רחמנות איז נישט קיין שיטה!
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
רחמנות איז נישט קיין שיטה!
שטייענדיג פאר די הייליגע טעג, און בסימן פון פארשידענע וויכטיגע שמועסען וואס טוהן זיך די לעצטע וואכען דא אין שטיבל און בכלל, וויל איך שמועסען עפעס א מילתא דשויא לתרווייהו, כמנהג דרשני ישראל אריינצופלעכטן היינטיגע נושאים אין ענייני , ויהי נא אמרינו לרצון.
ראש השנה איז ידוע עס איז א יום הדין, און פארשידענע פעולות מאכט מען מען זאל זיין ראוי און זוכה זיין בדין. למעשה אבער זעהט מען אין די נוסחאות התפלה און אין מקורות חז''ל וספה''ק, אז די עיקר נקודה וואס מיר בעטן ראש השנה איז נישט מיר זאלן זיין גערעכט בדין, נאר די עיקר איז ממתיק זיין די דין מיט רחמים, אם כבנים רחמנו כרחם אב על בנים, און לשון המדרש נצח רחימו דבנוי לרחימו דמשפט, דער אייבישטער האט ליב משפט מלך במשפט יעמיד ארץ, ער האט אבער נאך מער ליב די אידען, דאס וואס ער איז מוציא לצדק דיננו איז אלץ דעם וואס זיין אהבה ורחמים שטייגט איבער זיין מלך יושב על כסא דין.
דארף מען טאקע פארשטיין דער מושג, וואס איז דאס דער זאך אז רחמים קען גובר זיין אויף דין וואס איז אוודאי א צורך העולם וכך יש תורה ושכר ועונש וכו'.. ולא נאריך בדקדוקים עכ''פ איך קלער מסביר זיין אזוי. אוודאי דארף זיך די וועלט פירען מיט א סדר מיט א שיטה, ווער איז גערעכט און ווער איז נישט גערעכט וועם קומט זיך חיים און וועם פארקערט. אבער דער רבוש''ע איז נישט נאר א סדר אדער א שיטה אויף דער וועלט, ער האט א חיבור עצמי צו דער וועלט און צו כלל''י בפרט, כמו שמפרש בעל התניא אלהי עולם ברחמיך הרבים, שלא נאמר אלוהי העולם אלא אלוהי עולם, זיין געטליכקייט איז אויף דער וועלט, ממילא איז ער מחובר מיט אונז איז רחם עלינו.
דער קאצקער רבי זאגט מען האט מען געפרעגט אמאל וואס איז פשט פון דער דין אז א קרוב איז פסול לעדות? בשלמא אז ער איז מעיד לטובת זיין קרוב איז פארשטענדליך ער האט עם ליב האט ער א נגיעה מעיד זיין לטובתו. אבער אז ער איז מעיד אנטקעגן עם, איז פארקערט, דארף ער זיין נאמן מקל וחומר. האט דער קאצקער גיענטפערט, אז עס שטייט ביי פרשת עדות 'ועמדו שני האנשים' . און איינער וואס איז מסוגל מעיד זיין שלעכטס אויף זיינס א קרוב איז נישט קיין מענטש!
דאס טענה'ן מיר רחמנו כרחם אב על בנים, יא אמת מן הצדק והיושר דארף זיין סדר ומשפט, אבער געוואלד רבוש''ע לפחות זיי א מענטש, מיר זענען דאך קרובים, כי אנו עמך ואתה אלוקינו, און א מענטש וואס פילט נישט איינס מיט זיין קרוב איז קיין מענטש נישט, דארף דער ממכ''ע וסוכ''ע מחייה זיין די נבראים פשוט אלץ די נגיעה זיינע כביכול. שי נגיעה איז נישט נגד הצדק והמוסר נאר פארקערט, אהבת קרובים ורעים דאס איז יסוד המוסר כולה ואהבת לרעך כמוך זה כלל גדול בתורה. דאס איז אונז מחדש דער קאצקער ווארט אז חברשאפט און קירבה מעסט זיך נישט ווען דער חבר איז גערעכט, דאן וואלט דאך יעדער דרויסענדיגער מענטש געווען מיט עם. קירבה מעסט זיך ווען יענער איז לאו דווקא גערעכט. אז מיר און דער רבוש''ע האבען א יחס פון קירבה הייסט דאס אז עס רירט עם אז ער נעמט זיך אן פאר אונז דייקא ווען מיר זינדיגען, ואדרבה. דא איז שאר גרעסטע קירבה וואס קומט ארויס אין שי ימי הדין.
יעצט לענייננו, דארף מען דאס מסביר זיין פשוט אויף למעשה. טוהט זיך דא פארשידענס א וויכוח וועגן מוסדות וועגן חדרים וועגן ישיבות זה אומר בכה וזה אומר בכה. איינער טענה'ט ער האט א מהלך מסביר זיין בצדק פארוואס די מוסדות זענען רשעים פארוואס זיי זענען שולדיג פאר יעדער, א צווייטער טענה'ט פארקערט בצדק דער צווייטער צד איז א רשע, א דריטער האט בכלל א טענה האסט פראבירט יעדער מוסד, און אפשר פאבליק סקול גאר, און אפשר בכלל זענען די רבנים שולדיג, און אפשר דווקא די פשוטע אידען זענען שולדיג.
אבער איך, לו''י יצח''ק בן שרה שאשא, זאג און שריי, געוואלד אידען, אביסעלע רחמנות. אז עס קומט פאר דיר א איד א טאטע ער וויינט זיך אויס די אויגען ער האט נישט קיין חדר פאר זיין זון א ישיבה פאר זיין בחור א סקול פאר זיין מיידל, וויל איך נישט וויסען ווער איז גערעכט, הייב נישט אן מאכען חשבונות ווי דער צדק שטייט איין, מיין ברודער איז אין צער, איך בין אין צער, מאכט מיר דען אויס ווער איז שולדיג? ווייס איך דען בכלל מחליט זיין אזא זאך? יעדער טענה איז דא א טענה פארקערט און ווער קען דען בכלל מוכיח זיין עפעס פון מוסר צדק ומשפט אויף זיכער, אבער איין זאך איז זיכער, רחמים איז שטערקער פאר די אלע זאכען. און דאס איז ישראל רחמנים וגומלי חסדים. דער איד האט א פראבלעם? לאמיר פראבירען עם צו העלפען. צדק און גערעכטיקייט לאמיר לאזען פאר א צווייטער.
דאס איז וואס איך האב צוזאגען, און דאס איז ווי די בלוט נעמט זיך מיר קאכן אז איך זעה א איד וויינט זיך אויס קומען די חכמים ונבונים, צו עסקנים ורבנים ומנהלים, און נעמען זיך שטעלן בתי דינים ובתי משפט ווער איז גערעכט און ווער איז שולדיג. עס מאכט נישט קיין איין ברעקל אויס ווער איז שולדיג ווען א איד וויינט דארף די נאטורליכע הרגש פון ברודערשאפט פשוט זיין משוחד און ווילען עם ארויסזעהן פון דער צרה. נאכדעם וואס אלע פראבלעמען וועלן זיין געלייזט וועט מען זיך זעצן רוהיג אלע אינאיינעם מיט א גלעזל משקה אין סוכה דן זיין פילאסאפיש משפטיש תורהדיג פסיכאלאגיש טעארעטיש ווער איז גערעכט.

I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
לעיקוואד האט געשריבן:דער קאצקער רבי זאגט מען האט מען געפרעגט אמאל וואס איז פשט פון דער דין אז א קרוב איז פסול לעדות? בשלמא אז ער איז מעיד לטובת זיין קרוב איז פארשטענדליך ער האט עם ליב האט ער א נגיעה מעיד זיין לטובתו. אבער אז ער איז מעיד אנטקעגן עם, איז פארקערט, דארף ער זיין נאמן מקל וחומר. האט דער קאצקער גיענטפערט, אז עס שטייט ביי פרשת עדות 'ועמדו שני האנשים' . און איינער וואס איז מסוגל מעיד זיין שלעכטס אויף זיינס א קרוב איז נישט קיין מענטש!
דאס טענה'ן מיר רחמנו כרחם אב על בנים, יא אמת מן הצדק והיושר דארף זיין סדר ומשפט, אבער געוואלד רבוש''ע לפחות זיי א מענטש, מיר זענען דאך קרובים, כי אנו עמך ואתה אלוקינו
נו, אויף דעם האבן מיר דאך אן אני מאמין אז הבורא ית' אינו גוף ולא ישיגוהו משיגי הגוף, ואין לו שום דמיון כלל, והא ראי', זיין רחמנות איז גאר אן אנדער סארט רחמנות ווי די רחמים וואס מיר מיינען, זיינע עונשים איז דאך אויך נאר באהאלטענע רחמים.....
(אגב, צום סוף, וואלסטו ענדערש געדארפט נוצן דעם פראזע "כי אנו בניך ואתה אבינו" אנשטאט אנו עמך.)
וירח ה' את ריח הניחוח
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
חשבתי על טענה זו, אבער ס'איז נישט ריכטיג למעשה, ווייל דאס אז אינו גוף מיינט נישט ער קען זיך פירען ערגער ווי א מענטש, נאר אדרבה בעסער, ולכן דייקתי 'לפחות' זיי א מענטש. אמת מקען מפלפל זיין אבער אין משיבין על הדרוש בפרט שיש בה אמת.
לגבי די צווייטע הערה, יא אפשר טאקע לפי הענין. למעשה די גאנצע פיוט ברענגט ארויס פארשידענע יחסים וואס בינדט אונז צאם, און לגבי אלע פון זיי איז שייך בעצם די טענה.
לגבי די צווייטע הערה, יא אפשר טאקע לפי הענין. למעשה די גאנצע פיוט ברענגט ארויס פארשידענע יחסים וואס בינדט אונז צאם, און לגבי אלע פון זיי איז שייך בעצם די טענה.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 121
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 11:08 am
- האט שוין געלייקט: 32 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 92 מאל
ס'איז א זיסע געדאנק. פראקטיש קען זיך א כלל נישט פירען מיט אזא הנהגה פארשטייט זיך. מ'קען נישט אננעמען א קינד אין א מוסד מיט אזא חשבון און נישט קוקען צו דאס איז פאר די תועלת פון די רוב קינדער אין קלאס.
קען זיין פארדעם שטייט טאקע נישט רחמינו כרחם אח על אחיו, נאר אב על בנים. אפילו מיר זענען ברידערס קענען מיר זיך נישט פירען דורך כללי רחמנות, נאר דורך כללי יושר. דער רבוש"ע קען אבער יא...

- הודעות: 1677
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 5634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל
געוואלדיג לעיקוואד.
אויף דעם ערשטן חלק ארטיקל, האב איך בכלל נישט וואס מוסיף צו זיין, אויסער אפשר שטעלן א שפתיים קישאק אלערט.
לגבי דעם צווייטן חלק ארטיקל, איז אזוי. אן נעמען סיי וואספארא שטעלונג, דעקט למעשה נישט דיין משל דעם נמשל, מצד די וועלכע שטעלן זיך אין שטיצע פון די מוסדות. ווארום פאר גאטניו זאגט מען דאך צו מיט אלע סארט נדרים, שבועות און כינויים, דאס אז מ'גייט איבערנאכט ווערן א צדיק אמתי, א בעל תשובה וואס תבל ומלאה האט נאך נישט געזעען זייט נבוזראדן רב הטבחים, האט באשלאסן צו איינגיין אויף א גיור פראצעס.
לגבי די מוסדות אבער, איז דאך די טענה הויפטזעכליך איבער דער צוקונפט, דהיינו, אז דער יעניגער חוטא איז דווקא אנדערש, און וועט גאר זיין א מחטיא, און צעגרינד לייגן די גאנצע און פלאג, פון וועלכער ראביהאק זעלאהאהאהה האט מיט בלוט און שווייס, געגאסן א פונדאמענט.

- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
יואב, ניין, די רחמים האט גארנישט מיט תשובה וקבלה לעתיד וכו, פשוט פראסט נגיעות ש,שהקב''ה נושא פנים לישראל מפאת שהם קשורים בעצמותו.
לשאר המעירים, סארי, יא מיסט די פוינט. אלעס וואס איר זאגט און קענט טענה'ן איז אלץ דיני תורה קאורט קעיסעס גערעכט אהער ריכטיג אהין. כל זה אכניס. רחמים רעכנט זיך נישט מיט די אלע זאכען. וואס פונקט א עצה צו טוהן? איז נישט מיין זאך דא, מובטח אז עס וועט זיין רחמנות וועט מען זיך אן עצה געבען עצהיו''ט.

- אחד העם
- ידיד ותיק
- הודעות: 697
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
- האט שוין געלייקט: 594 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 796 מאל
לעיקוואד האט געשריבן:.
דאס טענה'ן מיר רחמנו כרחם אב על בנים, יא אמת מן הצדק והיושר דארף זיין סדר ומשפט, אבער געוואלד רבוש''ע לפחות זיי א מענטש, מיר זענען דאך קרובים, כי אנו עמך ואתה אלוקינו, און א מענטש וואס פילט נישט איינס מיט זיין קרוב איז קיין מענטש נישט, דארף דער ממכ''ע וסוכ''ע מחייה זיין די נבראים פשוט אלץ די נגיעה זיינע כביכול. שי נגיעה איז נישט נגד הצדק והמוסר נאר פארקערט, אהבת קרובים ורעים דאס איז יסוד המוסר כולה ואהבת לרעך כמוך זה כלל גדול בתורה. דאס איז אונז מחדש דער קאצקער ווארט אז חברשאפט און קירבה מעסט זיך נישט ווען דער חבר איז גערעכט, דאן וואלט דאך יעדער דרויסענדיגער מענטש געווען מיט עם. קירבה מעסט זיך ווען יענער איז לאו דווקא גערעכט. אז מיר און דער רבוש''ע האבען א יחס פון קירבה הייסט דאס אז עס רירט עם אז ער נעמט זיך אן פאר אונז דייקא ווען מיר זינדיגען, ואדרבה. דא איז שאר גרעסטע קירבה וואס קומט ארויס אין שי ימי הדין
דאס זייער שיינע של"ס תורה אנווארעמען אונגערישע הערצער, אבער לאמיר פארשטיין א מינוט, נאכען קוויטשען געוואלד ביי גאט ברוך הוא, מיט די מהלך פון רחמנות, וויסטו דען ווי אזוי גאט פירט זיך נאך כביכול עס ווערט ביי אים נתעורר די רחמנות??, אפשר איז זיין מהלך אז ער שיקט אראפ עפעס א רוח תשובה, אז דער מבקש זאל אליין זאל פון זיך וועלן צוריק קערן, און אזוי נעמט אים גאט אן, מהיכי אז גאט'ס רחמנות מיינט אז ער עקסעיפט?? וואס לפי זה נמצא אז די של"ס תורה האט א אנדערע מסקנה, מנהלים וכו' האטס רחמנות מאכטס נישט קיין חשבונות און זייטס מסביר פאר די עלטערען אז זיי אליינס זאלען פארשטיין, איי וואס טוט זיך אז זיי ווילען נישט פארשטיין? און וואס טוט זיך ביי גאט ווען נאכען שיקען א רוח תשובה וויל דער מבקש נישט אליינס איינזעהן אז ער דארף זיך צוריקערן?? בקיצור, די משל איז אינגאנצען נישט רעלעוונט מדארף פונקטליך וויסען וויאזוי גאט באהאנדעלט נאכן ווערן נתעורר צו רחמנות, כדי עס קענען צושטעלן צו אן אנדערע מושג
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
יאיר האט געשריבן:בקיצור, זאגסט אז די גאנצע רחמנות איז א גראבער ליגנט, נאר מען בעט גאט ער זאל טשיטן און אננעמען כאבאר.
פארוואס א ליגנט?
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 1778 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל
לעיקוואד האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:בקיצור, זאגסט אז די גאנצע רחמנות איז א גראבער ליגנט, נאר מען בעט גאט ער זאל טשיטן און אננעמען כאבאר.
פארוואס א ליגנט?
גאט זאגט אויף זיך, אשר לא ישא פנים ולא יקח שוחד.
אה כ'האב פארגעסן אידן בענטשן אפילו פאר א כזית.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
פארוואס שקר, ס'איז אמת'ע נגיעות. מהיכי תיתי אז העלפן א חבר א קרוב איז ווייניגער אמת ווי זיכען דער 'אביעקטיבער' אמת, על זה הבאתי את הקאצקער שזה יותר אמת.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- היימישער ליטוואק
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1658
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
- האט שוין געלייקט: 1449 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל
דיין משל לגבי מוסדות און ישיבות איז מובן. דיינע הגשמה הערות האט מיין ליטווישע קאפ נישט פארטראגט, אבער מיין היימישקייט האט גזאגט איך זאל נוהג זיין ברחמים - מחול לך.
אבער דיין שטיקל תורה לכשעצמו האב איך א פראגע - ווען א לייז וועט באשאפן ווערן פון דיין זיעה (דו וויסט דאך אז עס איז דא אזא זאך ווי ספונטייניעס גענעריישון...) און בפאר דו ווילסט מקיים זיין יפלה אדם את כליו, און אויסראטן די כינים, קומט א קליינע 3טע מכה צו אייך און בעט זיך, אנשים אחים אנחנו, לכה"פ פיר זיך אויף ווי א לייז וועלכער הרג'ט נישט זיין זון...
ודוק כי קצרתי

"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
מאטי האט געשריבן:ווען איך בין א דיין אין מיינס א קרוב וואס איז שולדיג א סכום געלט פאר א צווייטן וויינט איך זאל אים פסק'ן לטובה איז רחמנות קאונטער פראדוקטיוו
א דיין שהוא קרוב דארף זיך פטר'ן מלדון. טאמער זאל ער זאגן ניין איך גיי מיטן אמת נישט מיט די רחמים איז ער אן אוממענטש כמ''ש. דער פראבלעם איז נאר ביים רבוש''ע אז ער קען זיך נישט פטר'ן ווייל ווער דען זאל עס טוהן..בלייבט ער סטאק מיט זיין א מענטש.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
היימישער ליטוואק האט געשריבן:דיין משל לגבי מוסדות און ישיבות איז מובן. דיינע הגשמה הערות האט מיין ליטווישע קאפ נישט פארטראגט, אבער מיין היימישקייט האט גזאגט איך זאל נוהג זיין ברחמים - מחול לך.
אבער דיין שטיקל תורה לכשעצמו האב איך א פראגע - ווען א לייז וועט באשאפן ווערן פון דיין זיעה (דו וויסט דאך אז עס איז דא אזא זאך ווי ספונטייניעס גענעריישון...) און בפאר דו ווילסט מקיים זיין יפלה אדם את כליו, און אויסראטן די כינים, קומט א קליינע 3טע מכה צו אייך און בעט זיך, אנשים אחים אנחנו, לכה"פ פיר זיך אויף ווי א לייז וועלכער הרג'ט נישט זיין זון...
ודוק כי קצרתי
די הגשמה פרעג אויפ'ן מחזור.. נישט איך האב אויסגעטראכט די אלע פראזן אבינו מלכנו כרחם אב וכו'. איך האב עס סך הכל געזאגט אויף יידיש.. שטייצעך הכל מופשט וכו'.
לגבי השאלה השנייה על זה נאמר זוכר הברית שכרת הקב''ה ברית עם ישראל והם חשובים לו,ומבואר בספרים דלהיפך, בגלל רוממותו לכן רחמיו על כל מעשיו אפילו כינה קטנה ולא כבשר ודם שרחמיו מוגבלים לפי מעלת המקבל.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- מאטי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3090
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 3382 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל
לעיקוואד האט געשריבן:מאטי האט געשריבן:ווען איך בין א דיין אין מיינס א קרוב וואס איז שולדיג א סכום געלט פאר א צווייטן וויינט איך זאל אים פסק'ן לטובה איז רחמנות קאונטער פראדוקטיוו
א דיין שהוא קרוב דארף זיך פטר'ן מלדון. טאמער זאל ער זאגן ניין איך גיי מיטן אמת נישט מיט די רחמים איז ער אן אוממענטש כמ''ש. דער פראבלעם איז נאר ביים רבוש''ע אז ער קען זיך נישט פטר'ן ווייל ווער דען זאל עס טוהן..בלייבט ער סטאק מיט זיין א מענטש.
פראבלעם איז, דער מלוה איז אויך א קרוב וואס שרייט "האב רחמנות".
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
מאטי פון וועלכער פאל רעדסטו? הן בדין אדם בר''ה אינו כן והן בנושא הארצי שדיברתי עליו אינו כן, תבאר דבריך?
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 1778 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל
מאטי, כ'האב נישט געוויסט אז דו האסט דיך מתייחס געווען צו מיין שאלה, כ'האב זיך אבער דערמאנט אז די גמרא מאכט אט די חילוק.
שאלה בלוריא הגיורת את רבן גמליאל: כתיב בתורתכם 'אשר לא ישא פנים' (דברים י), וכתיב 'ישא ה' פניו אליך' (במדבר ו). נטפל לה רבי יוסי הכהן, אמר לה: אמשול לך משל, למה הדבר דומה - לאדם שנושה בחבירו מנה, וקבע לו זמן בפני המלך, ונשבע לו בחיי המלך. הגיע זמן ולא פרעו, בא לפייס את המלך. ואמר לו: עלבוני מחול לך, לך ופייס את חבירך. הכא נמי, כאן - בעבירות שבין אדם למקום, כאן - בעבירות שבין אדם לחבירו
(תלמוד ראש השנה י"ז ע"ב)