כינוס "תקנה לדורות" פון מהרז"ל מסאטמאר
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
פריינדליך האט געשריבן:איך ווייס נישט צי עס איז דא טעראר אדער נישט, איך ווייס איין זאך, און רוסלאנד איז פוטין בעה״ב
און כינע איז לו טשענג בעה״ב און סירע איז אסאד בעה״ב און צפון קאריע איז לו הו פענג בעה״ב און וומסב״ג זענענן אחים סאטמער בעה״ב די זעלבע איז און קר״י אויך,
איך האב הנאה פון דעם פארגליייך. בעצם ביזטו מודה אז אחים סאטמאר זענען די זעלבע דיקטאטארן ווי די אלע ווס דו האסט אויסגערעכנט, די איינציגסטע חילוק אז נאר אז דא קען מען אוועקמופן דארט נישט. דו ווייסט? אין שפאניע האט מען אויך געהאט די ברירה "אוועקצומופן" אדער זיך צושטעלן צום סיסטעם.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
- יואליש
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2681
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
- האט שוין געלייקט: 1390 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל
כ'בין מודה צו פריינטליך אז די איידיעל איז צו איבערצוופעקלן, כ'בין אויך מודה צו פריינטליך אז דא בלייבן מיינט זיין אונטערגעווארפן אונטער א דיקטאטורישע טיאקראסי. אבער כ'בין מחולק אז מ'האט די אמת'ע ברירה אוועקצומאפן. פראקטיש גערעדט איז מען איינגעטינקן און צוגעבינדן, אלס א רעזאולטאט פון די חינוך און געזעלשפאט ביז מ'קומט לכלל דעת, כמעט ווי ווען איינער זאל שטיין מיט א ביקס. והדברים עתיקין.
- קלאר
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1230
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 19, 2012 1:06 pm
- האט שוין געלייקט: 162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל
איך האלט יא אז עס דארף זיין א שטיקל קאנטראל, אין יעדער מוסד מעג זיך מאכען זיינע תקנות
אבער אז מען רעדט שוין, דערווייל האבען די זאלונים טאקע געמאכט די בעסטע פראפאגאנדע
אבער אויפגעטוהן האבען זיי ווייניגער ווי עני קהילה
איך וויס נישט אויב עס איז דא מער ווי 10 אידן פין די זאלונים וואס האבען געטוישט זייער טעלעפאון אדער קאמפיוטער פילטער אין ליכט פין די מצב
זייער אפיס אויף וויליאמסבורג סטריט האט כמעט נישט קיין באזיכער, אויף וואס יעדע דורכגייער זאגט עדות
ס''ה מאכט יואלי קרויס גרויס געלט אין דער דינט די אינטערסע פין פין די פראפאגאנדיסטען
עס איז באמת א שאד
איך זאג נישט אז אנדערע קהילות האבען א הויכע סוקסעס רעיט, אבער קעגן וויפיל פראפאגאנדע אנדערע קהילות מאכען, שטייען כמעט אלע אסאך שענער ווי זיי
דו''ק ותשכח

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קלאר, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
:בלאבל: ווען איר שרייט הערט מען אייך!
ווען איר רעדט פארשטייט מען אייך!!
ווען איר זענט שטיל האט מען אייך ליעב!!!
ווען איר רעדט פארשטייט מען אייך!!
ווען איר זענט שטיל האט מען אייך ליעב!!!
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1844
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
- האט שוין געלייקט: 673 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל
שמעקעדיג האט געשריבן:פריינדליך,
הגם איך בין נישט אינגאנצן מחולק מיט דיר, וויל איך דיר פרעגן צי אפילו לויט דיינע ווערטער, ביסטו אבער מודה אז עס הערשט א אינקוויזיציע גייסט אין די היימישע מוסדות? איך פארשטיי אז מען קען אנטלויפן (טארקוועמאדא ימ"ש, להבדיל, האט אויך געגעבן צייט צו אנטלויפן פון שפאניע, נאר שפעטער איז שוין נישט געווען קיין ברירה), אבער אויב בין איך אין וויליאמסבורג אדער ק"י, אדער אפילו מאנסי אין ב"פ (די תקנות גייען דאך אן להורי התלמידים בכל אתר ואתר) איז אמת אז עס איז פאראן א קאמוניסטישן רעזשים, און די איינציגסטע עצה איז צו אנטלויפן?
וואס עפעס קאמוניסטישע רעזשים? קענסט בלייבן אין וומסב"ג, איינער שיקט דיך אוועק פון וומסב"ג ווען דו האסט אומגעפילטערטע אינטערנעט אינדערהיים? צו אפילו דו האסט א טעלעוויזשאן אינדערהיים?
דער מוסד זאגט איך קען נישט האלטן דיינע קינדער פאר צוויי סיבות
1) דער נשיא המוסד האלט אז מען טאר נישט האבן אזא זאך אינדערהיים, און פונקט ווי דו דארפסט זיך שטעלן צו מיין מוסד צו סיי וועלכע תקנה דארפסטו צו דעם זיך אויך צושטעלן
2) לו יהא דער נשיא המוסד וועט זיך נישט ארויסשטעלן, א גרויסע טייל עלטערן ווילן נישט אז זייערע קינדער זאלן לערנען מיט אזעלכע קינדער וואס האבן צוטריט צו א קאמפיוטער
ואם תשיבני, ווער זאגט? אפשר פארקערט, אפשר דער רוב וויל יא קענען האבן קאמפיוטער אין שטוב און נישט ווערן טעראריזירט וועגן אינטערנעט?
זאג איך דיר, נניח ביסט גערעכט, לאז מיר זאגן אז דער רוב פונעם מוסד זוכט נישט קיין קאנטראל אויף די זאכן, נו אויב אזוי, פארוואס נעמען זיך נישט צוזאם אלע עלטערן און מען עפנט אליין א מוסד
[center]מוסדות "איש כל הישר" דוויליאמסבורג
נתייסד בדרך הדעמאקראטיע על שם הכתוב איש כל הישר בעיניו יעשה[/center]
לדבריכם אז מען טעראריזירט ממש דעם ציבור, ממש קאמינזים, נו איז נישט דא גענוג מענטשן וואס זאלן זאגן גענוג איז גענוג, מיר עפענען אליין א מוסד
אין קרית יואל בשנת תשמ"ט האבן זיך געוויסע אידן געפילט באקריוועדעט, וואס האבן זיי געטון, געפענט א מוסד מיט 6 קינדער, היינט האלטן זיי שוין ביי קרוב צו טויזענט קינדער
ס'איז זיכער דא מער ווי זעקס קינדער וואס זייערע עלטערן האלטן אז מען דארף נישט האבן קיין קאנטראל, נו עפן א מוסד!
וואס עפעס בין איך מחויב צו האלטן דיינע קינדער ווען דו ווילסט נישט האלט מיינע תקנות?
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
פריינדליך, כיהודה ועוד ליאנקל:
אין דעם שאול גראסמאן אשכול האסטו גע'טענה'ט אז איינער וואס איז אויפגעוואקסן אין א נארמאלע שטוב מיט א נארמאלע שלום בית טוט נישט אזוינס, כלשונך הזהב:
"געווענליך פאסירט עס נישט ביי קינדער פון געזינטע שטיבער, ווי עס איז דא געהעריגע שלום בית און א פארשטענדעניש צווישען מאן און ווייב". די סיבה איז פשוט: ווען איינער האט ליב זיין טאטע און מאמע וויל ער זיי נישט וויי טוען.
אבער דא קומסטו מיט א dare: ביזט נישט צופרידן? פעקל אפ!
מה נעשה אבער אז רוב מענטשן וואקסן אויף אין שטיבער "ווי עס איז דא געהעריגע שלום בית און א פארשטענדעניש צווישען מאן און ווייב" און דערפאר ווילן זיי נישט וויי טוען די עלטערן, זיי ווילן נישט באשמוצן זייער משפחה'ס נאמען?

- ידיד ותיק
- הודעות: 624
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 9:57 pm
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 175 מאל
איך האלט אז מען האט נישט ארויס די פוינט
פארוואס וואינט איר און וומסב״ג אדער קר״י?
ווייל איר ווילט? ניין! נאר פאר וואס דען?
ווייל איר זענט איר א חלק פון די מענטשהייט ואאס זאגט אז איך ווייל בלייבען א חלק פון די סיסטעם!
אויב אזוי וואס האט איר טענות?? די צוויי שטעט האבן נישט קיין איין מעלה, אויסער די פאקט אז פאר די וואס גלייכען די סיסטעם איז די פלאטץ זייער גוט
דאס לעבן איז טייער, מען וואינט ווי סארדינס און פיצי לעכער אא״וו,האז די טוזט נישט די מינדערסטע פאר דיר אליינס כאטש צו גיין קיקען אנדערע פלעצער ווי עס איז אינטערסאנט, דאן...

יידל האט געשריבן:פריינדליך, כיהודה ועוד ליאנקל:
אין דעם שאול גראסמאן אשכול האסטו גע'טענה'ט אז איינער וואס איז אויפגעוואקסן אין א נארמאלע שטוב מיט א נארמאלע שלום בית טוט נישט אזוינס, כלשונך הזהב:
"געווענליך פאסירט עס נישט ביי קינדער פון געזינטע שטיבער, ווי עס איז דא געהעריגע שלום בית און א פארשטענדעניש צווישען מאן און ווייב". די סיבה איז פשוט: ווען איינער האט ליב זיין טאטע און מאמע וויל ער זיי נישט וויי טוען.
אבער דא קומסטו מיט א dare: ביזט נישט צופרידן? פעקל אפ!
מה נעשה אבער אז רוב מענטשן וואקסן אויף אין שטיבער "ווי עס איז דא געהעריגע שלום בית און א פארשטענדעניש צווישען מאן און ווייב" און דערפאר ווילן זיי נישט וויי טוען די עלטערן, זיי ווילן נישט באשמוצן זייער משפחה'ס נאמען?
אויב עס איז דא עלטערען וואס וועלן זיך שפירען באשמיצט אז זייערע קינדער גייען קיין מאנסי אדער נוי דזשערזי, אזוינע עלטערן זענענן אטעמאטיש נישט קיין נערמאלע עלטערן,
עלטערן וואס פארלאנגען פון אלע זייערע קינדער אייניג. און זיי פארשטייען נישט אז קינדער קענענן האבן אייגענע רצונות, א אייגענע טבע. א אייגענע אייגענארטיגע וועג און לעבן, זיי פארלאנגען פון קינד א מהלך וואס שטימט נישט מיט די קינדס טבע אדער, דאס מיינט א נישט געזינטע שטוב
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1844
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
- האט שוין געלייקט: 673 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל
יידל האט געשריבן:פריינדליך, כיהודה ועוד ליאנקל:
אין דעם שאול גראסמאן אשכול האסטו גע'טענה'ט אז איינער וואס איז אויפגעוואקסן אין א נארמאלע שטוב מיט א נארמאלע שלום בית טוט נישט אזוינס, כלשונך הזהב:
"געווענליך פאסירט עס נישט ביי קינדער פון געזינטע שטיבער, ווי עס איז דא געהעריגע שלום בית און א פארשטענדעניש צווישען מאן און ווייב". די סיבה איז פשוט: ווען איינער האט ליב זיין טאטע און מאמע וויל ער זיי נישט וויי טוען.
אבער דא קומסטו מיט א dare: ביזט נישט צופרידן? פעקל אפ!
מה נעשה אבער אז רוב מענטשן וואקסן אויף אין שטיבער "ווי עס איז דא געהעריגע שלום בית און א פארשטענדעניש צווישען מאן און ווייב" און דערפאר ווילן זיי נישט וויי טוען די עלטערן, זיי ווילן נישט באשמוצן זייער משפחה'ס נאמען?
דיין פראבלעם איז מיט דיינע עלטערן?
שריי אויף זיי קאמוניסטן טעראריסטן, וואס ווילן זיי פון דיר, על כן יעזוב איש את אביו ואת אמו ודבק באשתו, עלטערן האבן נישט קיין שום רעכט איינצוטיילן די קינדער אויף זאכן וואס זענען נישט כנגד התורה
אוועקמופן פון וומסב"ג איז נישט כנגד התורה
אז דו וועסט זאכן ווי דו קומסט אן וואס ס'איז כנגד התורה וועט מען דאן זען, אבער דאס עצם מופן פונעם מאמעס פארטוך, ווער קען דיך אפהאלטן
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 24
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 9:48 am
- האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל
איך מיין אז עס איז צייט צו סטראשען און שיקן א שארף בריוול צו אלע רז"לונים (מערקט, איך שרייב רעספעקטפול, נישט חלילה סתם ...לונים, כאחד הריקים) אז אויב באזייטיגן זיי נישט די אינטערנעט נעמט מען זיך מאכן כינוסים אין אלע סטאדיום אין נוא יארק חדשים לבקרים, און רז"ל ובית דינו הלשכה זאל זיך פארפעסטיגן אין א סטאדיום און שרייען איני זז מפה, איני מכיר, ביז יעדער ווארפט אריין די בלובערי אין די גרויסע ביעור חמץ פייער פון חברה שומרים ביי די קארנער, ואולי יחוס ואולי ירחם, און משיח וועט ווייזן מיטן פינגערל.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 139
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 2:48 pm
- האט שוין געלייקט: 11 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 31 מאל
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
נאך א כינוס? צוליב וואס?
שרייבער טייערער, דו שרייבסט: "איינער שיקט דיך אוועק פון וומסב"ג ווען דו האסט אומגעפילטערטע אינטערנעט אינדערהיים?". האלאו? אומגעפילטערט? מאן דכר שמיה?
איך פארשטיי אז עס דארף זיין תקנות אין א מוסד, און די עלטערן דארפן זיך האלטן דערצו. ווילאנג עס איז נישט משוגע'נע תקנות, וואס איז בלויז כדי צו איבערשטייגן דעם קאמפעטישאן. עס איז אלץ געווען תקנות, און איך אגרי 101% אז יעדער איד מוז האבן א פילטער אויפן אינטערנעט, אבער דאס איז ביזן הייסן לייגן "דוקא מיין פילטער", אדער טארסט נישט האבן געפילטערטע אויך נישט (נאר אימעיל, אויפן סעל), און בכלל זאכן וואס האט נישט צו די קינדער, נאר אויסשליסליך צום טאטן. מיינע קינדער רירן נישט צו מיין סעלפאן, וועלכע געפינט זיך ביי מיר 24/7 (שבת באהאלטן) און דאס איז שוין געפילטערט. ס'איז פאראן א גרעניץ ביז וואו ווייט די מוסדות קענען גיין.
יעצט צו די אלע "קלוגע" ענטפערס, אז אויב ס'געפעלט אייך נישט דעם סיסטעם, דאן גייטס, ווער הייסט אייך בלייבן דא. עס איז שווער מסביר צו זיין פאר איינעם וואס פארשטייט עס נישט (לייען: וויל נישט פארשטיין), אבער חוץ פון דעם פאקט אז עס איז זייער שווער צו זאגן פאר א מענטש וואס איז איינגעוואוינט מיט משפחה, קרובים, חברים, מוסדות, דאקטוירים, געשעפטסלייט, פרנסה, באנק, גמ"ח אויף א פלאץ, "לך לך מארצך וממולדתך ומבית אביך, גיי פעקל דיך אפ פון דא און גיי קיין וויאמינג", וואס דאס איז דאך איינע פון די שווערע 10 נסיונות מיט וועלכע אאע"ה איז נתנסה געווארן, איז דאס פשוט נישט פראקטיש. מען רעדט נישט דא פון בורים ופוחזים קלים ורקים וועלכע ווילן זייערע קינדער זאלן גיין מיט קורצע פיאות און דזשינס הויזן. מען זוכט א היימישן כשר'ן חינוך, וואס איז דערווייל נישט דא צובאקומען אויף אונזער אופן נאר אין די היימישע מוסדות.
מען קען מיינען אז די באלעבאטים פון די מוסדות, די רבי'ס אדער מנהלים, זיי האבן אויפגעבויעט די מוסדות מיט בלוט און שווייס, און אויב איך וויל האבן די זכי' אריינצושיקן מיינע קינדער, מיטן סיסטעם צוזאם, האב איך א ברירה צו פאלגן ככל העולה על רוחותיהם, אדער קען איך אפפוצן. פאקטיש אבער, די מוסדות איז געמאכט "אונז" צו סערווירן. זיי קענען נישט האבן קיין מוסדות אן אונזערע קינדער און אן אונזער געלט. זיי קומען כסדר צו אונז פאר געלט און נאך געלט, עסקנות, און אנדערע זאכן. ס'איז אין מלך בלא עם. צו זאגן אז דער גאנצער "עם" זאל אפטראגן אויב עס געפעלט זיי נישט דעם "מלך" איז אבסורד. אין א דעמאקראטיש פלאץ וועט מען מאכן וואלן און פארשיקן דעם מלך. און אויב צווינגסטו יא צו טון דיינס, דאן איז עס א קאמוניסטישע רעזשים, אונטערן שלייער פון אידישקייט. איך העט געוואלט זעהן אויב מען וואלט געקענט וואוטן (מיט אן אמת, אן האבן די מעגליכקייט נאכצושפיאנירן) וואס דער עולם האלט איבער די תקנות, איך מיין - ניין, איך בין זיכער! - אז פריינדליך און פיינטליך און אלע עסקנים וואלטן געווען סורפרייזד! פילטער? יא, אבער אויף דעם אופן ווי אזוי דאס ווערט פארלאנגט, און צולייגענדיג איבריגע תקנות שאין רוב הציבור יכולין לעמוד בהם נאר כדי הגדיל הטראסק? דאס שוין נישט.

וירח ה' את ריח הניחוח
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1844
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
- האט שוין געלייקט: 673 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל
שמעקעדיג איך אגרי מיט דיר הונדערט פראצענט, דערווייל מיין איך איז אינגאנצן דא איין מוסד אין וומסב"ג (כמדומה, אויך נישט זיכער) וואס האט דאס פראקלאמירט, [און דער זעלבער מוסד האט אויך פראקלאמירט די סעלפאון אן אינטערנעט אפילו מיט א פילטער נאר אימעיל] די אנדערע רעדן נאר דערפון, און לבי אומר לי אז ס'גייט נישט דורכגיין, ווייל דער גאנצער סיסטעם פון די אייגענע פילטערס איז זייער נישט אויסגעארבעט, און ס'איז נאך דא אזעלכע רבי'ס וואס פאר זיי מאכן א באשלוס טשעקן זיי אויס צו ס'איז אויסגעהאלטן אויך בגשמיות
עכ"פ למעשה יעצט זע איך נאכנישט דיין פראבלעם פון נוצן "מיין פילטער"
עכ"פ למעשה יעצט זע איך נאכנישט דיין פראבלעם פון נוצן "מיין פילטער"
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 624
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 9:57 pm
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 175 מאל
לפענ"ד זעט מיר עס אויס אז די רבי'ס פון די צוויי גרויסע קהילות האבן באשלאסן אז זיי זענענן נישט אינטרסירט און קיין חסידים וואס פאלגן זיי נישט, זיי זאגען אזוי,
מיר האבען א שיטה און א מהלך וואס מיר ווילען ווי אזוי אידשקייט זאל זיך פירען פון דא און ווייטער, ווילסט פאלגען הרי טוב ווילסטע נישט פאלגען איז אויך גוט, נעם דיינע זעקעל ביינער און גיי זיך דיר א צווייטע קהלה, גיב מיר נישט קיין געלט און האלט נישט די קינדער ביי מיר, די עלטערער האט עס שוין כמה פעמים אפן געזאגט אז עס איז דא נאך מוסדות און שטאט, און פאר וועים זיינע תקנות געפעלען נישט זאל איינשריבען זיינע קינדער ערגעץ אנדערש, יעצט טוט עס אויך דער אינגערער ברידער אויך, און איך האלט אז זיי זענענן זייער גערעכט,
סאטמער מוז נישט זיין א מאסף, עס איז נישט טייטש אז ווער זיינע זיידעס האבן געלערענט און סאטמער מיזען די איינקליך אויך, די חלק הארי פון די צוויי קהילות זיי ווילען פאלגען, די איבריגע 25% זאלען מוחל זיין זיכען א נייע/קהלה/מוסד/רבין,
עס איז נישט דא וואס צו רעדן, אידשקייט איז און א סכנה און יעדער זאל מחליט זיין מיט וועלכע סיסטעם ער וויל גיין, מען קען אבער נישט זיין אינטער א סיסטעם און זאגען אז עס איז נישט גוט, ווייל עס איז אייבג דא א אנדערע סיסטעם פראביר יענטץ אויס אפשר איז יענטץ בעסער פאר דיר,
דוגמה: פאר טייל מענטשן איז די שול פון ליפע און מאנסי זייער גוט
דוגמה: פאר טייל מענטשן איז אלעזר הרוויטץ פון ב"פ זייער גוט
דוגמה: פאר טייל מענטשן איז י"ד שלעזינגער זייער גוט
ידעדער זאל גיין ווי אים ציעט, נישט ווי זיינע זיידעס זענענן געגאנגען

איך וועל עס בעסער מסביר זיין
למשל (איך ווייס נישט אויב דאס דער מציאות איך געב נאר א משל וואס איך מיין אז ס'איז אזוי) אויב אין סקווירא דארף יעדער בחור גיין מיט שווארצע גלעזער און די קליינע פיאות און שטיוול, וועט אנקומען איין בחור, ער וויל גיין געהעריג מיט רימנעס גלעזער געהעריגע לאנגע צופלאשעטע פיאות און בענדל שיך
וועט קומען די הנהלה פון סקווירא און זאגן אנטשולדיגט, אויב ווילסטו לערנען דא דארפסטו גיין אזוי, אז נישט גיי ערגעץ אנדערש
וועט עמיצער שרייען טעראריסט! קאמוניסט!?
איך בין דיר עפעס שולדיג, און דאס קען פאסירן אפילו ווען יענעם'ס זיידע זאל האבן אויפגעבויט גאנץ סקווירא, איך האב א תקנה, און אז דו ווילסט זיך נישט צושטעלן פוץ פון דא, און דאס איז שוין א תקנה וואס האט נישט מיט אידישקייט, ועאכו"כ
למשל (איך ווייס נישט אויב דאס דער מציאות איך געב נאר א משל וואס איך מיין אז ס'איז אזוי) אויב אין סקווירא דארף יעדער בחור גיין מיט שווארצע גלעזער און די קליינע פיאות און שטיוול, וועט אנקומען איין בחור, ער וויל גיין געהעריג מיט רימנעס גלעזער געהעריגע לאנגע צופלאשעטע פיאות און בענדל שיך
וועט קומען די הנהלה פון סקווירא און זאגן אנטשולדיגט, אויב ווילסטו לערנען דא דארפסטו גיין אזוי, אז נישט גיי ערגעץ אנדערש
וועט עמיצער שרייען טעראריסט! קאמוניסט!?
איך בין דיר עפעס שולדיג, און דאס קען פאסירן אפילו ווען יענעם'ס זיידע זאל האבן אויפגעבויט גאנץ סקווירא, איך האב א תקנה, און אז דו ווילסט זיך נישט צושטעלן פוץ פון דא, און דאס איז שוין א תקנה וואס האט נישט מיט אידישקייט, ועאכו"כ
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
שרייבער האט געשריבן:איך וועל עס בעסער מסביר זיין
למשל (איך ווייס נישט אויב דאס דער מציאות איך געב נאר א משל וואס איך מיין אז ס'איז אזוי) אויב אין סקווירא דארף יעדער בחור גיין מיט שווארצע גלעזער און די קליינע פיאות און שטיוול, וועט אנקומען איין בחור, ער וויל גיין געהעריג מיט רימנעס גלעזער געהעריגע לאנגע צופלאשעטע פיאות און בענדל שיך. וועט קומען די הנהלה פון סקווירא און זאגן אנטשולדיגט, אויב ווילסטו לערנען דא דארפסטו גיין אזוי, אז נישט גיי ערגעץ אנדערש.
וועט עמיצער שרייען טעראריסט! קאמוניסט!?
איך בין דיר עפעס שולדיג, און דאס קען פאסירן אפילו ווען יענעם'ס זיידע זאל האבן אויפגעבויט גאנץ סקווירא, איך האב א תקנה, און אז דו ווילסט זיך נישט צושטעלן פוץ פון דא, און דאס איז שוין א תקנה וואס האט נישט מיט אידישקייט, ועאכו"כ
שרייבער,
דער חילוק וועט זיין אזוי: אויב אין סקווירא גייען 85% מענטשן מיט רימלעס גלעזער און צופלאטשענע פיאות, און אויף איינמאל מאכט דער רבי אדער א עסקן א תקנה אז יעדער מוז זיך טוישן, און ווער ס'וויל נישט קען זיך גיין, איז די מעשה אנדערש, פארשטייסט?
קען זיין אז זיי זענען נאך אלץ גערעכט, אבער נעמען א גאנצע שטאט פון מענטשן און זיי צווינגען אלעס צו איבערדרייען איז אינגאנצן אנדערש ווי אויב א בחור קומט אן און וויל משנה זיין פון די לכתחילה-אנגענומענע תקנות.
אבער בכלל איז דער משל נישט דומה לנמשל. גיין מיט א לבוש אין פאבליק ווי יעדער זעהט איז א פארשטענדליכע תקנה. געפילטערטע אינטערנעט ביי מיר אין טאש בחדרי חדרים איז א פלאץ וואו א מוסד האט נישט וואו אריינצושטעקן די נאז. אפשר קען דער רבי, אויב האט ער שייכות מיטן חסיד, אפירנעמען דעם חסיד פריוואט בשעת'ן ברענגען א קוויטל, און אים פירן על דרך התורה און אים זאגן אז ער האלט אז דער אינטערנעט איז נישט וויכטיג פאר אים, און דער חסיד קען באשליסן צי ער וויל פאלגן, צי ער וויל בלייבן מיט דעם רבי'ן, אדער זוכן א צווייטן. אבער ווען עס קומט צו די מוסדות, די מוסדות מישן זיך אריין אין מיינע פריוואטע געשעפטן וואס איז נישט אסור ע"פ תורה (פארגעסט נישט, מען רעדט דא פון געפילטערט) און מען סטראשעט צו פארשיקן מיינע קינדער, דאס איז שוין איבערגעצויגן דאס שטריקל.
נאר ווי אויבן געשמועסט, די אלע גרויסע רבי'ס, וואס לדברי פריינדליך/פיינטליך "דארפן זיי נישט" די חסידים וועלכע זענען נישט סרים למשמעתם, ווייסן זייער גוט אז די חסידים זענען נאר דא זיך צו ענדזשויען, קיינער האלט נישט אמת'דיג ביים פאלגן, אדער פייפט מען אן בגלוי, אדער באהאלט מען זיך בעסער אז דער רבי זאל נישט וויסן, (און לייענען אויפן שטערן קען ער דאך אויך נישט), בלייבט איבער די איינציגסטע שטעקן צו "סטראשען מיט די קינדער פון די מוסדות". און מיט דעם באנוצן זיי זיך און נעמען פול עדווענטעזש.
איך וויל נישט גיין ווייטער, ווייל איך רעספעקטיר יעדן רבי'ן פאר די גוטע זאכן וואס ער טוט, אבער אז מען שטופט מיר ארויס פון בויך, וועל איך מגלה זיין טפח פון מיינע מחשבות, טיף טיף אין הארצן, כ'האב עס מורא ארויסצוזאגן ווייל מען קען מיך נאך פארשטיינערן, אבער מה אעשה, אזוי האלט איך, אז די 2 ברודער האבן נישט קיין יראת שמים, די תורה אינטערעסירט זיי אין די לינקע פיאה, און דער באשעפער בכלל נישט, זיי מיינען בלויז זעך און נאכאמאל זעך, די אלע תקנות איז נאר פיער פרעשור פון די עסקנים טעראריסטן אדער אין בעסטן פאל אפאר געלט-גייציגע סוחרים וועלכע ווילן מען זאל נוצן זייערע פראדוקטן, און פני הדור כפני הכלב, וואס מען בעהט זיי צו מוחה זיין זענען זיי מוחה און מאכן תקנות. אויב האב איך איינעם וויי געטון בעהט איך שוין איבער. קען זיין איך בין נישט גערעכט. אבער דאס איז מיין ארימע דעה. מען נוצט אידישקייט פאר די אייגענע אינטערעסן, מען מאכן די תורה א "קרדום לחפור בה".
פריינדליך, עס פעלט נישט אויס צו ענטפערן. איך ווייס שוין אויסנווייניג וואס דו האלטסט. איך ווייס, אז ס'געפעלט מיר נישט קען איך נעמען "מיין זעקל ביינער" און גיין צו אלע רוחות. און דער דאזיגער דרך פון אידישקייט בויעט אויף אהבת ה' און אהבת התורה. גיי ווייטער אן. איך וואונטש דיר אסאך נחת פון דיין הארעוואניע. כה לחי!
וירח ה' את ריח הניחוח
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1844
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
- האט שוין געלייקט: 673 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל
שרייבער האט געשריבן:שמעקעדיג איך אגרי מיט דיר הונדערט פראצענט, דערווייל מיין איך איז אינגאנצן דא איין מוסד אין וומסב"ג (כמדומה, אויך נישט זיכער) וואס האט דאס פראקלאמירט, [און דער זעלבער מוסד האט אויך פראקלאמירט די סעלפאון אן אינטערנעט אפילו מיט א פילטער נאר אימעיל] די אנדערע רעדן נאר דערפון, און לבי אומר לי אז ס'גייט נישט דורכגיין, ווייל דער גאנצער סיסטעם פון די אייגענע פילטערס איז זייער נישט אויסגעארבעט, און ס'איז נאך דא אזעלכע רבי'ס וואס פאר זיי מאכן א באשלוס טשעקן זיי אויס צו ס'איז אויסגעהאלטן אויך בגשמיות
עכ"פ למעשה יעצט זע איך נאכנישט דיין פראבלעם פון נוצן "מיין פילטער"
איך קוואט נאכאמאל מיין פריערדיגע תגובה, אפשר וועסטו בעסער פארשטיין אז מער ווייניגער האלט איך ווי דיר, און אויב איז די טענה וועגן אייגענע פילטערס איז עס טאקע נישט נארמאל
אבער דערווייל האב איך נאכנישט געזען מער ווי איינער זאל עס פראקלאמירן
און אגב, זיי וויסן, די סקווירא לבוש האט זיך נישט אנגעהויבן תש"ח ווען ער איז געקומען קיין אמעריקא, ס'האט זיך איינגעזעצט מיט די צייט
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 624
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 9:57 pm
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 175 מאל
שמעקעדיג האט געשריבן:איך וויל נישט גיין ווייטער, ווייל איך רעספעקטיר יעדן רבי'ן פאר די גוטע זאכן וואס ער טוט, אבער אז מען שטופט מיר ארויס פון בויך, וועל איך מגלה זיין טפח פון מיינע מחשבות, טיף טיף אין הארצן, כ'האב עס מורא ארויסצוזאגן ווייל מען קען מיך נאך פארשטיינערן, אבער מה אעשה, אזוי האלט איך, אז די 2 ברודער האבן נישט קיין יראת שמים, די תורה אינטערעסירט זיי אין די לינקע פיאה, און דער באשעפער בכלל נישט, זיי מיינען בלויז זעך און נאכאמאל זעך, די אלע תקנות איז נאר פיער פרעשור פון די עסקנים טעראריסטן אדער אין בעסטן פאל אפאר געלט-גייציגע סוחרים וועלכע ווילן מען זאל נוצן זייערע פראדוקטן, און פני הדור כפני הכלב, וואס מען בעהט זיי צו מוחה זיין זענען זיי מוחה און מאכן תקנות. אויב האב איך איינעם וויי געטון בעהט איך שוין איבער. קען זיין איך בין נישט גערעכט. אבער דאס איז מיין ארימע דעה. מען נוצט אידישקייט פאר די אייגענע אינטערעסן, מען מאכן די תורה א "קרדום לחפור בה".
אויף איינער ווי די איז נאר שייך צו ענדיגען מיט די גמרא האומר מאי אהני לי רבנן אפיקורס הוה,
ווי געווענליך זאגט מען אז עפל פאלט נישט ווייט פון בוים, עס וועט זיין זייער אינטערסאנט צו זען וויאזוי דיינע קינדער וועלען אויסזען, ערליכער ווי די זיכער נישט, לאמיר כאטש האפן אז קיין חילול השם זאלען זיי נישט מאכען,
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
פריינדליך האט געשריבן:אויף איינער ווי די איז נאר שייך צו ענדיגען מיט די גמרא האומר מאי אהני לי רבנן אפיקורס הוה,
ווי געווענליך זאגט מען אז עפל פאלט נישט ווייט פון בוים, עס וועט זיין זייער אינטערסאנט צו זען וויאזוי דיינע קינדער וועלען אויסזען, ערליכער ווי די זיכער נישט, לאמיר כאטש האפן אז קיין חילול השם זאלען זיי נישט מאכען,
פיין געשאלטן! טאקע יעצט געליינט פרשת בלעם איז עס ממש מעניני דיומא.
אויב איז איינער וואס זאגט אז די טייטעלבוים בראדערס אינק. זענען א באנדע ליידאקעס אן אפיקורס אלס "מאי אהני לן רבנן" קען מען דיר אויך רופן די זעלבע זאך פארן רופן געוויסע ספרים "קוק בוקס", סא טול קורה, און ווער נישט אזוי פארלוירן ווען איינער מאכט אוועק דיין רבי. מאי אהני לן רבנן מיינט נישט איין ספעסיפישן רבי, נאר דעם קאלעקטיווער "רבנן".
ווען איך האב ווען א דיים פאר יעדע מאל וואס מ'האט מיר גערופן אפיקורס וואלט איך געווען רייכער פון סאטמערע רבי.
- דבילה
- ידיד ותיק
- הודעות: 798
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:17 pm
- האט שוין געלייקט: 1091 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל
פריינדליך האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:איך וויל נישט גיין ווייטער, ווייל איך רעספעקטיר יעדן רבי'ן פאר די גוטע זאכן וואס ער טוט, אבער אז מען שטופט מיר ארויס פון בויך, וועל איך מגלה זיין טפח פון מיינע מחשבות, טיף טיף אין הארצן, כ'האב עס מורא ארויסצוזאגן ווייל מען קען מיך נאך פארשטיינערן, אבער מה אעשה, אזוי האלט איך, אז די 2 ברודער האבן נישט קיין יראת שמים, די תורה אינטערעסירט זיי אין די לינקע פיאה, און דער באשעפער בכלל נישט, זיי מיינען בלויז זעך און נאכאמאל זעך, די אלע תקנות איז נאר פיער פרעשור פון די עסקנים טעראריסטן אדער אין בעסטן פאל אפאר געלט-גייציגע סוחרים וועלכע ווילן מען זאל נוצן זייערע פראדוקטן, און פני הדור כפני הכלב, וואס מען בעהט זיי צו מוחה זיין זענען זיי מוחה און מאכן תקנות. אויב האב איך איינעם וויי געטון בעהט איך שוין איבער. קען זיין איך בין נישט גערעכט. אבער דאס איז מיין ארימע דעה. מען נוצט אידישקייט פאר די אייגענע אינטערעסן, מען מאכן די תורה א "קרדום לחפור בה".
אויף איינער ווי די איז נאר שייך צו ענדיגען מיט די גמרא האומר מאי אהני לי רבנן אפיקורס הוה,
ווי געווענליך זאגט מען אז עפל פאלט נישט ווייט פון בוים, עס וועט זיין זייער אינטערסאנט צו זען וויאזוי דיינע קינדער וועלען אויסזען, ערליכער ווי די זיכער נישט, לאמיר כאטש האפן אז קיין חילול השם זאלען זיי נישט מאכען,
פארוואס רעדסטו נישט צודערזאך? שמעקעדיג ברענגט דאך דיר קלאר ארויס וואס עם באדערט פון די רבנן! דו זוכסט צו פארמיידן אזעלכע גערעדעכצעס וואס לדעתך אידעך דאס ממש אפיקורסוס, אידעך גאר וויכטיג זאלסט הערן וואס ער זאגט און איבערגעבן ווי שנעלער צו די טייערע ברודער וואס מאכן דעם תורה א קורדום לחפור בה...
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 279
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 21, 2012 1:59 am
- האט שוין געלייקט: 86 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 93 מאל
איך וויל נאר איין זאך וויסן... די אלע רבי׳ס און מוסדות וואס מאכן די תקנות, וואס איז מיט די פראצענט וואס גיבט געלט און דערפאר מעגן זיי טוהן וואס זיי ווילן?? אויב ווער איך ארויסגעווארפן פון די מוסדות, מיט אלע ״גערעכטע״ תירוצים איבער א תקנה, צוב״ש א פילטער אויף מיין לעפטאפ אינדערהיים, און צוויי יאר שפעטער בין איך אן איש מוצלח... ווער וועט שטיין ביי מיין טיר פאר געלט?
מיר ווייסן אלע דעם תירוץ... אויב אזוי פרוביר מיר נישט איינצורעדן אז דאס איז ״אידישקיייט״
מיר ווייסן אלע דעם תירוץ... אויב אזוי פרוביר מיר נישט איינצורעדן אז דאס איז ״אידישקיייט״
וואס זאל איך טון אז עס איז מיר נאך אלץ נישט בייגעפאלן אן אינטערשריפט. האסט עפעס? טעלעפאניר מיר