די גרויסער אומגליק וואס ציוניזם האט גורם געווען כלל ישראל

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

די גרויסער אומגליק וואס ציוניזם האט גורם געווען כלל ישראל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

אן ארטיקל פון ר' בנימין זאב הענדלעס, אן אגודה עסקן און שרייבער אין אמעריקע, האט פארעפנטליכט אין 'די ארטאדאקסישע טריבונע' אדר תש"ד:

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 9 אום ישראל קאפקע, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

דו מישט דא א גרויסער טשאלנט. סטיווען ווייז האט געשטערט יעדע סארט הצלה וויבאלד ער האט געוואלט ווייזן זיין פאטריאטישקייט צו אמעריקע. הילל קוק, יואל בראנד, (וי"א קאסטנער) וועלכע האבן זיך אוועקגעגעבן פאר הצלה פון אידן, זענען פערצופאל געווען פארברענטע ציונים. אפשר ווען ווייז וואלט געהאט אין זיך אביסל אמת'ע ציוניסטישע חוצפה און זיך נישט דערשראקן אזוי פון מערב וועלט פירער וואלטן מער אידן געראטעוועט געווארן.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

אלטע 'סאטמארע מעשיות' און אלטע 'ציוניסטישע ספין',

עס טוישט אבער נישט די פאקט אז:
.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ישראל קאפקע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

lol ;) :D :) :twisted: :roll: :x :shock:
אין וואס איז מיט דער גרויסער חורבן אין אומגליק וואס קנאות האט גורם געוועהן? (אשאד אז היטלער ימ״ש לעבט נישט היינט די נטורי סרחא וואלטן זיך שוין לאנג געקישט מיט עם אין אשאד סאיז נישט דא פון עם קיין זכר אין קיין קבר וי די נטורי סרחא קענען ארויפגיין זיך משתטח זיין אזוי וי אויף ערעפאת׳ס קבר)
חחחחחח, די אידישע חמאסניקעס שלאפען נישט אין מהאלט שוין ביי די דריטע אשכול נאך ״די שטיצער פון מדינה הציונית״ (17 עמ׳) אריבער צו ״ציונות ימ״ש ביי אונז!!!!!״ (9 עמ׳) און יעצט ״דער גרויסער אומגליק וואס ציוניזם האט גורם געווען כלל ישראל״ (אין די ערשטע הודעה וואס איז ראדעגירט געווארען בסה״כ 9 מאל...)
די יידישע חמאסניקעס ווארפען צאם אין די אשכולות אזויפיל עמראצידיגע קלאץ קושיות אין פאקרומטע שיטות(אסאך מאל אויך כפירה ממש) וואס מאכט לאכען אין סאיז נישט דא ווער עס זאל לאכען
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 5 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

נו, ער שרייבט דאך קלאר אז ווייז'ס ציל איז געווען סתם צו פארדרייען א קאפ וועגן אימיגראציע קיין ארץ ישראל אבי די רעזאלוציע זאל נישט דורכגיין (אגב, פון וועלכע רעזאלוציע רעדט מען דא? די וואס האט ענדגילטיג געברענגט רוזוועלט זאל גרינדן די קאמיטע צו ראטעווען אידן?). בכלל איז נאריש אנצוהענגען דאס נישט ראטעווען אידן אין עפעס א סטעיטמענט וואס ראביי ווייז האט געזאגט. די אמת'ע סיבה פארוואס אידן זענען נישט געראטעוועט געווארן איז געווען פשוט און גראד - די אליאירטע מאכטן האבן נישט געהאט גענוג אינטערעס דערין, און אן זיי זענען אלע קנאים און ציונים געווען ווערד א רעטעך.
דא האסטו פון וויקי פון דעם היסטאריקער רפאל מעדאף:
In a Rafael Medoff 2009 interview with Professor Benzion Netanyahu:[15] Medoff: In your view, why were American Jewish leaders so cautious during the 1940s? Netanyahu: Part of the problem was how they saw themselves. In their contacts with president Roosevelt, Jewish leaders thought of themselves as weak or helpless. Take, for example, Rabbi Stephen Wise – leader of the American Zionist movement, the American Jewish Congress and the World Jewish Congress. He thought of himself as a servant of president Roosevelt. He referred to Roosevelt as "chief", and he really meant it that way – Roosevelt was the chief, and Wise was the servant. Wise was happy to just follow along with whatever Roosevelt wanted. He was content as long as FDR just remembered his name or gave him a few minutes of his time every once in a while.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

יאיר האט געשריבן:דו מישט דא א גרויסער טשאלנט. סטיווען ווייז האט געשטערט יעדע סארט הצלה וויבאלד ער האט געוואלט ווייזן זיין פאטריאטישקייט צו אמעריקע. הילל קוק, יואל בראנד, (וי"א קאסטנער) וועלכע האבן זיך אוועקגעגעבן פאר הצלה פון אידן, זענען פערצופאל געווען פארברענטע ציונים. אפשר ווען ווייז וואלט געהאט אין זיך אביסל אמת'ע ציוניסטישע חוצפה און זיך נישט דערשראקן אזוי פון מערב וועלט פירער וואלטן מער אידן געראטעוועט געווארן.


די טשאלנט מאכט איר, הילל קוק, (א שוועסטערקינד פון הראי''ה קוק) כאטש א ציוניסט איז ער אבער בשעת די השמדות אין אייראפע געווארן אויס מענטש און קראנק געווארן פון די מצב, און געזוכט בכל כוחו -קעגן זיינע ציוניסטישע-פאליטישע אינטערעסן- צו ראטעווען אידן, יואל בראנד און קאסטנער האבן געזוכט צו ראטעווען -אויפן חשבון פון א האלב מיליאן אונגארישע אידן- די אונגארישע-ציוניסטישע אינטערעסן,

וואס איז געווען פאטריאטיש פאר אמעריקע "אפענע אימיגראציע קיין פאלעסטינע"? א זאך אין וואס אמעריקע האט נישט געהאט קיין שום ווארט, און וואס האט ענטגילטיג טארפעדאירט דעם ביל/רעזאלוציע?

אן ארטיקל געשריבן בשעתן קריג, דורך א הצלה עסקן פון אגודת ישראל, קיין סאטמאר ספין, קיין ציוניסטישע ספין, גיי דריי אים א קאפ איבער 'פארוואס' סטיפען ווייז האט געשטערט דעם רעזאלוציע, האט ער נישט געוואוסט וואס דו ווייסט? האט ער נישט מיטגעהאלטן די טעגליכע פאליטיק אין די אמעריקאנער אידישע קרייזן אז דו גייסט אים אויפקלערן?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ישראל קאפקע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
קדש הילולים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 199
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 6:14 pm
האט שוין געלייקט: 105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 88 מאל

שליחה דורך קדש הילולים »

@יאיר: אז דער אמעריקאנער גוי האט נישט געוואלט ראטעווען יודן פון צרה, איז א שטארקע קשיא און ווייזט אויף א שרעקליכע גלייכגילטיגקייט צי צולאזן רציחה. אבער אז א יודישע ראביי, וועליכע דארף צי פארטרעטן יודישע אינטערעסן זאל קענען זיין גלייכגילטיג, און נאך אפילו שטיצן די אמעריקאנע רעגירינג נישט צי העלפן די יודן, דאס ברענגט שוין אויף דאס בלוט אין פנים. און דאס ווייזט אז די אלע א״ג יודישע פארטרעטער וואס האבן מיטגעשפילט מיט די ציוניסטישע אינטערעסן, זענען פשוט נאר דא געווען פאר ציוניסטישע אינטערעסן, און זענען אפילו גרייט געווען צי פאררעטן זיינע יודישע ברידער(לייען: אונזערע זיידעס). דאס איז וואס מיר שרייען.
און נאכאמאל, אמעריקא איז זיך ווערד זייער געלט, מיטן נישט ארויסהעלפן אין די מלחמה. אבער אונז האמיר נישט די טענה צי זיי מער ווי צום דייטש, וואס ער האט עס למעשה פאקטיש געטון צי אונז. אבער צו די אלע ציוניסטישע קעפ און צי זייערע אנהענגער, וואס האבן געטון אט די אלע האר אויפשטעלענדע מעשים, ווי ס׳איז דאקאמענטירט און ס׳איז באשריבן אין מן המיצר פון ר׳ מיכאל בער ז״ל, האמיר סאך א גרעסערע טענה ווי צום דייטש, היתכן זיי האבן פארראטן זייער אייגענעם פאלק???!!!
קדש הילולים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 199
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 6:14 pm
האט שוין געלייקט: 105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 88 מאל

שליחה דורך קדש הילולים »

אתא קלילא האט געשריבן:lol ;) :D :) :twisted: :roll: :x :shock:
אין וואס איז מיט דער גרויסער חורבן אין אומגליק וואס קנאות האט גורם געוועהן? (אשאד אז היטלער ימ״ש לעבט נישט היינט די נטורי סרחא וואלטן זיך שוין לאנג געקישט מיט עם אין אשאד סאיז נישט דא פון עם קיין זכר אין קיין קבר וי די נטורי סרחא קענען ארויפגיין זיך משתטח זיין אזוי וי אויף ערעפאת׳ס קבר)
חחחחחח, די אידישע חמאסניקעס שלאפען נישט אין מהאלט שוין ביי די דריטע אשכול נאך ״די שטיצער פון מדינה הציונית״ (17 עמ׳) אריבער צו ״ציונות ימ״ש ביי אונז!!!!!״ (9 עמ׳) און יעצט ״דער גרויסער אומגליק וואס ציוניזם האט גורם געווען כלל ישראל״ (אין די ערשטע הודעה וואס איז ראדעגירט געווארען בסה״כ 9 מאל...)
די יידישע חמאסניקעס ווארפען צאם אין די אשכולות אזויפיל עמראצידיגע קלאץ קושיות אין פאקרומטע שיטות(אסאך מאל אויך כפירה ממש) וואס מאכט לאכען אין סאיז נישט דא ווער עס זאל לאכען

אז די הינט בילן, איז א סימן אז די שטיין איז געלונגען....

ישראל קאפקע! חזק ואמץ! נעם אן אזעלעכע תגובות ווי די שענסטע קאמלימענטן!

(אזא תגובה מיינט: די אמת טוט וויי, איך בעט דיך: לאז מיך בלייבן מיט פארמאכטע אויגן און וויטער אוועקקוקן פונעם אמת!!...)
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 819
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 10:32 pm
האט שוין געלייקט: 434 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 733 מאל

שליחה דורך יתרו »

אויב אזוי פארוואס בילסטו?
לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

אתא קלילא האט געשריבן:lol ;) :D :) :twisted: :roll: :x :shock:
אין וואס איז מיט דער גרויסער חורבן אין אומגליק וואס קנאות האט גורם געוועהן? (אשאד אז היטלער ימ״ש לעבט נישט היינט די נטורי סרחא וואלטן זיך שוין לאנג געקישט מיט עם אין אשאד סאיז נישט דא פון עם קיין זכר אין קיין קבר וי די נטורי סרחא קענען ארויפגיין זיך משתטח זיין אזוי וי אויף ערעפאת׳ס קבר)
חחחחחח, די אידישע חמאסניקעס שלאפען נישט אין מהאלט שוין ביי די דריטע אשכול נאך ״די שטיצער פון מדינה הציונית״ (17 עמ׳) אריבער צו ״ציונות ימ״ש ביי אונז!!!!!״ (9 עמ׳) און יעצט ״דער גרויסער אומגליק וואס ציוניזם האט גורם געווען כלל ישראל״ (אין די ערשטע הודעה וואס איז ראדעגירט געווארען בסה״כ 9 מאל...)
די יידישע חמאסניקעס ווארפען צאם אין די אשכולות אזויפיל עמראצידיגע קלאץ קושיות אין פאקרומטע שיטות(אסאך מאל אויך כפירה ממש) וואס מאכט לאכען אין סאיז נישט דא ווער עס זאל לאכען

כ'האב איצט אויסגעפונען וויאזוי ארויפצולייגן בילדער, די אשכול איז קודם געווען א תגובה אויף און אנדערע אשכול, נאכן פרובירן אומצאליגע מאל אין די פארגאנגענהייט ארויפצולייגן בילדער, גלייך ווי איך האב געזען אז די תגובה מיטן בילד איז ארויף האב איך געטראכט אז עס קומט זיך און עקסטערן אשכול, די ארגינעלע ארטיקל האט פיר זייטן, (זיבן האלבע זייטן) אזויווי איך ווייס נאך נישט פונקטליך וויאזוי מען לייגט בילדער האב איג געדארפט רעדאגירן עטליכע מאל ביז אלע בילדער זענען אויסגעקומען אויף די ריכטיגע וועג, אויך האב איך קודם געוואלט צעטיילן יעדן בלאט אויף צוויי,כדאי עס זאל זיין קלארער און גרינגער צו ליינען, ביז איך האב באמערקט אז די לימיט איז פיר בילדער, הענס די פילע רעדאגירנוגען,

איך פרעג נישט אין דעם אשכול קיין שום קשיות, און איך שרייב נישט קיין שיטות דא, איך האב בסך הכל אראפ געברענגט אן ארטיקל געשריבן תש'ד, איך האב נישט ממש באמערקט די כפירה, און די ארטיקל ברענגט קיינעם צו לאכן, חוץ דיע וואס זענען גענוג נאריש נישט צו פארשטיין וואס עס שטייט אינעם אשכול, ווי @אתא קלילא איבערגעצייגט אונז,

דריי ארטיקלען קעגן ציוניזם און דיין קאפ שווינדלט? ווילסט פארגלייכן די דריי ארטיקלען מיט די אומצאליגע פרא ציוניסטישע/אנטי סאטמארע ארטיקלען?

און פיינעלי, ווייסטו טאקע נישט קיין חילוק ציווישן ' האט גורם געווען' און 'וואלט גורם געווען'?
נעבעך,

מיט מיטלייד,
א ניטורי חרתא'ניק
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

כהאב נישט געמיינט צו זאגען אז אין די אשכול איז דא דברי כפירה נאר גערעדט באופן כללי אויף די אשכולות וואס עפענען זיך חדשים לבקרים אין די נושא וי יעדער נטורי סרחא׳ניק קומט אויף מיט עטליכע ניק׳ס צו מסביר זיין די שטותים אין פון מאל צו מאל אויך דברי כפירה
וואס כאהב געמיינט צו ארויסברענגען איז אז פונקט וי ציונות איז אין א געויסע זין א חורבן, איז די שיטה פון קנאות נישט ווייניגער א חורבן אין איינס פון די גרויסע חורבנות זענען אז כדי צו מאכען דעם מענטש טראכטען אז ציונות איז א חורבן פארסמט מען די קאפ פון די קינדער פון די מינוט זיי קומען אן צו דער וועלט מיט אזעלכע שטותים אין ליגענט אז מקען פשוט משוגע ווערען
אויב ר׳ אהרן זאגט אז ציונות איז א תאווה, זאג איך אז האקען אין קאפ אריין קעגען ציונות איז נישט ווייניגער א תאווה אין א משוגע׳ס וואס גייט שוין ארויס פון די לאך פון די נאז
(אין יעצט ענטפער אז האקען קעגען סאטמר איז אויך א תאווה...)
מיט מיטלייד א איד וואס בענגט קיין שיבת ציון אין דאנקט גאט אז עס איז ערמעגליכט געווארען בימינו דער גיוואלדיגער עניין פון שיבת ציון וואס זעהט אויס צו זיין א אתחלתא דגאולה (על אפם ועל חמתם פון די נטורי סרחא) אין ווארט יעדע מינוט צו די גאולה השלימה אין ביז דערווייל אויף ״שלימות הארץ״
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום נצור לשונך מרע, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
סיבה: זלזול בכבוד האדם
קדש הילולים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 199
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 6:14 pm
האט שוין געלייקט: 105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 88 מאל

שליחה דורך קדש הילולים »

ס׳איז בעסער זיך נאכציגיבן א תאוה וואס איז נישטא קיין כפירה אריינגעמישט אין דעם....
I'm back
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 833
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 30, 2013 9:38 am
האט שוין געלייקט: 2105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 315 מאל

שליחה דורך I'm back »

ס'זאל זיך מערן אזעלכע 'אומגליקן'.
.
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

אן ארטיקל אין 'אידישע שטימע'' אב תש"א:

.
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

אויב ס'איז דיר נישט קיין טירחא, מיר איז זייער שווער צו ליינען די ארענזשע בלעטער, איז דא א וועג ס'זאל ארויסקומען קלארער?
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

די איינציגסטער וועג וויאזוי עס ארבייט אפלאודן בילדער צו ק'ש אויף מיין פאון איז צו נעמען דעם בילד מיט מיין פאון בשעתן שרייבן די תגובה (צולייגן א פייל) איך האב שוין פראבירט אלעס אנדערש, איך וואלט געקענט edit & crop, אדער אפי נעמען בילדער מיט א געהעריגע קאמערא און טראנספערירן צו מיין פאון, עס וואלט געווען פיל פיל שארפער און איך וואלט געקענט טוישן hue, עס גייט אבער נישט,
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

א פארקערטע פערספעקטיוו פאר דער וואס וויל.
http://jbuff.com/c041907.htm
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

אדער מער אקוראט
א פארקערטע 'סטעיטמענט' פאר דער וואס וויל. . . . . דווקא,
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

מאטי האט געשריבן:אויב ס'איז דיר נישט קיין טירחא, מיר איז זייער שווער צו ליינען די ארענזשע בלעטער, איז דא א וועג ס'זאל ארויסקומען קלארער?

ר' ישראל האט מיר עס אריינגעשיקט, און איך האב עס איבערגעשטעלט אצינד קלארער.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

ישראל, א דאנק פאר די היסטארישע ארטיקלען. אבער איך מיין דו דארפסט טוישן דעם קעפל צו "עוולות וואס מענטשן וועלכע זענען געווען ציונים און האבן געגעסן אייערשפייז פאר פרישטאג זענען באגאנגען."
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

1) די עוולות זענען געטון געווארן פארן בענעפיט פון ציוניסטיש-פאליטישע צילן,
2) נישט "מענטשן וואס זענען געווען ציוניסטן" נאר 'דער מיטגרונדער און פירער' פון די אמעריקאנע ציוניסטישע ארגאניזאציעס (אין ווייז'ס פאל, ליין די לינק וואס @מאטי האט אראפגעברענגט, עטליכע תגובות אראפציער) אדער אנדערע הויכע ציוניסטישע פאליטשע מאכער (קאנגרעסן אנפירער, דעלעגאטן, גרונדער, ספאוקסמען, וכו')
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

ישראל קאפקע האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:דו מישט דא א גרויסער טשאלנט. סטיווען ווייז האט געשטערט יעדע סארט הצלה וויבאלד ער האט געוואלט ווייזן זיין פאטריאטישקייט צו אמעריקע. הילל קוק, יואל בראנד, (וי"א קאסטנער) וועלכע האבן זיך אוועקגעגעבן פאר הצלה פון אידן, זענען פערצופאל געווען פארברענטע ציונים. אפשר ווען ווייז וואלט געהאט אין זיך אביסל אמת'ע ציוניסטישע חוצפה און זיך נישט דערשראקן אזוי פון מערב וועלט פירער וואלטן מער אידן געראטעוועט געווארן.


די טשאלנט מאכט איר, הילל קוק, (א שוועסטערקינד פון הראי''ה קוק) כאטש א ציוניסט איז ער אבער בשעת די השמדות אין אייראפע געווארן אויס מענטש און קראנק געווארן פון די מצב, און געזוכט בכל כוחו -קעגן זיינע ציוניסטישע-פאליטישע אינטערעסן- צו ראטעווען אידן, יואל בראנד און קאסטנער האבן געזוכט צו ראטעווען -אויפן חשבון פון א האלב מיליאן אונגארישע אידן- די אונגארישע-ציוניסטישע אינטערעסן,

וואס איז געווען פאטריאטיש פאר אמעריקע "אפענע אימיגראציע קיין פאלעסטינע"? א זאך אין וואס אמעריקע האט נישט געהאט קיין שום ווארט, און וואס האט ענטגילטיג טארפעדאירט דעם ביל/רעזאלוציע?

מיין פוינט איז אז סיי הילל קוק (א ציוני) און סיי יואל בראנד (א ציוני) האבן געארבעט אויף קעסל און כלים צו ראטעווען אידן, איינער אין אמעריקע דער אנדערער אין אייראפע, און אזוי אויך האט גיזי פליישמאן (א ציוניסטקע) געארבעט צוזאמען מיט ר' מיכאל בער ווייסמאנדל (א קנאי) אויף די אייראפע פלאן. די מעשה מיט קאסטנער איז געווען שפעטער, נאכדעם וואס די ארבעט פון יואל בראנד איז דורכגעפאלן, א דאנק דעם וואס ענגלאנד האט עס געשטערט. און די קאנטראווערסיאלע קאסטנער'ס טראנספארט איז ערשט דעמאלט צושטאנד געקומען . איך גיי נישט יעצט דורכגיין אלע היסטארישע פאקטן, אבער ווער עס וויל קען דאס ליינען אין וויקי ביי די ערכים פון בראנד און קאסטנער.
לויט ווי דער ארטיקל שרייבט האט ווייז סתם געזוכט אז די רעזאלוציע זאל נישט דורכגיין און דעריבער האט ער אויפגעברענגט די אימיגראציע קיין ישראל. איך ווייס נישט אויב דאס איז אמת, אבער טאמער דו ביסט זיך סומך אויף דעם ארטיקל דארפסטו זיך אינגאנצן סומך זיין דערויף.
איך וואלט געזאגט אז ווייז האט פשוט געזוכט צו מיטגיין מיט רוזוועלט און אנדערע סטעיט באאמטע וואס האבן נישט געוואלט אז אימיגראנטן זאלן קומען קיין אמעריקע, האט ער געזוכט אריינצושטעלן מען זאל זיי שיקן קיין ארץ ישראל, אבער דאס איז סתם א שפעקולאציע.
בכל אופן, כאטש עס איז ריכטיג אז וייז און אנדערע ציונים האבן געארבעט אז מען זאל אפשיקן די אידן קיין פאלעסטינע, האט די רעזאלוציע שוין געהאלטן ביים דורכגיין די סענאט, און רוזוועלט איז שנעל געקומען צולויפן זאגן אז ער גייט גרינדן דעם war refugee board. זע דא
Another series of events was also a crucial factor in persuading Roosevelt to take the step that he did. In the late fall of 1943, a group of senators led by Guy Gillette responding to a proposal from Jewish activists (Peter Bergson and other members of the Emergency Committee to Save the Jewish People of Europe). The senators introduced a resolution that called for a government rescue agency. At the same time, Will Rogers, Jr. introduced an identical resolution into the House. Although the proposal got caught up in protracted and controversial House hearings, a vote in the Senate, scheduled to take place on January 24, 1944, seemed almost guaranteed to approve the measure. By mid-January a poll indicated the resolution would also pass in the House. Two days before the Senate ballot was to take place, Roosevelt set up the War Refugee Board. The President had seized the initiative.

דאס איז, ווי געזאגט, צושטאנד געקומען בעיקר א דאנק דעם ציוניסטישן בערגמאן/קוק און זיינע חברים אקטיוויסטן.
מיין פוינט איז נישט אז א דאנק ציונות זענען אידן געראטעוועט געווארן. מיין פוינט איז אז עס איז אבסורד צו מאכן סיי וועלכע קאנעקשאן צווישן די רעיון הציוני און דאס ראטעווען אידן ביי די האלאקאוסט. עס זענען געווען אזויפיל פארפלאנטערטע,פיל וויכטיגערע פרטים אין די טרויעריגע געשיכטע, אז די רעיון הציוני פארדינט זיך אפשר א פוט נאוט אין דעם שמועס. (דאס איז אויסער דעם וואס אפילו אויב עס איז אמת, איז דאס בערך אזוי ווי מאכן אן אשכול "די גרויסע אומגליק וואס חסידות האט גורם געווען אויף כלל ישראל" און שרייבן איבער די שרעקליכע מחלוקת'ן אין סאטמאר און אין קלויזנבורג).
האדם לא נברא אלא להתענג
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

שליחה דורך שמערל »

ישראל קאפקע האט געשריבן: יואל בראנד און קאסטנער האבן געזוכט צו ראטעווען -אויפן חשבון פון א האלב מיליאן אונגארישע אידן- די אונגארישע-ציוניסטישע אינטערעסן,

אפשר ביסטו דאס מער מבאר, וואס פונקטליך זענען געווען די ציוניסטישע אינטרעסן אז א האלב מיליאן אידן זאלן געהארג'ט ווערן?
פארשפארט