ישראל קאפקע האט געשריבן:די אנקעטע האט זיך באצויגן צו דיין הנחה אז ציוניזם איז מער נישט קיין אידעאל, (ס'איז היינט צוטאגס א פאקט 'אויך')
די מערץ אנקעטע ווייזט אז ווייניגסטנס אכציג פראצענט נישט חרידישע יוגנט, און פילייכט נאך העכערע פראצענט ביי נישט חרידישע ערוואקסענע (מינוס פלאוויוס וואס ווייסט נישט וואס ער האלט זיך ) האלטן זיך אלס ציוניסטן,
צווייטנס אז ציוניזם און אמונה בביאת משיח גייט האנט אין האנט איז נישט דא קיין ציפערן, אבער איין זאך איז קלאר
"די ווייניגסטע ציוניסטישע דעמאגראפיק, נעמליך חרידים (26% ציוניסטיש) זענען די גרעסטע מאמינים בביאת המשיח,"
וואס דו דארפסט יעצט טון איז אונטערשטיצן דיין באהויפטונג אז ציוניזם ביי די נישט רעליגיעזע מיינט אמונה בביאת המשיח, (אז די רעליגיעז ציוניסטישע וואס גלייבן בביאת המשיח זענען די גרעסטע ציוניסטן ווייזט נישט קיין פארבינדונג ווייל די חרידים וואס גלייבן די מערסטע בביאת המשיח, זענען די קלענסטע ציוניסטן)
ישראל טייערער, ביים נוצן דאס ווארט "אידעאל", האב איך געמיינט דעם פאלגנדן באדייט פונעם ווארט (גענומען פון Webster'sׂ):
"Ideal: existing as an archetypal idea"
נאכדעם וואס מ'האט זיך שוין אומגעקערט קיין ציון איז עס מער נישט קיין אידעאל, נאר אן אופן וויאזוי מ'באטראכט דעם היינטיגן מציאות. דאס איז נישט קיין הנחה, נאר א מציאות.
איך וואלט קיינמאל נישט געווען קיין קאנדידאט צו לייקענען די ערשיינונג פון היינטצייטיגן ציוניזם, און דו וועסט עס נישט טרעפן אין מיינע ווערטער, איך האב נאר געזאגט אז דער פאקט אז מ'האנדלט יעצט וועגן א רעאליטעט, ברענגט דערצו אז די אנהענגער פון ציוניזם לעת עתה זאלן זיין בעיקר טראדיציאנאליסטן (אזעלכע וואס זענען סיי ווי ווארעם צו אידישקייט). און איך מיין אז די אנקעטע וואס דו האסט געברענגט האט אונטערגעשטיצט דעם געדאנק, דערמיט וואס ציוניזם האט אויסגעזען צו זיין א פאקטאר פון טראדיציאנאליזם.
נאכדעם וואס מיר ווייסן אז ציוניזם איז מער נוטה צו גיין צוזאמען מיט טראדיציאנליזם, בין איך נישט מחוייב אונטערצושטיצן מיין טעזע אז ציוניזם גייט מיט אמונה בביאת המשיח, וויבאלד ביאת המשיח איז א טייל פון דער טראדיציע. די חובת ההוכחה אז ציוניסטן זענען כופרים בביאת המשיח ליגט אויף דעם וואס וויל אזוי טענה'ן.
פארשטייט זיך אז דער חרדישער יוצא מן הכלל קען נישט אפפרעגן די מסקנות לגבי דעם אלגעמיינם ציבור, וויבאלד חרדים טיילן זיך אפ אין אן א שיעור זאכן פונעם אלגעמיינעם טרענד צווישן אידן. דער כלל אז ציוניזם אין ארץ-ישראל איז אפיליאירט מיט טראדיציאנאליזם האלט אויס זייער שטארק, ביז ס'קומט צו חרדים - וועלכע זענען בסך הכל נישט מודה אז זיי זענען ציוניסטן, אבער לויט ווי 'דער איד' פארקויפט קעגן דעם 'המבשר' און דעם 'המודיע' זענען זיי סיי ווי אויך די שטערקסטע פאטריאטן פונעם ציוניזם. דאכט זיך אז א בליק אין סיי וועלכער חרדישער, נישט-סאטמארער אויסגאבע, אויף ענגליש צי עברית, וועט אונז קלארמאכן אז אינעם חרדישן הארץ ברענט סוף כל סוף אויך א טיפער פאטריאטיזם צו דער וואונדערליכער ערשיינונג פון שיבת ציון בזמננו.