחבר "והאידנא, נשי דידן נהגו לצאת בכל תכשיטין". און די רמ"א לייגט צו נאכמער, "עכשיו שכיחי תכשיטין, ויוצאים בהם אף בחול".

דורכאויס תנ"ך, ש"ס, מדרשי חז"ל זעט מען אלעמאל חז"ל משבח זיין א יפת תורה, יפת מראה, אשה נאה, אשה מקושטת וכו'.

ר' שלום משאש האט געשריבן אין זיין ספר שמש ומגן "מצוה וחובה על הנשים להתקשט לבעליהן ולכל העולם בהיתר, ולא להתנוול ע"י מטפחת ויגרמו לבעליהן לתת עיניהם באחרות ח"ו, וכמה חששו חז"ל והתירו הרבה איסורין שלא תתגנה האשה על בעלה".
ווען מ'האט עם מעורר געווען אז ס'פאסט נישט אזוי צו שרייבן, אז פרויען זאלן זיך מקשט זיין לבעליהן ולכל העולם, האט ער צוריק געשריבן א לענגערע בירור, וז"ל: "ומה שתמה כת"ר על מה שכתבתי בסוף דברי שהדבר ברור להתיר, וגם מצוה וחובה על הנשים להתקשט לבעליהן ולכל העולם בהיתר. וחז"ל התירו כמה איסורים כדי שלא תתגנה אשה על בעלה. ע"כ. וע"ז תמה כיצד אני מצוה לנשים להתקשט לכל העולם, וזה איסור גמור, ובודאי סכין המהירות פלטו, ולבעליהן זה ודאי מצוה, אבל הקישוט לבעל הוא בבית, לא בשוק וכו', עכ"ל.

ברוך ה' אין כאן סכין, ולא מהירות, ולא פליטה, אלא בכוונה גדולה. והמידה האחת המיוחדת שיש בי, שחנן אותי ה' יתברך בחסדו הגדול, היא שאין אני נבהל להשיב, ואיני ממהר להוציא שום פסק דין מתחת ידי עד שאני מניחו ומתבונן בו וחוזר עליו הרבה פעמים, ומזה יצא לי הרבה פעמים להגיה ולשנות הרבה דברים, ואני שמח בזה. ולא כמו אחרים שמשיבים מהר על אתר, מה שבא לדעתם בהשקפה ראשונה, ומזה יוצא להם מאמר חז"ל פרי המהירות חרטה, וגם כבודו נתפס בזה כעת.

והאמת היא שבזה לא הוצרכתי למקורות, בדבר הפשוט והניכר לכל העולם, שכל הנשים שבעולם וגם אשת כת"ר בכלל, כאשר רוצים לצאת לשוק, אז מתלבשות יפה בבגדי כבוד כדי שיתראו בכלל נשים נכבדות ויקרות, ובבית אין לובשין אותן, שהם יקרים. וגם בבית מטפלים בבנים ובבישול ובכל צרכי הבית, ויתלכלכו להם. גם מעולם לא יצאו לשוק בבגדי בית, שבזה הן מורידין את כבודן ואת כבוד בעליהן, ובודאי שצעוק יצעק הבעל על אשתו אם יראה אותה מנוולת בשוק לפני חברותיה, ותתגנה בעיניו, אף אם תלבש בגדי כבוד בבית, כי הבעלים מקפידים על השוק יותר מהבית, ופוק חזי מאי עמא דבר, אין צריך להאריך בזה. וגם הבעלים בבית מסירים בגדי כבוד של השוק ולובשים בגדים פשוטים שיוכלו ללכלכן וכיוצא, וגם שיהיו בני חורין מעט מכובדם של בגדי השוק, וזה שייך גם בנשים, ובפרט שע"פ רוב ולפי רוח היום, יוצאים יחד לשוק בעל ואשתו בבת אחת, ויתבייש לראות אשתו מנוולת כמו ערבית, בתוך נשים אירופאיות מלובשות ומקושטות כראוי לרוח הזמן ובהיתר".


פלא יועץ אין ערך יופי שרייבט "וראוי לכל אדם להשתדל לקחת לבניו נשים יפות, כדי שלא יתנו עיניהם באחרת. וכן מטעם זה ילביש את אשתו ויקנה לה תכשיטין ביותר ממה שיש לו, כדי שתמצא חן בעיניו ולא יתן עיניו באחרת". זעט מען אז א מאן דארף אלעמאל זיכער מאכן אז זיין ווייב זאל אויסזעהן די שענסטע אין שטאט.
קדש הילולים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 199
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 6:14 pm
האט שוין געלייקט: 105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 88 מאל

שליחה דורך קדש הילולים »

אגב, מ׳זעט טאקע אזוי די מציאות, די אלע וואס זייערע ווייבער גייען מער ״אהערגעשטעלט״, זייערע מענער זענען די הייליגסטע אפגעהיטענסטע יודן וואס כלל ישראל פארמאגט... משא״כ די וועליכע זייערע ווייבער גייען נישט אזויווי ס׳שמעקט פאר זייערע שכינים, זענען געווענליך די פארדארבענע.... אזויווי יעדער איז אמאל געווען... ווען יעדער איז נאך אזוי געגאנגען...
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

אמממ... פרעג נאר דעם וועד הצניעות וועם זיי האבן אויף זייער וואטש-ליסט, קוק אויף יוטיוב וועלכע יונגערלייט לאקערן אויף גויטעס, און גיב נאר א קוק וועלכע סארט יונגערלייט זיצן צוליב מאלעסטעישן קלאגעס. לויט וויפיל איך געדענק זענען די רוב פון די פלעסטיק-ברילן געמיינדע, אזעלכע וואס זענען מוחה און שרייען געוואלד.

סאו, יא, ווי מיאוס'ער די פרוי איז, אלס מער טשענסעס איז דא צו זיין צופרידן. ס'מאכט טאקע אסאך סענס.
קדש הילולים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 199
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 6:14 pm
האט שוין געלייקט: 105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 88 מאל

שליחה דורך קדש הילולים »

מ׳דארף טאקע זען צי זאגן פאר אלע ערליכע יודן (כגון ר׳ צמ״ז, וכדומה) אז זיי זאלן ח״ו נישט לאזן זייערע ווייבער אנטון געהעריג, ווייל אזוי וועלן זיי קענען זיין הייליגער... מ׳זעט דאך בחוש, אז אמאל פלעגט מען גיין נארמאל אנגעטון, און ס׳איז געווען צרות. זייט די גוי האט מחליט געווען צי פורק עול זיין יעדע מענטשליכע נארמאלע אויפירונג, און בפרט זייט יודן טוען זיי נאך, למחצה לשליש ולרביע, זענען טאקע די אלע פראבלעמען אסאך ווייניגער ווי אמאל(טאקע ביי די ״אהערגעשטעלטע״, נישט ביי די ״פאנאטישע״, ביי זיי איז עס סאך ערגער....).....
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

איך ברענג דיר מקורות פון חז"ל קומסטו מיר דא מיט מציאות? זייט ווען איז מציאות שטערקער ווי חז"ל?

ליצנות אין א זייט, וויאזוי פונקטליך ווייסטו ווער ס'איז באמת הייליג און אפגעהיטן? א ריפסענע בעקיטשע מיינט אפגעהיטן? צושלאכעטע פיאות מיינט אז ער היט זיך פון מחשבת עריות? א גרויסע געלע טלית קטן מיינט אז ער טראכט ווייניגער פונעם שכנה? יא, די אלע "פארדארבענע" זינדיגן לכאורה סאך ווייניגער, פארפארציאנאל צו וויפיל מגע ומשא זיי האבן מיט פרעמדע פרויען דורכן טאג, ווי די כולל יונגעלייט וואס ווערן אינגאנצען עקסייטעד יעדע מאל מ'גייט אין גראסערי און דארף נעמען טשעינדזש מיט די הענט. בשעת די ארבייטערס זענען זיך גובר אויף נסיונות יעדן טאג אין אפיס זענען די פרומע ביזי מיטן קוקן וויפיל פרויען גייען מיט שמאלגע געפאסטע קליידער, ווי שרעקליך די מצב איז היינט טצק טצק....
בר דעת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 6:17 pm
האט שוין געלייקט: 868 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 660 מאל

שליחה דורך בר דעת »

לייק אויף דיין תגובה און באזונדער אויפן טצק טצק קרעכץ
באניצער אוואטאר
ודי למבין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 603
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 30, 2013 2:22 pm
האט שוין געלייקט: 730 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

שליחה דורך ודי למבין »

שכח געפילטע פאר די רבי שלום משאש רייד. גאר, דאר שטארק.
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2776
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3022 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2287 מאל

שליחה דורך סאשי פיש »

קיינער זאל נישט מיינען אז [tag]פליקער[/tag] חלום׳ט דא האט איר די צעטל!!!
בייגעלייגטע פיילס
image.jpg
image.jpg (171.13 KiB) געזען געווארן 3207 מאל
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

כ'ווייס נישט פארוואס, אבער די אויספיר אונטן (הלואי וכו') רעגט מיך נאך אויף מער ווי דער גאנצער צעטל.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
קדש הילולים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 199
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 6:14 pm
האט שוין געלייקט: 105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 88 מאל

שליחה דורך קדש הילולים »

געפילטע פיש האט געשריבן:איך ברענג דיר מקורות פון חז"ל קומסטו מיר דא מיט מציאות? זייט ווען איז מציאות שטערקער ווי חז"ל?

ליצנות אין א זייט, וויאזוי פונקטליך ווייסטו ווער ס'איז באמת הייליג און אפגעהיטן? א ריפסענע בעקיטשע מיינט אפגעהיטן? צושלאכעטע פיאות מיינט אז ער היט זיך פון מחשבת עריות? א גרויסע געלע טלית קטן מיינט אז ער טראכט ווייניגער פונעם שכנה? יא, די אלע "פארדארבענע" זינדיגן לכאורה סאך ווייניגער, פארפארציאנאל צו וויפיל מגע ומשא זיי האבן מיט פרעמדע פרויען דורכן טאג, ווי די כולל יונגעלייט וואס ווערן אינגאנצען עקסייטעד יעדע מאל מ'גייט אין גראסערי און דארף נעמען טשעינדזש מיט די הענט. בשעת די ארבייטערס זענען זיך גובר אויף נסיונות יעדן טאג אין אפיס זענען די פרומע ביזי מיטן קוקן וויפיל פרויען גייען מיט שמאלגע געפאסטע קליידער, ווי שרעקליך די מצב איז היינט טצק טצק....

ח״ו!! ביי אונז הייליגע יודן וואס זענען מקפיד צי איבענעמען טשענדזש אין גראסערי כדי ח״ו נישט מהרהר זיין באשה, איז דאך א חז״ל סאך סאך שטערקער ווי א מציאות!!! (זעלבסטפארשטענדליך ס׳ווענדעט זיך פון וועליכע חז״ל מ׳רעדט, חז״ל אין מס׳ נדה דף י״ג איז לכאורה נישט אזוי קראנט
ווי די אנדערע וואס די ברענגסט, אבער מ׳רעדט נאר אזוי אויבן אויף...)

ליצנות??!! ווער מאכט ליצנות??!! אזעליכע הייליגע יודן וואס זענען מוחה אויף בזיון התורה פון די הייליגע גמרות וואס די ברענגסט, זענען דאך ווייט פון ליצנות כרחוק מזרח ממערב. כ׳האב דאך עס זייער ערענסט געשריבן!! מ׳זעט דאך בחוש אז די מערסטע בעלי עבירות קומען ארויס פון די וואס פראבירן צי זיין אפגעהיטן!!
אנגעהויבן פונעם אויסגעלאסענעם גוי ביז געם אפגעהיטענעם יוד, איז ווי מער אויסגעלאסן, אלס ווייניגער עבירות. למשל צי הערן ביי די גוים אז איינער איז דורוכגעפאלן, איז אזא זעלטענהייט, כמעט אזויווי א ערד ציטערניש... משא״כ ביי די ״פרומאקעס״, הערט מען עס טעגלעך!!!
און אזוי אויך אינצווישן, למשל ביי די ליטווישע קרייזן ווי מ׳גייט ווייניגער בצניעות, הערט מען עס פיל פיל פיל ווייניגער ווי ביי די חסידישע...(פארשטייט זיך אז ביים גוי הערט מען נאך ווייניגער, נאר קעגען די חסידישע....)


ערענסט גערעדט, ביי אונז יודן איז הרהור אויך א עבירה. אפילו ס׳געשעט נישט קיין דורכפאל. במילא וואס די ברענגסט א ראי׳ פון די וואס ארבעטן טעגלעך מיט פרויען, איז בכלל נישט קיין ראי׳ ווייל די ווייסט נישט וואס ס׳טוט זיך אין יענעמס קאפ.ועוד, די וואס ראיות אסורות איז ביי זיי בכלל נישט קיין פראבלעם, קומען טאקע נישט אזוי שנעל לידי הרהור, אבער זיי זענען שוין טיף אין דער ערד!!!
פארשפארט