וואו איז אונזער פאבליק סקול סיסטעם?

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

וואו איז אונזער פאבליק סקול סיסטעם?

שליחה דורך יאיר »

ווען די גמרא איז דן איבער מצוות בני נח, איז איינער פון די שטערקסטע יסודות דער כלל פון, "מי איכא מידי דלישראל שרי ולבני נח אסור?" הפנים, די אמוראים האבן פארשטאנען אז אויב עס ווערט באשטעטיגט אז דער בן נח דארף נזהר זיין אין אן ענין, איז א כל שכן אז דער איד, וועלכער באטראכט זיך אלס דער עם הנבחר דארף נזהר זיין דערין.
געווען אמאל א צייט ווען אידן זענען געזעסן צווישן פראי אדם, אנאלפאבעטן און רוצחים. ארומגענומען מיט פעלקער וואס אויסער האקן קעפ און אייננעמען לענדער האבן זיי גארנישט געקענט. דאן האט גאט באפוילן די אידן ושננתם לבניך ודברת בם. לערן מיט דיין זון, גיב אים אן עדיוקעישאן, גיב אים צו פארשטיין ער זאל פינאנדערשטיין את הטוב ואת הרע, את החיים ואת המות, אזוי וועסטו אויפציען נארמאלע דורות און האבן א ציוויליזאציע.
געווען אמאל א צייט ווען עס זענען געווען מהומות ביי כלל ישראל, די אריסטאקראטישע בעלי בתים פון פאלק בשותפות מיט די רוימער האבן אונטערדריקט דעם המון עם, האט הכהן הגדול מאחיו יהושע בן גמלא ארומגעוואנדערט אין די גאסן און זיך געזארגט מען זאל אויפשטעלן חדרים פאר אידישע קינדער, זיכער מאכן אז דער אידישער חינוך בלייבט לעבן.
געווען אמאל א צייט ווען דער בית המקדש איז חרוב געווארן, אידן זענען געווען דערשלאגן און דער'הרג'עט, איז ר' יוחנן בן זכאי געגאנגען און אויפגעשטעלט יבנה וחכמיה און זיכער געמאכט אז תלמידי חכמים זיצן און זענען עוסק אין תורה.
געווען אמאל א צייט ווען אידן זענען געווען בשפל המצב, מען האט געהאלטן ביי נשתכחה תורה מישראל חלילה. איז רבי חייא ארומגעגאנגען, געשריבן ספרי תורה, און געלערנט תורה מיט אידישע קינדער און אויפגעשטעלט א פרישע דור פון אידן וועלכע האבן געליינט און געלערנט און זיך מדבק געווען מיט געטליכע ווערטער.
ווען רוב וועלט איז נאך געווען אנאלפאבעטן, האבן מיר פארשטאנען אז לערנען מיט קינדער איז א לעבנסוויכטיגע נויט.
געקומען איז א צייט ווען די גאנצע מערב וועלט האט דאס אויך איינגעזען, מען האט אנגעהויבן שרייבן ביכער, מאכן קלוגער מענטשן, און מען האט איינגעזען אז גיבן א עדיוקעישאן פאר א קינד איז פונקט אזוי וויכטיג ווי ברויט צו עסן און וואסער צו טרינקען.
געקומען איז א צייט ווען אין רוב מערב וועלט לענדער קען יעדעס קינד, אדער דער אחראי אויפ'ן קינד, אריינשפאצירן אין סיי וועלכע שולע אין אמעריקע, און אים לאזן דארט און ארויסשפאצירן. דער שולע וועט זיך אפגעבן מיט דעם קינד אין וועלכן מצב ער זאל זיין, פון וועלכע אפשטאם ער זאל קומען, בחינם אין כסף. דאס געלט דארפן צושטעלן די עשירי העם און די אלגעמיינע ארבעטער.
אזוי אויך איז געקומען א צייט וואס ביים פאלק וואס האט צום ערשט אריינגעברענגט די וויכטיגקייט פון חינוך און לימוד אין די וועלט, איז אויפגעשטאנען ריזיגע קהילות פון אידן, וועלכע ערלויבן זיך צו זאגן דעות וועלכעס קינד איז ראוי צו לערנען מיט אים גאט'ס ווערטער און וועלכער נישט.
און מיר האבן גאנצע דיונים צו זיי מעגן יא צו זיי מעגן נישט.
וואו איז אונזער חדר וואו א טאטע קען אנקאלן דעם מנהל מיט א בלעכענעם פנים, און זאגן, "נעם מיין קינד, איך האב נישט קיין פרוטה צו באצאלן" און אראפלייגן דעם טעלעפאן?
וואו איז אונזער חדר וואו דאס קינד פון גע'גט'ע עלטערן און אפגעפארענע מאמע קען אריינשפאצירן און זאגן, "איך וויל לערנען בראשית ברא אלקים"?
וואו איז אונזער חדר וואס אנערקענט אז יעדעס איינציג קינד פארדינט זיך א פלאץ, מיט חברים און מלמדים, זיך צו געפינען דורכ'ן טאג?
וואו איז אונזער יהושע בן גמלא?
וואו איז אונזער ר' חייא?
וואו איז אונזער ר' יוחנן בן זכאי?
וואו איז אונזער פאבליק סקול סיסטעם?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום יאיר, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
איש צדיק תמים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 152
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 02, 2013 1:49 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 171 מאל

שליחה דורך איש צדיק תמים »

יאיר, אז די האסט פאראכטן דאן טוה איך דאס זעלביגע, אויף דיין שפעטערדיגע קשיא ווי עס שטייט אז קינדער פון כופרים טארן נישט לערנען קיין תורה.

1) אויב ביסטו טאקע א כופר, דיין קומט דאס אדורך צו די קינדערלאך, ווייל יעדע יודישע זאך איז א שפיל (אויסער אז די ביסט א האליוואד קוואלעפארצירטער אקטיאר)

2) די ביסט א בהמה אז די האלסט דיינע קינדערלאך און באשעפטיגסט זיי מיט א זאך וואס די האלסט איז פאלטש, אויב האלסטו טאקע אז אלעס איז פיקשען ל״ע, דאן לייג זיי אריין און קאלידש ווי זיי זאלן זיך לערנען א פאך.

איך גראדע האלט אז רוב קינדער נעבעך וואס דרייען זיך אויף די גאסן איז אימזיסט, און מען דארף הייבן א וויי געשריי אז עס זאל ציטערן הימל און ערד, ווייל דאס רשעות פון די מוסדות איז עד אין סויף מיט א רשעות וואס איז אומבאשרייבאר, צו ווייל זיי זענען נישט דאס סאמע ״בעסטע״ (א פארשאלטן ווארט און די לעקסיקאן פון די הנהלת פון די מוסדות), צו ווייל זייערע עלטערן זענען נישט די חשובסטע און בהמ״ד, צו זאל נישט אויסגערעדט זיין, איז זייער טאטע און זיידע נישט דאס ארויפגעקיקסטער מענטש, און נאך אזאלעכע באבע תירוצים.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום איש צדיק תמים, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Ben-Shishim
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 180
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 624 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 72 מאל

שליחה דורך Ben-Shishim »

Yoir
Can you please better explain your last line comment? something doesn't sound right.
אויב האסטו א יאר אין א מיטוואך איבריג, וועל איך שרייבען אין יודיש
Otherwise I will type in English, sorry about that.
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

ווי קענסטו פארלאנגן פון די ראשי המוסדות — זיי אליינס וויסטע אנאלפאבעטן וואס האבן קיינמאל באקומען קיין נארמאלער חינוך — זיך אויפצופירן מענטשלעך? וואס גענוי קען מען דען פארלאנגן פון אזאנע וואס האלטן אליינס אז זייער גרעסטער מעלה איז דאס אז זיי זענען אייניקלעך פונעם ישמח משה און דוד המלך? וואס קען מען ערווארטן פון פארשוינען וואס חוץ טרינקן קאווע, קויפן סטראקעס, און רעדן צימעס קענען זיי גארנישט? וואס קענסטו פארלאנגן ווען אזעלכע אומגעצייטיגטע אפרוחים שלא נפתחו עיניהם זענען די וואס זענען באאויפטראגט אויף די חינוך פון אונזערע קינדער???
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

Ben-Shishim האט געשריבן:Yoir
Can you please better explain your last line comment? something doesn't sound right.

וואו איז אונזער חלק אלוק ממעל?
איך זע אז מען האט נישט פארשטאנען דעם פאעטישן שפראך האב איך עס געטוישט. (אפשר דוד המלך'ס קינדער וואלט מען אויך נישט אנגענומען אין די היינטיגע מוסדות פאר'ן שרייבן אלי אלי למה עזבתני).
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום יאיר, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

יאיר, פרעגסט זייער גוט. אבער דיין עצה אז עס זאל אויפשטיין א רבי חייא און עפענען א אידישע פאבליק סקול איז זייער שווער אויסצופירן במציאות.
די מציאות איז אז עס איז דא אלע סארט קינדער, בעסערע און שוואכערע, אין א נארמאלע מוסד וואלט געדארפט א געמיש פון אלע און אזוי קען מען אוועקשטעלן א נארמאלע מיטל וועג ווי אזוי אומצוגיין מיט די קינדער. אבער אז עס וועט זיין אזא מוסד וואס נעמט אריין אזעלכע קינדער וואס מען ווארפט פון איבעראל וועט דאס זיין צוזאמגעשטעלט בלויז פון שוואכע און דאס וועט נישט האבן קיין קיום, ובנוסף וועלן אפילו די שוואכע שוין אויך נישט וועלן שיקן דארט.
די עצה איז נאר אז די עקזעסטירענדע מוסדות זאלן טוישן זייער צוגאנג און אריינלאזן יעדן איינעם, פאר זיי וועט דאס נישט שאטן ווייל זיי האבן עפ"י רוב גוטע נארמאלע קינדער, און די שוואכע וועלן זיך אויך מיטכאפן מיטן רוב.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

איש צדיק תמים האט געשריבן:יאיר, דיין לעצטע קשיא, בארעכטיגט א מוסד נישט אנצונעמען דיינע קינדער, איך וויל נישט אז מיינע קינדער זאלן זיך דרייען אגאנצן טאג און א סביבה מיט קינדער וואס זייער טאטע האט זיך ערקלערט א כופר!

איך וואלט אפרישעיטעד אויב דו קענסט מבאר זיין וואו עס שטייט אז קינדער פון כופרים פארדינען זיך נישט צו לערנען תורה מיט זיי.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום יאיר, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

וואס האבן אונזערע מוסדות מיט עדיוקעישאן..
אנאלפאבעטן קומען אריין אנאלפאבעטן גייען ארויס. והארץ לעולם עומדת (ליטערלי...)
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 954
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1457 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל

שליחה דורך פארוואס? »

מאטי האט געשריבן:וואס האבן אונזערע מוסדות מיט עדיוקעישאן..
אנאלפאבעטן קומען אריין אנאלפאבעטן גייען ארויס. והארץ לעולם עומדת (ליטערלי...)

דאס מיינסטו טאקע?
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

פארוואס? האט געשריבן:
מאטי האט געשריבן:וואס האבן אונזערע מוסדות מיט עדיוקעישאן..
אנאלפאבעטן קומען אריין אנאלפאבעטן גייען ארויס. והארץ לעולם עומדת (ליטערלי...)

דאס מיינסטו טאקע?

יא יא
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
יעדער לאכט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 122
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 07, 2014 11:21 am
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל

שליחה דורך יעדער לאכט »

יאיר האט געשריבן:
איש צדיק תמים האט געשריבן:יאיר, דיין לעצטע קשיא, בארעכטיגט א מוסד נישט אנצונעמען דיינע קינדער, איך וויל נישט אז מיינע קינדער זאלן זיך דרייען אגאנצן טאג און א סביבה מיט קינדער וואס זייער טאטע האט זיך ערקלערט א כופר!

איך וואלט אפרישעיטעד אויב דו קענסט מבאר זיין וואו עס שטייט אז קינדער פון כופרים פארדינען זיך נישט צו לערנען תורה מיט זיי.

ווער זאגט אז ס'שטייט? אע"כ? יעדע טאטע האט א רעכט בוחר צו זיין וועלעכע מוסד ער וויל זיין קינד זאל לערנען, און רוב פון די טאטעס פארלאנגען אז דארט זאל קיין בני כופרים נישט לערנען.
זאלן זיך אלע כופרים צוזאמען נעמען און עפענען א מוסד פאר זייערע קינדער. איינער שטערט זיי?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יעדער לאכט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
לאכן לאכט דער וואס לאכט!
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

מאטי האט געשריבן:וואס האבן אונזערע מוסדות מיט עדיוקעישאן..
אנאלפאבעטן קומען אריין אנאלפאבעטן גייען ארויס. והארץ לעולם עומדת (ליטערלי...)

מאטי, דאס האט מען געמאכט פאר דיר.
https://chrome.google.com/webstore/detail/literally
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

יאיר האט געשריבן:
Ben-Shishim האט געשריבן:Yoir
Can you please better explain your last line comment? something doesn't sound right.

וואו איז אונזער חלק אלוק ממעל?
איך זע אז מען האט נישט פארשטאנען דעם פאעטישן שפראך האב איך עס געטוישט. (אפשר דוד המלך'ס קינדער וואלט מען אויך נישט אנגענומען אין די היינטיגע מוסדות פאר'ן שרייבן אלי אלי למה עזבתני).

יאיר: אז מ'ליינט די לעצטע שורה פון דיין פתיחת האשכול אין קאנטעקסט פון די פריערדיגע שורות, איז נישט שווער קיין קשיות... :? 8-) :lol: :roll: :x :P :oops: ;) :o
באניצער אוואטאר
גנדי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1181
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 11:21 pm
האט שוין געלייקט: 2151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1341 מאל

שליחה דורך גנדי »

PDF
בייגעלייגטע פיילס
וואו איז אונזער פאבליק סקול סיסטעם.pdf
(108.19 KiB) אראפגעלאדנט 119 מאל
You must be the change you want to see in the world
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

לאמירפרעגן א אנדערע שאלה עס איז דא משפחות וואס פירן זיך נישט צי געבן וואקסינען פאר זייערע קינדער ממילא אוטומאטיש איז דא גאר א גרויסע שאנס אז קינדער זאלן ווערן אנגעשטעקט מיט מחלות פין זיי דארף מען זיי אויך אננעמען אין יעדען מוסדות? אדער מען קען זיי זאגן גייטס מאכטס ענק אן אייגענע מוסד (בני חולים?) אין שטעקטס ענק אן איינער דעם צווייטן ?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

יאיר האט געשריבן
עקומען איז א צייט ווען אין רוב מערב וועלט לענדער קען יעדעס קינד, אדער דער אחראי אויפ'ן קינד, אריינשפאצירן אין סיי וועלכע שולע אין אמעריקע, און אים לאזן דארט און ארויסשפאצירן. דער שולע וועט זיך אפגעבן מיט דעם קינד אין וועלכן מצב ער זאל זיין, פון וועלכע אפשטאם ער זאל קומען, בחינם אין כסף. דאס געלט דארפן צושטעלן די עשירי העם און די אלגעמיינע ארבעטער.
אזוי

יא יא פרוביר נאר אריינצילייגן א קינד אין הארווארד אדער יעיל
בר דעת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 6:17 pm
האט שוין געלייקט: 868 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 660 מאל

שליחה דורך בר דעת »

מאטי האט געשריבן:
פארוואס? האט געשריבן:
מאטי האט געשריבן:וואס האבן אונזערע מוסדות מיט עדיוקעישאן..
אנאלפאבעטן קומען אריין אנאלפאבעטן גייען ארויס. והארץ לעולם עומדת (ליטערלי...)

דאס מיינסטו טאקע?

יא יא

ממש?
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

שליחה דורך ידען »

אל תאמר מה היה שהימים הראשנים היו טובים מאלה כי לא מחכמה שאלת על זה
קהלת

סיז נאר גוט אז מע זעהט ווי סע האלט היינט מיט די חינוך אז קיינער גייט נישט אהן וואס מע טוהט מיט די קינדער וואס זענען נישט די בעסטע משפחות.

א סאך מאהל קען מען הערען דרשות אז די חסידים זענען די בעסטע אבער היינט ווייסט מען שוין אז חסידים זענען די ערגסטע פון אלע אידען וואס איז דא אויף די וועלט.

א פרעמדע מענטש קומט אין אינזערע געגענט און זעהט וויזוי מע פיהרט זיך אויף א daily basis אין גאס האט נישט די אלע שאלות וואס יאיר פרעגט דא.
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

ידען האט געשריבן:אל תאמר מה היה שהימים הראשנים היו טובים מאלה כי לא מחכמה שאלת על זה
קהלת
סיז נאר גוט אז מע זעהט ווי סע האלט היינט מיט די חינוך אז קיינער גייט נישט אהן וואס מע טוהט מיט די קינדער וואס זענען נישט די בעסטע משפחות.
א סאך מאהל קען מען הערען דרשות אז די חסידים זענען די בעסטע אבער היינט ווייסט מען שוין אז חסידים זענען די ערגסטע פון אלע אידען וואס איז דא אויף די וועלט.

ס'אייביג געווען וואס האבן געהאלטן אזוי וואו דו.

מה-שהיה, הוא שיהיה - קהלת
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
דבילה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:17 pm
האט שוין געלייקט: 1091 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל

שליחה דורך דבילה »

גראדעמעכעלע האט געשריבן:יאיר האט געשריבן
עקומען איז א צייט ווען אין רוב מערב וועלט לענדער קען יעדעס קינד, אדער דער אחראי אויפ'ן קינד, אריינשפאצירן אין סיי וועלכע שולע אין אמעריקע, און אים לאזן דארט און ארויסשפאצירן. דער שולע וועט זיך אפגעבן מיט דעם קינד אין וועלכן מצב ער זאל זיין, פון וועלכע אפשטאם ער זאל קומען, בחינם אין כסף. דאס געלט דארפן צושטעלן די עשירי העם און די אלגעמיינע ארבעטער.
אזוי

יא יא פרוביר נאר אריינצילייגן א קינד אין הארווארד אדער יעיל


מעכעלע, דא שרייבט יאיר בנוגע אן עדיוקעישען פאר קינדער, נישט פאר ערוואקסענע. יהושע בן גמלא\חייא האט מיט בריסקער כולל וואס יאיר האט מיט הארווארד.
באניצער אוואטאר
יעדער לאכט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 122
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 07, 2014 11:21 am
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל

שליחה דורך יעדער לאכט »

ידען האט געשריבן:אל תאמר מה היה שהימים הראשנים היו טובים מאלה כי לא מחכמה שאלת על זה
קהלת

סיז נאר גוט אז מע זעהט ווי סע האלט היינט מיט די חינוך אז קיינער גייט נישט אהן וואס מע טוהט מיט די קינדער וואס זענען נישט די בעסטע משפחות.

א סאך מאהל קען מען הערען דרשות אז די חסידים זענען די בעסטע אבער היינט ווייסט מען שוין אז חסידים זענען די ערגסטע פון אלע אידען וואס איז דא אויף די וועלט.

א פרעמדע מענטש קומט אין אינזערע געגענט און זעהט וויזוי מע פיהרט זיך אויף א daily basis אין גאס האט נישט די אלע שאלות וואס יאיר פרעגט דא.


אפשר לייגסטע אראפ וואסערע שרעקעדיגע זאכן ווערט געטוהן אין אונזער געגנט אויף א daily basis?
ווי אויך, זיי ביטע מסביר וואס טוען די חסידים אז ס'מאכט זיי די ערגסטע פון אלע אידען וואס איז דא אויף די וועלט?
לאכן לאכט דער וואס לאכט!
פארשפארט