תחל שנה וברכותיה

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל

תחל שנה וברכותיה

שליחה דורך דריידל »

טייערע חבירים וידידים,
דער זייגער האט זיך צעקלינגן היינט פארטאגס און כ'האב מיך אויפגעוועקט צו ריעליטי אז מ'האלט שוין ביי סליחות און אט אט איז די יאר א פארגאנגענהייט. נישט האבענדיג צופיל צייט, בין ארויסגעשפריגן מיט א זרירות, גענומען א שאוער און באוויזן אריינצוכאפן א קאווע נאך פאר'ן עלות. מחשבות זענען געפלויגן רעכטס און לינקס אבער פון די אנדערע זייט האט די זייגער גלאפירט און ס'האלט שוין באלד ביים זמן ווען מ'הייבט אן סליחות, האט איך געמיזט אלעס לייגן אויף א זייט און מיט שנעלע טריט זיך אויסגעלאזט צום בית מדרש. אנקומענדיג האט זיך באשיינפערליך ארויסגעזען דעם בבית אלקים נהלך ברגש ווען דער עולם יאגט זיך מיט אן אנגעצויגענער געזיכט, בחורים לויפן ארויף די טרעפ בשעת די מקוה וואסער טראפט נאך פון די פיאות, אנדערע שטייען נערוועזערהייט ביים בית הכבוד ווארטענדיג אויף זייער שאנס. כ'האב געזעהן אז די זייגער קלאפט שוין צוויי מינוט נאכ'ן זמן, בין איך גראד אריין אין בית מדרש וואס איז שוין געווען האלב פיל און ווי איך עפען די טיר הער איך דעם באקאנטן "אשרי יושבי ביתך". איך בין צוגעלאפן צו מיין פלאץ, זיך אנגעטון די גארטל און אריין אין שוואנק.

די חזן האט געצויגן יעדעס ווארט אזוי אז ס'האט מיר געגעבן א געלעגענהייט צו בארואיגן די מחשבות. כ'האב אנגעהויבן איבערצוגיין די גאנצע פארלאפענע יאר, זיך דערמאנט די גיטע צייטן, די מיטמאכענישן, די נחת, די עגמת נפש, שמחות און טראגעדיעס. די נעט ריזאלט איז געווען פאזיטיוו ב"ה, אזוי אז די דאווענען איז ווייטער געגאנגען בבחינת הודאה על העבר ובקשה על העתיד.

איך מיז אייך זאגן טייערע חברים, אז נישט יעדעס יאר, איז עס אזוי געווען, און לאו דוקא ווייל ס'איז געווען ערגער, אדרבה, ס'געווען יארן וואס כ'האב מער מצליח געווען און ווייניגער עגמת נפש געהאט, אבער עט די ענד אוו די דעי בין איך נישט געווען ציפרידן. אונזער סאסייעטי (אדער ווי ס'איז מער באקאנט, די סיסטעם), איז געשטעלט אויף צו צעברעכן די אינדיווידיועל, און צונעמען זיין זעלבסט זיכערקייט.

איז וואס האט זיך געטוישט היי יאר?

די ענטפער איז "קאווע שטיבל".

זייט איך האב מיך געטראפן אינעם שטיבל האב איך געזען אז איך בין נישט אליין. די וואס שטעלן אן די רושם אז זיי זענען פארזארגער פון כלל ישראל, זענען אפגעפרעגט ביי א גרויס פראצענט. דא רעכענט מען זיך מיט יעדעם נישט קיין נפקא מינה זיין יוחס, ווי לאנג זיין בארד איז אדער וויפול געלט ער האט. מ'רעספעקטירט איינער דעם צווייטן, מ'פריידט זיך מיט ווען עס גייט יענעם גיט און מ'פילט מיט די צער פון א צווייטן.

כצאת השנה וויל איך מיך באדאנקן דא בראש וראשון פאר אלע מנהלים, אחראים און גבאים וואס געבן אוועק זייער צייט שלא על מנת לקבל פרס און שטעלן צו א רואיג ווינקל צו פארברענגן על טהרת הקודש. איך בין זיכער אז ס'דא נאך אסאך אנדערע וואס באקומען חיזוק פון דעם פלאץ וואס ברענגט ארויס די שיינקייט פון כלל ישראל.

אויך דארף איך מיך באדאנקן פאר אלע וואס האבן דא געשריבן באלערענדע ארטיקלן להחיות בהם נפש כל חי. ס'איז א נחת צו ליינען און מ'באקומט א געוואלד מיט ידיעות און תורה, הלכה, קדושה וצניעות, להבדיל ביזנעס, געזינטהייט און סתם וועלטליכע ענינים.

און אודאי דארף איך מיך באדאנקן פאר אלע חבירים וואס האבן זיך וויסענדיג געמאכט פון מיינע תגובות הן דורך מגיב זיין והן דורך לייקן. ס'מאכט זיך צייטן, מ'גייט דורך שוועריקייטן, מ'האט נישט די פאסיגע מענטש צו וועם זיך אויסצורעדן, מ'קומט אהער און מ'טרעפט אלץ אן אוזן קשבת.

טייערע ברידער, דער באשעפער זאל ענק אלע געבן א יאר פון געזינט, נחת, פרנסה, שלום בית, הצלחה ברוחניות ובגשמיות און אלע גיטע זאכן

א כתיבה וחתימה טובה!
פארדריי די דיר דיין קאפ
Ben-Shishim
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 180
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 624 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 72 מאל

שליחה דורך Ben-Shishim »

You took a shower, what about a Mikvah? you left that to others?

In any case , I did give you a like for all the other parts
אויב האסטו א יאר אין א מיטוואך איבריג, וועל איך שרייבען אין יודיש
Otherwise I will type in English, sorry about that.
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל

שליחה דורך דריידל »

ביי אונז פירט מען זיך נישט צו גיין אין מקוה יעדן טאג ובפרט ווען ס'איז זייער אנגעלייגט ווי פאר סליחות ווען אסאך מענטשן גייען די זעלבע צייט, חוץ אויב מ'איז מחויב.

פאר מער, קוק דא און דא
פארדריי די דיר דיין קאפ
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

Ben-Shishim האט געשריבן:You took a shower, what about a Mikvah? you left that to others?

In any case , I did give you a like for all the other parts

און דו האסט געכאפט א מקווה? וואס איז מיט א שויער?  דאס לאזטו פאר אנדערע, אפילו ס'איז אזוי במוצאי מנוחה, ווען סאכי'ס קאטשוניו טאנצט דיך נאך צווישן די בונדלעך?

אבער דריידל, כ'האב דיך געלייקט ממש פאר יעדן ווארט. שפתיים קישאק, ושם נאמר!
פארשפארט