קווענקלענישן פון סדום

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

קווענקלענישן פון סדום

שליחה דורך כוכב »

קעלנער, מיכאל שניצלער, ס'דרייט זיך א וועלט.

טרעף איך א חבר נעכטן פרעגט ער מיר היציגערהייט אזעלכע גאונ'ישע קשיות: מוז א מוסד אננעמען מיכאל שניצלער'ס טעכטער? מוז א מוסד אננעמען א קינד וואס דער טאטע האט אינטערנעט?
מרא דעלמא, ווער איז מיכאל שניצלער, ער איז עפעס פון די פאלאשן, איז ער געוואקסן אויף א בוים. דאס איז דאך עצם מעצמי, בשר מבשרי. זיין פאטער איז געווען... א מלמד! אין סאטמארער תלמיד תורה וואו ער האט זיך מוסר נפש געווען איינצופלאנצן תורה ויראת שמים אין אידישע קינדער פאר א מאגערער געהאלט, ביז ער איז ליידער נפטר געווארן בדמי ימיו איבערלאזנדיג א שטוב מיט יתומים.
ודבר שנצטער בו אותו צדיק, געוואלד, מיט מיך ווארפסטו דיך, איך בין דאך דיין יתומ'ל, איך בין דאך דיין פלייש און בלוט. שטיק דיך מיט מיר, מוטשע דיך מיט מיר, איך בין דיין פראבלעם, איך בין דיין פרי, מבשרך אל תתעלם.

טייערער חבר מיין, דו ביזט נישט קיין שואל כענין, דער תירוץ אויף דיינע פראגעס זענען כמעט אומרעלעוואנט.
די אישו איז נישט מיכאל שניצלער און די אישו איז נישט אינטערנעט.
מיט וועמען ווארפט מען זיך, וואס פארקויפסטו לאקשן.
מיט וועמען מ'קען, אויף וועמען מ'קען טרעטן. מיט נארמאלע טאטע און מאמע, מיט עלטערן וואס האבן געפילטערטע אינטערנעט, איינעם אינטערסירט דא אינטערנעט, דו ביזט פון קאפ געפאלן. מ'זאגט דאך אפ קינדער גלאט אזוי אן קיין פארוואס. די עלטערן קומען נאך אלע תקנות און דאך נעמט מען זיי נישט. מ'גי'ט אפילו נישט פאר די עלטערן אן אנגעבליכע סיבה, דער יונגערמאן ווייסט אפילו נישט וואס איז שלעכט מיט אים, א רשעות כפולה ומכופלת.
הטיב אשר דיבר הרב שטיינמאן, ס'איז אלעס גאווה. איינמאל גאווה און נאכאמאל גאווה.

ווייל ער קומט נישט פון קיין פאפולערע משפחה, ער האט נישט קיין פעטער אינעם וועד החינוך, דער יונגערמאן איז ווארנעבל, אויף אים העל איך מיך אויסגעבן. ער איז א שלעפער און נישט קיין בעל פרנסה, דא וועל איך איינמאל פאר אלעמאל קלארשטעלן אז מיין מוסד נעמט נישט אבי איינעם.

*

יא גערעכט נישט גערעכט, און דער זייגער איז מיר געווען היינט דער גרעסטער שונא. ער לויפט זיך זיין וועג און איז שוין לאנג נאך די פיר און צוואנציג שעה וואס איך דארף געבן תשובה פאר [tag]קאווע טרינקער[/tag]. ווען ער וואלט מיר נאמינירט צו זויפן א קאוק, אדער אכצן טאלער פאר ר' מאיר בעל הנס וואלט מיר געווען אסאך גרינגער... אבער לאמיר פרובירן מסדר זיין מיינע מחשבות, טאקע דא אינעם הכנות שטיבל וואו איך מיט'ן מלך האבן דעם זעלבן אוידענץ, און דאס סמעטענע פון מיינע חידושים ווערן פאבריצירט...

1. די הויכע אידעאלן פון וואס קאווע טרינקער רעדט אז חלילה וחס דאס קינד וועט עסן סאשי, איז נישט מער ווי א שיין קלינגעדיגע פראז וואס קען אבער נישט פארמינערן די עוולה פון א רשעות, פון טרינקען יענעמס בלוט. קענסט אנטון א גארטל מאכן א לשם יחוד און איינלאדענען דעם גאנצן פמליא של מעלה, רשעות בלייבט רשעות אפילו ווען עס ווערט געטון בלתי לה' לבדו. און דאס דארף אמאל זיין קליפ און קלאר, קבל עם ומלואה, אז אפזאגן א קינד פון חדר איז רשעות, רשעות, רשעות!!!
קענסט עס פארשלייערן מיט די שענסטע תירוצים, איינוויקלען אין צייטונג-פאפיר, אבער די פארשטינקענע פיש איז דארט. פארזאלצן, פארוואסערט און פארזייערט מיט כל מיני נעמען: שטעלט זיך נישט צו, תקנות, שוואכע שטוב, נישט פון אונזערע, פריוואטע מוסד, מאדערן, גוטע נאמען פאר די מוסד, פרעשור פון אנדערע, מאכן געלט, פאנדרעיזינג, וכו', אבער די רשעות ווערט נישט איינגעשרימפט פון דעם וואס מ'האט איר אנגעטון א שיין שניפסל אדער באצירט אין אן אנצוג.
מענטשן באגרייפן בכלל נישט די עוולה ווילאנג מ'שפירט עס נישט אויף די אייגענע הויט. דאס איז נישט סתם אז א קינד האט נישט קיין חדר. דו נעמסט א מענטש און דו זאגסט אים ביזט א מצורע. דו נעמסט אים צו זיין רעכט צו עקזיסטירן. דיין גורל קומט זיך אז דו דארפסט זיין איזאלירט פון דער גאנצער חרדישער געזעלשאפט. דאס איז גע'שחט'ן א מענטש לעבעדיגערהייט. דו ביזט ווייניגער ווי א שמאטע און איך קען מיט דיר טון וואס דו ווילסט. די מענטשן וואס זענען דאס דורך זאגן עדות אז דאס איז די גרעסטע השפלה און בזיון א מענטש קען דורכגיין.

די בארימטע שטאט 'סדום' איז בכלל נישט געווען אן אומציוויליזירט ארט מיט ווילדע בארבארישע טיראנען. סדום איז געווען א שטאט מיט הויכע אידעאלן. זיי האבן געקעמפט פאר יושר און צדק. זיי האבן געהאט איין מטרה: צו מאכן די וועלט פאר א בעסערע פלאץ! געבן דעם מענטשליכן באשאף דאס בעסטע. זיי האבן געהאט ווירדן פון אמת און שלום פאר וועלכן זיי זענען געווען גרייט צו קעמפן פאר יעדן פרייז.
סדום האט געהאלטן אז עניית איז א חורבן. די וועלט דארף זיין אן ארט פון שפע און קאפיטאליסטישע אומאפהענגיגקייט. ארעמקייט איז א פארברעך, און דער ארעמאן איז א פארברעכער, ווייל ארעמקייט ברענגט ארעמקייט און די טבע פון עניית איז צו שפייזן און פארברייטערן עניית, בתר עניא אזלא עניותא, און דארף דעריבער אויסגעראטן ווערן. יקוב הדין את ההר, זאל די גאנצע שטאט זעען ווי דער טעראר פון ארעמקייט ווערט אויסגעריסן ביים ווארצל, און דער וואס שפייזט אן ארעם מיידל זאל געהאנגען ווערן אינמיטן שטאט באשמירט מיט האניג גרייט צוביסן צו ווערן דורך די בינען.
סדום האט גע'טענה'ט די וועלט דארף זיין אן ארט פון גלייכבארעכטיגקייט און שוויון. וואס פאר א יושר איז דאס אן איינער איז לאנג און דער צווייטער קורץ, פארוואס זאל יענער זיין מער פון א צווייטן, און דעריבער האט מען דעם לאנגען אפגעהאקט די פוס און דער קורצער איז אויסגעצויגן געווארן. עס דארפן אלע זיך קענען פלאצירן אינעם זעלבן לענג פונעם בעטל.
סדום, מיט אלע אירע הויכע אידעאלן און ווירדן איז געבליבן סדום, און געהאט א ביטערן סוף. נעמען א מענטש און זאגן אז איך נעם נישט דיינע קינדער, מיט'ן שענסטן תירוץ אין דער וועלט, איז אקוראט די זעלבע רשעות פון סדום.

די העכסטע אידעאל אין דער וועלט וואס א מוסד וועט וועלן עררייכן, וועט אבער נישט טוישן די טרוקענע מציאות אז אפזאגן א מענטש פון נעמען זיינע קינדער איז א רשעות. אפילו ווען אליהו הנביא וועט קומען מגלה זיין פאר דעם מנהל המוסד, אז מיט'ן נישט אננעמען יענעמ'ס קינדער ברענגט ער די גאולה שלימה, וועט עס נאך אלץ זיין א רשעות. אן אמצעאי פון רשעות בלייבט א רשעות אפילו פאר די העכסטע און הייליגסטע מטרה.
עס דערמאנט מיר א חסיד'ישע מעשה: דער הייליגער רבי בונם האט געזאגט, אז ער האט בכוח צו ברענגען די גאולה שלימה, נאר אויב בונם וועט ברענגען משיח'ן וועט דאך דער הייליגער אפטער רב האבן עגמת נפש (דער אפטער רב איז געווען דער זקן צדיקי הדור בסוף ימיו) נו, בונם וועט נישט ברענגען משיח, כדי נישט גורם צו זיין קיין חלישת הדעת פאר'ן אפטער רב.
די מעשה איז אמאל פארציילט געווארן ביי אן אסיפת הרבנים, און רבי אהרן קאטלער האט זיך אנגערופן אז ער גלייבט נישט די מעשה, גאנץ כלל ישראל דארף דא אויפגעראכטן ווערן און ר' בונם מאכט זיך צו טון וועגן א חשש פון חלישות הדעת. פארציילט מען אז דער בעלזער רב האט אים געענטפערט אז מ'געפינט די זעלבע זאך אין דער תורה. דער אויבערשטער שיקט משה רבינו אויסלייזן די אידן פון די מ"ט שערי טומאה פון מצרים, און משה וויל נישט גיין ווייל זיין עלטערער ברודער וועט האבן חלישות הדעת.

2. ווי איך האב שוין מסביר געווען אנהויב שמועס איז די גאנצע נושא פון תקנות אומרעלאוואנט די זיך ווארפן מיט קינדער האט גארנישט מיט די תקנות. אמאל ניצט מען די תקנות אלס א תירוץ, אמאל ווערן די תקנות איגנארירט, וויאזוי ס'לוינט, און עפ"י רוב ווען מ'נעמט נישט אן א קינד איז עס אן א פארוואס.
און בעניי האב איך נאכנישט געטראפן דעם גדול וואס זאל פארשטיין מה ענין שמיטה אצל סיני, פארוואס ווען א מאמע דרייווט טאר מען נישט נעמען אירע קינדער. עס איז א נייע זאך. קיין איין גדול בישראל איז נישט איינגעפאלן צוזאמצושטעלן די צוויי.
דרייוון און טעלעוויזיע זענען די צוויי הארבסטע עבירות אבער וואס האט דאס מיט יא אדער נישט אננעמען קינדער אינעם מוסד. וואס האט הודו מיט קוש. ווילסט מאכן תקנות מאך אסיפות, שרייב קול קורא'ס, האלט דרשות, אבער וועלכער רשע איז איינגעפאלן אז אידישקייט תקנות דארף מען אינפארסירן מיט צונעמען א חינוך פון די קינדער.
אזעלכע נארישע עוולות בארעכטיגן נישט צו שיסן א מענטש, און די אלע תקנות זענען אריגינעל נישט געמאכט געווארן, אז מ'זאל דאס אינפארסירן מיט'ן צונעמען די רעכט פון א איד פון שיקן זיינע קינדער צו א בית חינוך.
כ'האב אמאל געהאט א שמועס מיט א פארברענטע קאנסערוואטיוו, ער האט אנגעגעבן אומצאליגע פראבלעמען און ליידן א דעמאקראטישע עקאנאמיע און שטאטישע בענעפיטן ברענגען.
האב איך אים געזאגט אז די אלע תורות זענען גוט ביז, איינמאל דו באגעגנסט אן אלטע שווארצע פרוי וואס פייגערט אין די גאס פאר הונגער זענען דיינע אלע לאקשן תורות נישט אינטערסאנט, און מ'דארף איר העלפן. זאל זיין וויפיל לעכער און פראבלעמען אין די פוד סטעמפס סיסטעם, ס'דא זאכן וואס זענען העכער דערפון און מ'קען אבער נישט לאזן קיין ארעמעלייט אויסגיין פאר הונגער. דאס איז העכער פון אלעם.
עס איז נאכנישט געבוירן געווארן דער תירוץ וואס זאל ערלויבן א מוסד אפצוזאגן א קינד און מיט דעם הרג'ענען טאטע מאמע. נישט איך בין פריוואט, דיפיטי דו, פאר סלייס קאפל. עס וועט אלעמאל פארבלייבן אן אומצוויידייטיגער רשעות, האסט יענעם בא'עוול'ט בדיני שמים. יענער וויל שיקן זיינע קינדער לערנען און האסט אים נישט אריינגעלאזט. האסט יענעם בא'עוול'ט בדיני בני אדם. האסט אים פארשעמט און דעגראדירט ביז צו דער דיוטה התחתונה.
ווילסט טאקע קאנטראלירן דעם יונגערמאן האב איך פאר דיר א גוטע עצה. גיי נישט צו זיינע שמחות, נעם נישט פון אים קיין געלט, לאז אים נישט מנדב זיין פאר'ן רב'ס קאסע, מוזט אים אפילו נישט געבן קיין עלי', אבער עס איז דער עלעמענטארער רעכט פון יעדן איד וואס מעג דאווענען אין שומר שבת, אז זיינע קינדער זאל ער האבן וואו צו שיקן.

3. אז מ'רעדט שוין, איז דא א נקודה וואס איך קלער בנוגע די אלע נייע מצות און עבירות וואס חרדיזם האט אימפלימענטירט און אדאפטירט, און זענען שוין היינט א דינאמיק אין דער חרדישער וועלט. פון די פארשטענדליכע ווי דער איסור אויף טעלעוויזיע, ביז די וואנזיניגע. פון דעם איסור אויף פרויען צו דרייוון, ביז פלעסטיק גלעזער פאר די יונגלעך, וואס מאכט א מענטש זיין עומד ומשתומם וואס ליגט אונטער די אלע מאדנע קוריאזקייטן.
[tag]יאיר[/tag] האט אמאל פארציילט (פון די שטערקסטע ארטיקלען דעם יאר) איבער א יונגערמאן וואס אן די זילבער פאפיר אויף די קאונטער-טאפס בלייבט ער אן א פסח. די תקנות און פרומענישן די אלע זאכן זענען סימבאלן אויף עפעס טיפערס און אן די אלע משוגעת'ן פון נישט עסן פסח'דיגע קוקיס בלייבט ער אן גארנישט. וואלט ער געווען אביסל קלוגער וואלט ער געקענט אוועקווארפן די פסולת און זיך באגנוגן מיט דעם עיקר.
וכן נראה בנידון דידן, דער סאטמארער רב האט אויך געוואוסט אז דער למדן אדער מי שיש לו מוח בקדקדו קען אפטיילן פון א פרוי וואס דרייווט א קאר ביז א א פרוי וואס איז רוכב על החמור, ער האט אבער געהאט אן אנדערע אינטרעסע אינגאנצן. רבותינו שבגולה האבן געוואלט פרעזערווירן א געוויסע חרדישע מענטעליטעט פון דער פארגאנגענהייט. זיי האבן געוואלט די אידישע מאמע זאל אין אלגעמיין פארבלייבן די פארפארעטע מאמע וואס קינדלט און ווינדלט און נישט א פרוי מיט א האנדא אדאסי וועלכע פארמאגט אומאפהענגיגקייט און א זעלבסט-כאראקטער, און אט דערפאר איז נולד געווארן דער איסור פאר פרויען צו דרייוון, און פאר אזעלכע סארט סיבות קענען ערוואקסענע מענטשן זיך צוטון מאכן מיט הייליגער קו פלעסטיק גלעזער, זעקס סלייס קאפל, שווארצע שיך, נישט גייען גאם, און נאך אזעלכע שטותים.

[tag]בענדזשאמין פרענקלין[/tag] האט געטראפן א חוות יאיר וואס לאזט א מיידל גיין צו דער ארבעט אפילו ווען דער גוי איז איר מחבק ומנשק. וואס ער כאפט אבער נישט איז, אז ווען דער קאשויער רב האט געפירט א קאמף קעגן מיידלעך וואס ארבעטן אין אפיסעס (נישטא ווער זאל לאכן, דא קען מען זעען וויפיל אלע אבא חייא טויבער צעטליך זענען ווערד) האט ער גענוצט איסור יחוד און מכשולות אלס אן אויסרייד, אים האט אין אמת'ען געבאדערט די טראנספארמאציע פון א צאינה וראינה מיידל צו א קאריערע-פרוי. איך גיין נישט יעצט אריין די אומפראקטישקייט, אומנויטיגקייט און אומרעאליסטישקייט, פון די אלע שטותים, אבער איך מיין אז דאס ליגט אונטער די אלע מאדנע משוגעת'ן וואס מיר זענען געבענטשט.

אבער ליידער זענען מענטשן קליינקעפיג און נעמען זאכן ארויס פון ריכטיגער פראפארציע. און א געמיש פון תמימות, גוטער ווילן און קיצונות וואס האט געדארפט העלפן אנהאלטן א דאגמא פון א פרומע (לייען: צוריקגעשטאנענע) געזעלשאפט, און איז קיינמאל נישט געווען געשטעלט צו פייניגן די מענטשהייט, ווערט היינט אויסגענוצט פאר רשעות, ואוי לנו שכך עלתה בימינו.

טענק יו פאר ליסטענינג, און מיט דעם טו איך יעצט נאמינירן חברינו [tag]משה געציל[/tag] ער זאל ביז די קומענדיגע אכט און פערציג שעה קומען זאגן זיין מיינונג.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

כוכב האט געשריבן:ווילסט טאקע קאנטראלירן דעם יונגערמאן האב איך פאר דיר א גוטע עצה. גיי נישט צו זיינע שמחות, נעם נישט פון אים קיין געלט, לאז אים נישט מנדב זיין פאר'ן רב'ס קאסע

:קלאטש

הערליך געשריבן, און איך וואלט באשטעלט ביי דיר אן אוידענץ טאקע דארט וואו אזוינע חידושים ווערן געשריבן...

--
Under influence
באניצער אוואטאר
יעדער לאכט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 122
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 07, 2014 11:21 am
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל

שליחה דורך יעדער לאכט »

זייער שיין באשריבן זייער א גוטן שריפט בליעה"ר.
אבער לאמיך דיך פרעגן, די איבעריגע עלטערן וואס זענען יא ערליך און ווילן זייערע קינדער און א ערליכע סביבה זענען נישט עצם מעצמי ובשר מבשרי?? מ'דארף זיך מיט זיי נישט רעכענען ווען זיי פארלאנגן "איך שיק מיין קינד אין א ערליכע ת"ת/מיידל סקול, איך וויל נישט מיין קינד זאל אפילו האבן די אפשען פון זיך טרעפן א חבר/חבר'טע וואס זייער עלטערן זענען אויסווארפן און קענען זיך נישט צושטעלן צו א מוסד'ס תקנות!"? יעדע מוסד האט זייער רויטע ליניעס וואס זיי שטעלן אראפ און אז דו קענסטעך צו דעם נישט צושטעלן גיי זוך א מוסד וואס האט נישט דעי ליניע. אפילו להבדיל די פובליק סקול האט זיך זייערע גיידליינס וואס אויב דו ביסט עובר ביסטו "עקספעלט" און קענסט טענה'ן צום דופן!
ווייל דיין טאטע איז געווען ערליך דארף מען האלטן די קינדער? למשל דו וואלסט פארשטאנען ווען פארברעכער בעהט זיך ביים שופט זאל אים פריילאזן ווייל זיין טאטע איז געווען זייער זייער א נייס גיי?? דעי טענה איז אבסורד! דיין טאטע איז געווען א וואוילער יוד, ער האט הנאה געהאט פונעם "סיסטעם" נישט געהאקט אויף קאווע שטיבל טאג און נאכט על הצדיקים ועל החסידים, האט מען געהאלטן זיינע קינדער ווייל ער האט באלאנגט דא! קומען זיינע אויפגעקלערטע קינדער, טוישן זיך לבוש פון דעם חסידות פאר זיך און פארן ווייב, פירן זיך אויף וויאזוי זייער הארץ באגערט מי יאמר לי מה יעשה, מ'איז "פעד-אפ" מיט די "סיסטעם", מ'בארעדט דעם מוסד מיט אירע מנהיגים, קינדער הערן זיך אן אינדערהיים ווי די עלטערן מאכן ליצנות פומעם מוסד, זיי פארציילן איבער אין חדר און די ליצנות קלעבן זייער שנעל צו די קינדער ווייל ס'איז "פאן" ווען די רבי/מנהל האט א פלאפ.. (וואס קען זיין בעסער פאר קינדער?.) און ס'ווערט א חורבן אויך פאר די קינדער וואס קומען פון ערליכע שטובער. אבער! קענסט מיך נישט טאטשען ווייל... עם... מיין טאטע איז געווען דיין פלייש און בלוט.. דאס איז יושר?
פארוואס א טאטע וואס רייסט זיך אפ פון זיין טאטנס דרך און רייסט זיך אפ פון די וועג וויאזוי די קהילה פירט זיך האט טענות ווען דעי קהילה וויל נישט נעמען זיינע קינדער?? ער שרייט דאך טאג און נאכט אין לנו חלק ונחלה מיט דעי ׁׁ(פאני.. חאניאקישע) מוסד?? דו רייסט דיך אפ פונעם וועג וואס דיין טאטע האט דיך געלערנט און נאכדעם שרייסטו "זכות אבות"!! דו רייסט דיך אפ פון דיין קהילה און דו שרייסט היתכן דו נעמסט נישט אן מיינע קינדער? (צו מאכן מאכן מער דראמאטיש שרייט/שרייבט מען, קינדערלעך..)

וואס יא, מאכט זיך זייער אסאך מאל ליידער אז דורכדעם בא'עוול'ט מען אומשילדיגע יונגעלייט וואס ליידן אמוזיסט צוליב א טעות, און עס איז א גרויסע ווייטאג, און אוודאי דארף מען פאררעכטן דעם וועג וויאזוי דאס ווערט געפירט. אבער צוליב דעם זאגן אז א מוסד זאל אנגיין אן קיין תקנות??
לאכן לאכט דער וואס לאכט!
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

די שמועס דא איז אז די "טאטע" אדער "מאמע" האבן למשל אינטערנעט אדער דרייווען. פאר העווין סעיקס, וואס האט דאס מיט'ן קינד? וויאזוי איז זיין מאמע'ס אדעסי מחובר צו זיין אידישע חינוך? וואס האט זיינע עלטערנס חטאים צו טוען מיט'ן קינד? וויאזוי איז די קינד משחית אנדערע קינדער דורך דעם טאטענס אייפאן?

אויב די קינד אליינס זיצט אויפן אינטערנעט, און מ'באשטעטיגט אז ער איז טאקע משחית אנדערע קינדער מיט די ערגסטע, אפשר דעמאלסט איז דא מקום דן צו זיין, אבער דאס איז נישט וואס גייט פאר בכלולויות.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
יעדער לאכט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 122
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 07, 2014 11:21 am
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל

שליחה דורך יעדער לאכט »

רויטע וואנצעס האט געשריבן:די שמועס דא איז אז די "טאטע" אדער "מאמע" האבן למשל אינטערנעט אדער דרייווען. פאר העווין סעיקס, וואס האט דאס מיט'ן קינד? וויאזוי איז זיין מאמע'ס אדעסי מחובר צו זיין אידישע חינוך? וואס האט זיינע עלטערנס חטאים צו טוען מיט'ן קינד? וויאזוי איז די קינד משחית אנדערע קינדער דורך דעם טאטענס אייפאן?

אויב די קינד אליינס זיצט אויפן אינטערנעט, און מ'באשטעטיגט אז ער איז טאקע משחית אנדערע קינדער מיט די ערגסטע, אפשר דעמאלסט איז דא מקום דן צו זיין, אבער דאס איז נישט וואס גייט פאר בכלולויות.


דער מוסד האט א רעכט צו מאכן אזא תקנה! צו דו פארשטייסט עס צו נישט, און צו די תקנה איז א גערעכטע צו נישט! זיי זענען נישט קיין פובליק סקול ווי זיי מוזן נעמען פון "אלע" שיכטן און קרייזן און רעליגיעס. און אז זיי האבן געמאכט אזא תקנה און די מאמע פייפט זיך אריין, האט זי ארויסגענומען איר קינד פון דארט! זי קען קיין טענות נישט האבן צו קיינעם. ס'דא גענוג מוסדות וואס לאזן מאמעס דרייוון, שיק אהין בכבוד גדול.
דערווייל איז נאכנישט דא קיין תקנה פון די מוסדות וועגן סמארט פאונס, אבער אויב ס'וועט זיין און א טאטע אדער מאמע גייט אנפייפן זאלן זיי קיין טענות נישט האבן צו קיינעם, ווייל א מוסד האט די רעכט צו מאכן תקנות אפילו פאר א סאך איז דאס אומפארשטענדליך.
לאכן לאכט דער וואס לאכט!
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

יעדער לאכט, נקודה למחשבה:
ווען איך בין געגאנגען אין חדר, אין א פרומע ערליכע פאפולערע חדר, זעמיר געווען הונדערט קינדער בערך אין מיין כיתה. די קינדער האבן ריכטיג אפגעשפיגלט די שאטירונג פונעם פאלק.
מיר האבן געהאט קינדער פון, געגטע שטיבער, פרעמדע, טראק דרייווערס, מאמעס מיט האר, דרייוון, ווידעא, טאטעס מיט געשטיצטע בערד, דיינים, ארבייטער, בעלי לשון הרע, קאליקער, נערוון קראנקע ויעדער סארט קינד פון יעדער סארט שטוב.
עס איז אין וויסטן חלום נישט איינגעפאלן פאר איינעם נישט אנצונעמען א קינד.
איך קוק יעצט צוריק, טייל פון זיי וואס קומען פון קוקו שטיבער, די מאמע אן עזרעילי וואס דרייווט און גייט האר וכו, האט זיך זייער שיין געמאכט, אפגערעדט אז די השפעה סינדרום כאילו איין קינד וועט פארדארבן ווערן האט נאכנישט עקזיסטירט.
סאו פארקויף מיך נישט קיין צואת השור מיט די אכשר דרא רשעות און גאווה אונטער א שלייער פון תקנות און השפעה.


די תלמוד תורה האט געהייסן סאטמאר.

(לבי אומר לי אז סאטמאר איז נאך היינט בעסער און דעם הינזיכט כאטש זיי זענען פיל פרומער די עיקר בלוט צאפענישן זענען ביי די גאווה'דיגע תלמוד תורהס ווי נייטרא, דרך חיים, אור משה, וכו די אלע אנדערע רויטערע בלוט תלמוד תורה'ס.)
באניצער אוואטאר
יעדער לאכט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 122
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 07, 2014 11:21 am
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל

שליחה דורך יעדער לאכט »

הוא הדבר אשר דיברתי. ווייל זיי זענען "פריוואטע" מוסדות וואס האבן נישט קיין שעבוד צו דיר און מוזן דיך נישט אריינעמען. (ווען איך שרייב "דיך" מיין איך נישט "דיך" ח"ו)
איך האב נישט געשריבן אז מאמעס מיט האר, דרייוון, ווידעא, טאטעס מיט געשטיצטע בערד, בעלי לשון הרע, זענען א פראבלעם, איך האב אבער געשריבן אז אויב האט די מוסד אזא תקנה און די שטעלסט דיך נישט צו, קענסטו קיין טענות צו זיי נישט האבן!
אין סאטמאר איז שוין אויך היינט סאאאאך שטרענגער ווי אמאל אויך ווייל זיי שפירן איך בין שוין נישט איינציג און איך בין נישט מחויב אריינצונעמען יעדעם במילא האבן זיי געמאכט תקנות וואס איז אמאל אפשר נישט געווען.
און מאן יימר אז ס'נישט קיין פראבלעם פאר אנדערע קינדער זיך צו דרייען מיט קינדער וואס קומען פון אזאנע סארט שטובער? דו ווייסט צו ס'האט געהאט א השפעה אויף אנדערע קינדער? זיי (די מוסדות) די מוסדות האלט אז יא! האבן זיי דעריבער געמאכט תקנות פאר דעם.
לאכן לאכט דער וואס לאכט!
זיגמונד פרויד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 52
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 01, 2014 1:02 pm
האט שוין געלייקט: 37 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל

שליחה דורך זיגמונד פרויד »

יעדער לאכט האט געשריבן:זייער שיין באשריבן זייער א גוטן שריפט בליעה"ר.
אבער לאמיך דיך פרעגן, די איבעריגע עלטערן וואס זענען יא ערליך און ווילן זייערע קינדער און א ערליכע סביבה זענען נישט עצם מעצמי ובשר מבשרי?? מ'דארף זיך מיט זיי נישט רעכענען ווען זיי פארלאנגן "איך שיק מיין קינד אין א ערליכע ת"ת/מיידל סקול, איך וויל נישט מיין קינד זאל אפילו האבן די אפשען פון זיך טרעפן א חבר/חבר'טע וואס זייער עלטערן זענען אויסווארפן און קענען זיך נישט צושטעלן צו א מוסד'ס תקנות!"?


די געבסט רעכט פאר די טאטעס אין מאמעס וואס רעדן זיך איין אז זיי זענען ערליכע אין סעקומט זיך זייערע קינדער זיך צי דררייען נאר צווישען מציונים. זיי מיינען אז די רבונו של עולם האט זיי מער ליב. זיי מיינען אז זייערע קינדער זענען מער אפגעהיטן. אדער יא אדער ניין. דאס איז א פשיטע דילאזשען וואס זיי האבן. די זעלבע טאטע קען זיך טרעפן אן א ישיבה מיט א צווייטע קינד וואס איז נישט 100% מציון - אין דאן הייבט ער אהן צי באוויינען "די סיסטעם" - די סיסטעם וואס ער האט אליין אויפגעשטעלט.

מען דארף זיך נישט אריינצוימן ווי א לב-טהור-ניק.

דאס UTOPIAN ערליכע לייף-סטייעל וואס אפאר רבנים האבען אויסגעשטעלט מיז נישט ווייטער זיך אנהאלטן ביז משיח'ס צייטען
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום זיגמונד פרויד, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

"יעדער לאכט", זייער גוט ארויסגעברענגט ווי אזוי מ'קען זיין א "נבל ברשות התורה" זיך ארויס דרייען פון יושר וצדק ווי א שיינער איד.

אצינד קענסטו רואיג אויפפיקן דיין בעקיטשע (מיט סטראקעס) פון די קלינערס, און זיך צוגרייטן מיט א דערהויבענקייט צום יום הדין.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
זיגמונד פרויד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 52
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 01, 2014 1:02 pm
האט שוין געלייקט: 37 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל

שליחה דורך זיגמונד פרויד »

יעדער לאכט: להוי ידוע אז "פראבלעמען" קומען נישט פין דעם שטוב אדער פין יענעם שטוב. פראבלעמען איז א נאטורליכע חלק פין בריאת האדם. די פיינע משפחות וואס די ווילסט אזוי שטארק אפהיטן האבן נישט ווייניגע פראבלעמען ווי א צווייטע - זיי זענען פשוט בעסער אין עס באהאלטן
באניצער אוואטאר
יעדער לאכט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 122
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 07, 2014 11:21 am
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל

שליחה דורך יעדער לאכט »

זיגמונד פרויד האט געשריבן:יעדער לאכט: להוי ידוע אז "פראבלעמען" קומען נישט פין דעם שטוב אדער פין יענעם שטוב. פראבלעמען איז א נאטורליכע חלק פין בריאת האדם. די פיינע משפחות וואס די ווילסט אזוי שטארק אפהיטן האבן נישט ווייניגע פראבלעמען ווי א צווייטע - זיי זענען פשוט בעסער אין עס באהאלטן

הייסט דו לייקנסט אז ס'דא אזא זאך ווי א חבר קען האבן א השפעה אויף א אנדערע חבר?
לאכן לאכט דער וואס לאכט!
באניצער אוואטאר
יעדער לאכט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 122
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 07, 2014 11:21 am
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל

שליחה דורך יעדער לאכט »

מאטי האט געשריבן:"יעדער לאכט", זייער גוט ארויסגעברענגט ווי אזוי מ'קען זיין א "נבל ברשות התורה" זיך ארויס דרייען פון יושר וצדק ווי א שיינער איד.

אצינד קענסטו רואיג אויפפיקן דיין בעקיטשע (מיט סטראקעס) פון די קלינערס, און זיך צוגרייטן מיט א דערהויבענקייט צום יום הדין.


זיי דיך ביטע מסביר
(FYI איך טראג נישט קיין סטראקעס)
לאכן לאכט דער וואס לאכט!
באניצער אוואטאר
יעדער לאכט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 122
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 07, 2014 11:21 am
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל

שליחה דורך יעדער לאכט »

זיגמונד פרויד האט געשריבן:
יעדער לאכט האט געשריבן:זייער שיין באשריבן זייער א גוטן שריפט בליעה"ר.
אבער לאמיך דיך פרעגן, די איבעריגע עלטערן וואס זענען יא ערליך און ווילן זייערע קינדער און א ערליכע סביבה זענען נישט עצם מעצמי ובשר מבשרי?? מ'דארף זיך מיט זיי נישט רעכענען ווען זיי פארלאנגן "איך שיק מיין קינד אין א ערליכע ת"ת/מיידל סקול, איך וויל נישט מיין קינד זאל אפילו האבן די אפשען פון זיך טרעפן א חבר/חבר'טע וואס זייער עלטערן זענען אויסווארפן און קענען זיך נישט צושטעלן צו א מוסד'ס תקנות!"?


די געבסט רעכט פאר די טאטעס אין מאמעס וואס רעדן זיך איין אז זיי זענען ערליכע אין סעקומט זיך זייערע קינדער זיך צי דררייען נאר צווישען מציונים. זיי מיינען אז די רבונו של עולם האט זיי מער ליב. זיי מיינען אז זייערע קינדער זענען מער אפגעהיטן. אדער יא אדער ניין. דאס איז א פשיטע דילאזשען וואס זיי האבן. די זעלבע טאטע קען זיך טרעפן אן א ישיבה מיט א צווייטע קינד וואס איז נישט 100% מציון - אין דאן הייבט ער אהן צי באוויינען "די סיסטעם" - די סיסטעם וואס ער האט אליין אויפגעשטעלט.

מען דארף זיך נישט אריינצוימן ווי א לב-טהור-ניק.

דאס UTOPIAN ערליכע לייף-סטייעל וואס אפאר רבנים האבען אויסגעשטעלט מיז נישט ווייטער זיך אנהאלטן ביז משיח'ס צייטען


קיינער דיקטירט דיך נישט וואס דו זאלסט טוהן. א מוסד האט געמאכט תקנות, האבן זיי א רעכט צו אינפארסירן די תקנות. פונקט ווי דו וועסט נישט אריינשטעלן דיינע קינדער אין לב טהור, שטעל נישט אריין אין א מוסד וואס די תקנות זענען לשיטתך נישט אויסגעהאלטן. אריינשטעלן און אנפייפן און דערנאך וויינען ווען מ'נעמט נישט צוריק די קינדער איז אבסורד. געפעלטיר נישט די סיסטעם גיי ווי ס'געפעלט דיר יא!
לאכן לאכט דער וואס לאכט!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

יעדער לאכט - איך האב דיר געענטפערט דא
viewtopic.php?p=225234#p225234
וירח ה' את ריח הניחוח
galitzyana
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 50
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 12:22 am
האט שוין באקומען לייקס: 9 מאל

שליחה דורך galitzyana »

The only problem is that a lot of these stupid tikun os if you would make a vote most parents would n't care wouldn't see the problem. The second issue the mosdos are not private if it goes to court the parents win and depends what most parents want
זיגמונד פרויד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 52
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 01, 2014 1:02 pm
האט שוין געלייקט: 37 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל

שליחה דורך זיגמונד פרויד »

יעדער לאכט האט געשריבן:
זיגמונד פרויד האט געשריבן:
יעדער לאכט האט געשריבן:זייער שיין באשריבן זייער א גוטן שריפט בליעה"ר.
אבער לאמיך דיך פרעגן, די איבעריגע עלטערן וואס זענען יא ערליך און ווילן זייערע קינדער און א ערליכע סביבה זענען נישט עצם מעצמי ובשר מבשרי?? מ'דארף זיך מיט זיי נישט רעכענען ווען זיי פארלאנגן "איך שיק מיין קינד אין א ערליכע ת"ת/מיידל סקול, איך וויל נישט מיין קינד זאל אפילו האבן די אפשען פון זיך טרעפן א חבר/חבר'טע וואס זייער עלטערן זענען אויסווארפן און קענען זיך נישט צושטעלן צו א מוסד'ס תקנות!"?


די געבסט רעכט פאר די טאטעס אין מאמעס וואס רעדן זיך איין אז זיי זענען ערליכע אין סעקומט זיך זייערע קינדער זיך צי דררייען נאר צווישען מציונים. זיי מיינען אז די רבונו של עולם האט זיי מער ליב. זיי מיינען אז זייערע קינדער זענען מער אפגעהיטן. אדער יא אדער ניין. דאס איז א פשיטע דילאזשען וואס זיי האבן. די זעלבע טאטע קען זיך טרעפן אן א ישיבה מיט א צווייטע קינד וואס איז נישט 100% מציון - אין דאן הייבט ער אהן צי באוויינען "די סיסטעם" - די סיסטעם וואס ער האט אליין אויפגעשטעלט.

מען דארף זיך נישט אריינצוימן ווי א לב-טהור-ניק.

דאס UTOPIAN ערליכע לייף-סטייעל וואס אפאר רבנים האבען אויסגעשטעלט מיז נישט ווייטער זיך אנהאלטן ביז משיח'ס צייטען


קיינער דיקטירט דיך נישט וואס דו זאלסט טוהן. א מוסד האט געמאכט תקנות, האבן זיי א רעכט צו אינפארסירן די תקנות. פונקט ווי דו וועסט נישט אריינשטעלן דיינע קינדער אין לב טהור, שטעל נישט אריין אין א מוסד וואס די תקנות זענען לשיטתך נישט אויסגעהאלטן. אריינשטעלן און אנפייפן און דערנאך וויינען ווען מ'נעמט נישט צוריק די קינדער איז אבסורד. געפעלטיר נישט די סיסטעם גיי ווי ס'געפעלט דיר יא!


נו, די טענות'ט אז זיי האבן א רעכט. די פוינט איז אבער נישט צי זיי האבן א רעכט אדער נישט. די נקודה איז אז א מוסד מאכט מיט א היסטערישע פחד תקנות אן זיך רעכענען מיט די זייערע CONSTITUENTS איז גאר מעגליך אז די תקנה וועט בעקפיייערן.
אין לעצטע וואךס פרשה (נצבים-וילך) שטייט אז משה רבינו האט געזאגט פאר יהושיע פארן אריינפירן די אידען אין ארץ ישראל - די ביזס טאקע די מנהיג אבער מאך זיכער אז די עולם איז מיט דיר .רש"י פרק לא פסוק ז: משה אמר ליהושיע זקנים שבדור יהיו עמך, הכל לפי דעתן ועצתן... עיין שם

אפילו אז קרח ועדתו איז נישט געווען גערעכט, ווען זיי זענען איינגעזינקען אין דער ערד איז דאס געווען א היזק פאר גאנץ כלל ישראל -...
באניצער אוואטאר
ודי למבין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 603
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 30, 2013 2:22 pm
האט שוין געלייקט: 730 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

שליחה דורך ודי למבין »

פון די טייכן טינט וואס איז שוין פארגאסן געווארן דא אין שטיבל איבער די מחלה הממארת פון מוסדות סעלעקציע, מיין איך אז די דאזיגע ארטיקל טאפס דעם אלל אף
באניצער אוואטאר
יעדער לאכט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 122
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 07, 2014 11:21 am
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל

שליחה דורך יעדער לאכט »

ודי למבין האט געשריבן:פון די טייכן טינט וואס איז שוין פארגאסן געווארן דא אין שטיבל איבער די מחלה הממארת פון מוסדות סעלעקציע, מיין איך אז די דאזיגע ארטיקל טאפס דעם אלל אף


מוסדות מאכט נישט קיין סעלעקציעס, בסך הכל האבן זיי (אפשר צודרייטע) תקנות וואס אין ארדער דו זאלסט דארט האלטן דיינע קינדער מוזטו זיי איינהאלטן.
ישיבות איז גאר א אנדערע מעשה, דארט איז די חורבן ה'סעלעקציע.
לאכן לאכט דער וואס לאכט!
באניצער אוואטאר
ודי למבין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 603
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 30, 2013 2:22 pm
האט שוין געלייקט: 730 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

שליחה דורך ודי למבין »

יעדער לאכט, דיין אפענטפערן יעדע מוסדות-רילעיטעט תגובה מיט די זעלבע סטופעד טענה וואס (איך האף אז) דדו אליינס ווייסט אויך אז סאיז ב"ש וועט נישט געבן קיין שום לעגיטימאציע פאר מוסדות'ן...
באניצער אוואטאר
יעדער לאכט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 122
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 07, 2014 11:21 am
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל

שליחה דורך יעדער לאכט »

ודי למבין האט געשריבן:יעדער לאכט, דיין אפענטפערן יעדע מוסדות-רילעיטעט תגובה מיט די זעלבע סטופעד טענה וואס (איך האף אז) דדו אליינס ווייסט אויך אז סאיז ב"ש וועט נישט געבן קיין שום לעגיטימאציע פאר מוסדות'ן...

איך זאג א פאקט. די מוסדות האבן תקנות וואס זיי זאגן קלאר אז מ'מוז דאס איינהאלטן כדי צו האלטן דארט די קינדער!
איך בין נישטא צו טיילן לעגימיטאציעס פאר די מוסדות'ער, איך אגרי אז זיי זענען רוצחים, משוגאים, שקצים (וואאאףף גיי איך יעצט באקומען לייקס..) פארן מאכן אזאנע צודרייטע תקנות, אבער פארט האבן זיי די רעכט צו אינפארסירן תקנות וואס זיי פירן איין. אז זייער תקנה געפעלט דיר נישט, שיק נישט אהין. וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין?
לאכן לאכט דער וואס לאכט!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

לאכעלע, איך זעה דו האסט נישט רעאגירט דא, מעגליך אפילו נישט געליינט, וועל איך איבערשרייבן נאכאמאל:

שמעקעדיג האט געשריבן:אין אמעריקע ווערט דער פרעזידענט אריינגעוואוט מיט רוב שטימען, דאס איז די קאנסטיטוציע, אנדערש וואלט ער געווען פונקט ווי א דיקטאטור.
אונזערע מוסדות פירן א דיקטאטורישע ווירטשאפט! אין מלך בלא עם, זיי האבן "אונזערע קינדער" אין די מוסדות, זיי זענען "אונזערע שליחים", נישט אונזער בעה"ב. די קאנצעפט איז קלאר ווי דעם טאג.

אינטרעסאנט איז געווען אפאר וואכן צוריק, בעת די רעגיסטראציע פראצעדורן אין אלע מוסדות, האב איך גערעדט צו א קרוב מיינער וועגן דעם ענין, און אזוי אינמיטן רעדן שלעפט ער ארויס א צעטל פון זיין בוזעם טאש, און באווייזט מיר עטליכע שורות בענין צאלן שכר לימוד באצייטנס, און די שווערע מצב פון די מוסדות, בערך ווי פאלגענד:

"ווען די הוצאות אינעם מוסד שטייגן, וועמענס פראבלעם איז עס? עס איז בכלל נישט קיין נייע שטייערן וואס מען וויל ארויפווארפן אויף די עלטערן, מיר זענען ענדערש ווי אן ארבייטער וועלכער מעלדט איין פאר דעם בעה"ב פון א ביזנעס אז ס'טויג נישט! אזוי טוען מיר דא, מיר טוען אינפארמירן די אמת'ע בעלי בתים אז דער מצב טויג נישט, מיר זענען ממש אובדי עצות! און טראץ וואס מיר שטרענגען זיך אן איבער די כוחות, בלייבט נאך אלץ א דעפיציט, און דער מצב איז קאטאסטראפאל! די עלטערן זענען די וועלכע דארפן זיך באמת זארגן פאר "זייערע" מוסדות, וואו עס לערנען "זייערע" קינדער!"

דו הערסט ווערטער? די הנהלה איז מסכים אז מיר עלטערן זענען די אמת'ע בעלי בתים? זייט ווען מאכט אן ארבייטער תקנות פאר די באלעבאטים?? ווער האט אים אפילו געפרעגט?

ביי אבאמא/אמעריקע פארשטייסטו דאס;
ביי א בעה"ב/ארבייטער פארשטייסטו אויכעט;
וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין דעם זעלבן קאנצעפט ביי אונזערע מוסדות?
מיינסטו נישט אז עס וואלט געדארפט זיין וואלן אויף די אלע תקנות?

פאר מער הסברה, לייען אדורך דעם גלענצענדן ארטיקל:
viewtopic.php?p=6734#p6734


@יעדער לאכט, דו וועסט האבן מער הצלחה אין די סארט אדער די סארט אשכולות... כלך לך צו די שמייכלדיגע נושאים, דארט וועסטו מער מצליח זיין.... און יא, וועסט אויך באקומען מער לייקס :P
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
יעדער לאכט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 122
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 07, 2014 11:21 am
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל

שליחה דורך יעדער לאכט »

איך האב געמיינט אז דא איז א פלאץ ווי מ'קען שרייבן מיינונגען... איך גלייך זייער צו שרייבן שמייכעלדיגע נושאים, אבער איך גלייך אויך צו זאגן מיין מיינונג, נאכדערצו ווען דעי נושאים האבן דא די מענטשן מער ליב! (מוזט נישט לייקן, אבער פליז... :cry: )

די טענה אז א חסידישע מוסד זאל ווערן געפירט אויפן זעלבן דעמאקראטישע מהלך ווי די אמעריקאנע גאווערמענט איז אזוי אבסורד, אז איך ווייס נישט ווי אנצוהייבן.. "דעמאקראטיע" אדער ווי ס'הייסט אין לשה"ק "איש כל הישר בעיניו יעשה" איז קעגן אלעס וואס ערליכע יודן גלייבן!
יא מיר זענען שותפים אין אינזערע קינדער'ס חינוך! אבער פארשטייט זיך אז דו מוזט דיך האלטן צו די שטאטוטן פונעם ביזנעס. על זה אנו דנין, צו דו ביזט בכלל א שותף צו נישט. אפשר מעגסטו אריינשיקן א מיידל אין יונגעל חדר אדער א יונגעל אין מיידל סקול ווייל "איך בין א שותף אין איך מעג טוהן וואס איך וויל"? פארשטייסט אליין אז ס'גייט נישט אזוי, דער ביזנעס האט רולס אין רעגולעישאנס און כדי צו זיין א שעיר האלדער (שותף) מוזטו זיי איינהאלטן.

וואס מיר גייט נישט אריין אין קאפ איז, פארוואס זיך אפילו פייטן אריינצוגעבן אין א מוסד וואס די תקנות געפעלט נישט?? ס'איז דאך דא אזויפיל אנדערע מוסדות וואס זענען מער איזי מיט די זאכן.
לאכן לאכט דער וואס לאכט!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אודאי מעגסטו שרייבן וואס דו ווילסט, אבער ס'איז נישט כדאי צוצומאכן די אויגן און שרייען איינזייטיג אן נעמען און באטראכט און פארענטפערן דעם צד השני (אט אזוי ווי דו האסט יעצט גראדע יא געטאן, הענס די לייק...)

דו ביסט גערעכט אז עס איז נישט אינגאנצן א פארגלייך צו אמעריקע, אבער מצד שני ביסטו דאך מודה אז די עלטערן פארלאנגען דא נישט מען זאל נאכגעבן ג' חמורות אדער אפילו חילול יו"ט דרבנן. דו נעמסט זאכן צו א געוויסע עקסטרעם וואס איז אומריכטיג.

האמת אגיד, אז דו האסט א נקודה וואס מען קען נישט אוועקמאכן, וואס איך פלאן צו שרייבן דערוועגן בקרוב מער באריכות, אבער קיין עקסטרעם איז נישט ריכטיג. בקיצור, די עלטערן זענען לכה"פ גלייכע שותפים מיט די מוסדות. עס איז אונזערע קינדער, און אונזערע געלט, און לו יהא אז זיי זענען יא בעה"ב, איז דאך אבער דער כלל אז דער קאסטומער איז אלוועיס רייט... עכ"פ זיי קענען נישט טון וואס אימער זיי ווילן אן זיך רעכענען מיט די עלטערן, וכאמור, עוד חזון בקרוב אי"ה.
וירח ה' את ריח הניחוח
פארשפארט