עס איז אינמיטן א האלאקאוסט!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

איך ברענג ארויף דעם אשכול, צוליב א שטיקל טויש אין דעם האלעקאסט; אדער בעסער געזאגט: צוליב א קאנטער-האלעקאסט. אייסיס, פירט דורך מאסן שחיטות מיט א שרעקליכן בארבאריזם; מאנכע, הויפטזעכליך רוסלאנד, האבן שוין געשריגן בעפאר, אז ס'איז נישט אסאד, אויף וועמען די וועלט זאל עפענען א געיעג צו באקעמפן, נאר בוחר זיין הרע במיעוטו, און דערפאר, דערלאזן זיינע שונאים - - ליבערשט פיינט פאר דער אינטערנאצינאלער געמיינדע - -  צו זיין די וועלכע פאלן ערשט אונטער דער שווערד, און דערנאך צילן די פיילן קעגן דעם דאמאסטישן סאדיסט.

דאס אוודאי, טוט נישט מינימוזירן די שענדליכע רציחה פון דעם אסאד רב הטבחים. אבער טוט דעמאנסטרירן, דאס אז סענטימענטן קענען נישט זיין די שליסלען, מיט וואס צו דרייען די קליאמקע פון א גלאבאלער מלחמה. ס'געפינען זיך דארט אוודאי סעקולערע מענטשן, און זיי לעכצן נאך דעמאקראטיע. פאר מענטשן פון דער מערב וועלט, ברויך באנג טאן די פיין און ענגשאפט, וואס דיקטאטארישקייט ברענגט פאר פילע הומאן-ביאינגס ארום דער גארער וועלט. אין א געוויסן זין, איז בכלל נישט עטיש, און אפילו אומגערעכט, צו פאסן מיינונגען, איבער אנגעלעגנהייטן בנוגע דעמאקראטיע, וועלכע אפעקטירט זיי, און בלויז זיי.

 
למעשה אבער, אויב וויל מען רעדן פון אינטערנאצינאלער הילף, אין פארעם פון מיליטערישע אונטערנעמונגען, ברויך מען דן זיין, ווער ס'איז the better of the two evils, און ארבעטן מיט מח, צו דערשטיקן דאס געפיל. געפיל, וואס קען עווענטועל פירן צו זיך איינשאפן בלויז מער, און שטערקערע געפיל, און שלאגן כפרות מיט די אייגענע געוויסן.
קיין חילוק וויאזוי, איז נישט פארהאן סיי וואספארא בארעכטיגונג צו פארגאזן קליינע קינדער שלא טעמו טעם חטא. מ'רעדט אבער כלפי דער אונטערנעמונג פון "שריט".

דער אמת איז: וועלכער נארמאלער מענטש זאל נישט זיין צעמישט. ס'שפילט זיך אפ מער ווי איין האלעקאסט. און אונטער דעם מעסער פון יעדער טייוולאנישער אידעלאגיע, סוב-איש על דגלו, באותות לבית אבותם, זענען שוין צענדליגער אומשולדיגע מענטשן הינריכטעט געווארן, דורך גרויליגע מיתות משונות ואכזריות. און אלץ אין נאמען פון רעליגיע, וועלכע ראנגלט מיט טיראניע, איבער דעם קאנטראל אויף דער בלוט-באד.

איך, בתוך פילע אנדערע, ווייסט נישט גענוי וועלכע סטראטעגיע די וועלט פירער זאלן אונטערנעמען. איך ווייס נישט, און איך דארף נישט צו וויסן. אבער ווי פאר יעדן רעכטדענקענדן מענטש, בלוטיגט מיר אין הארצן, צו זען אין וואספארא סיטואציע א דור, וואס טוט אנגעבליך סימבאליזירן פרידן, גלייכבארעכטיגקייט און ציוויליזאציע, האט זיך דערקייקלט. ס'איז אוממעגליך פאר דעם מענטשליכן פארשטאנד, גענצליך צו איגנארירן דאס געפיל. אבער א חכם הרואה את הנולד, ברויך ארבעטן מיט שכל, און זיכער מאכן אז טיראניע, טעראר און גענאציד, פון בימים ההם, ווערן נישט פראקטיצירט אין דער ווירקליכקייט, בזמן הזה. ווער איז אבער שלעכט, און ווער ערגער, דאס דארפן קלוגערע מענטשן מחליט זיין, און לאמיר האפן אז זיי וועלן.

איך צי נישט מסקנות, קוים וואס איך טו מיך דערגרינטעווען צו די ה"א. אבער ווען אזויפיל געשענישן האבן זיך שוין געדרייט ארום סיריע, זינט דער עפענונג פון דעם אשכול, איז כדאי אויפצופרישן דאס געמיט, וואס האט פונקט א יאר צוריק פון יעצט דא געהערשט, און אדרבה, ישמע חכם ויוסיף לקח.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אין אנדערע ווערטער, מען האט זיך געזאלט לערנען א לקח פון סאדאם כוסעין.
עס איז א פחד און א ווייטאג צוריקקוקנדיג אויף די היסטאריע וויפיל פעלקער אמעריקע האט שוין געהאלפן, פאר זיי דעליווערד - און טרענירט צו נוצן - די סאמע בעסטע וואפענס אקעגן זייערע שעדליכע פיינט; און שפעטער האבן די רוצחים אויסגעדרייעט די זעלביגע וואפן צו אמעריקע זעלבסט, און געביסן די האנט וואס האט זיי געפיטערט.

א בחינה פון אוי לי מיצרי ואוי לי מיוצרי.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

איך זעה יעצט אז אנהייב אשכול האט בדחן (ע"ה) געענטפערט בטוב טעם ודעת זייער ענליך, וז"ל:

בדחן האט געשריבן:ווייל די פייטער אין סיריע זענענן על קיידע און אנדערע דשיהאד'ניקעס,

מען קען נישט מיט איין האנט הרג'נן אמעריקאנער און די אנדערע האנט אויסשטרעקן פאר הילף פון זיי דעם וועם זיי האבן נעכטען געהרגט, עס ארבייט נישט אזוי.
זיי האבן געהרגט אומשולדיגע אמעריקאנער ביים אראפ ברענגן די טווין טאוערס, זיי האבן געהרגט אומשודליגע מענטשן און דיריע, איראק, תימן, אמעריקע, פראנקרייך, רוסלאנד, און נאך פלעצער איבער די וועלט, יעצט עסן זיי די זעלבע זאך וואס זיי האבן אונז געגעבן צו עסן..... זטלען זיי עס עסן מיט אפעטיט.. און ביידע זייטען זאלען האבן הצלחה.

זאלען זיי אנצינען די טעיפ פון די מוזיק וואס האט געשפילט ווען דריי טויזענט אומשולדיגע מענטשן זענענן געהרגט געווארען אין די טווין טאוערס,
וירח ה' את ריח הניחוח
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »


נארוואס געזען דעם ווידיאו און ס'האט מיר אויפגעשאקעלט ביזן דם התמצית! איככה אוכל וראיתי בקרבנות שר הטבחים, היכן היינו בשעת טביחת ילדים חפים מפשע? איך נעלים את חרפתינו בראותינו שואה עובר על עם נדכא ונשפל ואנחנו יושבים איש תחת גפנו ותאינתו? וויאזוי קענען מיר צוקוקען צום בלוט פארגיסונג און גארנישט טוהן? שוין, מארגן גייט מען שוין פארגעסן, דאס לעבן גייט ווייטער אן, און גארנישט...
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 594 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 796 מאל

שליחה דורך אחד העם »

אז בהלוכי, דרכי אושביץ הארורה
חטאת אנוש, ראת עיני בדומיה
דיבר בליבי, קול דממה דקה

האם עזבו, את דרכם השובבה
עוד באבלי, על עמי האבודה
מתאבל אני, על עוד שואה
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אחד העם האט געשריבן:אז בהלוכי, דרכי אושביץ הארורה
חטאת אנוש, ראת עיני בדומיה
דיבר בליבי, קול דממה דקה

האם עזבו, את דרכם השובבה
עוד באבלי, על עמי האבודה
מתאבל אני, על עוד שואה

אתה מחבר פיוטים ושירים יפים לאורי
בדיוק כמו אחד העם המקורי

אבל, תעשה טובה לעם היושב בציון בלי מורא
אל תדבר על עוד שואה שתוצואותיה איום ונורא.
:? 8-) :lol: :roll: :roll: :roll: :roll: :x :P :oops: :oops: :oops: :( :cry: ;) :o
פארשפארט