"שטיסל" טעלעוויזיע סעריע

ארט, גראפיק,און פאטאגראפיע
פארשפארט
באניצער אוואטאר
איש אשכולות
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 112
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 26, 2014 4:33 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 51 מאל

שליחה דורך איש אשכולות »

למעשה זענען מיר כמעט אויף איין פעידזש, ווי דו אליין זאגסט אז זיי מאלן אראפ די חרדים ווי צביעים, וואס איז דאס נישט קיין סם? און אודאי מאלן זיי אפ אונזער שטרענגער חינוך מיט א איידלקייט, מיטן ציל צו האלטן די פילם אריגינעל, און די סם איז די זאכן וואס דו וואלסט מסתמא נישט באמערקט. די זאכן וואס איך האב אויסגעשמיעסט אויבן. ווידער טאלאנטען א בית הקברות? Well מיר זענען נישט אראפגעקומען אויף דער וועלט צו אויסבויען אונזערע טאלאנטען. לצורך פרנסה? פארוואס נישט. איי וועסטו זאגן צבי ארי׳ וואלט געקענט זינגן ביי חתונות. יא אבער זיי ווילן דיר דאס נישט זאגן. זיי מאלן אראפ די חרדים וואס דערשטיקן די געפילן פון לעבן. איינער וואס האט דאס אויך געוואטשט האט מיר געזאגט אז ער וואלט געלאזט זיין קינד וואטשען די טיטאניק ווי איידער שטיסל.. די קונץ פון שטיסל איז דיר צו האלטן די חרדים סטאביל און אריין ריקן ביטערע קלעפ פאר זיי. אויב דו זעסט עס נישט קען איך דיר דאס נישט מער מסביר זיין. אדרבה אז די האסט געזען די גוטס זאל די אייבירשטער העלפן אז די פילם זאל דיר נישט שאטן.
באניצער אוואטאר
איש אשכולות
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 112
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 26, 2014 4:33 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 51 מאל

שליחה דורך איש אשכולות »

פארגעסן צו זאגן נאך א זאך וואס איז סם, א בילד כאילו חרדים מאכן ״אבארשען״..
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

איש אשכולות האט געשריבן:פארגעסן צו זאגן נאך א זאך וואס איז סם, א בילד כאילו חרדים מאכן ״אבארשען״..


חרדים מאכן נישט קיין אבארשען? וואס איז שלעכט מיט אבארשען ווען עס פעלט אויס?


.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 1544 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל

שליחה דורך מאראנצןזאפט »

וואס איז שלעכט מיט חילול שבת ווען ספעלט אויס.
דאס איז א גערעדעכטס?
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
באניצער אוואטאר
איש אשכולות
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 112
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 26, 2014 4:33 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 51 מאל

שליחה דורך איש אשכולות »

מאראנצןזאפט האט געשריבן:וואס איז שלעכט מיט חילול שבת ווען ספעלט אויס.
דאס איז א גערעדעכטס?
באניצער אוואטאר
איש אשכולות
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 112
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 26, 2014 4:33 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 51 מאל

שליחה דורך איש אשכולות »

הוגה האט געשריבן:
איש אשכולות האט געשריבן:פארגעסן צו זאגן נאך א זאך וואס איז סם, א בילד כאילו חרדים מאכן ״אבארשען״..


חרדים מאכן נישט קיין אבארשען? וואס איז שלעכט מיט אבארשען ווען עס פעלט אויס?


.

די אמת איז אז איך ווייס אז דו האסט נאר געמאכט א ווערטל אזוי ווי גיטי האט נאר געמאכט א ווערטל, עכט האט זי נישט געוואלט, ווייל יעדער ווייסט אז אבארשען איז אסור על פי תורה.
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

איש אשכולות האט געשריבן:יעדער ווייסט אז אבארשען איז אסור על פי תורה.


יעדער ווייסט? איך נישט! אדרבא, אפשר צייגסטו וואו עס שטייט אזוי קלאר אז עס איז אסור?

אגב, אויב מיינסטו אז גיטי האט עס נישט געמיינט ערענסט האסטו נישט פארשטאנען די שאו.


.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
איש אשכולות
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 112
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 26, 2014 4:33 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 51 מאל

שליחה דורך איש אשכולות »

הוגה האט געשריבן:
איש אשכולות האט געשריבן:יעדער ווייסט אז אבארשען איז אסור על פי תורה.


יעדער ווייסט? איך נישט! אדרבא, אפשר צייגסטו וואו עס שטייט אזוי קלאר אז עס איז אסור?

אגב, אויב מיינסטו אז גיטי האט עס נישט געמיינט ערענסט האסטו נישט פארשטאנען די שאו.


.

אזוי ערנסט ווי דו ווייסט נישט אז עס איז אסור..
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

די נקודות וואס ר' איש האשכולות שרייבט האבען אסאך פרומע זיך אפגערעדט בשעתו אויף די איזרעילי פארומס.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

איש אשכולות האט געשריבן:
הוגה האט געשריבן:
איש אשכולות האט געשריבן:יעדער ווייסט אז אבארשען איז אסור על פי תורה.


יעדער ווייסט? איך נישט! אדרבא, אפשר צייגסטו וואו עס שטייט אזוי קלאר אז עס איז אסור?

אגב, אויב מיינסטו אז גיטי האט עס נישט געמיינט ערענסט האסטו נישט פארשטאנען די שאו.


.

אזוי ערנסט ווי דו ווייסט נישט אז עס איז אסור..


איך בין גאר ערענסט. עס איז בכלל נישט קלאר אז עס איז אסור. איך פארשטיי אז רוב חרדי'שע פוסקים האבן שוין מפלפל געווען לאיסור אבער עס איז בכלל נישט פשוט וברור. אין געוויסע פעלער איז עס פשוט מותר. דו קומסט דא און דו טענה'סט אז ס'אסור ע"פ תורה אבער דו קענסט בשו"א נישט אנצייגן פארוואס.


.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

סארי פארן אריינהאקן אין די טענה'ריי. איינער ווייסט אויב מ'קען שוין באקימען שטיסל מיט ענגלישע סאבטייטעל'ס?
באניצער אוואטאר
איש אשכולות
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 112
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 26, 2014 4:33 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 51 מאל

שליחה דורך איש אשכולות »

הוגה האט געשריבן:
איש אשכולות האט געשריבן:
הוגה האט געשריבן:
איש אשכולות האט געשריבן:יעדער ווייסט אז אבארשען איז אסור על פי תורה.


יעדער ווייסט? איך נישט! אדרבא, אפשר צייגסטו וואו עס שטייט אזוי קלאר אז עס איז אסור?

אגב, אויב מיינסטו אז גיטי האט עס נישט געמיינט ערענסט האסטו נישט פארשטאנען די שאו.


.

אזוי ערנסט ווי דו ווייסט נישט אז עס איז אסור..


איך בין גאר ערענסט. עס איז בכלל נישט קלאר אז עס איז אסור. איך פארשטיי אז רוב חרדי'שע פוסקים האבן שוין מפלפל געווען לאיסור אבער עס איז בכלל נישט פשוט וברור. אין געוויסע פעלער איז עס פשוט מותר. דו קומסט דא און דו טענה'סט אז ס'אסור ע"פ תורה אבער דו קענסט בשו"א נישט אנצייגן פארוואס

בל״נ דאס איז מיין לעצטער אנטווארט צו די עפיזאד, ווייל עס פארקריכט מן הענין. די איסור שטייט אין די עשרת הדברות ״לא תרצח״. קיין איין רב האט דאס נישט מתיר געווען. אפשר שלום שטיסל איז דאס מתיר. צוריק צום ענין.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

איש אשכולות האט געשריבן:בל״נ דאס איז מיין לעצטער אנטווארט צו די עפיזאד, ווייל עס פארקריכט מן הענין. די איסור שטייט אין די עשרת הדברות ״לא תרצח״. קיין איין רב האט דאס נישט מתיר געווען. אפשר שלום שטיסל איז דאס מתיר. צוריק צום ענין.

ס'דאך דיין לעצטע אנטווארט קען איך דיר נישט ענטפערן ווייל דו וועסט דאך סייווי בלייבן גערעכט, אבער דאס וואס דו זאגסט איז בערך אזויווי איך זאל זאגן אז מ'טאר זיך נישט בלאזן די נאז מיט א פינקע טישו, ס'שטייט בפירוש אין די עשרת הדיברות "לא תנאף", קיין איין רב האט עס נישט מתיר געווען...

יעצט צו דיינע טענות אויפן סעריע, איך האב בכלל נישט געזען ס'זאל זיין אנטי, נאר ס'ברענגט זייער גוט ארויס די תוך און פנימיות פון חרדיזם בכלל, און די ארגינעלער טשאלמער'קייט בפרט. און שולם שטיסל איז די בעסטע חרדישע כאראקטאר וואס ס'נאר אמאל געווען אין סיי וואסערע מידיע. אבער כדי ארויסצוברענגען א קולטור אזוי גוט, פארשטייט זיך ס'וועט ארויסקומען די גוטס און אויך די שלעכטס, אן דעם וואלט עס נאר געווען א וואן סיידעד שאו און וואלט אויסגעזען ווי פראפאגאנדע. יעצט צו דיינע נקודות.

איש אשכולות האט געשריבן:[i]1) צבי ארי' האט נעבעך נישט געקענען אויסנוצען זיינע מוזיק טאלאנטען, ווייל זיין טאטע האט אים נישט געלאזט. און אנשטאט איז ער געווארן א אפגעריסענער כולל אינגערמאן...
2) חרדים זאגן קיינמאל נישט פאר זייערע פרויען 'איי לאו יא'...
די ערשטע צוויי האט שוין איש עברי גוט געענטפערט, יא, ס'נישט קיין כלל אן א יוצא מן הכלל, אבער דו ווייסט אויך אז ס'דא אסאך אזעלכע.
3) א בילד כאילו חרדים טרינקען קאווע אדער טיי א גאנצן טאג. דאס איז פארוואס מען זעט שלום ביי די אכילה ושתיה א גאנצען צייט. וואס דאס מיינט, אז חרדים טרינקען און עסן א גאנצען טאג...
לאו דוקא, נישט אלע חרדישע כאראקטארן עסן א גאנצע טאג, נאר שולם אליינס, און דאס איז זיין כאראקטער, ס'האט לאו דוקא מיט חרדיזם איינגעלייגט.
4) חרדים ווערן געשטיפט צום שידוך מיט געוואלד...
פעלט דען אויס אזעלכע? ווילסט נעמען?
5) פרויען שלאגן זייערע ווייבער...
אזויווי איש עברי האט געענטפערט, און אויך איז דאס נאר אן איינצעלנע פאל, ביי א איינצעלנע פארפאלק, די אנדערע חרדישע פארפעלקער אינעם סעריע שלאגן זיך נישט מיט הענט. וואס ווילסטו? זיי זאלן אפמאלן יעדע חרדישע כאראקטאר אינעם סעריע ווי א טלית שכולה תכלת? אודאי וועלן זיין גוטע און שלעכטע, שוואכע און שטארקע, אבער דאס איז דא אין יעדע סעריע, און ס'האט נישט מיט חרידזם כי היא זה.
6) קינדער רופן די עלטערן צו דין תורה...
שטעלסט דיך אויף קלייניקייטן, באלד וועסטו מיר זאגן אז זיי ווילן אויך איינרעדן אז אלע 12 יעריגע חרדישע מיידלעך רייכערען.
7) ליצנות פון שמירת ענים, למשל ווי עקיבא איז געזיצן אלס בחור אויפן באס קעגן א אויסגעלאסענע כאלערע...
ליצנות פון היפאקריטסווע, וואס איז דא איבעראל, און יא, ביי אונז אויך.
8) ליצנות פון מחאות, ווי ארויסשטיפן א חצופה פון א געשעפט..
כנ"ל. חוץ מזה איז דאס א משבר נפשי פון א געליטענע פרוי וואס זעט אינעם אומצניעותדיגע פרוי די פערסאניפיקאציע פון אלע אירע פראבלעמען, זי איז שולדיג אז איר מאן האט איר איבערגעלאזט.

אלעס איז שוא ושקר, און ביליגע ליצנות פון חרדישע אידן. אראפגעלייגט מייסטערהאפטיג אבער מיט גופטיגע סם. עס שוידערט די געוויסן אז 'אידן' ווערן גענוצט צו שפילן מיט פרויען אזוי ביליג. ווי מען נעמט קליינער קינדער, קליינער בחור'לעך א.ד.ג. זאלן שפילן טיילן פונעם חרדישען לעבן אויף א פארבאטענעם אופן, אפי' זיי זענען 'חלונים'.

תמצית היוצא פון דעם שטיסל: 'סם המות', גופט און פויזן אויף אידן מאמינים לה' ולתורתו.


די ריוויו'ס וואס איך האב געזען פון די פריי איז נאר געווען לשבח, ס'נעמט דעם פארפרעמדעטן חרדי וואס זיי קוקן אן ווי א חיה פון וואלד, א alien, און עם געגעבן א מענטשליך פנים, ער האט אויך אינעליכע מלחמות, משברים, ער האט ליב, און האט פיינט, ער איז ווייעך, און איז שטייף, אמאל קומט די שטייפקייט צו פארשטעקן אנדערע פראבלעמען וואס מ'האט מיט זיך אליינס, דאס האט געגעבן א human פנים פאר חרדים מער ווי עני PR קאמפיין קען זיי געבן. נאר איינער וואס קען נישט דולדן די מינדעסטע קריטיק, וואס קען נישט זען קיין שלעכטס אויף זיך, און וויל אז די וועלט זאל מיינען אז אלעס ביי אונז איז פיקס און פערפעקט, נאר אזא איינער קען זען סם און פארשמיצוגונג אין דעם הערליכען סעריע.
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

הערליך ארויסגעברענגט, עס יוזשאעל
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
איש אשכולות
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 112
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 26, 2014 4:33 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 51 מאל

שליחה דורך איש אשכולות »

אודאי האבן די פרייע געגעבן גוטע ריוויאס ווייל זייערע פרייע חברים האבן געמאכט א סאלעט גוטע דזשאב. נאך אלעם בין איך צופרידן צו זען ווי ענק אלע פארשטייען זייער גוט וואס איך מיין. יוצא מן הכלל, לאו דוקא וכו׳ וכו׳ ענק האבן ארויס די זאך פיין.
חקרן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 606
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 98 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1086 מאל

שליחה דורך חקרן »

וואו זיצט שבעה איר זוהן ר' שולם שטיסל?

אגב, זי האט שוין געענדיגט נייען דעם סוועטער פאר איר פארשטארבענעם מאן?
איך האלט אז עס האט איר געשאדט אן עין-הרע, נאך אזא שיינעם מסיבת יומלדת... אויך קען זיין אז עס איז א קפידה ווייל זי האט געקוקט אויף די שיינע פארשטעלונגען אום יום העצמאות... רביצין ערבליך האט איר אנגעווארנט.

אגב, מיט וועמען וועט יעצט רביצין ערבליך פארברענגען?
שצם_חנכל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 159
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 511 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 155 מאל

שליחה דורך שצם_חנכל »

אינטערעסאנט צו וויסן וויפיל מען האט שוין אנגעיאגט צו רעקארדירן פון איר פאר עונה 2
אין טערמס פון ארגינעלקייט איז זי מיין פעיוואריט עקטרעס, אירע געזיכט אויסדריקן און האנט און קערפער באוועגונגען זענען געווען זייער עכט
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

שצם_חנכל האט געשריבן:אינטערעסאנט צו וויסן וויפיל מען האט שוין אנגעיאגט צו רעקארדירן פון איר פאר עונה 2
אין טערמס פון ארגינעלקייט איז זי מיין פעיוואריט עקטרעס, אירע געזיכט אויסדריקן און האנט און קערפער באוועגונגען זענען געווען זייער עכט

מ'זאגט אז ס'איז שוין רעקאדירט די צווייטע אין ווינטער גייט מען עס פארשטעלען..
שצם_חנכל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 159
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 511 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 155 מאל

שליחה דורך שצם_חנכל »

אבער עס איז מעגליך אז מען האט איר געדארפט 'הרגענען' כדי די מעשה זאל שטימען מיט איר אפוועזנהייט
אויב גייט מען עס אויפשפילן 2015 מוז עס שוין זיין רעקארדירט פאר א שטיק צייט ווייל עדיטן נעמט גאנץ געווענליך

ונזכה ונחיה ונראה
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

אויס מענטש האט געשריבן:געזען אלע עפיזאדן אויף איינמאל
אלץ איינער וואס איז אן אמעריקאנער און האט יארן לאנג געלעבט מיט א ירושלמי בין איך ממש משוגע געווארן פון דעם שלום שטיסל ער איז א ירושלמי קארבען קאפי.
און ער עקט פונקט ווי אהיימשיען ירושלמי ממש חבל על הזמן.
ווידער אים ממין הארץ האט געכאפט גיטי ווייס, וויפיל חכמה ליגט אין איר עקטן ווי א חרדישע פרוי, עס איז זייער אינטרעסאנט אויב הערט מען איר אין ריעל לייו, און מען כאפט זיך וויפיל חכמה ליגט און יאר נאכמאכן דעם לעבן סטייל פון א חרדישע פרוי, ממש פלאים.

דאס מערסטע האט מיר געשטאכן אירע ווערטער "סהאט איר נישט בארירט צו ווערן א בעלת תשובה, אפ'י זי האט געזען דעם פרומען לעבנ'ס שטייגער פון דער נאנט און אפי' אויף די אייגענע הויט, ווייל עס איז אן מחשבה מען טוט אזוי ווייל מען דארף אזוי טון, און ווייל יעדער טוט, עס איז מעשים אן מחשבה עס ווירקט נישט אויף דייין אינערליכען לעבן"
אוי וויי ווי אמת.


קענסט מיר מסביר זיין מיט וואס זי האט זיך באקענט מיט'ן חרדישן לעבן? ווייל זי האט געשפילט מיט אפאר חילונים אנגעטון אין חרדישע בגדים? און וואו האט זי געזען אז דער חרדישער לעבן איז פאלש? ווייל דאס איז די סטארי ליין פון עפעס א שפיל?
זי איז אינגאנצן פון קאפ געפאלן? קען נישט אנטשיידן צווישן רעאליטעט און פיקציע. אלעס איז אליינס.
איך זאג נישט זי איז יא אדער נישט גערעכט, אבער זי האט נישט קיין שום סמכות מער ווי א צווייטע חילוני אפילו זי האט זיך אנגעטון א שייטל צו שפילן א שפיל.
באניצער אוואטאר
לאליפאפ
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1281
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 276 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 813 מאל

שליחה דורך לאליפאפ »

Wow!! ששון גבאי קוקט דאך אויס ווי ר' אהרן'ס א בני בית...
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

איך האב נעכטן אפגעשריבן א לענגערן ריוויו איבער די סעריע שטיסל. נאר מעשה שטן האט דער קאווע שטיבל סייט געכאפט איינס פון זיינע "היקקאפ'ס". פונקט ווען איך האב עס סובמיטעד. און איך האב שוין נישט קיין כח און נערוון עס איבערצושרייבן. אבער איך האב עס געסעיווט אויף א פייל אויף מיין קאמפיוטער. אויך האביך אומערפאלגרייך פרובירט ארויפצולייגן דעם פייל. איך וועל בלי"נ טרייען נאכאמאל און אז ס'וועט נישט גיין איז פארפאלן, מיט צוויי פייען. אזוי חיים גראדע ברענגט אין איינס פון זיינע סיפורי מעשיות איבער ר' נחומ'ל דער מלווה. אז ווען ער האט געזאגט ניין איז פארפאלן, מיט צוויי פייען... :roll:
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

וואו קען מען זען די צווייטע סיזען?
פארשפארט