ציונות ימ"ש ביי אונז!!!!!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

יאיר האט געשריבן:
באשטעטיגט האט געשריבן:גאולה שלימה זיכער נישט
בנין הבית , סנהדרין ,קיבוץ נדחי ישראל(כולל הסטמורים 8-))
משיח מלך ישראל(בקיצור כל מה שמתפללים שלש פעמים ביום)

אבער קיבוץ גליות האט זיך שוין אנגעפאנגען (www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=225249#p225249)
און א רוח פון תשובה הערשט און א"י
[אין נאך א ביסל גייט זיין א ראש ממשלה שומר תורה ומצוות בע"ה]

אנטשילדיגט איך בין נישט דוגל בשיטת ויואל משה(אבל למדתי רובו)

איך וויל מעורר זיין אן אינטערעסאנטע נקודה. לכאורה פונקט ווי ביי יעדע מצוה, איז דא דער כח הבחירה ביי יעדן איד צו אנטייל נעמען אין די גאולה שלימה. אויב למשל משיח קומט, און א מנין אידן אין וויליאמסבורג אדער קראון הייטס פאר'עקשנ'ען זיך אז די גאולה איז נאכנישט דא, און זיי ווילן נישט פארן קיין ארץ ישראל. צו וועט מען זאגן אז קיבוץ נדחי ישראל איז נאכנישט מקויים געווארן וויבאלד א מנין פאר'עקשנ'טע אידן ווילן בלייבן אין ראדני אדער 770? אדער זאגט מען אז ניין, אויב דער רוב הניכר פון כלל ישראל אנערקענט אין די גאולה שלימה, איז פארהאן א כח הבחירה ביי יעדן איד ארויסצופאלן דערפון און נישט אנטייל נעמען, און דאס איז נישט משפיע קיין כי הוא זה אויף די עצם גאולה.

יאיר: איך ווייס נישט אויב מיין משיח איז שוין געקומען. איך וויל נאר וויסן איין זאך אויב ווען דער אמת'דיג'ער משיח, דער עני ורוכב על החמור. נישט אין א קעדדי, וועט קומען, וועט מען מעיגן נוצן אינטערנעט (געפילטערטע, פארשטייצעך.). אויב יא. ביניך שוין מסכים אז ער זאלל קומען. נאך אפילו פאר ראש השנה... :? :lol: :lol: :lol: :roll: :lol: :lol: :roll: :x :P :oops: ;) :o
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

יאיר האט געשריבן:איך וויל מעורר זיין אן אינטערעסאנטע נקודה. לכאורה פונקט ווי ביי יעדע מצוה, איז דא דער כח הבחירה ביי יעדן איד צו אנטייל נעמען אין די גאולה שלימה. אויב למשל משיח קומט, און א מנין אידן אין וויליאמסבורג אדער קראון הייטס פאר'עקשנ'ען זיך אז די גאולה איז נאכנישט דא, און זיי ווילן נישט פארן קיין ארץ ישראל. צו וועט מען זאגן אז קיבוץ נדחי ישראל איז נאכנישט מקויים געווארן וויבאלד א מנין פאר'עקשנ'טע אידן ווילן בלייבן אין ראדני אדער 770? אדער זאגט מען אז ניין, אויב דער רוב הניכר פון כלל ישראל אנערקענט אין די גאולה שלימה, איז פארהאן א כח הבחירה ביי יעדן איד ארויסצופאלן דערפון און נישט אנטייל נעמען, און דאס איז נישט משפיע קיין כי הוא זה אויף די עצם גאולה.


האלסט באמת אז ווען משיח וועט קומען וועלן נאך בלייבן פאר'עקשנ'טע אידן?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

דער פאקט אז דער אשכול פארט נאך אלץ אויף רעדער (בליעה"ר) איז א סימן אז משיח איז נאכנישט געקומען... :lol: :lol: :lol: :roll: :lol: :roll: :x :oops: :o
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

שמעקעדיג האט געשריבן:האלסט באמת אז ווען משיח וועט קומען וועלן נאך בלייבן פאר'עקשנ'טע אידן?

אדרבה, פרוביר ארויסצוהעלפן. ווי אזוי וועט משיח קענען איבערצייגן דעם איד פון ראדני סטריט אז ער איז ווירקליך משיח? אין מופתים גלייבט ער נישט, און א ציוני טאר מען נישט זיין. און ווי אזוי וועט משיח קענען איבערצייגן אז ער איז טאקע משיח פאר דעם משיחיסט פון 770 (על צד אז רמ"מ איז נישט משיח)?
אפשר איז דא אן אויסוועג אז ווען משיח וועט קומען וועט געשען עפעס א נס און גאנץ כלל ישראל וועט אנהייבן גלייבן אז ער איז משיח, און ווילאנג דאס פאסירט נישט מוז בעל כרחך זיין אז משיח איז נאכנישט געקומען. דארפסט אבער פארשטיין אז אזא נס ווערט אין ערגעץ נישט דערמאנט אין חז"ל, ודברי הרמב"ם ועובדא דבר כוכבא זענען זיך אודאי סותר דערצו.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

מילא אין סאטמאר האלט מען אז משיח איז נאכנישט געקומען. אבער אין ליובאוויטש האלט מען דאך אז די רבי איז משיח. און ער איז חי וקיים. פארוואס איז מען איהם נישט מכבד מיט הגבהה, אמאל א שבת אדער יו"ט?!... :? 8-) :lol: :lol: :lol: :roll: :lol: :roll: :lol: :x :P :oops: :oops: :oops: ;) :o
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

יאיר, באמת לאזט שיטת סאטמאר נישט איבער א קלארער וועג פאר אירע מענטשן ווי אזוי צו וויסן אז דאס ריכטיגע משיח איז געקומען. נאר אזוי ווי דער איד וואס איז געליגן ביים דענטיסט ארויסצושלעפן א צאן, און האט געהאלטן אין איין פרעגן "מ'האט שוין ארויסגעשלעפט?" זאגט אים דער דענטיסט: זארגט אייך נישט; ווען מ'וועט שלעפן וועסטו שוין גארנישט פרעגן. והנמשל מובן...
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באשטעטיגט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 227
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 7:50 pm
האט שוין געלייקט: 574 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 138 מאל

שליחה דורך באשטעטיגט »

יאיר האט געשריבן:
באשטעטיגט האט געשריבן:גאולה שלימה זיכער נישט
בנין הבית , סנהדרין ,קיבוץ נדחי ישראל(כולל הסטמורים 8-))
משיח מלך ישראל(בקיצור כל מה שמתפללים שלש פעמים ביום)

אבער קיבוץ גליות האט זיך שוין אנגעפאנגען (www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=225249#p225249)
און א רוח פון תשובה הערשט און א"י
[אין נאך א ביסל גייט זיין א ראש ממשלה שומר תורה ומצוות בע"ה]

אנטשילדיגט איך בין נישט דוגל בשיטת ויואל משה(אבל למדתי רובו)

איך וויל מעורר זיין אן אינטערעסאנטע נקודה. לכאורה פונקט ווי ביי יעדע מצוה, איז דא דער כח הבחירה ביי יעדן איד צו אנטייל נעמען אין די גאולה שלימה. אויב למשל משיח קומט, און א מנין אידן אין וויליאמסבורג אדער קראון הייטס פאר'עקשנ'ען זיך אז די גאולה איז נאכנישט דא, און זיי ווילן נישט פארן קיין ארץ ישראל. צו וועט מען זאגן אז קיבוץ נדחי ישראל איז נאכנישט מקויים געווארן וויבאלד א מנין פאר'עקשנ'טע אידן ווילן בלייבן אין ראדני אדער 770? אדער זאגט מען אז ניין, אויב דער רוב הניכר פון כלל ישראל אנערקענט אין די גאולה שלימה, איז פארהאן א כח הבחירה ביי יעדן איד ארויסצופאלן דערפון און נישט אנטייל נעמען, און דאס איז נישט משפיע קיין כי הוא זה אויף די עצם גאולה.


איך ווייס נישט אין וועלעכע שלב די סאטמערע וועלען זאגען טעיתי
איך פארשטיי אז למשל עז וועט זיין א יוד שומר תורה ומצות בשלימות(ואפשר גם בכיפה סריגה, ומדבר עברית)
וואס וועט מצליח זיין צו זיין ראש ממשלה ולתקן תקנות ולעורר לבם של ישראל לאביהם שבשמים ויצוה לבנות ביה"מ ולהקריב קרבנות.... עדיין יאמרו הסטמורים שהוא גרוע משבתי צבי...שהוא מדבר עברית, ועדיין לא בא זמן הגאולה,ובשבתי צבי היה ג"כ חוזרים בתשובה ....
אבל מסתבר שבהמשך הזמן גם הם יחזרו בתשובה ויאמרו טעיני
(אני מעריך מאד קהילת סאטמאר,רק חושב שהם טועים בדבר זה)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום באשטעטיגט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

יאיר האט געשריבן:קודש, זייער א שיינע שלשידעס תורה, אבער דו האסט מיר קיין משהו נישט קלארער געמאכט. איך האב שוין דורכגעלערנט תנ"ך און מאמרי חז"ל איבער די גאולה, און אויך ויואל משה, און למעשה בין איך געבליבן צומישט ווי אזוי מיר דארפן וויסן ווען די גאולה איז דא לפי שיטת בעל ויואל משה. ממילא פרעג איך איבער, וואס דארף געשען אז מיר זאלן וויסן די גאולה איז דא? אמעריקאנער קריסטן זאלן זאגן די אידן זענען די עם הנבחר? אז אידן זאלן תשובה טון? מען זאל צוברעכן אלע עבודה זרות פון אינדיע? די פאלעסטינער זאלן אונז איבערגעבן ירושלים בחפץ לב?
איך האף דו פארשטייסט אז אזעלכע אומקלארע פראזן ווי "משרה זיין שכינתו בתחתונים" מאכן נישט קלארער דעם ענין.


דו ווארפסט סתם זאמד אין די אויגן, קריסטן אין אמעריקע זענען די גאנצע 'געטליכקייט' וואס ליגט אונטער מדינת ישראל,
די גרינדער פון ציוניזם, די פירער פון ציוניזם בשעתן געבורט פון מדינת ישראל, די ארגאניזירער פון דיין 'געטליכע ניסים' פון דיין 'קיבוץ גלויות,' די היינטיגע פירער פון דעם ציוניסטישן לאנד, זענען געווען און זענען עד היום הזה כופרים באלוקי ישראל, מחללי שבת בגאווה, אוכלי נבילה וטריפה,
אתחלתא דציונות זענען געווען אידן וואס האבן נישט געהאלטן קיין איין מצוה פון די תורה, געהייראט גויאישע פרויען, די התעוררות פון דיין ראשית צמיחת ציונותיכם, זענען געווען קריסטליכע גלחים פון ענגלאנד, די 'ניסים' פון די קיום פון מדינת ישראל (טראץ אלע אירע מלחמות) זענען די צענדליגע מיליאנען עוואנגעליקן אין אמעריקע וואס האלטן יאשקע פאר זייער גאט, און די אידישע איינוואוינער אין ארץ ישראל אלס די ציל פאר זייער ענטגילטיגער מיסיאן פראיעקט,

רוב מנין ורוב בנין פון די ארטאדאקסישע אידנטום האט נישט געזען אין ציוניזם קיין גאולה, און נישט אנגענומען די גרינדונג פון מדינת ישראל פאר אתחלתא דגאולה,

פארוואס דארפן 'מיר' נאכאמאל און נאכאמאל איבערווייזן אז ציוניזם/מדינת ישראל איז נישט קיין גאולה, ווען
משיח בן דוד איז נישט דא,
אליהו הנביא האט זיך נאך נישט באוויזן,
עס איז נאכנישט געשען תחיית המתים,
רוב רובו גדולי ישראל האבן נישט געזען קיין גאולה אין ציוניזם,
די גרויסע רוב יראי ה' היינט צוטאגס זעען נישט קיין גאולה אין מדינת ישראל,
די פאטער/נביא פון ציוניזם האט געהייראט א גויע, (אזוי אויך זיינע צוויי קינדער)
די פירער, פאליטיקאנטן, דעלעגאטן, שרייבער, דיכטער, דענקער, וכו' זענען געווען און זענען אידן וואס האבן נישט געהיטן און היטן נישט די תרי"ג מצוות,
אין איר פינף אין זעכציג יעריגער עקזיסטעץ האט מדינת ישראל נישט געזען קיין איין פרידליכע טאג,
מדינת ישראל איז די גרעסטער גורם פון שנאת ישראל אויף דער וועלט, צען פאכיג,
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ישראל קאפקע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

ישראל, ביטע בארואיג דיך און ליין איבער די גאנצע שמועס. איך האב געפרעגט על צד אז די ראשי המדינה טוען תשובה און ווערן שומרי תורה ומצוות, און מען מאכט שלום מיט די פאלעסטינער.
אדרבה, לאמיר הערן דיין מיינונג, אין דעם פאל וואס איך רעד וועלן רוב מנין בנין וקנין פון ארטאדאקסן מודה זיין אז דאס איז די גאולה שלימה און יעדער איד איז מחוייב ארויפצוגיין קיין ארץ ישראל און אויפבויען דעם בית המקדש? אויב נישט, ווען וועלן זיי יא מודה זיין?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יאיר, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

פארוואס דארפן 'מיר' נאכאמאל און נאכאמאל איבערווייזן אז ציוניזם/מדינת ישראל איז נישט קיין גאולה, ווען
משיח בן דוד איז נישט דא,
אליהו הנביא האט זיך נאך נישט באוויזן,
רוב יראי ה' זעען נישט קיין גאולה

ווייל מיר קלאפן זיך אן אין דברי ראשונים ואחרונים וואס זאגן אנדערש ווי דיין רעליגיע, און ס'איז פארהאן אתחלתא דגאולה'ס אן אליהו ומשיח.
פאר אן אנהייב זיי מיר מסביר די פאלגענדע רש"י :
רש"י מגילה י"ז עמוד ב'
אתחלתא דגאולה היא - ואע"ג דהאי גאולה לאו גאולה דגלות היא אלא שיגאלנו מן הצרות הבאות עלינו תמיד דהא ברכת קיבוץ ובנין ירושלים וצמח דוד יש לכל אחת ואחת ברכה לעצמה לבד מגאולה זו אפילו הכי כיון דשם גאולה עלה קבעוה בשביעית:
אין מיינע אויגן זאגט דא רש''י אז ס'קען הייסן אן אנהייב פון גאולה איידער קיבוץ ובנין ירושלים וצמיחת דוד. קענסט דאס אפשר פארענטפערן "קריכענדיג אויף ווענט" אבער דו קענסט נישט האבן קיין טענות אויף אידן וואס ווילן לערנען רש"י כפשוטו.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באשטעטיגט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 227
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 7:50 pm
האט שוין געלייקט: 574 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 138 מאל

שליחה דורך באשטעטיגט »

ישראל קאפקע האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:קודש, זייער א שיינע שלשידעס תורה, אבער דו האסט מיר קיין משהו נישט קלארער געמאכט. איך האב שוין דורכגעלערנט תנ"ך און מאמרי חז"ל איבער די גאולה, און אויך ויואל משה, און למעשה בין איך געבליבן צומישט ווי אזוי מיר דארפן וויסן ווען די גאולה איז דא לפי שיטת בעל ויואל משה. ממילא פרעג איך איבער, וואס דארף געשען אז מיר זאלן וויסן די גאולה איז דא? אמעריקאנער קריסטן זאלן זאגן די אידן זענען די עם הנבחר? אז אידן זאלן תשובה טון? מען זאל צוברעכן אלע עבודה זרות פון אינדיע? די פאלעסטינער זאלן אונז איבערגעבן ירושלים בחפץ לב?
איך האף דו פארשטייסט אז אזעלכע אומקלארע פראזן ווי "משרה זיין שכינתו בתחתונים" מאכן נישט קלארער דעם ענין.


דו ווארפסט סתם זאמד אין די אויגן, קריסטן אין אמעריקע זענען די גאנצע 'געטליכקייט' וואס ליגט אונטער מדינת ישראל,
די גרינדער פון ציוניזם, די פירער פון ציוניזם בשעתן געבורט פון מדינת ישראל, די ארגאניזירער פון דיין 'געטליכע ניסים' פון דיין 'קיבוץ גלויות,' די היינטיגע פירער פון דעם ציוניסטישן לאנד, זענען געווען און זענען עד היום הזה כופרים באלוקי ישראל, מחללי שבת בגאווה, אוכלי נבילה וטריפה,
אתחלתא דציונות זענען געווען אידן וואס האבן נישט געהאלטן קיין איין מצוה פון די תורה, געהייראט גויאישע פרויען, די התעוררות פון דיין ראשית צמיחת ציונותיכם, זענען געווען קריסטליכע גלחים פון ענגלאנד, די 'ניסים' פון די קיום פון מדינת ישראל (טראץ אלע אירע מלחמות) זענען די צענדליגע מיליאנען עוואנגעליקן אין אמעריקע וואס האלטן יאשקע פאר זייער גאט, און די אידישע איינוואוינער אין ארץ ישראל אלס די ציל פאר זייער ענטגילטיגער מיסיאן פראיעקט,

רוב מנין ורוב בנין פון די ארטאדאקסישע אידנטום האט נישט געזען אין ציוניזם קיין גאולה, און נישט אנגענומען די גרינדונג פון מדינת ישראל פאר אתחלתא דגאולה,

פארוואס דארפן 'מיר' נאכאמאל און נאכאמאל איבערווייזן אז ציוניזם/מדינת ישראל איז נישט קיין גאולה, ווען
משיח בן דוד איז נישט דא,
אליהו הנביא האט זיך נאך נישט באוויזן,
רוב יראי ה' זעען נישט קיין גאולה,
די פאטער/נביא פון ציוניזם האט געהייראט א גויע, (אזוי אויך זיינע צוויי קינדער)
אין איר די פינף אין זעכציג יעריגער עקזיסטעץ האט מדינת ישראל נישט געזען קיין איין פרידליכע טאג,


שאלה פשוטה
אלפיים שנה היה גזירה שישראל יהיה גלוים מארצם ועכשיו הקב"ה החזיר כמעט חצי כלל ישראל דאפילו את"ל שיש איסור לעשות ממשלה(וע"ז שייך בחירה)אבל לגור שם בוודאי מותר(וגם מצוה)
ומי עשה דבר זה אם לא הקב"ה מסבב כל הסיבות הטוב והמטיב שכבר התחיל להשיב בניו הביתה
(מי שאומר שבן גריון וחבריו החזיר כמעט חצי כלל ישראל לא למד חובת הלבבות שער הבטחון)
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1658
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 1449 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך היימישער ליטוואק »

[tag]קדש הילולים[/tag]
איז א חמור, און אפשר גאר א ווייסע דווקא, אויך מעכב אדער דו ביסט מסכים אז עס קען זיין א כשרע גאולה אפילו אן דעם חמור, און דאס איז בגדר מליצה בעלמא?
איז דא נאך זאכן וועלכע דו ביסט גרייט אנצוענעמן אז זיי זענן בדרך מליצה אדער ווייל אזוי האט מען אילוסטרירט בימי חזל וראשונים א גאולה, אבער זיי זענן לאו דווקא מעכב?
[tag]ישראל קאפקע[/tag] קען אויך ענטפערן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום היימישער ליטוואק, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
קדש הילולים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 199
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 6:14 pm
האט שוין געלייקט: 105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 88 מאל

שליחה דורך קדש הילולים »

מאטי האט געשריבן:איך שפיר באמת שלעכט פאר דיר, הרב קודש, אבער דער ד"ה פון רש"י איז "אתחלתא דגאולה" און רש"י איז מסביר וואס איז דאס "אתחלתא דגאולה". אלזא ענטפער מיר; פארוואס מעג רש"י זאגן אויף א געוויסע טיפ גאולה "בלי משיח" אתחלתא דגאולה און ער בלייבט א קדוש וטהור, ווייל זיין לעצטע נאמען איז נישט געווען קוק? אויב וואלט דאס געווען א שטיקל "אורות הקודש" וואלסטו דאס אויך אזוי שיין פארטייטשט?

והשנית דו קענסט פארטייטשן אין רש"י ווי אזוי ס'שמעקט דיר לויט דיין רעליגיע, אבער רש"י גייט ארויף אויף א שטיקל גמרא, וואס רעדט פון א "מלחמה פאר משיח וועט קומען", און די גמרא פרעגט אויב ס'איז "מלחמה" פארוואס רופט מען דאס "גאולה" ?אויף דעם ענטפערט די גמרא "אתחלתא דגאולה הוא" דאס הייסט; די מלחמה" - וואס גייט זיך ענדיגן מיטן קומען פון בן דוד, הייסט אן "אתחלתא דגאולה", און אויף דעם איז רש"י מסביר; אז כאטשיג ס'איז נאך נישט גאולה פונעם גלות, ווייל ס'איז נאך אינמיטן די מלחמה און בן דוד איז נאכנישט דא, דאך הייסט דאס אתחלתא דגאולה. ווייל די צרות זענען שוין נישטא.

אויף דיין ערשטע קשיא: כ׳האב דיר שוין געשריבן אז רש״י איז בכלל נישט מייחס דו גאולה צי די גאולה פון גלות, ווי רש״י שרייבט קלאר אז די גאנצע סיבה פארוואס ס׳איז בשביעית, איז ווייל ס׳האט ״אויך״ א שם גאולה, במילא וואס איז די פראבלעם צי עס אנרופען ״אתחלתא דגאולה״?? עס איז א התחלה פון א ישועה פון פטור ווערן פון צרות, במילא רופט ער עס ״אתחלתא דגאולה״.

און אויף דיין צווייטע קשיא, פרעגסטו דאך זייער גוט, דערובער האב איך דיר שוין פריער צוגעצייכענט, און כ׳וועל עס נאכאמאל מעתיק זיין די לשון פון רש״י דארט אין מס׳ סנהדרין, וואס ווי ס׳זעט אויס וויל טאקע רש״י באווארענען דיין קשיא, וויאזוי קען מען מלחמה האלטן פאר משיח קומט אונז אויסלייזן, וז״ל:
בששית קולות - יצאו קולות שבן דוד בא ל"א קולות מתקיעת שופר שנאמר יתקע בשופר גדול (ישעיהו כז):
במילא אז מ׳וועט שוין הערן משיח קומען וועט מען שוין מעגן מלחמה האלטן. (בד״א).

(איין קליינע זאך וואס איז מיר נאר שווער, פארוואס די קענסט פסקנן פון א הגדתא גמרא אנטקעגן א רמב״ם? מילא די סאטמארע יודן זיי מיינען דאך אז מ׳פסקנט הגדתא׳ס... אבער די???!!... די ווייסט דאך יא אז מ׳פסקנט נישט פון הגדתא????.....)
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

יאיר האט געשריבן:ישראל, ביטע בארואיג דיך און ליין איבער די גאנצע שמועס. איך האב געפרעגט על צד אז די ראשי המדינה טוען תשובה און ווערן שומרי תורה ומצוות, און מען מאכט שלום מיט די פאלעסטינער.
אדרבה, לאמיר הערן דיין מיינונג, אין דעם פאל וואס איך רעד וועלן רוב מנין בנין וקנין פון ארטאדאקסן מודה זיין אז דאס איז די גאולה שלימה און יעדער איד איז מחוייב ארויפצוגיין קיין ארץ ישראל און אויפבויען דעם בית המקדש? אויב נישט, ווען וועלן זיי יא מודה זיין?

איך בין אזוי רואיג אז איך האב מורא אויב איך בארואיג זיך אביסל מער הערט מיין הארץ אויף צו קלאפן, :נערוועז:
ביזט אויפן קאפ געפאלן? דו גייסט מיר געבן 'פאלן'? :קייןמושג:
וואס אויב בלומבערג ירום הודו דערקלערט זיך משיח? וואס גייסטו טון מיט זיין מידיע אימפעריע? וואס איז ווען אדעלסאן ווערט רעליגיעז און טענהט משיח, גייט זיין געמבלינג אימפעריע ווערן וואס?
אויב לוי לעווייעוו שטייט מארגן אויף משיחיזירט גייען זיינע דיאמאנטן און בניינים ווערן מצוות און בתי מקדש?
ביי מיר טראגט מדינת ישראל די זעלבע כאראקטער, עס איז א ענטיטעט וואס האט ביי מיר גארנישט מיט גאולה און משיח צו טון, בלומבערג=אדעלסאן=לעווייעוו=לפיד=בענעט=(היפאטעטיש) פייגלין (מאטי שכוח פארן דערמאנען, איך האב אים געמיינט)
ביזנעס אימפעריע=קאסינאס=דיאמאנטן=יש עתיד=בית יהודי=מדינת ישראל,
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום ישראל קאפקע, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

ישראל טייערער, מאכט דיך נישט תמ'וואטע. מ'פרעגט דיר א היכי תמצא אויב א פרומער איד - א שטייגער ווי ישראל אייכלער אדער משה פייגלין - ווערט ראש הממשלה, די אראבער באקומען וואס זיי ברויכן און זענען רעלאטיוו שטיל. די מדינה לאזט אפיציעל היטן תרי"ג מצוות אומגעשטערט, לאזט אפילו אויפבויען דעם ביהמ"ק, וואס וועט דיר מאכן האלטן אז ס'איז נישט גאולה?
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באשטעטיגט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 227
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 7:50 pm
האט שוין געלייקט: 574 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 138 מאל

שליחה דורך באשטעטיגט »

הניסים בכיבוש ירושלים

https://www.youtube.com/watch?v=YZYBUdzJuqI#t=3874
קדש הילולים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 199
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 6:14 pm
האט שוין געלייקט: 105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 88 מאל

שליחה דורך קדש הילולים »

פלאוויוס האט געשריבן:
קדש הילולים האט געשריבן:נישט אריינגייענדיג אין די איסורים און קולקולים ס׳זענען דא מיט א מדינה פאר ביאת המשיח, וויל איך אבער ארויסברענגען אז ס׳איז מיר בכלל נישט פארשטענדליך וואס ס׳איז אזוי צום הארצן די א״ג שיבת ציון.
פארוואס איז עס ביי דיר מער ווי אז יודן וואוינען אין אמעריקא?...


זיי מיר מוחל, אבער איך גלייב אז אזא שאלה וואלט נישט געקענט געפרעגט ווערן דורך א טראדיציאנעלן איד אין די לעצטע צוויי טויזנט יאר ביז צום אויפקום פון ציונות. דער אנטי-ציוניסטישער טרענד צווישן חרדישע אידן האט ווירקליך אפגעטרייסלט אידן פון ארץ-ישראל אויף אן אופן וואס מ'האט נישט געהערט ווען עס איז פריער אין אונזער היסטאריע, מחמת פחד אז מ'וועט אסאציאירן חיבת ציון מיט ציוניזם. ס'איז א שאד אז דו לאזסט זיך אריינפאלן אין דעם נסיון.

קיין למעשה'דיגע תשובה אויף דיין שאלה קען איך נישט געבן וויבאלד ס'איז טאקע אן ענין וואס איז תלוי אינעם געפיל. אויב דו פילסט נישט קיין חילוק צווישן דעם וואס אידן וואוינען אויף פרעמדער ערד און אידן וואס וואוינען אינעם לאנד פון אונזערע אבות, וואו יעדער טריט און יעדע ווינקל רעדט אויף אונזער אייגענעם מאמע לשון (הייסט דאס אויפ'ן לשון פון תנ"ך), דאן קען איך גארנישט זאגן. פאר מיינע אויגן זע איך מיינע געשוויסטער וועלכע קערן זיך אום צו דער מאמע'ס שויס, נאך אפאר טויזנט יאר פון וואלגערן זיך אין לענדער וואו "מיר האבן שטענדיג געפילט די פרעמדקייט", און דאס הארץ וואקסט מיר פון באגייסטערונג. אויב דו טיילסט נישט מיט מיר (און מיט נאך מיליאנען אידן) דאס געפיל, בלייבט מיר נאר צו ווייטאגן אויף דעם וואס א שטיק אידישקייט איז אוועקגעריסן געווארן פון אידישע הערצער (כאטש טאקע נאר א מינאריטעט) א דאנק דעם אנטי-ציוניזם.

מיין טרייסט איז אבער אודאי דאס אז דער ציוניזם האט צוריקגעברענגט אסאך מער אידן צום אידישן פאלק און צו אידישקייט, ווי דאס וואס דער אנטי-ציוניזם האט אוועקגענומען פון אידן. ובכן תהא בזאת נחמתנו.

א. מיין געפיל צום יודישן לאנד וועפט זייער שנעל אויס ווען איך ווייס אז היינט צו טאגס זענען מיר דארט מער פרעמד ווי אין אנדערע מדינות. ס׳שטייט דארט א ממשלה וואס דערצערנט דעם אויבערשטן יעדע רגע מיט איר עצם קיום. א ממשלה וואס איז מפיץ די כפירה פון ככל גוים בית ישראל, אז אנע תורה איז מען א יוד, און א ממשלה וואס האט אויף איר אגענדע צו שמד׳ן ערליכע יודן. ניין טאקע נישט חתונה האבן מיט א גויטע, ווייל דאס שטימט דאך נישט מיט די נאציאנאלע שטאלץ... אבער זנות מיט ״יודישע״ שיקסעס רח״ל איז יא אויף זייער אגענדע (מיטן גזירות גיוס), חילל שבת, טאקע נישט אפציעל ארבייטן, אויך מהא טעמא, ס׳איז נישט סימבאליש פאר די יודישע לאנד, אבער סתם חילל שבת איז דאך נישט קיין פראבלעם...אויך אויף זייער אגענדע אז מ׳דארף זען צי ״אויסמענטשלין״ די ערליכע יודן(זיי זאלן טאקע ווערן ״אויס-מענטש״...) (פארגעסט נישט, זיי מאכן בעלי תשובה...)

במילא וויבאלד יודן האבן א שעובד צי די תורה, אן תורה איז מען נישט קיין יוד, אבער צי ארץ ישראל איז נישטא א שעובד, אן ארץ ישראל איז מען אויכעט א יוד, במילא איז מיר ווייט נישט קיין פארגענוגן די א״ג ״שיבת ציון״.

וועגן די מערערע יודן וואס די מדינה האט געמאכט, בין איך בכלל נישט באקאנט... אפשר מיינסטו די שפאנישע גוים וואס קומען ארויף אין לאנד, און במילא וויבאלד זיי ווערן מד״י בירגער זענען זיי שוין יודן....
איך ווייס פון זייער אסאך יודן, וואס לויט זיי הייסן זיי נאך אלס יודן(אפשר לויט דיר אויך), אבער לויטן שלחן ערוך האבן זיי א דין ווי גוים(מנסך וויין, נישט נאמן לעידית, וכו׳). וואס מד״י איז שילדיג אין זייער שמד.
באשטעטיגט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 227
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 7:50 pm
האט שוין געלייקט: 574 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 138 מאל

שליחה דורך באשטעטיגט »

אתה פשוט לא יודע המציאות שם
(יש מיעוטא שהם כמו שכתבת וצריכום ללחום עמם עד שיכנע לגמרי)
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

סתם פאר נייגעריגקייט

שליחה דורך ישראל קאפקע »

@מאטי @יאיר @באשטעטיגט @פלאוויוס
ס'איז נישט נוגע צו שמועס, אבער איך האב ליב צו פארשטיין פון וואו מענטשן קומען, פארוואס האלטן זיי וואס זיי האלטן,
וואו וואוינט איר, וואס איר באטראכט זיך אידעאלאגיש, קולטורעל, וויאזוי זענט איר געווארן אויפגעצויגן, וכו'
נישט קיין פונקטליכע פרטים (מאנסי, ליכוד, סלאנים, חתן סופר בארא פארק, וכו') נאר אין דזשענערל, (ארץ ישראל, בית יהודי, פויליש חסידיש, אגודת ישראל-בחירות)

ישראל קאפקע, ברוקלין, פאליטיש און סאטמאר אנטי ציוניסט, אוקראיניש חסידיש, אומפארטייאיש,
קדש הילולים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 199
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 6:14 pm
האט שוין געלייקט: 105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 88 מאל

שליחה דורך קדש הילולים »

יאיר האט געשריבן:קודש, זייער א שיינע שלשידעס תורה, אבער דו האסט מיר קיין משהו נישט קלארער געמאכט. איך האב שוין דורכגעלערנט תנ"ך און מאמרי חז"ל איבער די גאולה, און אויך ויואל משה, און למעשה בין איך געבליבן צומישט ווי אזוי מיר דארפן וויסן ווען די גאולה איז דא לפי שיטת בעל ויואל משה. ממילא פרעג איך איבער, וואס דארף געשען אז מיר זאלן וויסן די גאולה איז דא? אמעריקאנער קריסטן זאלן זאגן די אידן זענען די עם הנבחר? אז אידן זאלן תשובה טון? מען זאל צוברעכן אלע עבודה זרות פון אינדיע? די פאלעסטינער זאלן אונז איבערגעבן ירושלים בחפץ לב?
איך האף דו פארשטייסט אז אזעלכע אומקלארע פראזן ווי "משרה זיין שכינתו בתחתונים" מאכן נישט קלארער דעם ענין.

וואס הייסט וואס ס׳דארף געשען?!

ס׳דארף זיך צוזמנעמען די אמעריקאנע גוים, אויפשטעלן א רעגורינג, און ס׳וועט זיין א גאולה!!

איי, וואס האב מיר אונז מיטן אמעריקאנעם גוי???

איי, וואס האב מיר אונז מיטן ציוניסטישע רשעים???

וואס זענען כופרים בביאת המשיח.

וואס האלטן אז מאיז א ״שטאלצער יוד״ אן היטן די תורה, עפ״ל.

וואס ווילן נאר זען די ביסל ערליכע יודן וואס זענעו נאך דא, אויך אויסגעשמדט, רח״ל היל״ת.

פארוואס ״פארשטייסטו״ אזוי גוט וואס ס׳הייסט א גאולה?! ווייל די ביסט נעבעך פארקויפט און פארשיכרט צי די ציוניסטישע כפירה??!!
קדש הילולים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 199
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 6:14 pm
האט שוין געלייקט: 105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 88 מאל

שליחה דורך קדש הילולים »

באשטעטיגט האט געשריבן:אתה פשוט לא יודע המציאות שם
(יש מיעוטא שהם כמו שכתבת וצריכום ללחום עמם עד שיכנע לגמרי)

וואספארע מציאות ווייס איך נישט?

אז די מדינה האט ״נישט״ פאר א ציל צי מחטיא זיין ערליכע יודן?!

אז די מדינה האט ״יא״ א פראבלעם מיט זנות?!

אז די מדינה האט ״נישט״ אפגעשמדט מיליאנען?!

אז די מדינה האט ״יא״ צוריק געברענגט אסאך יודן צי יודישקייט(לייען: שותו״מ)?!

זאג קלאר מיט וועליכע מציאות כ׳בין ״נישט״ קלאר. אדרבה, קלאר מיך אויס.
קדש הילולים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 199
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 6:14 pm
האט שוין געלייקט: 105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 88 מאל

שליחה דורך קדש הילולים »

יאיר האט געשריבן:
קדש הילולים האט געשריבן:
פלאוויוס האט געשריבן:[tag]קדש הילולים[/tag] זייער שיין ארויסגעברענגט (איך מיין דערמיט דיין פריערדיגע לענגערע רעאקציע).

פערזענליך גלייב איך אז די יעצטיגע שיבת ציון איז אויך א נחמה פאר אידן, כאטש מ'האלט נאך ווייט פון דער גאולה שלימה (בפרט נאך פונעם אלוועלטליכן סאציאלן תיקון, ווי פארגעזאגט דורך ישעיה הנביא), דאך איז מיר שטארק צום הארצן צו ליינען ווי שיין דו האסט ארויסגעשריבן דיינע געדאנקען. און ווי געזאגט, זענען מיר אלע סיי ווי איינשטימיג אז די ענדגילטיגע וויזיע איז דאס וואס דו האסט פארגעשריבן. אונזער מחלוקת איז נאר לגבי דעם וועג ביז אהין.

נישט אריינגייענדיג אין די איסורים און קולקולים ס׳זענען דא מיט א מדינה פאר ביאת המשיח, וויל איך אבער ארויסברענגען אז ס׳איז מיר בכלל נישט פארשטענדליך וואס ס׳איז אזוי צום הארצן די א״ג שיבת ציון.
פארוואס איז עס ביי דיר מער ווי אז יודן וואוינען אין אמעריקא?...

ווייל מען איז מקיים מצוות ישוב ארץ ישראל, און דעם מאמר חז"ל כל הדר בחוץ לארץ דומה למי שאין לו אלוה.
סארי, כ'האב פארגעסן דער צמח ה' לצבי זאגט אז ארץ ישראל איז שוין אוועקגעפארן, מסתם האט עס געלאנדעט אויף 550 בעדפארד עוועניו.

האסט נישט פארשטאנען וואס כ׳האב געפרעגט.
פארוואס איז ער אזוי ווארעם צו דעם??
נישט וועגן עפעס א מצוה וואס לויט רוב ראשונים גייט עס בכלל נישט אן, איז ער אזוי ווארעם דערצו, נאר וועגן ער רעדט זיך נעבעך איין אז דאס האט עפעס מיט יודישקייט צוטון...
קדש הילולים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 199
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 6:14 pm
האט שוין געלייקט: 105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 88 מאל

שליחה דורך קדש הילולים »

יאיר האט געשריבן:
באשטעטיגט האט געשריבן:גאולה שלימה זיכער נישט
בנין הבית , סנהדרין ,קיבוץ נדחי ישראל(כולל הסטמורים 8-))
משיח מלך ישראל(בקיצור כל מה שמתפללים שלש פעמים ביום)

אבער קיבוץ גליות האט זיך שוין אנגעפאנגען (www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=225249#p225249)
און א רוח פון תשובה הערשט און א"י
[אין נאך א ביסל גייט זיין א ראש ממשלה שומר תורה ומצוות בע"ה]

אנטשילדיגט איך בין נישט דוגל בשיטת ויואל משה(אבל למדתי רובו)

איך וויל מעורר זיין אן אינטערעסאנטע נקודה. לכאורה פונקט ווי ביי יעדע מצוה, איז דא דער כח הבחירה ביי יעדן איד צו אנטייל נעמען אין די גאולה שלימה. אויב למשל משיח קומט, און א מנין אידן אין וויליאמסבורג אדער קראון הייטס פאר'עקשנ'ען זיך אז די גאולה איז נאכנישט דא, און זיי ווילן נישט פארן קיין ארץ ישראל. צו וועט מען זאגן אז קיבוץ נדחי ישראל איז נאכנישט מקויים געווארן וויבאלד א מנין פאר'עקשנ'טע אידן ווילן בלייבן אין ראדני אדער 770? אדער זאגט מען אז ניין, אויב דער רוב הניכר פון כלל ישראל אנערקענט אין די גאולה שלימה, איז פארהאן א כח הבחירה ביי יעדן איד ארויסצופאלן דערפון און נישט אנטייל נעמען, און דאס איז נישט משפיע קיין כי הוא זה אויף די עצם גאולה.

וואס איז בכלל דיין שאלה?! ס׳איז דען א פראגע אז אויב משיח קומט, און ביבי נתניהו וועט נישט גלייבן אין אים וועט עפעס משיח ווייניגער ווערן וועגן דעם??!! אדרבה!! ס׳שטייט גאר אז די ערב רב וועלן זיך צושטעלן צו די וואס וועלן לוחם זיין מיטן מלך המשיח...
פארשפארט