ונבנתה, דאכט זיך אז מ׳קען אפשר זאגן ״הפילוסופיה הארורה הטעתו.״
באמת איז גאנץ פשוט ווען מ׳הייבט אן פונ׳ם אלף: וואס הייסט דאס מעגליכקייט (טשאנס)? טשאנס הייסט אזוי: מ׳רעכנט צוזאם אלע וועגן וואס קענען מעגליך צוברענגען דעם ריאליטעט וואס מזעט פאר זיך, און מ׳רעכנט אויס און וויפיל פון די וועגן איז עפעס א פאקט אמת. דאס איז דער טשאנס פונ׳ם פאקט.
למשל, איינער שפילט דעם שפיל ניין מאל און קיינער עפענט נישט קיין טיר; דהיינו, ער זעט נאך אלץ דריי פארמאכטע טירן. איז דאך גאנץ פשוט אז און (בערך) דריי פון די ניין מאל וועט די פרייז זיין אונטער זיין טיר, און זעקס פון ניין מאל וועט עס זיין אונטער די אנדערע טירן. די טשאנס איז א דריטל פאר זיין טיר.
וואס איז אבער אויב אן אנדערער עפענט א ליידיגן טיר (בכוונה) נאכדעם וואס ער האט אויסגעקליבן א טיר? אויב מ׳שפילט די שפיל ניין מאל, וועט אויסקומען אזוי: אין דריי פון די ניין מאל וועט די פרייז זיין אונטער זיין טיר, און זעקס פון די ניין מאל וועט עס זיין אונטער די אנדערע פארמאכטע טיר (דוק ותשכח). ממילא, ווען מטרעפט זיך און אזא ריאליטעט, איז טוישן די טיר א בעסערע טשאנס. (זעקס פון ניין מאל, דהיינו צוויי דריטל.)
וואס איז אבער אויב א מן דהוא עפענט אן אנדערע ליידיגע טיר שלא בכוונה? דעמאלטס איז אזוי: אויב מ׳שפילט די שפיל ניין מאל, וועט און דריי פין די ניין מאל אויסקומען אז די אפענע טיר וואס יענער האט געעפנט שלא בכוונה וועט האבן די פרייז! בלייבט איבער נאר זעקס פון ניין מאל וואס איז בכלל מעגליך אנצוקומען צו דעם פאקט אשר עינינו רואות. אין דריי פון די זעקס וועט די פרייז זיין אונטער די ערשטע טיר, איו די אנדערע דריי וועט עס זיין אונטער די צווייטע טיר. די טשאנס איז א האלב (דריי פון זעקס).
די מכה בפטיש איז וואס כ׳האב דערמאנט אין אנהויב. וויפיל וועגן איז דא אנצוקומען צו דעם ריאליטעט וואס מ׳זעט (צוויי פארמאכטע טירן אין איין אפענע טיר אנעם פרייז)? אונ׳ם ערשטן פאל (אויב שפילט מען ניין מאל למשל) איז דא ניין אנדערע אופנים אנצוקומען צי דעם ריאליטעט וואס מזעט, אין און זעקס פון די ניין וועט די פרייז זיין אונטער די אנדערע טיר. אונ׳ם צווייטן פאל, ווען די אפענע טיר איז א דבר שאינו מתכוון, איז נאר דא זעקס אופנים (אויב שפילט מען ניין מאל) אנצוקומען צו דעם ריאליטעט וואס מ׳זעט, אין און דריי פון די זעקס וועט די פרייז זיין אונטער די אנדערע טיר.
ופשוט הוא. א גמר חתימה טובה.