אין א פאזיטיווער אנטוויקלונג אין אידישער ליטעראטור, איז די וואך נתחדש געווארן א קאלום אין דער צייטונג "דער איד" וואס איז מיוחד צו דעקן וויסנשאפטליכע נייעס פון איבער דער וואך, "און פרובירן צו ערקלערן יעדע זאך בטוב טעם ודעת," ווי דער שרייבער, י. א. פ., שרייבט.
די וואך איז דער קאלום געווידמעט פאר דער שרעקליכער "עבאלע" ווירוס וואס האט שוין, לויט דעם ארטיקל, אומגעברענגט איבער 1,600 מענטשן (היינט איז באריכטעט געווארן אז דער ציפער איז שוין העכער 2,000).
עס איז צו האפן אז דער קאלום וועט דערפילן דעם חלל וואס הערשט אויף ארטיקלען פון א העכערן קאליבער, און אז עס וועט זיך האלטן צו אמת'ע וויסנשאפט און נישט צו כמו-אידישע פסעוודא-וויסנשאפטליכע מושגים פון אזעלכע ווי הרב זמיר כהן אדער פון פארצייטישע מקורות ווי "ספר הברית".
אויך וואלט איך פארגעשלאגן אז דער קאלום זאל ענדערש באשרייבן 3-4 וויסנשאפטליכע באריכטן אין קורצן, אנשטאט איין לאנגען ארטיקל אויף בלויז איין שטיקל נייעס.
נייער וויסנשאפטליכער קאלום אין "דער איד"
- אבטולמוס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2700
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
- האט שוין געלייקט: 3591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 10592 מאל
נייער וויסנשאפטליכער קאלום אין "דער איד"
- בייגעלייגטע פיילס
-
- DY.JPG (413.61 KiB) געזען געווארן 3828 מאל
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אבטולמוס, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
דער אשכול פארמאגט 46 תגובות
איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.
רעגיסטרירן איינשרייבן