א חסיד'ישער אלול

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
ארכיוויסט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 39
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 4:22 pm
האט שוין באקומען לייקס: 346 מאל

א חסיד'ישער אלול

שליחה דורך ארכיוויסט »

שטענדיג ווען חסידי'שע אידן זיצן אינאיינעם און פארברענגען, עפענט זיך באלד א קוואל, און עס הייבט אן צו גיסן, מיט אן ענדלאזער שטראם, חסידי'שע דיבורים און סיפורים פון וואס אפילו דער גוף קען זאט ווערן.

ווער רעדט נאך ווען צווישן זיי געפינט זיך אן עלטערן חסיד, וועלכער קען איבערגעבן מה שעיניו ראו ומה שאזניו שמעו, און ער איז נאך א שטיקל ידען צו דער זייט אויך, דאן זיצן די ארומיגע פארגאפט ווי צוגענאגעלט צו די ערטער, און מיט אפענע מיילער שלינגען זיי יעדעס ווארט וואס קומט ארויס פון א חסיד'יש מויל.

ערשט ווען עס ענדיגט זיך, און יעדער צעגייט זיך איש על מחנהו ואיש על דגלו, הייבט זיך אן די עבודה פון 'מתי יגיעו מעשי', דאס אלעס וואס מ'האט זיך אנגעהערט, 'וואס עס האט מיט אונז'.

*

אמאל זענען חסידים אזוי געזעצן און פארברענגט אינאיינעם מיט א חסיד'ישן געשמאק, ווען אינמיטן רופט זיך אן דער זקן שביניהם אז ער וויל נעמען דאס ווארט. עס איז באלד שטיל געווארן, זיי האבן געוואוסט אז דער איד וואס גייט יעצט משפיע זיין פון זיינע טייערע אוצרות, איז אליינס א לעבעדיגן חסיד'יש ספר.

דער איד הייבט אן צו פארציילן: אין דער אלטער היים אין אייראפּע, אין געוויסע לענדער, פלעגן זיין אזעלכע "גאסן-מוזיקאנטן", וואס זיי פלעגן זיך ארויסזעצן ביי הויפּט-שאסייען, און מארק פלעצער, און שפּילן מוזיק מיט כלי זמר, דער ציל איז געווען, אז פארבייגייער זאלן אריינווארפן אפּאר גראשן אין דער פּושקע וואס איז געליגן פאר זיי. (א שטייגער וואס מ'געפינט היינט ביי די באן סטאנציעס.)

איז געווען איין אזא 'גאסן-מוזיקאנט' וואס האט גענומען זייער ערנסט זיין ארבעט, האט ער זיך צוגעדינגען א יונגען ארבעטער, וואס זאל אים צוהעלפן מיט דער ארבעט. דער העלפער איז געווען א קינד א יתום, וועלכער האט ממילא געדארפט האבן איינער וואס זאל קוקן אויף אים, האט ער אים גענומען פאר א באצאלונג פון עטליכע פארשעמטע פּרוטות."

דער תפקיד פון דעם יונגען ארבעטער איז געווען, ער זאל שטיין נעבן דעם מוזיקאנט, און קלאפן מיט די הענט לויטן ניגון, טאנצן ארויף און אראפ, און שרייען מיט א לוסטיגקייט: "פרייליכער, פרייליכער!". און דאס צוזאמען מיט די מוזיק האט געצויגן פיל פארבייגייער, וועלכע האבן הנאה געהאט און בייגעשטייערט שיינע נדבות.

בדרך כלל האט דאס קינד געטון א גוטן ארבעט, און ער האט גוט ערפילט זיין התחייבות. אבער איינמאל האט זיך געמאכט אז ער האט זיך פארטראכט, און זיינע מחשבות האבן אים אוועקגעפירט פארגעסנדיג וואו ער געפינט זיך.

דער מוזיקאנט האט געהאלטן אינמיטן שפּילן, האט ער פּרובירט אים צו וואונקען אז ער זאל אראפּקומען און ווייטער ארבעטן, אבער אן ערפאלג. סוף איז געווען אז דעם מוזיקאנטס סבלנות האט געפּלאצט, און ער האט דעם קינד מיט כח דערלאנגט א פראסק.

איבעריג צו זאגן אז דער פּאטש האט אויפגעוועקט דאס קינד, ער האט באלד אנגעהויבן צוריק צו ארבעטן, קלאפּן מיט די הענט, טאנצן און שרייען "פרייליכער, פרייליכער!" מיט'ן גאנצן כח. אבער אין דער זעלבער צייט ווען ער האט געקלאפּט און געטאנצן, זענען פון זיינע אויגן גערינען טרערן - ער האט נעבעך געוויינט.

דער פּאטש האט אים וויי געטון. ער איז געווען זייער פארשעמט, טראצדעם, האט ער ווייטער ממשיך געווען מיט דער פארשטעלונג ווען ער שרייט אויס "פרייליכער, פרייליכער!". ער האט נישט געהאט קיין אנדערע ברירה, ער האט נישט קיין משפּחה, ער האט נישט גארנישט, וואוהין זאל ער גיין? דא מיט'ן גאסן-מוזיקאנט, באקומט ער עסן און באשיצונג. ער האט געוואוסט אז זיין לעבן איז אנגעהאנגען אין שרייען 'פרייליכער', האט ער ממשיך געווען צו שרייען און טאנצן ווען אינצווישן רינען טרערן.

עד כאן המעשה, זאגט דער עלטערער חסיד'ישער איד צו זיינע איבערגענומענע אויסהערער, אצינד לאז איך אויף אייך, איר זאלט ארויסנעמען פון דעם מעשה דער ריכטיגער לימוד אין עבודת השי"ת, און ער האט פארלאזט דעם צימער.

זיי זענען געבליבן זיצן שטיל פאר עטליכע מינוט, און זיך פארטיפט אין דער באלערנדער מעשה וואס זייערע אויערן האבן נארוואס געהערט.

איינער פון זיי האט געבראכן דאס שטילקייט, און זיך אנגערופן ווי פאלגענד: דער סיפּור ברענגט ארויס דעם מצב פון כלל ישראל אין גלות. במשך די אלע יארן וואס מיר זענען אין גלות האט מען אונז שוין אלע צרות אנגעטון, א שה פּזורה צווישן זיבעציג וועלף, מען האט אונז געמאכט ללעג ולקלס בין הגוים, אונז געשלאגן גע'הרג'עט און גע'רצח'ט, אבער די עבודה וואס פארלאנגט זיך פון אונז, איז נישט נאכצולאזן; קיין שום זאך זאל אונז נישט אראפּקלאפּן, אפילו ווען מען כאפּט פּעטש אין פּנים.

מיר מוזן זיך מתגבר זיין איבער די ווייטאגן, און ממשיך זיין מיט א לעבן פון ארויסווייזן שמחה.

דאס זעלבע ווי ביי דאס קינד פון דער מעשה, זיינע אמת'ע הרגשים זענען געווען טרויעריג און א צובראכן הארץ, האט ער זיך אבער מתגבר געווען אויף זיי, און אנגעגאנגען מיט זיין ארבעט.

אבער ווען די איבריגע אידן האבן ווייטער אויסגעשמועסט די מעשה מיט איר לימוד, זענען זיי געקומען צו דער החלטה אז ניין, היות דער מעשה איז דאך א מעשה שהיה, נישט קיין משל ונמשל וואס ברויך זיין איינשטימיג, איז מעשה היא וללמוד אנו צריכים, ארויסנעמען דערפון א לימוד למעש"ה.

דאס קינד פון דער מעשה איז אמת'דיג יא געווען פרייליך! ווען ער האט געטאנצן און געקלאפּט מיט די הענט, און געשריגן 'פרייליכער, פרייליכער' האט ער עס אמת'דיג געמיינט!

ס'איז קלאר אז דער פּאטש האט אים וויי געטון, אבער דאס איז געווען א דערמאנונג פון זיין בעל הבית וואס האט זיך דווקא גוט אפּגעגעבן מיט אים. דאס קינד האט טאקע געוויינט, אבער דאס וויינען איז נאר געווען צוליב דעם פּאטש. דאס איז נישט געווען דער ריכטיגער מצב-הרוח זיינער.

אצינד איז שוין די מעשה ולימודה גאר עפעס אנדערש. ואידך זיל גמור.

* * *

שטייענדיג אין די אלול טעג, לאמיר איבער'חזר'ן די אויבן-געברענגטע מעשה, און ארויסלערנען אן אלול'דיגן לימוד דערפון.

יעדעס יאר ווען עס קומט 'אלול', כאפּט אן א איד א שטיקל התעוררות 'וואו האלט איך אויף דער וועלט?" ס'איז שוין אלול אויף דער וועלט, א זמן פון תשובה! אבער אין דער זעלבער צייט קען דורכלויפן א מחשבה אין קאפ וואס אין ווערטער זאגט זיך עס אזוי: "וואס וויל מען פון מיר?"

א איד וואס זיין לעבן איז אים דערביטערט פון כל מיני צרות ויסורים (רח"ל), און ער זעט שווער אן עק און אן אויסוועג צו זיינע ליידן און פּיין, אזא איד ווען עס קומט אן דער חודש 'תשובה' בו מקיפות, חודש אלול, כאפּט ער נישט וואס מען וויל איצט פון אים.

ליידער זענען מיר אלע אין דעם מצב, זה בכה וזה בכה, אבער קיינער לעבט נישט קיין הונדערט פּראצענטיגער גוטער טאג אין די גלות-טעג.

דארפן מיר דאס געדענקען, אז בעצם, בתוך תוכו פון א איד, רוט א חלק אלוקי ממעל. א פּינטעלע פון שמחה, ווייל עוז וחדוה במקומו, מען מאכט טאקע מיט די שווערסטע מצבים, מען כאפּט פּעטש, מען קלאגט און וויינט, אבער דאס איז נישט דער אמת'ער מצב-הרוח פון א איד! א איד איז שמחה! די פּעטש זענען דערמאנונגען ווען מען פארגעסט זיך פון דעם חלק השמחה! [און אפילו אין די דערמאנונגען אליינס, ליגט אויך חסדו וטובו ית', ווי חז"ל זאגן אונז: "יסורין ממרקין עוונותיו של אדם", מען דערמאנט, און אין דער זעלבער צייט ווערט מען שוין אויסגעוואשן און אויסגערייניגט.]

איז ווי לאנג מען איז פאר'יתומ'ט אינעם טונקעלן גלות, עס הערשט א הסתר פּנים אויף דער וועלט, מען האלט אין איין כאפּן פּעטש, דארפן מיר זיך האלטן פעלזן פעסט און זיך מתגבר זיין אויף די אלע רגשי צער ועצבות, וועלכע פארמאסקירן אונזער אמת'ע שמחה, און שרייען "פרייליכער, פרייליכער!" מיט'ן גאנצן הארץ און נשמה, ווייל דאס זענען מיר באמת - - -

איז נישט די שאלה 'וואס וויל מען פון מיר?', נאר יעדער איד זאגט צו אבינו שבשמים: "איך וויל פון דיר!"

השיבנו ה' אליך ונשובה חדש ימינו כקדם - - -
די ארטיקלען וועלכע ווערן ארויפגעשטעלט קומען פון אויסגאבעס וועלכע עקזיסטירן מער נישט, און ווערן צוגעשטעלט ספעציעל פאר "קאווע שטיבל". יעדער ארטיקל ווערט מוגה פאר'ן ארויפגעשטעלט ווערן, און טאר נישט גענוצט ווערן ערגעץ אנדערש אן רשות.

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר