לך בשלום, אלכסנדר, תנוח בשלום על משכבך

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

ביי אונז פלעגט מען שמועסן אז די וואס כאפן נישט די ישיבשע עמקות זעצן זיך ארויף אויפן חזו'א...
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

כוכב האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:איידער מען קריגט זיך ארום וועלכע ישיבה גיבט ארויס בעסערע למדנים, זאל מען קודם עסטאבלישן וואס באדייט א למדן. איז א למדן איינער וואס קען פופצן בלאט פון ש"ס פלוס די באקאנטע סברות פון ר' חיים, שערי יושר און קובץ שיעורים, און אין צוגאב קען ער דערגיין די סברא פון יעדע פאלשע אדער אמת'ע קוועטש אין רשב"א? איינער וואס קען ש"ס גמרא רש"י בעל פה? איינער וואס קען הלכות שבת און בשר בחלב מיט פרי מגדים'ס?


דן ווייסט טאקע נישט דעם חילוק צווישן אן עמקן און א חמור נושא ספרים אדער דו מאכסטעך טעמיש.
עס איז די בערך זעלבע חילוק פון יאיר ביז דער (פינטעל) איד. ;)

עס זענען דא אזויפיל מיני עמקנים. ביי דעם סאטמארן איד איז עס א שיינע קרעפל פשט'ל און א פרי מגדים סטיל לערנער, ביי א ליטוואק איז עס איינער וואס קען זאגן די מערסטע פאני גדר אויף דער חילוק צווישן שברים און תרועה. מיט פינף הונדערט יאר צוריק האט א עמקן און למדן געהייסן איינער וואס קען נאכזאגן א חילוק און מאכן א פארפלאנטערטע לשיטתיה. און מיט פופצן הונדערט יאר צוריק האט א געלונגענער למדן געהייסן איינער וואס קען מחדש זיין א קנאקעדיגע חסורי מחסרא ווען צוויי משנה'ס שטימען נישט.
האדם לא נברא אלא להתענג
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 819
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 10:32 pm
האט שוין געלייקט: 434 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 733 מאל

שליחה דורך יתרו »

כוכב האט געשריבן:ביי אונז פלעגט מען שמועסן אז די וואס כאפן נישט די ישיבשע עמקות זעצן זיך ארויף אויפן חזו'א...

אדער דער וואס איז נישט סובל סברות וואס זעצן זיך נישט אריין און קיין לשונות, אין שטימן נישט אין קיין חשבונות און די סוגיא, און ועל כולם וואס זענען ווייט כרחוק מזרח ממערב פון וואס דער ראשון אדער אחרון האט געמיינט.
לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך שרייבער »

יתרו האט געשריבן:
שרייבער האט געשריבן:
יתרו האט געשריבן:נאר אפלערנען א מחלוקת קצות און נתיבות זיך דערגרונטעווען צו דעם שפיץ המחלוקת וואס איז געווענליך תלוי און א לומדישע הגדרה. אדער אפי' א לומדות פון א ש"ך און א מג"א, מער מפורש: איך מיין חזו"א סטייל.

געב מיר א בעסערע הגדרה, ווייל די תורה איז נישט געגעבן געווארן בזמנו פונעם חזון איש, און ס'איז געווען למדנים בעפאר אויך

איך בין נישט אזא למדן, צו קענען צונעמען דיינע ווערטער, אבער א בלאט לערנער מיט בעסיק מפרשים מהרש"א פני יהושע מהר"ם שיף איז אויך א תלמיד חכם אפילו ער דערגרונטעוועט זיך נישט צו די שפיץ פון די מחלוקה, ס'איז יתכן אז די נקודה וואס דו רעדסט האבן אנדערע אנגערופן סברות כרסיות

און אנדערע ווערטער זאגסטו אז חזון איש איז מלא סברות כריסיות. קען זען אז ביזט גערעכט. למעשה האט זיך תורה עוואלוואד און די מהלך ביי רוב ענענסטע לערענער היינט איז דער חזון איש צוגאנג נישט חת"ם סופר און פני יהושע'ס סארי פאר די דיסעפוינטמענט.

כ'האב נישט געזאגט אז חזון איש איז סברות כרסיות, איך האב נאך אין מיין לעבן נישט געלערנט חזון איש, אבער איז חזון איש נישט חתם סופר און פני יהושע, מיינט נאך נישט אז איינער וואס קען נישט מאכן חלוקות ווי חזון איש סטייל איז נישט קיין תלמיד חכם, וכאמור, די תורה איז געגעבן געווארן פארן חזון איש
יאסל ראקאווער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 635
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל

שליחה דורך יאסל ראקאווער »

ס'איז מיין מיינונג אז די טיפע טיפע תורות און הערליכע סברות וואס איך האב ג'לערנט אין די עליטע ישיבות זענען בערך אזוי אמת לאמיתה של תורה ווי די קוועטשערייען אין די משנה ברורה וואס איך האב געהערט און מיין ליטווישע כולל. מ'קען עס אפילו נישט אנרופען טעאריע. ס'איז אפשר ארטיסטיש און געוואלדיג שיין אבער ממש שקר מיסודו.

ס'האט נישט קיין שום פשט זיך איינצוטענען מיט ניקס וואס אמתדיג גלייבען אז בני תורה וואס לערנען ללמוד על מנת לעשות, לאמיר זאגן טאקע נישט אויף די דרגה פון א חזון איש, אבער ספענט גאנצע זמנים מעמיק זיין אויף שטיקער מחצית השקל, לעמקו של הלכה און זענען זיך מסדר זייערע לימודים כשלחן עורך, הלכה למעשה, נישט א האדזש-פאדזש פון תורהלעך, אז זיי זענען כחמור נושא כלים. ווי מ'רעדט פון תהלים יידן.

ענטץ זענטץ אזוי סעלף עבזארבד, נישטא וועם צו רעדן צו. קיינער איז נישט אינדערהיים.

ווי זאגט דוד סאנדיק פון דרייצען עוועניו;
"Nebech I know what I'm talking about"
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

צו דער וואס האט מחדש געווען אז הרב זילבער איז דער איינציגסטער פוסק אין מאנסי וואס קען טיף דורכטון א נייע שאלה:
איך בין מוחה אויפן כבוד פון הגאונים רח"פ שנעעבאלג רמ"מ ווייסמאנדל ר"מ פישער ר"מ קעסלער ר"ל לאננדעסמאן ר"י טויבער ועוד. קוק נאך זייערע תשובות אין זייערע ספרים און אין ירחונים.
שיעור פארגעסן: רא"ב ראזענבערג …
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך וויל פאר א מינוט קיקן איופן קרית יואל'ן ישיבה די טראנספארמאציע וואס עס איז דורך זייט די מ' יארן ביז יעצט יעדער וויסט וואס דארט איז פארגעקימן אין די מ'יארן אין ווער נישט קען הערן די דרשות וואס ר' אהרן האט געדאפט זאגן צי ווארענען זיינע מענטשן פשוט צי היטן די טעכטער פין זיינע בחורים פין די טריפהנע אויגן די שרעקליכע זאכן וואס קימן פאר אויפן שארט קאט די צעטעלעך אינעם וויבער שול וכו' וכו' לויט ווי עס זעט זיך אויס איז די פראבלעם רעדוצירט געווארן גאר שטארק לכאורה מיט א 70 80 פראצענט אוודאי איז דא אנדערע פראבלעמען אבער דאס איז רעדוצירט געווארן
וואס איז פשט? יעדער קען זאגעןביאורים כפי הנרעה לו אבער הנראה לדעתי אז דאב איז א דירעקטע תוצאה פין אלעקסאנדער אין די גאנצע 'גיטע ישובות' סינדראם
ווייל ביז א 10 20 יאר ציריק איז א ישיבה פשוט געווען נאך א סטאנציע אויפן וועג וואס יעדע מאנספערזאן ביים ציבור החרדי האט געדארפט דורך מאכן יעדער איז אריינגאגאנגן עס איז כמעט נישט געווען אזא זאך ווי ארויסווארפן א בחור (חוץ פאר פאליטישע סיבות כמובן) ממילא האט א בחור מער וויניגער נישט געהאט באמת פין וואס מורא צי האבן האט ער געטין כל מה שליבו חפץ אין פין דעם איז געווארן ז א ישיבה איז פשוט א אנשטאלט ווי מען האלט דעם ווילדן בריאה 'בחור' פרעגטס יעדען עלטערן באטשי וועט ער אייך זעגן א ישיבה אז א 'זו' פאר דעם חיה רעה ודר בישיבה

איז אבער געקימן אלעקסאנדר וכת דיליה אין אינדארסירט פארן ציבור א נייע איידיע א 'גיטע ישיבה' ווי נישט יעדער קען לערנען וכו' וכו' מיט די יארן איז דאס געווערן מער אין מער איינגעגעסן ביים ציבור אין יעדער האט שוין געדארפט האבן דעם גיטן ישיבה האט זיך אנגעהיובן די מציאות אז נישט יעדען נעמט מען אן אין ווער עס איז נישט וואויל פליט פין ישיבה האט דער בחור אנגעהויבן באקימן א פחד אין קען זיך מער נישט אויפפירן ווי סתם א חיה רעה
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

ממה נפשך, דער גוטער בחור דארף נישט קיין פחד פון פליען, ער איז דאך ממילא א מצויין וואס זיצט און לערנט; ווידעראום דער טראבל מעיקער וועט נאר פראדוצירן ערגערע צרות זייענדיג אינדרויסן פון ישיבה.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל

שליחה דורך דריידל »

די האקסט א טשייניק דא אויסגעמישט מיט שטותים, הבלים און דמיונות. אזויווי יעדע גרויסע ישיבה, זענען אלץ געווען דארט שקצים און אויך עד היום הזה. ווילאנג מלכות סאטמאר איז געווען בתוקפו האט מען זיך נישט צוטון געמאכט פון וואס דער אדער יענער זאגט. מ'איז געווען צופרידן אז ביים כ"ו אב סעודה קען מען פראקלאמירן אז אונז האמיר די מעכטיגסטע ישיבה און אז ביי אונז קלאפט מען צען טויזענט אייער א טאג!

שפעטער, אין די מיטעלע נ' יארן האט זיך אנגעהויבן קאמפעטישאן ווען בארא פארק האט געעפענט אן אייגענע ישיבה (דעמאלטס איז געווען די דרשה הידוע פון מהר"א) אין אפאר יאר שפעטער האט זיך געעפנט קווינס ישיבה. זייער אסאך עלטערן ובתוכם ארונים האבן מער נישט געוואלט אהין שיקן די קינדער. דעמאלטס זענען זיי געווען אין א פארלעגענהייט און באשלאסן אז כדי צו ראטעווען די ישיבה וואס איז פוחת והולך דארף מען מאכן דראסטישע שינויים (דעמאלטס איז געקומען די דרשה וועגן כמות/איכות).

עכ"פ, מיט אלכסנדר האט עס גארנישט געהאט.

בד"וו, אלכסנדר האט נישט געהאט קיין ישיבה גדולה ביז 10 - 15 יאר צוריק.
פארדריי די דיר דיין קאפ
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

דריידל האט געשריבן:די האקסט א טשייניק דא אויסגעמישט מיט שטותים, הבלים און דמיונות.
בד"וו, אלכסנדר האט נישט געהאט קיין ישיבה גדולה ביז 10 - 15 יאר צוריק.

די האקסט א טשייניק דא אויסגעמישט מיט שטותים, הבלים און דמיונות.
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שמעקעדיג האט געשריבן:ממה נפשך, דער גוטער בחור דארף נישט קיין פחד פון פליען, ער איז דאך ממילא א מצויין וואס זיצט און לערנט; ווידעראום דער טראבל מעיקער וועט נאר פראדוצירן ערגערע צרות זייענדיג אינדרויסן פון ישיבה.


כוונתי היה לומר עס איז דא א גרויסע פראצענט טראבל מעקערס וואס האלטן זיך ציריק פין מאכן טראבל ציליבן פחד פין פליען
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

לית דין בר נש האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:די האקסט א טשייניק דא אויסגעמישט מיט שטותים, הבלים און דמיונות.
בד"וו, אלכסנדר האט נישט געהאט קיין ישיבה גדולה ביז 10 - 15 יאר צוריק.

די האקסט א טשייניק דא אויסגעמישט מיט שטותים, הבלים און דמיונות.

אלעקסאנדער שטייט שוין איבער 25 יאר
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל

שליחה דורך דריידל »

נישט ישיבה גדולה. ווילאנג ר' ליב גורעליק איז דארט געווען פלעגט זיך די כיתה צעפאלן נאך די פערדע יאר.
פארדריי די דיר דיין קאפ
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

די פערדע יאר איז ישיבה גדולה
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דריידל האט געשריבן:נישט ישיבה גדולה. ווילאנג ר' ליב גורעליק איז דארט געווען פלעגט זיך די כיתה צעפאלן נאך די פערדע יאר.
[
לית דין בר נש האט געשריבן:די פערדע יאר איז ישיבה גדולה

וואס איז א נפק''מ איך האב געזאגט אז די טויש איז געקימן מכח ווייל עס איז אריינגעקימן ט נייע איידיע ביים ציבור אז מען דארף האבן א 'גיטע ישיבה ' וואס א נפק''מ צי אלעקסאנדער האט יא אדער נישט געהאט א ישיבה גדולה
פארשפארט