יאיר האט געשריבן:צו אלע אידן וואס זענען דוגל בשיטת בעל ויואל משה וויל איך פרעגן א שאלה. איך זע אז מ'איז זייער פארנומען דא אז די נבואות און תנאים פון רמב"ם זענען נישט מקויים געווארן. מיין שאלה איז, לו יצוייר מען זאל עווענטועל שלום מאכן מיט די פאלעסטינער (פונקט ווי מ'האט שלום געמאכט מיט עגיפטן און ירדן), און מ'וועט זוכה זיין צו שלום ושלוה אין ארץ ישראל, די עקאנאמיע און היי טעק וועט וואקסן ביז'ן הימל, און מען וועט נישט דארפן אויסגעבן ביליאנען אויף די מיליטער. אזוי אויך לאמיר אננעמען אז די מדינה וועט ווערן מער אידיש געשטימט און די חוקי התורה וועלן ווערן שטרענג אינפארסירט. אין אזא פאל וועט איר מודה זיין אז מיר האבן ענדליך זוכה געווען צו די גאולה שלימה?
אויב דאס איז אויך נישט גענוג, דאן ערלויבט מיר פארצושטעלן נאך איין שאלה, אז איך, אומוויסנדער יונג, זאל פארשטיין דעם ענין. וואס פעלט אויס כדי מיר זאלן וויסן אז די גאולה איז שוין אנגעקומען?
להוי ידוע אז איך פרעג נישט צו טריצן, איך וויל באמת וויסן וואס איר האלט, ווייל איך האב קיינמאל נישט זוכה געווען דאס ארויסצוהאבן על בוריה.
די ענטפער אויף דיין ערשטע קשיא, איז געוויס ניין, ווי מיר זעען אין אלע פסוקים, אז נישט אויף דעם ווארט כלל ישראל שוין אזויפיל יאר. ס'ליגט דא אסאך טיפער.
דו פרעגסט וואס ס'איז יא די גאולה.
כלל ישראל איז באשאפן געווארן ביי מתן תורה, און די ציל איז געווען צו אריינגיין אין ארץ ישראל תיכף נאך קבלת התורה. מ'זעט דאס קלאר אין פסוק, נאר ווייל מ'האט געזינדיגט מיט די מרגלים איז מען געבליבן פערציג יאר אין מדבר. אבער די ציל איז געווען: קבלת התורה - ארץ ישראל. אזויווי ס'שטייט אין אן א שיעור מאמחז"ל אז ארץ ישראל האבן יודן באקומען פונעם אויבערשטן מיט די תורה אינאיינעם. ס'גייט צוזאמען. תורה און ארץ ישראל. (תהילים ויתן להם ארצות גוים וגו' בעבור ישמרו חקיו וגו'. ועוד ועוד.)
מ'זעט אן א שיעור טעמים און סיבות פארוואס מ'דארף האבן ארץ ישראל, זייער אסאך זענען גאר הויעכע טעמים. עכ"פ יודן - מיט די תורה - קומען מיט ארץ ישראל - מיט א בית המקדש, א סנהדרין, וכו'.
זייער פיל מצות התורה זענען פארבינדען מיט ארץ ישראל, בית המקדש, די שלימות פון כלל ישראל איז כשהן שרויים על אדמתן.
דאס איז נישט סתם אזוי ווייל מ'זאל האבן א אייגן לאנד מיט א אייגענע נאציאן ח"ו, דאס פעלט בכלל נישט אויס פאר יודישקייט. כלל ישראל איז כלל ישראל אויך אן ארץ ישראל שוין באלד צוויי טויזענט יאר, און צו זאגן אז כלל ישראל ווערט עפעס ווייניגער כלל ישראל אנעם בית המקדש איז כפירה. די תורה איז א תנאי אויף די יודישקייט, און ארץ ישראל נישט. נאר וואס דען? עס פעלט פון די שלימות פון יודן, ווי געזאגט, די ערגענצונג פון כלל ישראל איז ארץ ישראל. עס פעלט די גלאנץ פון יודישן פאלק, עס פעלט די נחת רוח וואס כביכול השי"ת האט פון די קרבנות, די נח"ר פון די ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם. וואס דער אויבערשטער לאזט איבער אלע עולמות עליונים, און קומט אראפ זיך משתשע זיין כביכול מיט זיין באליבט פאלק. עס איז זאכן וואס מיר האבן נישט קיין השגה אין דעם, און מיר קענען עס נישט פארשטיין.
אן א שיעור פסוקים זענען דא וואס שילדערן די חילוק פון יא בית המקדש ביז נישט, זיי לייגן אראפ ווי פינסטער עס איז נעבעך פאר כלל ישראל אן א ביהמ"ק - זייט דעם חורבן. אז עס איז בכלל נישט מעגליך צו פארשטיין, ווייל מיר זענען נישט געווען בשעת ווען ס'איז יא געווען, ווייסן מיר ניטאמאל וואס מיר האבן פארלוירן. אזוי זאגן די פסוקים, גמרא, מדרש, וואס רעדן פונעם חורבן.
ווייל מיר האבן ליידער געזינדיגט, זיך נישט צוגעהערט צום באשעפער וואס האט אונז געווארנט אז דאס וועט פאסירן אויב מען וועט נישט תשובה טון באצייטענס. איז ליידער געקומען דער חורבן און דער גלות, וואס איז אין לך יום שאין קללתו מרובה מחברתה.
ניין, מיר זענען נישט אינגאנצן פארלוירן!! השי"ת האט אונז צוגעזאגט אז ער וועט אונז צוריקברענגען קיין ירושלים, אויפבויען די בית המקדש, און צוריק משרה זיין שכינתו בתחתונים. ס'וועט זיין ממש עולם התיקן, מ'וועט נישט האבן די אלע נסיונות וואס מיר האבן היינט - וואס דאס איז אלעס א חלק פונעם עונש פונעם ביטערן גלות, מען וועט דינען השי"ת מיט א ריין הארץ, מען וועט מקריב זיין קרבנות, אלעס וועט זיין אויפן שענסטן אופן ווי ס'איז די רצון העליון געווען מעיקרא.
אבער דאס אליין וואלט שוין אויך געווען איבער גענוג צו ארויסקוקן און האפן און ווארטן אויף דעם. אבער השי"ת האט אונז צוגעזאגט אז די יעצטיגע גאולה וועט זיין נאך פיל מער. ס'וועט זיין די תכלית פון בריאת שמים וארץ. ישמחו השמים ותגל הארץ. יהי כבוד ה' לעולם ישמח ה' במעשיו. יכירו וידעו כל יושבי תבל כי לך תכרע כל ברך. אן א שיעור פסוקים, מאמרי חז"ל, ספרים הקדושים, וואס זענען עוסק און אראפגעבען פאר אונז וואס ס'וועט זיין ביים עולם התיקן. מ'קען מיר נישט משיג זיין קיין אפס קצהו, כיתרון האור מן החושך, וואס וועט זיין דעמאלס. אויף דעם זענען מיר מתפלל יעדן טאג אן א שיעור מאל, און בפרט אין די הייליגע טעג, און מיר האפן און קוקן ארויס אויף דעם טאג, ווען די אלע נביאות וועלן שוין מקויים ווערן בימינו בקרוב אכי"ר.
דאס איז ממש בקיצור נמרץ אויף וואס מיר ווארטן און האפן, כ'האף אז כ'האב עס גענוג קלאר ארויסגעברענגט אז דו זאלסט פארשטיין.
צו ארויסהאבן מער ברייט און קלאר, דארפסטו עוסק זיין אין די פסוקי תנ"ך, אין די גמרות, מדרשים, ספרים וואס רעדן פון גלות-גאולה, און פון תקופות הבית המקדש. א גוטע זאך איז צו לערנען שיר השירים, וואס דארט ווערט ארויסגעברענגט מורא'דיג די קשר פון כנסת ישראל צום רבש"ע, און די השתוקקות צו בנין בית המקדש.