מאטי, דו הערסט אויף? ווען רב קוק'ס אייניקל ווערט א קנאי, לאז זיינע מענטשן קרעכצן, דאן איז זייער טשאנס צו וויינען און שרייען רבן דקרו. פארוואס עקספעקסטו פון שם טוב אויסצוגיין ווען יענער קומט פון זיין לאגער צו אונזער?
לעיקוואד האט געשריבן:בכלל פארשטיי איך נישט, ווען ער איז מחלל שבת איז דאס נישט קיין פאטש פאר סאטמער, נאר אז ער גייט אין צה''ל? איז ער דאך כשר גערעכט..
מחלל שבת איז א פאטש פאר גאנץ כלל ישראל און א סאטמארע אייניקל זאל דינען אין צה"ל איז א פאטש פאר סאטמאר.. וואס איז די דזשאוק פון שפילן טעמיש און זי מאכן ווי גלייך מ'פארשטייט נישט על מה יצא הקצף?
חבקוק הנביא האט געשריבן:ס'איז לכאורה א גרויסע טובה אז אזאלכע בחורים האבען ווי צי גיין, זענען זיי חאטשיג צווישען אידען, אין וועלען צים סוף לכאורה חתונה האבען אידיש, נישט חלילה גיין מיט שיקסעס,
בנוגע צי ס'איז א קלאפ פאר סאטמאר, איז אזוי, פאר די חלק הפאליטיק אין שקר פין סאטמאר איז עס א קלאפ, די חלק השקר פין סאטמאר וואלט מסתם ענדרעש געוואלט ער זאל גיין וואוינען מיט א שיקסע אין האליוואד אין קיינער זאל נישט הערען אין וויסען פינעם, ווי גיין קיין ארץ ישראל אין צה"ל וואס דאס איז א פאליטישע קלאפ פאר זיי, אין אסאך וועלען נאך האלטען "בשיטה" אז ס'איז ענדרעש, למעשה, סאטמאר שטעלט נישט צי פאר אזאלכע בחורים ווי צי גיין, אין מדינת ישראל יא,
מאן יימר אז ס'איז בעסער? ער האט געלערנט אין א חדר וואס האט אים געלערנט אז דינען אין צה"ל איז כפירה ממש! ביסט מחולק? קענסט. אבער אזוי איז ער אויסגעוואקסן. און ער גייט אהין נישט ווייל ער האט "תשובה געטוהן" און וויל דינען זיין לאנד. ער גייט אהין ווייל ער האט ליידער געגליטשט פון די וועג וואס זיינע געטרייע עלטערן האבן פאר אים אויסגעפלאסטערט און ער וויל זיין א כופר ווייל ס'איז קאאל (ליידער).
חבקוק הנביא האט געשריבן:ס'איז לכאורה א גרויסע טובה אז אזאלכע בחורים האבען ווי צי גיין, זענען זיי חאטשיג צווישען אידען, אין וועלען צים סוף לכאורה חתונה האבען אידיש, נישט חלילה גיין מיט שיקסעס,
אדרבה, דאס איז די דזשיניעס פון סאטמאר, אז א ציוניסט וויל רעוואלטירן דארף ער ווערן א גוי, א סאטמארער רעבל קען פשוט ווערן א ציוניסט דאס מאכט נאך נישט ציוניזם א נעט פאזיטיוו, גאר ווייט דערפון, די אידעאלאגיע האט אוועקגעפירט א מיליאן אראבישע אידן פון זייער גלויבן, אויך צענדליגער טויזענטער פון די מזרח אייראפעאישע רעליגיעזע יוגנט, מלחמה איבערלעבער, וואס זענען אנגעקומען אין ציוניסטישע קעמפס גלייך נאכן קריג, וואו דער פרייער ציוניזם האט זיי ערצויגן אין גייסט פון גאטלאזן נאציאנאליזם.
ימי קדם האט געשריבן:פאר די ציונים פון זייער זייט איז עס ממש א געווינס איבער סאטמאר, נישט קיין חילוק וואס זיין פריוואטע היסטאריע איז, אז זיי קענען שרייבן אז א סאטמארער אייניקל איז אין צה''ל, איז ווי צוזאגן: דידן נצח, מיר האבן געזיגט. אמת צו נישט מאכט נישט קיין חילוק.
עס קומט צו לאכן ווען די סאטמערער אדער אפילו די אנטי-סאטמערער זענען זיכער אז די ציונים (ווער זענען זיי?) שפילן דא א פאליטיק מיט סאטמער, ווי כאילו "מדינת ישראל vs סאטמער", אינדערצייט וואס מערסטנס פון ישראלים ווייסן ניטאמאל ווי אזוי מ'ספעלט די ווארט... #האדמו"ר_משטנר
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
ימי קדם האט געשריבן:פאר די ציונים פון זייער זייט איז עס ממש א געווינס איבער סאטמאר, נישט קיין חילוק וואס זיין פריוואטע היסטאריע איז, אז זיי קענען שרייבן אז א סאטמארער אייניקל איז אין צה''ל, איז ווי צוזאגן: דידן נצח, מיר האבן געזיגט. אמת צו נישט מאכט נישט קיין חילוק.
עס קומט צו לאכן ווען די סאטמערער אדער אפילו די אנטי-סאטמערער זענען זיכער אז די ציונים (ווער זענען זיי?) שפילן דא א פאליטיק מיט סאטמער, ווי כאילו "מדינת ישראל vs סאטמער", אינדערצייט וואס מערסטנס פון ישראלים ווייסן ניטאמאל ווי אזוי מ'ספעלט די ווארט... #האדמו"ר_משטנר
You are to blame for the Moroccan ignorance. And for the war that killed the parents of the European children, stop copying it in every post ככלב שב על קיאו כסיל שונה באולתו
ימי קדם האט געשריבן:פאר די ציונים פון זייער זייט איז עס ממש א געווינס איבער סאטמאר, נישט קיין חילוק וואס זיין פריוואטע היסטאריע איז, אז זיי קענען שרייבן אז א סאטמארער אייניקל איז אין צה''ל, איז ווי צוזאגן: דידן נצח, מיר האבן געזיגט. אמת צו נישט מאכט נישט קיין חילוק.
עס קומט צו לאכן ווען די סאטמערער אדער אפילו די אנטי-סאטמערער זענען זיכער אז די ציונים (ווער זענען זיי?) שפילן דא א פאליטיק מיט סאטמער, ווי כאילו "מדינת ישראל vs סאטמער", אינדערצייט וואס מערסטנס פון ישראלים ווייסן ניטאמאל ווי אזוי מ'ספעלט די ווארט... #האדמו"ר_משטנר
זיי (ידידנו מ'סאטמער שי') מיינען אז די "ציוניים" זענען ביזי פיר-און -צוואנציג שעה אין מעת לעת וואס די סאטמער'ער חסידים טראכטן און טון. אזוי ווי זיי. היינט איז ערב ה' אייר. היינט איז ה' אייר. מ'זאגט יא תחנון אדער נישט תחנון. אפילו ביי א חתן אדער א ברית. היינט איז א יום המר והנמהר. ערליכע אידן פאסטן יא אדער נישט. ווי מ'זאלל זיי (די ציונים) אינזין האבן ביים דאווענען. ביי "מדינה של גהינום" אדער ביי "ולמלשינים". אדער גאר ביי אשרי. אדער עלינו. אדער ביים "יום". נ.ב.: דער אייבישטער מאכט ממש גרויסע און ווינדערליכע נסים. למשל. די יארצייט פון הגה"צ משארמאש ז"ל, פאלט אויס אום ד' אייר. לאמיר זיך פארשטעללן , ח"ו, ווען זיין יארצייט פאלט אויס א טאג שפעיטער. ממש השגחה פרטית...
shem-tov האט געשריבן:קען זיין ווייל די ציונים מיינען נעבעך אז די גאנצע וועלט איז ביזי פיר-און-צוואנציג שעה אין מעת לעת וואס די ציונים טראכטן און טון. וועלעכע לאנד האלט יא פון אונז און וועלעכע נישט. אויב האט ער אויפגענומען א פלאטשיגען פאלעסטינעם מיינט שוין זעכער אז ער האט אונז פיינט און מען מוז אים שוין אנלערנען די ביינער. היינט איז ה' אייר לאמיר גיין קוקען אין מאה שערים ווער סהאט זיך נישט אפגעשטעלט קלאצען. לאמיר האלטן די וועלט האסטידש לאמיר זיי לאזן געסטן צי מיר גייען יא אטאקירן איראן אדער נישט. אזוי וועלן מיר ווייטער מיינען אז מיר פירן די וועלט און יעדער איז ביזי מיט אונז. בערעלע. סאטמער וואלט זיך געווינטשן אז די ציונים זאלן זיי לאזן במנוחה צוזאמן מיט אונזערע עלטערן ורבותינו השוכני עפר
איך בין נייגעריג צי דו האסט באמערקט אז דאס איז אקוראט די שפראך וואס די שונאי ישראל נוצן קעגן אידן בכלל. קען זיין אז דו האלטסט אז ס'איז אמת (על כל פנים לגבי די אידן וואס דו האסט נישט איבריג ליב), אבער ס'איז בכל אופן וויכטיג צו אנערקענען דעם פרט.
shem-tov האט געשריבן:קען זיין ווייל די ציונים מיינען נעבעך אז די גאנצע וועלט איז ביזי פיר-און-צוואנציג שעה אין מעת לעת וואס די ציונים טראכטן און טון. וועלעכע לאנד האלט יא פון אונז און וועלעכע נישט. אויב האט ער אויפגענומען א פלאטשיגען פאלעסטינעם מיינט שוין זעכער אז ער האט אונז פיינט און מען מוז אים שוין אנלערנען די ביינער. היינט איז ה' אייר לאמיר גיין קוקען אין מאה שערים ווער סהאט זיך נישט אפגעשטעלט קלאצען. לאמיר האלטן די וועלט האסטידש לאמיר זיי לאזן געסטן צי מיר גייען יא אטאקירן איראן אדער נישט. אזוי וועלן מיר ווייטער מיינען אז מיר פירן די וועלט און יעדער איז ביזי מיט אונז. בערעלע. סאטמער וואלט זיך געווינטשן אז די ציונים זאלן זיי לאזן במנוחה צוזאמן מיט אונזערע עלטערן ורבותינו השוכני עפר
לאמיר זאגן אז לעומת דעם "דער איד" איד דא "דער גוי" , למשל דער ידיעות אחרונות אדער "מעריב". דארט ווערט נישט דערמאנט סאטמאר אפילו א טויזנטסט'ל חלק וואס די ציונים ווערן דערמאנט אין "איד" , אין בלאט און אין "צייטונג"...