די קאנטראווערסיאלע הנהגה פון סאטמאר רבי'ן ארום דעם האלאקאסט
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
ממרום שלח אש האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:
מיר האבן דאך שוין אן אלטע מחלוקת דערין. איך האלט אז א מענטש קען נאר זיין אמת'דיג אויב ער איז באלאנסירט, דו האלטסט אז א מענטש קען נאר זיין אמת'דיג אויב ער איז עקסטרעם. האבן מיר א שיינע לשיטתיה.
גערעכט, מיר האבן א שיינע לשיטתיה.
אבער, ממש א שאד, גענומען אזא שיינע מחלוקה'לע און עס געשטעלט מיט די פוס ארויף.
עס גייט פונקט פארקערט, איך האלט אז אמת קען ברענגן צו עקסטרימיזם און דו האלסט אז אמת קען נאר ברענגען באלאנס (א זאך וואס איז אוממעגליך צו פרעדיקטען, און אויב דו טוסט פאראויס באשטימען רעזולטאטן, קענסטו באין אופן עס נישט רופן אמת).
משום איזה סיבה זעט מיר אויס אז דו האלטסט אז דער עקסטרעמיסט איז געווענליך מער נוטה צום אמת, אויב נישט אייביג. למשל, אין די מחלוקת איבער ציונות וועסטו מסתמא האלטן אז אדער איז דער סאטמאר רב גערעכט אדער איז בן גוריון גערעכט, די אגודה און מזרחי איז זיכער נישט גערעכט.
האדם לא נברא אלא להתענג
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
ניין, יאיר. דער סאטמאר רב איז אויך א פשרן, ווי מ'זייט אין אסאך זאכען זיינער. דאס אז ער איז געווען גרייט צו פארען קיין ארץ ישראל און זיך באנוצען מיט זייערע פאליציי (ער וואלט דען געגאנגען צו א שטאט וואס האט נישט קיין פאליציי?! פראביר דו גייען צו אפגאניסטאן) און נאך אפגענומען כבוד פון זיי מיט זייערע פערדען. דער גאנצע ענין פון די 'מידנעסטע שייכות' איז נאר אן אויסשפראך, נישט למעשה.
דער איינציגסטע וואס מ'קען זאגען אז זיין שיטה איז אויסגעהאלטען, איז איינער וואס וואוינט אין חוץ לארץ און ווען ער רעדט זאגט ער אז ער האט אזויפיל שייכות מיט'ן מדינת ישראל ווי מיט'ן רש"ף.
אנטשולדיגט אבער נאר נטורי קרתא מאכט סענ"ס.

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
גם אני מצטרף.
אויב האלט מען ווי די שיטה, איז עס נטורי קרתא, אלע אנדערע זענען צומישטע שיטות פיל מיט סתירות.
און ווידער אויב האלט מען פארקערט, איז עס הרג'נן אלע אראבער און אייננעמען די מקום המקדש און עס אויפבויען, אלע אנדערע וועגען אינדערמיט זענען מלא סתירות און איין גרויסע פאראדאקס.

א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
אבער ס'איז פארהאנען אן אנדערע תירוץ. נישט שיטות און דעות און אידיאלאגיא, נאר פראקטיש. וואס קען מען טוהן מאכען אונזער לעבען בעסער און לייכטער, ותו לא מידי.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 85
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 04, 2013 5:12 pm
- האט שוין געלייקט: 24 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 73 מאל
אפאר נקודות,
1) עס האט מיר פארציילט ר' משה כהנא-פראנקל, די זין פין ר' שמואל זנוויל כהנא פראנקל דער לעצטער ראש פין די ארטדאקסישע קאנצליי, אז בשעת די קריג איז דער סאטמערע רבי זצ"ל געווען ביי זיין טאטען אין פעסט (אפאר מאל), אין געזיצען דארט גאנצעטע טעג דורכרעדן וואס מקען טיען פאר הצלה פין די יודן אין אונגארין. (ער מיטען רבין אין זיין טאטע האבען געדאוונעט מנחה מעריב אין שטיב ווייל עס איז געווען א סכנה ארויסציגיין)
2) יא, דער רבי איז געווען קעגן פארן אויף א"י. די פאקט איז רובא דרובא וואס זענען געפארן קיין א"י זענען אפגעפארן פין וועג, אין עס איז בכלל נישט געווען מער זיכער א"י ווי אייראפע. ווי באקאנט איז דער דייטש שוין געווען ביי די גרעניץ פין א"י אין תש"א. נעמעדיג אלעס אין באטראכט אז די סכנה איז גועען איבעראל מער ווייניגער, אין א"י איז געווען אויך א סכנה ברוחניות, קען מען פארשטיין די רבינס געדאנק.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מאיר, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
יהיב חכמתא לחכימא (דניאל ב כא)
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 85
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 04, 2013 5:12 pm
- האט שוין געלייקט: 24 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 73 מאל
הוגה האט געשריבן:[justify][i]פאריגע וואך איז פובליצירט געווארן א קאנטראווערסיאלע ארטיקל וואס האט אויפגעשטורעמט די חרדי'שע וועלט, ספעציעל אינערהאלב די סאטמארער לאגער, געשריבן דורך מנחם קרן, אונטערן קעפל "דער סאטמארער רבי און די חורבן פון דעם אונגארישע אידנטום". אין דעם ארטיקל (באזירט אויף א לענגערע באשרייבונג)
קרן צייגט אז נישט נאר האט דער רבי געטון גאר ווייניג צו העלפן זיינע מענטשן זיך ראטעווען פון די גרויסע סכנה, נאר ער האט זיי נאך אפגערעדט דערפון מיט כל מיני טצדקי, ווי לדוגמא אז מען דארף האבן אמונה און בטחון וכדומה. ביז היינט האבן מאנכע געמיינט אז די סיבה איז געווען צוליב דעם וואס דער רבי האט נישט ארויסגעהאט די ערנסטקייט פון די סיטואציע, און ער האט מעגליך טאקע געהאלטן אז די מצב איז נישט אזוי געפערליך. פארציילט אונז קרן, אז דער רבי האט געהאלטן די דאזיגע דרשות און ער האט געפירט דער הנהגה, אין די זעלבע צייט וואס ער אליינס האט שוין פארארבייט מעשים אויף זיין אייגענע רעטונג און דאס אנטרינונג פון זיינע נאנטע. דאס צייגט אונז אז דער רבי האט יא ארויסגעהאט ווי שלעכט דער מצב איז.
.[/justify]
דער רבי (זייענדיג א קליגער אין אויך נישט דער גרעסטער אפטעמיסט נאר א ראעליסט) האט גאנץ גיט געוויסט וואס גייט פאר אין פולין רוסלאנד, אין ער פלעגט דאס דערמאנען ביי זיינע ימים נוראים דרשות אז אסאך יודען זענען ל"ע געהארגעט געווארען. ער האט גארנישט באהאלטען. עס איז דא די דרשות פן תש"ב, תש"ג אין תש"ד. אויך פלעגט ער נישט רעדן פין אמונה אין בטחון (ווי איינער: זאגט אז מגייט זיכער געהאלפן ווערן) אדרבה ער פלגעט אייביג זאכען אז ווער ווייסט אויב מיר גייען ניצל ווערן. ער פלעגט בעיקר רעדן אז תפלה אין תיקון המעשים קענען אינז "אפשר" העלפען.
אין בנוגע צי ער האט געטיען השתדלות קיק פריערדיגע תגובה.
יהיב חכמתא לחכימא (דניאל ב כא)
דא האט איר פון דעם געוועזענעם מזרחי יואל אלחנן
איך נעם נישט אחריות אויף זיינע ווערטער איך בין עס מעתיק ווייל עס קען זיין אינטערעסאנט פאר געוויסע ער זעעט אויס ציזיין גאר א איינזייטיגע מענטש
איך נעם נישט אחריות אויף זיינע ווערטער איך בין עס מעתיק ווייל עס קען זיין אינטערעסאנט פאר געוויסע ער זעעט אויס ציזיין גאר א איינזייטיגע מענטש
כ"ז ניסן ה'תשע"ד
בענין הטענה האפיקורסית כי בגלל הוראותיהם של גדולי ישראל שלא לעלות לארץ בימי מלחה"ע השניה נהרגו כה רבים מיהודי אירופה
בענין הטענה האפיקורסית כי בגלל הוראותיהם של גדולי ישראל שלא לעלות לארץ בימי מלחה"ע השניה נהרגו כה רבים מיהודי אירופה
בספר דת הציונות (פרק ו' חלק ב' עמ' עמ' קפו') הובאו דברי מרן החזו"א שאמר להרה"ג רבי אהרן ישעיה רוטר (הובא ב"ילקוט דעת תורה" שבסוף קונטרס "עקבתא דמשיחא" למרן הגאון רבי אלחנן וסרמן הי"ד, עמ' 22, נצח, בני ברק, תשמ"ט) וז"ל: "מי הוא אפיקורוס שומר מצוות בדורנו? כל מי שטוען כי באשמת גדולי ישראל נרצחו ששה מיליון יהודים באירופה וכן כל מי שחוגג את "יום העצמאות". כמובן שטענה זו כנגד גדולי ישראל מופרכת מן היסוד כפי שנבאר להלן תוך כדי הסבר מדוע נחשבת היא לאפיקורסות מלבד שקריותה.
גדולי ישראל שבאירופה ברובם המכריע לא התנגדו לעליה לא"י כלל. הם דאגו להבהיר לאלה העולים שישמרו עצמם מכל קשר או התחברות לתנועה הציונית הנמצאת בארץ אך לעצם העליה וההתישבות של שומרי תורה ומצוות בא"י לא התנגדו כלל, ואדרבה, גדול מנהיגי היהדות החרדית בארץ בימים שלפני עלית הגרמנים לשלטון מרן הגרי"ח זוננפלד עודד תמיד יהודים שומרי תורה ומצוות שיש בידם את האפשרות לעלות לא"י שיעשו זאת. מה שכן, בניגוד לתנועה הציונית שלשיטתה אדם צריך להפקיר את כל אשר לו בעבור ה"תנועה" והגשמת מטרותיה, באשר לחייו הפרטיים אין כל ערך ביחס לטובת התנועה הציונית, התיחסו גדולי ישראל לכל שאלה באשר לעליה לא"י לגופה ועל פי קריטריונים הלכתיים שללו לפעמים את העליה, וכן, בניגוד לתנועה הציונית שהפכה את ההגירה לא"י לערך העליון ביותר באשר "אין מלך בלא עם" וגם מלכות המינות זקוקה לכמה שיותר אנשים כדי להגשים חזונה ולקדמו, התיחסו גדולי ישראל למצות ישוב א"י בהתאם לכלליה ופרטיה ההלכתיים ועל פיהם החליטו כי ישנם דברים הנוגעים לכלל ישראל וגם לפרט, הקודמים בעדיפותם לעליה לא"י כמו למשל שיקום עולם התורה והישיבות (שנפגע בצורה קשה ביותר במלחה"ע הראשונה). מנהיגי התנועה הציונית ניצלו את יחסם זה של גדולי הדור לישוב א"י והגדירוהו כ"התנגדות" לעליה לא"י לעומת "דאגתם" הם לישוב א"י השמה את העליה לא"י כנושא ראשון וקודם בעדיפותו לשאר הנושאים. הציונות הדתית כקוף בפני אדם חזרה על טענותיהם של החילונים (וממשיכה בכך עד היום) כי גדולי ישראל הורו שלא לעלות לא"י ובכך גרמו למותם של מיליוני יהודי אירופה. לאחר שהסברנו את השקר שמאחרי טענה זו נסביר (לפי ערכנו והשערתנו בדעת מרן החזו"א) גם את הכפירה שיש בה.
אחד מעיקרי האמונה אשר הכופר בהם מאבד בכך את שייכותו לעם ישראל הוא האמונה בשכר ועונש, היינו האמונה כי מרגע שניתנה לעם ישראל התורה הקדושה למרגלות הר סיני מתנהלת כל הבריאה באופן של מתן שכר בעקבות שמירת התורה והמצוות וענישה בצורות כאלה או אחרות בתגובה לעבירה על המצוות וכל שכן בתגובה להתעלמות מהן או חלילה כפירה בהן ובמי שציווה עליהן וכמו שכותב הרמב"ן (סוף פרשת בא) וז"ל: "שאין לאדם חלק בתורת משה עד שנאמין בכל דברינו ומקרינו שכלם נסים אין בהם טבע ומנהגו של עולם, בין ברבים בין ביחיד אלא אם יעשה המצות יצליחנו שכרו ואם יעבור עליהם יכריתנו עונשו הכל בגזירת עליון כאשר הזכרתי כבר" וכן הרמב"ם (בריש הלכות תענית) וז"ל: "מצות עשה מן התורה לזעוק ולהריע בחצוצרות על כל צרה שתבא על הצבור שנאמר: על הצר הצורר אתכם והרעותם בחצוצרות כלומר כל דבר שייצר לכם כגון בצורת ודבר וארבה וכיוצא בהן זעקו עליהן והריעו. ודבר זה מדרכי התשובה הוא. שבזמן שתבוא צרה ויזעקו עליה ויריעו ידעו הכל שבגלל מעשיהם הרעים הורע להן ככתוב עונותיכם הטו וגו' וזה הוא שיגרום להסיר הצרה מעליהם וכו'..".
א"כ, גם שמתעוררת גזירת כליה ח"ו על חלק כה גדול של יהדות אירופה פשוט הדבר כי היא תוצאה של מעשיהם של ישראל וא"כ היכן שנמצאים החוטאים ברובם, תגיעֵם הפורענות שנתחייבו בה במקומם יהא מקומם אשר יהא. ואם יצאה הפורענות לפועל באירופה הרי זה משום שגם כלל ישראל אשר נתחייבו בדינם נמצאו אז שם. הטענה כי אילולי היו היהודים באירופה מקדימים לעלות לא"י היתה נחסכת מהם הפורענות מקורה בהנחה הכפרנית האומרת כי אין קשר בין כל מאורעות המלחמה באירופה למעשיהם של ישראל ותולה את המאורעות בכל מיני אירועים פוליטיים או חברתיים וכד' כאלה או אחרים (תליה שהרמב"ם שם מגדירה בהגדרת התורה: "והלכתם עמי בקרי") וכל השפעתם על יהודי אירופה היא רק מחמת שנמצאו בזירת האירועים ואילו היו עולים לא"י לא היו נופלים קרבן למציאות הקשה של מלחה"ע השניה על נוראותיה. אך האמת היא כמו שהוסבר לעיל כי כל הסבה להתפרצות המלחמה היא גזירת הפורענות על כלל ישראל שהיה באירופה ולכן אם היו עולים כל יהודי אירופה לא"י הרי שגזירת הפורענות היתה עוברת עמהם לא"י ויוצאת שם לפועל. לא המלחמה באירופה גורמת את הפורענות ביהודים אלא גזירת הפורענות על כלל ישראל בגין מעשיהם מעוררת את המלחמה באירופה (הפורענות שבעקבות החטאים).
מעבר לכך, כל טענה זו היא רק בבחינת "חכם לאחר מעשה" שהרי לאורך רוב שנות המלחמה לא היה ברור כלל כי א"י מחוץ למקום הסכנה. ברחמי שמים מרובים לא הצליח היטלר להכנס לא"י ולבצע שם את מה שביצע באירופה.
האם היתה לבריטים או לכוחות הצבאיים השונים של התנועה הציונית לפלגיה תכנית מסודרת כלשהיא להדיפת היטלר שעליה יכלו לסמוך כל כך כל אותם השואלים בתמיהה: "למה לא עלו לא"י?"?.
הכח הצבאי שהיה בא"י באותם ימים והיה אמור להיות זה שיתן את המענה לחיילות היטלר היה מורכב מהצבא הבריטי (שמבחינה צבאית לא היה מצויד כמו חיילותיו של היטלר באל עלמיין) וכן מהכוחות החמושים של ארגוני הטרור ("המחתרות") השונים של התנועה הציונית לפלגיה שהגדול והחזק מביניהם היה ארגון ה"הגנה".
הבה ונראה מה בפיו של הסמכות הצבאית הגדולה ביותר- מפקד "ההגנה" יצחק שדה באשר לתכנית מסודרת במקרה שיצליחו חיילותיו של היטלר להכנס לא"י, וז"ל:
"שקלנו והערכנו שעיקר כח האויב שיגיע יהיה כוח טנקים, ועל כן בחרנו- מתוך הסכימה המשוערת של תנועת האויב- סביבה שבה תנועת הטנקים מוגבלת ביותר. סימנו את חזיתנו מסביבות חניתה, דרך הרי נצרת-ואדי ערה עד זכרון יעקב, הוא השטח שבו יתרכז, בשעת סכנה, היישוב כולו. רצינו לצייד בנשק כל יהודי המסוגל לשאתו. אמרנו לסגור את המעברים במוקשים ובמכשולים מלאכותיים אחרים, וקיווינו שאם יסוג הצבא הבריטי מהמזרח התיכון, אולי ישאיר לנו תותחים ותותחנים ויסייע לנו בהגשמת התכנית בעזרת הצי שלו מהים... בתוך "שטח ההגנה" נמצאו גם שדות תעופה, שאמרנו להיעזר בהם להסדרת ההספקה בתחמשת קלה, צורכי רפואה וכו'. "ודאי תכנית דמיונית למדי, הרפתקנית. כלום היה מקום לתכניות אחרות?" ("לא על מגש של כסף-תולדות מדינת ישראל מראשית ההתיישבות עד עידן השלום", פרופ' יהודה ואלך, הוצ' משרד הביטחון ואטלס כרטא, ירושלים, התש"ס)
כלומר, למנהיג הצבאי הבכיר ביותר אין יותר מאשר תכנית שהוא עצמו מגדירה כ"דמיונית" ו"הרפתקנית" וביחס לכוחות הגרמניים שעמדו להכנס לארץ נוכל אנו להוסיף גם "מגוחכת" והוא מודה כי לא היה מקום כלל לתכניות אחרות וא"כ, לולא רחמיו של הקב"ה אם היו עולים כל יהודי אירופה לא"י הרי הסכנה מפני היטלר וחיילותיו היתה נחלתם בדיוק כמו אילו היו באירופה ואף יותר מכך שכן בא"י בניגוד לאירופה אין יערות גדולים שאפשר לתפוס בהם מחסה או לברוח דרכם.
א"כ, אין כל בסיס לטענה כי עליה לא"י היתה ערובה להגנה מפני מעשיהם של הנאצים באירופה (מה גם שהתנועה הציונית בהתגרותה בבריטים גרמה לסגירת שערי הארץ בפני עולים ומעפילים, דבר שהקשה עוד יותר על יציאתם של יהודים מאירופה לא"י) ואדרבה כפי שנראו הדברים אז, היתה בעליה זו סכנה מוחשית הן בדרך לא"י והן בהימצאות בה, וכבר אמרו חז"ל (סנהדרין צט:) "אפיקורוס כגון מאן? אמר רב יוסף: כגון הני דאמרי מאי אהנו לן רבנן? לדידהו קרו, לדידהו תנו". וביאר רש"י וז"ל: "והם אינן יודעין שעולם מתקיים עליהם", ואם בשאינו יודע התועלת ההכרחית של תלמידי החכמים לקיום העולם חשיב אפיקורוס כל שכן כשמאשים התלמידי חכמים וגדולי הדורות בגרימת נזק וחורבן לכלל ישראל (ועל אחת כמה וכמה שמאשימם בטענות הבל חסרות בסיס ומנותקות מכל קשר למציאות העובדתית האמיתית) והחי יתן אל לבו ויצילנו מרדת שחת ומהליכה אחרי האפיקורסים הטוענים כך (ראה מכתבו של הר' אורי שרקי מ"מכון ממאיר" אלינו בענין זה)
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
דאס וואס ער שרייבט וועגן אפיקורסות וכו' איז סתם נאריש, אויב מען דארף שוין באטיטלען יענעם אלס אפיקורס מיינט אז מען האט נישט וואס צו ענטפערן. אבער די פוינט אז אין יענע צייט איז ארץ ישראל בכלל נישט געווען אזוי פארזיכערט איז גאנץ א פיינער ענטפער.
אגב, פאריגע וואך האב איך געליינט אין די צייטונג אן אינטערעסאנטע אינטערוויו מיט א איד וועלכער האט געוויילט אין קראקא ביי די מלחמה, וואו דער בעלזער און בילגורייער רב זענען געווען. ער דערציילט אז ווען א קאר איז אנגעקומען אפנעמען דעם בעלזער רב זענען אידן נאכגעלאפן דעם קאר און געשריגן, "רבי, פארלאזט אונז נישט בעת צרה!" (והרה"ק העצים עיניו בדביקות כדרכו בקודש ולא ראה ולא שמע כלום).

- פרייוויליג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1778
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1168 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
א פאראלעל: נישט געלאזט פארן קיין אמעריקע, און נישט קיין א"י
יעצט פארענדיגט ליינען דעם העכסטס אינטרעסאנטן אשכול. דאס איז איינס פון די מערסט אינפארמאטיוו - און גלייכצייטיג פון די מערסט קאנטראווערסיעלע - אשכולות. אדורכטוענדיג דעם מהות, געדאנקנסגאנג, און פסיכאלאגיע, פון סאטמארער רב. דאס איז א נושא וואס כ'האב אויך א בליק דערויף, אבער דאס דארף ווארטן פאר א צווייטע געלעגנהייט, אויב ס'וועט זיך מאכן.
[center]1.[/center]
כ'וויל נאר אריינרעדן בענין די נידון האשכול, בנוגע סאטמארער רב'ס התנהגות ביים האלאקאוסט. איך האב אן עלטער פעטער וואס האט זיך געראטעוועט פון אונגארן קיין אמעריקע, נעמענדיג דעם לעצטן שיף וואס איז ארויסגעפארן בשעת'ן קריג, קיין אמעריקע.
בעפאר ער האט מחליט געווען ארויסצופארן קיין אמעריקע, איז ער אריין צום סאטמארער רב - נאך אין סאטמאר, און געפרעגט צו ער זאל זיך ראטעווען קיין אמעריקע וויבאלד ער האט שוין געהאט די בילעטן וכו' [יתכן אז ער איז נישט אריין 'פרעגן', נאר ער איז אריין פאר א 'ברכה', זיך געזעגענען. ווי פאלגענד]. סאטמארער רב האט אים געזאגט, אז ער זאל נישט פארן קיין אמעריקע. מיין עלטער פעטער האט אים למעשה נישט געפאלגט, און ער האט יא גענומען דעם לעצטן שיף קיין אמעריקע, און אזוי האט ער זיך געראטעוועט ממות לחיים!
נאכן קריג, ווען סאטמארער רב האט זיך באזעצט אין אמעריקע, איז מיין עלטער פעטער אריין צו אים, און אים געפרעגט היתכן ער האט אים געזאגט נישט צו פארן קיין אמעריקע ווען ער איז דאך קלאר געראטעוועט געווארן דורכן נעמען דעם לעצטן שיף ממות לחיים?! [באשיינפערליך שפירנדיג אז סאטמארער רב האט גורם געווען צום טויט פון אסאך אנדערע אידן וואס וואלטן זיך געקענט ראטעווען קיין אמעריקע, אבער האבן אים יא געפאלגט ווען ער האט זיי געזאגט נישט צו פארן קיין אמעריקע].
האט אים סאטמארער רב געענטפערט, אז דעמאלס האט ער געוואוסט ביי זיך אז ווען איינער פארט קיין אמעריקע, זענען רוב שאנסן אז ער גייט ווערן פריי, אדער זיינע קינדער, און אויב אזוי טאר מען נישט פארן קיין אמעריקע. ער האט מודה געווען אז ער האט זיך טועה געווען, אבער לויט וויפיל ער האט דעמאלס ארויסגעהאט די מצב איז אמעריקע געווען א סכנה ממשית פון נתפקר ווערן, און אויב אזוי טאר מען נישט פארן קיין אמעריקע!
איך האב ארויסגענומען פון די מעשה, אז ער איז געווען דער טיפישער אונגארישער רב וואס האט געמיינט אז ער פארשטייט אלס, זייענדיג איבערצייגט אז אמעריקע איז א מדבר שממה וואס ציט נאר אויף פרייע יונגען, און דערפאר איז עס א מקום סכנה. א זאך וואס איז געווען פולשטענדיג ריכטיג אפאר צענדליג יארן פריער, אבער גלייכצייטיג א גענצליך אומריכטיגע בילד פון אמעריקע אנהייב ת"ש'ס. ער האט נישט געוואוסט אז ישיבת תורה ודעת קנאקט אוועק, צעהלימער רב שטעלט אוועק כשרות, רבי אהרן קאטלער פירט שוין די תורה וועלט, און רבי שרגא פייוול מענדעלאוויטש בויט נאך און נאך ישיבות. ער האט זיי אלעמען געגעבן קרעדיט אין אויפשטעלן אידישקייט אין אמעריקע - איינמאל ער זעלבסט האט דא געלאנדעט. אבער דארט אין סאטמאר שבאייראפע, האט ער נישט ארויסגעהאט די זאך לאמיתה, און אזוי האט ער געגעבן ראט.
[center]2.[/center]
דאס זעלביגע זעט מיר אויס בנוגע עולה זיין קיין ארץ ישראל. היות ער זעלבסט האט שוין געוויילט אין ארץ ישראל אנהייב תר"צ'ס, האט ער געוואוסט אז די פרייע זענען ידם על העליונה, טוענדיג וואס זיי ווילן אין א לאנד וואו קנאפע 60 יאר פריער זענען זיי בכלל נישט אנוועזנד געווען. נישט נאר דאס, נאר אנדערש ווי אין אמעריקע וואו אידישקייט האט זיך גענומען בליען אדאנק תורה ודעת וכו', נאך א לענגערע מצב פון ירידה בלבד הונדערטער יארן, איז די מצב געווען פונקט קאפויער אין ארץ ישראל. פרומע - גאר פרומע - האבן געהאט דעם מאנאפאל איבער הונדערט יאר, און ממש די לעצטע פאר צענדליג יאר פארן קריג האבן פרייע ציונים אנגעהויבן שטראמען אין די מאסן, און זיי האבן איבערגענומען די מאכט אין ארץ ישראל.
אויב דאס איז נישט גענוג, האבן זיי געהאט א כח המושך ציענדיג מאסן פרומע אידן - זאגאר פון די שווארצע מאה שערים'ניקעס/אלטשטאט אידן, ווי יענער האט געזאגט 'אז ס'געבליבן א פרומע רבי וועלוול אייזנבאך, וויפיל אייזנבאך'ס זענען גענצליך פריי געווארן'?! [דאס איז גראדע אנגעגאנגען אויף א מאסנשטאבליכער פארנעם, אויך נאכן קריג, ואכמ"ל].
דערפאר איז פארשטענדליך סאטמארער רב'ס פארכט פון געבן רשות צו מאכן אן עלייה לארץ ישראל. אין זיינע אויגן איז געווען רוב שאנסן אז מ'וועט נתפקר ווערן, נמשך ווערן נאך די פרייע ציוניסטן, און אין אזא פאל טאר מען נישט פארן קיין ארץ ישראל! ער האט דארט געמאכט דעם זעלבן פאטאלן טעות, זיך נישט כאפנדיג אז אידישקייט אין ארץ ישראל האלט שוין אינמיטן בליען, אונטער די הדרכה פונעם חזון איש וסייעתיה. ער האט אידענטיפיצירט יהדות החרדית אין ארץ ישראל, מיט די עקסטרעמיסטן פון עדה החרדית לאגער, נישט כאפנדיג אז אט די עקסטרעמיזם אז א הויפט באזע פאר א דורכפאל פון זייער חרדי'שן סיסטעם זעלבסט. מצד שני, אזעלכע באזעצענע, נישט אויפשטורמענדע, טיפן ווי דער חזו"א, וואס שטעלן אוועק ישיבות אין סאמער ברען פונעם חורבן, און גרייטן צו די באדן פאר א מער מוצלח'דיגע סארט חרדי'שע אידישקייט, פון דעם האט ער ניטאמאל געהערט.
[center]3.[/center]
אוודאי קומט דא אריין די פאקטאר, אז ער איז געווען א היבשער עם הארץ אין וועלטס פאליטיק, ער האט אוודאי נישט געזען דעם קומענדיגן חורבן אונגארן, און דערפאר האט ער זיך געטרויט צו נעמען אזא שארפע שטעלונג אין דברים שחיי אדם תלוים בהם. און די אלע נארישע רייד, אז זיינע דרשות זענען געווען פיל מיט תשובה ותיקון המעשים און פחד פון די מצב נורא וכו', איז א ראי' אז ער האט יא געוואוסט וואס ווארט זיי אפ, איז הבל ורעות רוח אין בעסטן פאל, און געמיינע רשעות אויפן חשבון פון דעם איד וואס זיי וויל בארעכטיגן - אינעם ערגערן פאל.
דאס וואס ער האט גע'דרש'נט, איז געווען בערך אזויווי אלע אונזערע מוכיחים בשער נוצן אויס יעדע טראגעדיע צו רעדן וועגן תיקון המעשים ופרצות הדור. אז די אידן אין פוילן זענען אפגעווישט געווארן פון מאפע, איז עס געווען גענוג אויפטרייסלנד אז מ'זאל אויסנוצן די מצב צו פראקן אין די [פארהעלטנמעסיג פרומע] אונגארישע אידן, פאר אלע זייער חטאים עוונות ופשעים. כלומר, ווייל 'זיי' ווערן גע'הרג'עט, דארפן 'מיר' מתקן זיין אונזערע מעשים [נוסח לייבי קלעצקי, פאר א משל]. מיט 'ווייטזעענדע אויגן' און ארויסהאבן די מצב כלפי יהדות הונגריה, האט דאס גארנישט איינגעלייגט. ער האט זיכער נישט גע'חלומ'ט אין זיין וויסטן חלום, וואס ס'ווארט אפ פאר זיינע ברידער - און זיין משפחה זעלבסט - אין א קורצע צייט.
און ווען דער טייוול האט געקלאפט ביים טיר [-נאציס אראפווארפן הארטי'ן פון בענקל], איז שוין געווען צו שפעט.
ער איז גארנישט געווען אנדערש פון רוב אונגארישע אידן, וואס האבן פונקט אזוי געהאלטן אז 'דא וועט עס נישט געשען', אפילו ביי די וואס האבן שוין יא געגלייבט די שמועות איומות וואס די פוילישע געראטעוועטע האבן פארשפרייט. [לדעתי האבן די פוילישע אויך געמיינט, עכ"פ געוויסע פון זיי, אז אין אונגארן וועט דער דייטש גארנישט טון. אסאך האבן זיך טאקע אויפגעהאלטן אין בודאפעסט מיטן גאנצן זיכערקייט. דאס איז גראדע מיין הצדקה כלפי די באקאנטע קאנטראווערסיע מיטן בעלזער רב'ס הבטחה/ברכה (ווענדט זיך וועם מ'פרעגט) בפי אחיו מבילגורייא - אין בודאפעסט, אז זיי וועלן אלע ניצול ווערן, א זאך וואס האט זיך אויסגעשטעלט פאטאל אומריכטיג]. סך הכל, גארנישט מער פון נישט ריכטיג אפליינען די וועלטס מאפע, און גארנישט אנדערש פון רוב אונגארישע אידן בשעתו.
כ'האב געהאט א זיידע, ער איז געווען א גרויסער היסטאריקער וחכימאי דיהודאי, וואס האט געוואוינט אין מונקאטש ביים קריג. ער איז געווען דער איינציגסטער אין אזא ריזן עיר ואם בישראל מונקאטש, וואס האט אויסגערעכנט אז די נאציס גייען למעשה איבערנעמען די מאכט אין אונגארן, און ער האט טאקע געטון אויף למעשה בויענדיג א פראפעסיאנאלע בונקער ווען די שטאט האט נאך געלאכט אין די פויסטן. ער האט געגראבן ביז ער האט געטראפן אויך א קוואל וואסער, וואס ער האט געפינען דעם זעלבן טאג וואס די אנדערע מונקאטשע אידן האבן זיך געדארפט אריינציען אין געטא! ער איז אריין מיט זיינע קינדער, נאך מיטגעשלעפט זיין שוואגער מיט יענעמ'ס קינדער, און זיך אויסבאהאלטן אין בונקער [עלף נפשות].
זיי זענען געווען די איינציגסטע צוויי משפחות אין גאנץ מונקאטש [א שטאט מיט ארום דרייצן-א-האלב טויזנט אידן!], וואס די גאנצע משפחה האט איבערגעלעבט די קריג!!!

Re: די קאנטראווערסיאלע הנהגה פון סאטמאר רבי'ן ארום דעם האלאק
ייש"כ ר' שש. מ'דארף צולייגען (אפשר איז דאס דיין כוונה) אז דער גאנצע בליען און וואקסען וואלט נאר אפשר נישט פאסירט ווען נישט פאר'ן קריג און די פליטים. הגם דער פראפאגאנדע ארבעט שטארק אין לעיקוואוד, איך גלייב אז ווען נישט פאר'ן מירער ישיבה און איהר פאר'אייניגטע ציבור פון שטארקע בני תורה, וואס זענען געווען איבערגעגעבען צום בני תורה לעבענסשטייגער, וואלט ר' אהרן געהאט א שוואכע הצלחה מיט'ן מאכען ישיבות. אזוי אויך מיט'ן צעהלעמער רב'ס כשרות. פליטים מיט א פולקאמער פרומע לעבענשטייגער, אויף אן אופן וואס האט ווייניג עגזיסטירט פאר'ן קריג דאהי, זענען געקומען בעטען די סארט פרומע עסען. ממילא, ברגע מ'ווייסט נישט אז דער קריג קומט, איז אמעריקא א געפערליכע סכנה, אפילו אין די אנהייב ת"ש'ס.
א"י איז נאך א פרשה, און דיין אנאליז איז ריכטיג אבער מ'דארף נאך אסאך אויסשמועס'ן אין דער געביט. זיך אויסרייניגען פון שקרי גערליץ נעמט צייט! (אגב, געטראפען א טעות הכתיבה, נאכ'ן קאמפלימענט פון נעכט'ן פון קאווע טרינקער - דער ווארט איז 'סאמע', נישט 'סאמער')
א"י איז נאך א פרשה, און דיין אנאליז איז ריכטיג אבער מ'דארף נאך אסאך אויסשמועס'ן אין דער געביט. זיך אויסרייניגען פון שקרי גערליץ נעמט צייט! (אגב, געטראפען א טעות הכתיבה, נאכ'ן קאמפלימענט פון נעכט'ן פון קאווע טרינקער - דער ווארט איז 'סאמע', נישט 'סאמער')
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- גאלד
- חבר ותיק
- הודעות: 2379
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
- האט שוין געלייקט: 625 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל
איך הער אז ער האט גאר געוואלט שרייבן א תודה פאר אייכמאן אליין אמער אן זיין הסכמה וואלט דער טראנספארט קיינמאל פאסירט, עניוועי, למעשה האט ער מחליט געווען שב ואל תעשה עדיף,
אבער די פארשאלטענע ציונים לא די זיי האבן איהם נישט געזאגט קיין שכוח, האבן זיי נאך געהאנגען אינמיטן שטאט
Talk about a "קאנטרעווערסיאלע הנהגה"
אבער די פארשאלטענע ציונים לא די זיי האבן איהם נישט געזאגט קיין שכוח, האבן זיי נאך געהאנגען אינמיטן שטאט
Talk about a "קאנטרעווערסיאלע הנהגה"
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
Re: די קאנטראווערסיאלע הנהגה פון סאטמאר רבי'ן ארום דעם האלאק
וואס איז די אבער? ס'נישט ווי דו זאגסט, "סאטמאר רבי'ס הנהגה איז מיר טאקע אומפארשטענדליך...אבער..." איז מיט וואס ביסטו א מעסיגער?
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 424
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2016 7:07 pm
- האט שוין געלייקט: 407 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל
חיים נחום הלוי פריעד האט געשריבן:דאס קעפל פון דעם אשכול פאנגט זיך אן מיט "די קאנטראווערסיאלע הנהגה", ווי כאילו דאס איז שוין א באשטעטיגטער פאקט אז די הנהגה פונעם הייליגן סאטמארער רבי'ן זצוק"ל איז "קאנטראווערסיאל". אין ענגליש רופט מען דאס א "סעלף פולפילינג פראפעסי", מיט'ן זאגן אז עס איז קאנטראווערסיאל ווערט עס דאך אויטאמאטיש קאנטראווערסיאל...
צום ענין, עדות'שאפטן פון פארברענטע ציונים זענען ביי מיר אינגאנצן נישט באגלייבט, ווייל זיי זענען דאך מלא נגיעות. בפרט אמאל ווען די מערכה פונעם רבי'ן האט זיי באמת וויי געטאן, זענען זיי דאך געווען אויסן אים צו באשמוצן אויף וואס אימער. א פלא אז אין די יארן תש"י-תש"כ ווען די מלחמת קודש פון סאטמאר רב איז אנגעגאנגען במלא עוזו, און די ציונים האבן אים געזוכט צו באשמוצן מיט וואס אימער, איז קיינעם נישט בייגעפאלן צו באשולדיגן אז ער זאל האבן פארראטן זיין פאלק ביים קריג ח"ו. די אונטערגעשריבענע עדות'שאפט וואס המלוכה והממשלה ברענגט דא איז פון 1994 - גאנצע פופציג יאר נאך די השמדה פון יהדות הונגריה!
פון די אנדערע זייט איז דא א קלארע בילד פון רבי'ן ביי אן אסיפה, וואו מ'האט באהאנדלט די שווערע לאגע.
ווער זענען די באטייליגטע ביי די אסיפה
ענדערש פון מישן נייעס, מיש א משניות, זאג א פרק נאך א פרק, איי דו פארשטייסט נישט, און צו נייעס פארשטייטו יא...?
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 424
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2016 7:07 pm
- האט שוין געלייקט: 407 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל
.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום געוואלדיג, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סיבה: כפול
סיבה: כפול
ענדערש פון מישן נייעס, מיש א משניות, זאג א פרק נאך א פרק, איי דו פארשטייסט נישט, און צו נייעס פארשטייטו יא...?