zurich האט געשריבן:מרדכי צו אברהם?
לדעתי איז שווער צו זאגן, וויבאלד זיי שטעלן פאר צוויי באזונדערע סטילס; ביידע וואס איך וואלט באצייכנט מיט אן A+.
מרדכי קען מען זאגן ער טייטשט אריין דעם ניגון, און נישט נאר וואס ער ליגט ראשו ורובו דערין, שלעפט ער אריין דעם צוהערער. א דיפרעסטע ניגון איז ער באמת דיפרעסט, א צולאזטע ניגון איז ער צולאזט, א ניגון מיט געגועים, א דביקות ניגון, א חסידישע ניגון, אא''וו. ער איז דאן גענוי ווי דעם ניגון. דאס איז סיי זיינע געפילן, גרימאסן, און נייגונגען. דערנאך האט ער א מעלה אז ער "קען" זינגן. א זאך וואס נישט יעדע זינגער פארמאגט. זיין שטימע איז גרייט פאר אלצדינג וואס ער ברויך טוהן כפי יכולתו. ביי אלטע קאנצערטן קען מען איהם זעהן שפרינגן און טאנצן בשעת'ן זינגן, און קיין שווער אטעם אדער ברעקלע איבערגעצויגנקייט קען זיך אנזעהן אויפן זינגן. ווי אויך זינגט ער אבנארמאל שטארק אויפן טאן. ער האלט זיך אויפן טאן מורא'דיג גוט. מרדכי פארמאגט אויך דער געוואלדיגער מעלה פון "מרדכי". א מעלה וואס מ'קען נישט מסביר זיין, מ'שפירט דאס אבער. א מין אייגנארטיג חן, א מין מרדכי.
אברהם האט זיינע מעלות. די Power וואס ער האט, ווייס איך נישט צו ס'איז פארהאן נאך אזא זינגער ביים היימישען, צו ארטעדאקסישן עולם. ער איז א שטיקל חזן אויך, און קען באווייזן געוואלדיגע שטיק אינמיטן זינגן. מ'זעהט ער איז נישט געבוירן געווארן אן אברעמל איבערנאכט. זיין געוואלדיגע כשרונות איז קענטיג שטארק בארבייט, פאר צוואנציג יאר צוריק איז ער ווייט נישט געוועזן דער מעכטיגער אברהם פון היינט. היינטצוטאגס זינגט ער שטייצעך אויך שטארק אויפן טאן, ער איז אויך גרייט פאר א פולער קאנצערט מיט די זעלבע כוחות, און לדעתי ווערט ער נאר בעסער און בעסער. ספעציעל היינצוטאגס ווען מרדכי איז לכו"ע מער נישט די מרדכי פון אמאל, איז אברהם זיכער די נייע King of Jewish music.