דברות משה, רבי משה פיינשטיין

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

קארל! די ארטיקל איז פונקט דערמאנט געווארן פארגאנגענע וואך אין הרב משה טויב'ס קאלום. די בילד פון ר' משה אויפן פראנט פעידזש האבן זיי אויך געהאט. ייש"כ פארן אריינלייגן דעם גאר אינטערסאנטן ארטיקל!

הרב טויב ברענגט אראפ די אינטערסאנטע ענטפער וואס ר' משה האט גענטפערט צו די פראגע "וויאזוי זענט איר געווארן פוסק הדור?", אז איינער האט אים געפרעגט א שאלה און האט הנאה געהאט פון זיין תשובה. יענער האט דאס פארציילט פאר זיין חבר, און זיין חבר האט אויך הנאה געהאט דערפון און קומענדיגע מאל וואס דער חבר האט געהאט א שאלה איז ער אים אויך געקומען פרעגן. און אזוי איז עס געגאנגען ווייטער און ווייטער ביז ער איז געווארן פוסק הדור.
למעשה זע איך אז דער ניו יארק טיימס לייגט עס אראפ גאנץ טרוקן, ווי פאלגנד:

ניו יארק טיימס האט געשריבן:you can't wake up in the morning and decide you're an expert on answers, " he said recently as disciples clustered around. "If people see that one answer is good and another answer is good, , gradually you'll be accepted.


נישטא קיין פראגע פאר דעם ("וויאזוי זענט איר געווארן פוסק הדור"), און גאר א צווייטע כוונה ווי הרב טויב וויל...

פאלגנד איז ווי הרב טויב לייגט עס אראפ:
הרב משה טויב אין עמי מאגאזין האט געשריבן:...I mention an interview with Rav Moshe Feinstein that once appeared in the New York Times, in which he was asked how he had become the posek hador. He replied that he must have once answered a question and the person liked what he heard, so he told his friend. That person must have also liked the answer to his own inquiry, and before long, a lot of people began to ask him questions.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: דברות משה, רבי משה פיינשטיין

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

אז מ׳האט עס ארויפגעברענגט, זעט מען די אמאליגע תכלית פון קאוועשטיבעל אין די בראשית יארען. חבל על דאבדין.

די פראבלעם מיט דברות משה איז אז ער האט א מהלך פון take no prisoners. ער צווינגט דיר מיטצוגייען זיין מהלך. ווען איך לערן א קצות צו א נתיבות, איך זעי זיין קשיא און נאכדעם פראביר איך אליינס צו ענטפערען. נאך דעם, ווען איך זעי זיין תירוץ, קלער איך וואס איז מיינס אנדערש ווי זיינס, וויאזוי האט ער זיך געדינגען, וואס איז נתחדש געווארען אין זיין תירוץ, און אזוי ווערט די שטיקעל תורה מיינס וואס איך פארשטיי.
אין דברות משה קען מען דאס נישט טוהן. ער פרעגט א ריי קשיא׳ס, וואס אפילו מען האט אייגענע תירוצים, ביז מ׳האלט קאפ אין זיין גאנג, איז אלס שוין פארדרייט.
זאת ועוד, ער שטאפט אלע לעכער אין די שטיקעל תורה, ער זאגט נישט קיין ואכמ"ל וחסל. ער ברענגט א ראיה פון א פרעמדע גמרא, און טאמער ס׳איז מעגליך אן אנדערע פשט אין יענער גמרא, לערנט ער עס אפ מיט דיר צו ווייזען אז ס׳איז נישט אזוי.
דאס אלס מאכט עס פיהל שווערער מיטצוהאלטען. גם אני בחלומי, אין די יונגערע יארען האב איך זיך געשטעלט אן אונטערנעמונג פאר זיך אדורכצוטוהן א סימן אין דברות משה, ולא עלתה בידי.

באופן כללי, ער האט נישט געהאלטען פון טרוקענע פסקי הלכה, און ווען מ׳האלט אין א סוגיא, האבען זיין תשובות אן אנדערע חשיבות. וואס זעט אויס א פשוט׳ער סברא איז שוין א גאנצע חידוש אין די גמרא. אנדערש פון א תשובות חת"ס, איז די נקודה נישט אזוי קלאר למעיין, א מענטש קען זיך אפנער׳ן אז ער פארשטייט די תשובה ביז ער לערנט טאקע די סוגיא.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
פארשפארט