לעמיל האט געשריבן:ווען די האלסט אז ער איז גענוג מאטשור אדער ווען ער איז מחליט אז ער איז שוין גענוג מאטשור??
אויב גיי איך דיר ענטפערן גייסטו טרעפן נאך אירעלעווענט שאלות צו פרעגען? פרעג cha-cha.
פריינדליך האט געשריבן:געפילטע פיש האט געשריבן:און פליז זאג מיר נישט אז דארט זעט מען מער גיטין ווייל דעי תירוץ גייט שוין ארויס פון די לינקע פיאה.
עס איז אמת אדער נישט? וואס א נפקה מינה ווי עס גייט אבער פון ווי עס קימט?
אראפצולייגען די חסרונות דארט קען נאר א ליטוואק, זיי וואלטען זיך געוואנטשען צו טוישען צו אינזער סיסטעם,
קופערניקוס האט געשריבן:איר זאגט אלע זייער גוט די סיסטעם דארף א טויש, אבער די עיקר איז קודם וויסן אז עס עפעס איז ראנג, די סיסטעם פירער זענען זייער איגנאראנט, זיי זענען ביזי ווי שלעכט עס איז ביי אנדערע און אזוי ווארפן זיי אש און פארעך אין די אויגן. זיי דארפן וויסן אז מען מוז לאזן הערן קריטיק, יעדע מדינה האט קאנטראלערס, אינספעקטארס, אפאזיציע און אזוי ווייטער וואס קריטיקירן. די מדינות ווי דער הערשער קלאפט זיך אין רוקן און שיסט די אפאזיציע טראגט א פנים ווי זימבאבוויע.
מען מוז לאזן הערן קריטיק און נעמען קריטיק!
נולד מאוחר, די ביסטו לאקי, הלוואי וואלט איך געבוירן געווארן מאוחר, ווייל עס זעהט אויס אז זאכן ווערן בעסער במשך הזמן, יא, מען פרובירט יעצט צוריקצודרייען די זייגער, אבער לא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי כי מלאה הארץ דעה, די יונגווארג איז שוין נישט אזוי כצאן לטבח. אלזא די ביסטו געבוירן געווארן גוט. ווי שפעטער איז בעסער.
קול דודי האט געשריבן: יא, ס׳איז ברור כשמש בצהרים אז די וועלט איז עלטער ווי 5000 יאר,
chasid האט געשריבן:ביטע קול דודי זיי מסביר קלארער נומבער 1 און 2, כ'גלייב נאכנישט אז בראשית ברא ווערט שוין אויך א ספק דא אין קאווע שטיבל.
(האסט א שייכות אפשר מיט קול גדול?..)
טעלעפאן האט געשריבן:הרב קול דודי, במחילת כבוד הרב, נישט איעדענס שטותים קען אימפארטירט ווערן דא...
ס׳איז באמת נישט דאס פלאץ דא אבער ס׳איז דא גענוג זאכליכע איבערווייז אקעגן דיינע רייד.
http://www.divineinformation.com/audios ... d-science/
chasid האט געשריבן:ביטע קול דודי זיי מסביר קלארער נומבער 1 און 2, כ'גלייב נאכנישט אז בראשית ברא ווערט שוין אויך א ספק דא אין קאווע שטיבל.
(האסט א שייכות אפשר מיט קול גדול?..)
איחוד פעלד האט געשריבן:פראפעסער
האסט אמאהל געהאט א ספק צו די ביסט אפשר געבוירען נעכטען, און די אויבערשטער האט באשאפען די גאנצע וועלט נעכטען, גרייט פאר דיר?
ניין. די ווייסט פארוואס?
ומהאי טעמא זאלסטו מיר נישט געבען די קרעפ תירוץ אז אדם איז באשאפען אלט וכו'.
קול דודי האט געשריבן: וואס וועלן פראפעסאר שפירא׳ס קינדער טראכטן לגבי די אלע קלארע ליגנטס וואס מ׳האט זיי פארקויפט?
נוי יארק האט געשריבן:אזוי ווי יעצט, קוקט נישט אויס ווי דער עולם איז צופרידען.
און טוישען צו א וועג וואס מען האט נישט קיין בלוי-פרינט ווי אזוי עס קוקט אויס, איז גאר גאר א גרויסע ריסק! איך מיין אז אינז וואלטען נישט איינגעשטעלט אונזערע קינדער אויף אזא עקספערימענט.
קול דודי האט געשריבן:אוודאי איז נישט דא א סיסטעם וואס איז הינדערט פראצענט גוט. אבער ס׳איז דא וואס איז %100 בעסער ווי אונזער יעצטיגן סיסטעם. וואס צו פארעכטן? אט דאס:
1) מ׳דארף אויפהערן זאגן ליגנט פאר אונזערע קינדער. אסאך פון אונזערע פראבלעמען נעמען זיך פון דעם. ניין, די גוים זענען נישט אלע פארלוירן גייסטיש און מאראליש. ניין, די פרייע אידן זענען אונז נישט מקנא אונזער לעבנסשטייגער. ניין, די סייענטיסטן זענען נישט פארנומען אגאנצן טאג אויסטראכטן וועגן וויאזוי אויסצורייסן אונזער אמונה. ניין, אונז האב מיר נישט די מאנאפאלי אויף שמחת החיים. יא, ס׳איז ברור כשמש בצהרים אז די וועלט איז עלטער ווי 5000 יאר. יא, ווען מ׳קומט צו א געוויסן עלטער איז נארמאל צו שפירן א תשוקה צו מיידלעך (און אמאל בחורים).
ניין, נישט איעדער גייט אויסוואקסן א תלמיד חכם אדער א ביזנעסמאן אדער א פלאמבער אדער א קאמפיוטאר טעקנישן. ס׳איז דא אנדערע ברירות אויך. ויש לדבר עוד ועוד הרבה יותר ממה שהקולמוס סובלות כאן.
2) מ׳דארף אויפהערן זאגן ליגנט פאר זיך אליינס. זעט נומער 1, אויבן. און נאך אסאך. יא, ס׳איז דא שטארקע ריאות אויף ווער און ווען מ׳האט געשריבן די תורה. עיין ערך James Kugel למשל. האלצט אז ס׳איז נישט קיין ריאות ברירות? אשריך! אבער נער דיך (און יענעם) נישט מיטן זאגן אז עס עקזאסטירט נישט.
3) מיר דארפן אויפהערן פארלאנגן אז יעדער זאל זיין בערך די זעלבע. דאס פאראורזאכט א חורבן איום ונורא. ס׳איז דא מענטשן מיט אלע מינים טאלאנטן און שאיפות וואס פאסן נישט אריין אינ׳ם היט-און-רעקל ביזנעסמאן אדער בלויע העמד פלאמבער פארם. (דו יא? נאך אמאל, אשריך!) צווינגן איעדעם אריין פאסן און דעם זעלבן פארעם (בערך) האבן מיר געירשנ׳ט פון אונזער עלטער זיידעס און סדום. אשרינו!
4) הער אויף מורא האבן זאגן דיין מיינונג און הער אויף פרובירן שטיל מאכן אנדערע מיינונגען! די גמרא זאגט שוין כשם שאין... כך אין דעותיהן שוות. ווער האט צוגעלייגט ״ולעשותם שוות למצוה גדולה יחשב״?