דער אלטער שמש זעליג קריכט ווי א פערד

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
פארשפארט
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

דער אלטער שמש זעליג קריכט ווי א פערד

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

דער אלטער שמש זעליג קריכט ווי א פערד,
מ'הערט זיין אלטע שיך קראצן די ערד,
ס'נאך טונקל אין די שטעטל'ישע גאסן,
אבער זעליג וועקט שוין די מאסן,
שטייטס אויף! סליחות! שרייט ער ווי א טיגער,
די עולם שטייט אויף מיט זריזות און גערודער,
די ערשטע וואונקען פון טאג שיינען שוין ביי די עקן,
ה' קל רחום טוט יעדעם דערוועקן,
די חזן'ס קול שניידט ווי א מעסער,
די טרערן פאלן גאנצע פעסער,
יראה איז אויפן פנים אויסגעשפרייט,
זקנים, בעלי בתים, און יונגעלייט,
פון די גרויסע פענסטער הערט זיך א געוויין,
זי מישט זיך אויס מיטן גאלדענעם זון שיין,
די ווינט נעמט איר הויעך ביז גאר,
טאטע געב אונז א זיס לעכטיג יאר.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
אביגדור
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 7:19 pm
האט שוין געלייקט: 1684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1425 מאל

שליחה דורך אביגדור »

ויש להאריך, ואכהמ"ל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

זעליג איז שוין מער נישטא,
ער וועקט שוין נישט אין די פריע שעה,
ער האט אונז פארלאזט בעלמא הדין,
נישטא ווער עס זאל ארומגיין,
די בית המדרש פארטאגס ווי ביינאכט,
די ערשטע מנין סליחות האלב נאך אכט,
נישטא מער קיין צובראכענע געוויין,
ס'קלאפט מער נישט די הארץ מיט די ציין,
סליחה וכפרה איז א יום כיפור זאך,
ווייסט דאך, די דור איז שוואך,
זעליג איז אבער זייער וואך,
ער קוקט אריין דורכן דאך,
שטייטסט אויף! וועקט ער די נשמה,
בעטס אידעלעך פאר סליחה וכפרה,
ער בעט אויך פאר זיינע אידן ביי גאט,
ער וועקט אונזער זעהל פון א העכערן ארט,
אנשטאט שיך, קראצן די געפיהלן,
זעליג ווייסט גוט ווי אונז אויפצוזוכן,
זאלן מיר אלע האבן א יאר פון צרות פריי,
לשנה טובה תכתבו, שנת תשע"ה.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

טאמער מעג מען קריטיקירען.

קריכט ווי א פערד האט נישט קיין פשט.

אדער קריכט מען ווי מורעשקע, אדער גאלאפירט מען ווי א פערד
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

איחוד פעלד האט נישט קיין פשט. אדער איחוד קאנטרי אדער פרייע פעלד.
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

ווי פלעגט נאר די ראש ישיבה זאגען? אלול זכרונו לברכה...

ווען אונז זעמיר געווען בחורים...
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

כוכב האט געשריבן:איחוד פעלד האט נישט קיין פשט. אדער איחוד קאנטרי אדער פרייע פעלד.


די הערסט אויף?
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

[tag]איחוד פעלד[/tag], די כוונה איז די סלענג ווארט "פערד", א בטלן אין די אויגן פונעם עולם, נישט אן אקטועלע פערד.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

רויטע וואנצעס האט געשריבן:[tag]איחוד פעלד[/tag], די כוונה איז די סלענג ווארט "פערד", א בטלן אין די אויגן פונעם עולם, נישט אן אקטועלע פערד.


שוואך.

געוועהנליך ניצט מען די משל פערד אז איינער האט כח ווי א פערד, אדער לגנאי איז דא די אומגעהוירע תאווה פין א פערד. אבער א פערד אלץ בטלן דענק איך נישט. קען זיין ביסט גערעכט, אבער אני הקטן געדענק נישט אזוי. אויף תמימות ווערט געברענגט א שעפעלע וכו'.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

הער "שעפעלע", איך בין א גרויסע "תמים", און "בטלן". איך האב נישט די "כוחות" פון א "פערד" זיך צו טענה'ן. אויך בין איך נישט א "פערד" וואס זוכט צו "קריכן" אויף די נערווען. מיין "משל" איז אפשר "שוואך", אבער מיין "תאוה" איז שטארק, מסכים צו זיין מיט'ן "אני הקטן". :P
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

היינט ביי סליחות איז דער בעל תפילה געקראכן ווי א פערד. אפשר אז מ'זאל זיך דערמאנען פון זעליג און תשובה טוען...
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
יודישע שרייבער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 187
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 4:48 am
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 194 מאל

שליחה דורך יודישע שרייבער »

הערליך שיין [tag]רויטע וואנצעס[/tag]! ווי איך האב דיר שוין געשריבן אין אישי גלייך נאכן זיך איינשרייבן דא אין שטיבל, יעדער וואס כאפט נאר א בליק אין די פאעזיע אפטיילונג זעט אויף וואס וואנצי (דיר רופן בלשון חיבה אויב מעג איך, קודם איך זאג עס און נאכדעם פרעג איך...) טויג.
We buy things we don't need
with money we don't have
to impress people we don't like
(קרעדיט: @טייערע ברודער)
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

[tag]יודישע שרייבער[/tag], יישר כח! איך פיר מיך אויב מ'געבט מיר א קוש, קוש איך צוריק. אשר ע"כ וויל איך נעמען די געלגנהייט דיר צו באגריסן. דיין פאמע האט מיר זייער באנומען. האסט א פעדער וואס איז א שטיק הארץ און טאלאנט. איך וועלקאם דיין קאמפעטישאן :D .
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

איחוד פעלד האט געשריבן:טאמער מעג מען קריטיקירען.

קריכט ווי א פערד האט נישט קיין פשט.

אדער קריכט מען ווי מורעשקע, אדער גאלאפירט מען ווי א פערד

ניין: איך בין נישט מסכים. דו האסט שוין אמאל געזעהן א מוראשקע שלעפן א וואגן...? אבער אן אלטער פערד לאורך ימים ונשים שלעפט א וואגן קריכנדיג...ספעציעל בארג ארויף...! חוץ דעם, סאיז נישט שיין צו צושטערן יענעמ'ס פאעמע... :roll:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

רויטע וואנצעס: ייש"כ. דו האסט מיר דערווארעמט מיין הארץ מיט די צוויי שיינע און זיסע פאעמעס. וועלכע זענען הארציג און פשוט. אבער רעדן צו די הארץ און נשמה...!
יודישע שרייבער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 187
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 4:48 am
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 194 מאל

שליחה דורך יודישע שרייבער »

רויטע וואנצעס האט געשריבן:[tag]יודישע שרייבער[/tag], יישר כח! איך פיר מיך אויב מ'געבט מיר א קוש, קוש איך צוריק. אשר ע"כ וויל איך נעמען די געלגנהייט דיר צו באגריסן. דיין פאמע האט מיר זייער באנומען. האסט א פעדער וואס איז א שטיק הארץ און טאלאנט. איך וועלקאם דיין קאמפעטישאן :D .

איך מיין אז איך בין שוין מער רויט ווי דיינע וואנצעס, צו באקומען קאמפלימענטן פון דער פאעזיע ריז (נאר פאעזיע? אין וואס נישט?), איז מיר א גרויסע גדולה, א דאנק.
אבער למען האמת, קיין קוש האב איך דיר נישט געגעבן,
איך האב די פשוטע אמת געטון זאגן,
און אביסל ארויסגעברענגט וואספארא רייכע פעדער דו טוסט פארמאגן.
We buy things we don't need
with money we don't have
to impress people we don't like
(קרעדיט: @טייערע ברודער)
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

דער עולם פארברענגט געשמאק,
רייכע פעדערן ממש א קנאק
יא אדער נישט א קוש אין באק

נאר דער אמת געטוהן זאגן
אין א שורה א גראם אהן זיך פלאגן
א זיס לעכטיג יאר זאל אויף אונז שוין טאגן.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

דער עולם אין א פאעזיע מאוד,
דער גראמען באן פארט,
נישט קיין פרעשור און דאגות,
פון יו"ט הכנות און די געדרייטע חלות,
מ'זיצט דא בשבת אחים גם,
פלעכטן טעם מיט גראם.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

נו, אין אזא טאג אזוי ווי היינט,
אינדערהיים צו זיין האט מען פיינט
די קינדער שטייען אויף די געהירן
דראפען זיך אויף גראדע ווענט און טירן
וויל מען זיך באהאלטן אין א בית קיבול
דא אינעם זיסן שטיבל
וועלן מיר זיך איינהאלטן און נישט זיך רעגן
און גיין אין גוטע וועגן
וועט א גוט יאר אונז קומען אנטקעגן.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

הארץ מיינע, וואו ביזטו?! (דער וועקער #5)

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

בין איך געלאפן צו סליחות
אבער א כפרה נישט געטראפן
פרובירט אנחות וגניחות
דער הארץ אבער נישט אפן.

געשלינגען קאווע
גע'טובל'ט אין מקוה
געדאווענט מיט אהבה
אבער אין תקוה.

גאט'עניו! כ'הער נישט דיין ברום
מיין נשמה פארשפארט
אם יש אלוקים
א צייכן איך ווארט.

ווי אן ארעסטאנט ביי זיך אליין
מיין געוויסן צוריסן
דיין ליכט, דיין שיין
לאז מיר וויסן.

ווארף מיר נישט אוועק
צו א סוף לעהר
מיין נפש וועק
מיין טרער הער.

אוי טאטע! דיין ליבע!
גיב מיר כ'דארף איר האבן
אוי טאטע! האניג זיסע!
לשנה טובה טו זאגן.

ווייל איך בין דיינס א קינד
טו דאס געדענקן
געדענק אונזער בונד
איך טו זיך אזוי שרעקליך בענקן.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
פארשפארט