שטיללעבן

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
פארשפארט
באניצער אוואטאר
שלום בערגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 114
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 12, 2013 1:50 pm
געפינט זיך: באַלטימאָר
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 289 מאל
קאנטאקט:

שטיללעבן

שליחה דורך שלום בערגער »

שטיללעבן

בילד
דער באָדן װערט צעטרײסלט
פון אלץ װאָס ס׳איז קױם געשען.
צװישן די מױער־שאָטנס
טאנצן אײביקײטן און נישטגעװענס.
מײן גופיקער לײב האָט זיך זעליש פאררײטלט.

דער נצחון־בעכער איז פארסמט
בעת דער קעלישעק פון דורכפאל איז זיס
פאסיק באגלײט מיט א טרוקענער װײן
און א רעפטל דעקאדענטער קעז.
דער קעלנער, על־פי נס, האָט נישט פארזאמט.

און דאָס געבײ װאָס פארזאָרגט אונדז א דאך און געװעלב
איז א שטח־דיכטונג. א מענטשן־באשאף.
מיר טוליען זיך צו אנאנד מיט חשד.
די נשמה איז א טעמפע סײסמאָגראף.
אין נאפטיקן צימער -- א שװעבל.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שלום בערגער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

די טוילעט איז גוט
קיינער הערט נישט מיינע טריט
מיין ת..איז א פערפעקט פיט
אלעס פליסט און פליט
אבי נישט זיין אבגעבריהט
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 819
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 10:32 pm
האט שוין געלייקט: 434 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 733 מאל

שליחה דורך יתרו »

ר' שלום אייער שטיקל זעט אויס ווי א מייסטער ווערק, אבער דא עקא מיר זענען וויליאמסבורגע מאלעסטעדע קינדערלעך נעבעך, און מיר פארשטייען נישט די טיפע כוונות, קוים וואס מיר קענען די אידיש וואס איר שרייבט. נישט קיין ווינדער אז עס קען קומען אזא חצוף ומחוצף ווי 'איך אויך' און שרייבן א פאעזיע פון זיין הכנות און טוילעט און נאך באקומען לייקס אויך. מהיום והלאה בעט איך אייך בשם כל הקהל הקודש אז ווען איר לייגט ארויף א שטיקל פאעזיע שרייבט א באזונדערע תגובה א פירוש אויפן פאעזיע בבחינת ארטסקרולל לפיוטים אז מיר עמי הארצים זאלן אויך קענען הנאה האבן.
לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.
באניצער אוואטאר
שלום בערגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 114
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 12, 2013 1:50 pm
געפינט זיך: באַלטימאָר
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 289 מאל
קאנטאקט:

איר זייט אלע דערוואקסענע און איך אויך

שליחה דורך שלום בערגער »

ר' יתרו,

1. גראבע תגובות שטערן מיר גאר ניט. דער אפרופער דארף פשוט בעסערע סחורה - ניט אזוי קאמיש. אפשר קען ער קויפן א פאר וויצן אויפן אינטערנעט? אדער אפלאדן פריי? כ'קען שיקן לינקס.

2. איר זייט אלע דערוואקסענע וואס ווייסן ווי צו לייענען. אפשר פרואווט איר צו ערשט אויספלאנטערן וואס עס מיינט? איר וועט מסתמא זיין גערעכט. ס'איז אפט מאל מער טשיקאווע צו וויסן וואס דער לייענער מיינט, ווי דער מחבר.

3. אז איר ווייסט ניט א ווארט, זיינען דא ווערטערביכער אויף דער וועלט. פאר דעם קען איך אויך שענקען לינקס.

גרוסן
שלום
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

רבי שלום, זעהט מיר אויס אז איר שרייבט אייער פאזיע אינעם ענגלישען שפראך, און דערנאך טייטשט איר עס איבער מיט גוגל טרענסלעט...
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
באניצער אוואטאר
שלום בערגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 114
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 12, 2013 1:50 pm
געפינט זיך: באַלטימאָר
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 289 מאל
קאנטאקט:

אינטערעסאַנט.

שליחה דורך שלום בערגער »

פֿאַר װאָס מײנט איר אַזױ? װאָלט דאָס געװען אַן עבֿירה? לאָמיר דאָס אַרומרעדן. ס׳איז אײגנטלעך נישט אמת.
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

שלום בערגער האט געשריבן:פֿאַר װאָס מײנט איר אַזױ? װאָלט דאָס געװען אַן עבֿירה? לאָמיר דאָס אַרומרעדן. ס׳איז אײגנטלעך נישט אמת.

ס'איז קיין עבירה. און פילייכט טאקע נישט איבערגעזעצט, אבער נאכן איבערליינען דריי מאל פארשטיי איך דאך נישט וואס די פאעמע באדייט,
וואס מיינט 'קעלישעק' (איך געדענק דעם ווארט פון 'ערגעץ' אבער נישט איר באדייט) 'געביי', און וואס איז פשט פון לעצטן שורה?
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 594 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 796 מאל

שליחה דורך אחד העם »

ר שלום איר זענט נישט די ערשטער יידישער פאעטיקער, און טוט מיר טובה, איך האב מיר שוין מיט אסאך פאעטישע ווערק אנגעליינט, אייער יידיש איז פעלענד, און געהאקט, און די מסקנה איז בוודאי אז עס איז מתורגם, פאעזיע איז ביי מיר באליבט, אבער די ביסט דער שווארצער קאץ צווישען מיר און איר....
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

ישראל קאפקע האט געשריבן:
שלום בערגער האט געשריבן:פֿאַר װאָס מײנט איר אַזױ? װאָלט דאָס געװען אַן עבֿירה? לאָמיר דאָס אַרומרעדן. ס׳איז אײגנטלעך נישט אמת.

ס'איז קיין עבירה. און פילייכט טאקע נישט איבערגעזעצט, אבער נאכן איבערליינען דריי מאל פארשטיי איך דאך נישט וואס די פאעמע באדייט,
וואס מיינט 'קעלישעק' (איך געדענק דעם ווארט פון 'ערגעץ' אבער נישט איר באדייט) 'געביי', און וואס איז פשט פון לעצטן שורה?


ר גוגל זאגט אז ס'איז א געוויסע טרונק
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

מאטי האט געשריבן:
ישראל קאפקע האט געשריבן:
שלום בערגער האט געשריבן:פֿאַר װאָס מײנט איר אַזױ? װאָלט דאָס געװען אַן עבֿירה? לאָמיר דאָס אַרומרעדן. ס׳איז אײגנטלעך נישט אמת.

ס'איז קיין עבירה. און פילייכט טאקע נישט איבערגעזעצט, אבער נאכן איבערליינען דריי מאל פארשטיי איך דאך נישט וואס די פאעמע באדייט,
וואס מיינט 'קעלישעק' (איך געדענק דעם ווארט פון 'ערגעץ' אבער נישט איר באדייט) 'געביי', און וואס איז פשט פון לעצטן שורה?


ר גוגל זאגט אז ס'איז א געוויסע טרונק


דוכט זיך עס איז ענדערש אפטייטש פונעם ענגלישן 'Chalice' וואס איז אזא גרויסער בעכער כלי אויף א פיסל געמאכט צו טרינקען וויין. אדרבה זאל ר' שלום זז"ג אליין צושטימען.
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

כ'האב זיך דערמאנט פון וואו איך קען דעם ווארט, א אידישע חב''ד ניגון,

וואס זאל מען זארגן,
וואס וועט זיין מארגן,
אז דער שענקער וועט אונז בארגן,

עס מעג דאך זיין,
בראנפן אדער וויין,
גיס איך מיר א קעלישיק אריין,

הרנינו גוים עמו כי דם עבדיו יקום,
ונקם ישוב לצריו, וכפר אדמתו עמו.

איך האב פארשטאנען אז עס מיינט א מאס, אבער chalice בעכער לייגט זיך אויפן שכל.
באניצער אוואטאר
שלום בערגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 114
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 12, 2013 1:50 pm
געפינט זיך: באַלטימאָר
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 289 מאל
קאנטאקט:

אהא

שליחה דורך שלום בערגער »

איר קענט אַלײן דערגײען װאָס די װערטער מײנען!

כ׳האָב נאָך א סוד. פאראן, אין די טיפע קאמערן פון מיסטעריעזע ביכער־קראָמען, אזא בוך. אַ ליסטע װערטער. אױסגעשטעלט לױסן א״ב. עפעס א בוך. פון װערטער.

אַ װערטער –

בוך.

ממש א קבלה־קונץ.

פ״ס:

כ׳בין נישט דער אײנציקער פאָעט. און זיכער נישט דער בעסטער. נאָר דער אײנציקער „פאָעטיקער“! דאָס אפשר יאָ. קײן מאָל פריער נישט באקומען אזא טיטל. קומט מיר א מזל־טוב.
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

אה, איך זע אז דו ביסט א חשובן דאקטער אין דזשאן האפקינס, און די מחבר פון א בוך איבער דאקטער פאציענט באציאונגען WOW, :דאבללייק:
איך האב הארקאווי'ס, וויינרייכ'ס, און מענדל הרדופ'ס, וואס פעלט מיר איז נערוון ארויסצושלעפן די ווערטערביכער פאר יעדן ווארט וואס איך קען נישט, ספעציעל ווען איך גיי סייווי נישט פארשטיין דעם שטיקל. :שפעט:
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 594 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 796 מאל

שליחה דורך אחד העם »

בערגערל איך הער דיינע וויצען איך זעה דיין שפאס, אבער זענען קיינע הוכחות אויף פארקערט פון וואס געשריבען, פארקערט מעגליך איז...
פארשפארט