"דער פראבלעם: דער L טרעין איז איבערגעפולט. טרעפיק ביים בעדפארד עוועניו סטאנציע [אין נאורט וויליאמסבורג] האט זיך פארמערט מיט איבער פופציג פראצענט זינט 2007. דירות וואוקס אין וויליאמסבורג האט זיך פארמערט דראמאטיש אין די לעצטע צען יאר, ועוד ידינו נטויה. פובליק טראנספארטאציע איז שוין אויסגעצויגן צו אירע לימיטס און קיין "טראדיציאנאלע" לייזונגן איז נישט פארהאן. צו בויען נאך א סובוועי ליניע וועט אפקאסטן אסטראנאמישע סומעס.
די לייזונג: איסט ריווער סקייוועי איז דער לייזונג! שפאן אריבער דעם איסט ריווער אונטער פיר מינוט!"
ווי האט יענער געזאגט? אלעס הייבט זיך אן מיט א חלום. בעגלא ובזמן קריב. כאפטס א בליק אויפן וועבזייט, אין ערגסטען פאל וועט איר שמייכלן.