געפילטע פיש האט געשריבן:איך ברענג דיר מקורות פון חז"ל קומסטו מיר דא מיט מציאות? זייט ווען איז מציאות שטערקער ווי חז"ל?
ליצנות אין א זייט, וויאזוי פונקטליך ווייסטו ווער ס'איז באמת הייליג און אפגעהיטן? א ריפסענע בעקיטשע מיינט אפגעהיטן? צושלאכעטע פיאות מיינט אז ער היט זיך פון מחשבת עריות? א גרויסע געלע טלית קטן מיינט אז ער טראכט ווייניגער פונעם שכנה? יא, די אלע "פארדארבענע" זינדיגן לכאורה סאך ווייניגער, פארפארציאנאל צו וויפיל מגע ומשא זיי האבן מיט פרעמדע פרויען דורכן טאג, ווי די כולל יונגעלייט וואס ווערן אינגאנצען עקסייטעד יעדע מאל מ'גייט אין גראסערי און דארף נעמען טשעינדזש מיט די הענט. בשעת די ארבייטערס זענען זיך גובר אויף נסיונות יעדן טאג אין אפיס זענען די פרומע ביזי מיטן קוקן וויפיל פרויען גייען מיט שמאלגע געפאסטע קליידער, ווי שרעקליך די מצב איז היינט טצק טצק....
ח״ו!! ביי אונז הייליגע יודן וואס זענען מקפיד צי איבענעמען טשענדזש אין גראסערי כדי ח״ו נישט מהרהר זיין באשה, איז דאך א חז״ל סאך סאך שטערקער ווי א מציאות!!! (זעלבסטפארשטענדליך ס׳ווענדעט זיך פון וועליכע חז״ל מ׳רעדט, חז״ל אין מס׳ נדה דף י״ג איז לכאורה נישט אזוי קראנט
ווי די אנדערע וואס די ברענגסט, אבער מ׳רעדט נאר אזוי אויבן אויף...)
ליצנות??!! ווער מאכט ליצנות??!! אזעליכע הייליגע יודן וואס זענען מוחה אויף בזיון התורה פון די הייליגע גמרות וואס די ברענגסט, זענען דאך ווייט פון ליצנות כרחוק מזרח ממערב. כ׳האב דאך עס זייער ערענסט געשריבן!! מ׳זעט דאך בחוש אז די מערסטע בעלי עבירות קומען ארויס פון די וואס פראבירן צי זיין אפגעהיטן!!
אנגעהויבן פונעם אויסגעלאסענעם גוי ביז געם אפגעהיטענעם יוד, איז ווי מער אויסגעלאסן, אלס ווייניגער עבירות. למשל צי הערן ביי די גוים אז איינער איז דורוכגעפאלן, איז אזא זעלטענהייט, כמעט אזויווי א ערד ציטערניש... משא״כ ביי די ״פרומאקעס״, הערט מען עס טעגלעך!!!
און אזוי אויך אינצווישן, למשל ביי די ליטווישע קרייזן ווי מ׳גייט ווייניגער בצניעות, הערט מען עס פיל פיל פיל ווייניגער ווי ביי די חסידישע...(פארשטייט זיך אז ביים גוי הערט מען נאך ווייניגער, נאר קעגען די חסידישע....)
ערענסט גערעדט, ביי אונז יודן איז הרהור אויך א עבירה. אפילו ס׳געשעט נישט קיין דורכפאל. במילא וואס די ברענגסט א ראי׳ פון די וואס ארבעטן טעגלעך מיט פרויען, איז בכלל נישט קיין ראי׳ ווייל די ווייסט נישט וואס ס׳טוט זיך אין יענעמס קאפ.ועוד, די וואס ראיות אסורות איז ביי זיי בכלל נישט קיין פראבלעם, קומען טאקע נישט אזוי שנעל לידי הרהור, אבער זיי זענען שוין טיף אין דער ערד!!!