[justify]עס רודערט זיך און מיר, מיין גייסט שטורעמט עפעס נישט ווי געווענליך, איך זעה ווי די וואלקענעס ריקען זיך היינט און די הימלען, מיט א שנעלערן ריטעם ווי תמיד, די בלעטלעך אויף די הויכע דיקע ביימער, שאקלען זיך היינט נערוועזער ווי אלעמאל, און אפילו זייער גרינער שיינער קאליר, איז אויך עפעס מער פארטונקעלט ווי אלס, סאיז מיר א וואונדער פארוואס די זוהן בראט אויף אן אומרואיגען פארנעם, איך וויל מיין גייסט זעטיגען מיט די שיינקייט פון די נאטור, דערהייבען מיין מוט מיט אביסעל פרישע לופט, איך שטעל זיך ביים ברעג פינעם טייך, ווי רואיג און שיין זענען אירע כוואליעס אלעמאל, די רעש וואס וואס קומט ארויס פון איר, איז תמיד פאר מיר ווי די איידעלע געזאנג פון די נאטור, איך וואונדער זיך צו מיר היינט זעהן אויס אירע כוואליעס ווי זיי ווילען מיר פארשוועמען, אירע קולות ווי צארענדיגע געשריייען, עפעס לאזען זיי זיך נישט היינט אז מען זאל הנאה האבען פון זיי, כקען זיי נישט אלס בעלי בחירה.
איך וויל די פייכטע ווייכע נאטור פארלאזען, איך שפרייז זיך אזוי צו די טרוקענער הארטער נאטור, איך וויל באזוכען די פעלזען, די הויכע שטיינערנע בערג, וואס זייער הויכע און זייערע ארויסשטארענדע קרומע שפיצען קוקט זיך מיר אויס ווי זיי זענען און קריג מיט די הימלען און וואלקענעס און ווילען שטערן זייער גאנג, אבער זיי מאכען מיר אויך עפעס קונצען, זיי קוקען מיר אן מיט שארפע בליקען מיט זייערע שפיצען אויסגעדרייט צו מיר, גרייט מיר צו באפאלען , עס כאפט מיר א אינערע שרעק, די פעסטע פעלזען די הויכע בערג, וועלן זיך באפאלען אויף מיר,געווענליך קוקט זיך עס מיר אויס וואו זיי פאכענען זייערע שפיצען כלפי מעלה, מה נשתנה היום??
אז איך האב ביי זיי נישט געטראפען מיין גליק, טראכט איך ביי מיר, איך וועל זיך גיין מיט די צמחים אפשר וועלן זיי מיר שענער אויפנעמען, אבער ביי זיי האב איך נישט צופיל מער געוואונען, די שיינע קאלירטע רויזען וואס שמייכלען געווענליך צו מיר אזוי ראמענטיש, און די אפענע בלעטער האלב פארמאכט, וואו זי ווייזט מיר אז זי עפנט זיך, אבער נישט אינגאנצען, און נישט פאר יעדעם, אזא איידעלע פערזענליכע ליבע, האט אבער יעצט פארמאכט אירע בלעטער, און זיך באהאלטען צווישען די דערנער, איך טראכט צו מיר, אז זי די באליבטע רויז, געבט מיר אזא ברוך הבא, וואס קען איך שוין ערווארטען פון די אנדערע.
אולי האט זי זיך מיטן דומם אפגעשמועסט היינט, איך וועל גיין זיך משתעשע זיין, מיט די האזאלעך און ריין ווייסע קאטשקאלעך, איך וועל שטיין ביי זייער טייך ווי זיי שווימען אזוי זיס, איך וועל קוואקען פאר זיי און זיי פאר מיר, און די האזעלע וועט שטיין ביים שפיץ פון איר לעכעל, און זי וועט מיר באטראכטען ווי כאילו זי זאגט מיר אזוי ליבלעך, איך האב שוין געווארט פאר דיר קום דא און די באהעלטעניש, אבער ווי נאר איך קום צו זיי אנטוישט בין איך אינגאנצען, די הינדל קרייט אויף מיר צארענדיג, די קאטשקע מיט איר גאנצע געזונדעל, שווימט אוועק פון מיר ווי נאר איך קום אן, און אירע שניי ווייסע קערפער האט היינט א שווארצען שאטן, און דער האזעלע ווי נאר ער זעהט מיר לויפט ער און זיין לעכל צוריק אריין, וואס האט מיט זיי פאסירט??
איך וויל גיין זיכען מיין ליבע ביי דעם מענטש, און קאפ טראכט איך איך וועל צו די קליינע גיין, זייער שמייכעל אזוי ציענד, ווען די הענטלעך עס כאפן מיינע פינגער אן, בין איך געווענליך ווי פארשיכורט, אבער היינט עפעס א בייזער בליק, און איך בין שוין אינגאנצען צוטומעלט, אז דער קליינער ווייזט מיר אזא פנים זועפת, וואס קען איך שוין ערווארטען פון די גרויסע???
זייענדיג פאלוירען, האב איך זיך און די נאכט פארליבט, די בלאסע שיין פון די לבנה, דאס טאנצענדע פונקען פון די שטערנ'ס, אלעס איז שווארץ טונקעל, קיינער זעהט מיר נישט און איך זעה זיי נישט, איך באגעגן זיך נאר מיט טונקעלקייט, איך האב מיר א נייער אוהב געטראפען, איך ליב זיך מיט איר, זי איז די איינציגסטע וואס שפייט מיר נישט אויס, זי איז נישט ווייניגער פארשווארצט ווי מיר...
אזוי און די טונקעלקייט פון די נאכט, טראכט איך אזוי דורך ביי מיר, די מאדנע דערשרעקענדע סצענעס וואס עס איז היינט דורך ביי מיר, איך וויל פון זיי אנטלויפען, אבער זיי יאגען זיך נאך מיר נאך, ווי מיט געוואלד שטופען זיי מיר אז איך זאל פון זיי קלערן, אנעלעזירען, און באטראכטען, ווי א קעלבעל צו די שחיטה, ווי דער הינדל ערב יום כיפור פארטאגס, האב איך מיר מיט די סצענעס נאכאמאל צוזאמגעזעצט, און פלוצים האט זיך מיר א געדאנק אריינגעגנבט און קאפ, און מיינע ליפען האבען זיך פארדרייט און ארויפגעלייגט א מילדע שמייכעל אויף מיין געזיכט..
די נאטור ליבט דיר, די רויזען ווארטען פאר דיין ליבע, די האזעלע איז פון פריידט ארויסגעשפרינגען פון די הויט, דאס פיצעלע שמייכעלט נאך יעצט צו דיר, די ביסט דער וואס האט זיי אזוי אומעטיג אויפגענומען..
איך טראכט אזוי צו מיר וואס קען זיין עפעס אזא וויכטיגער אורזאך, וואס עס זאל מיין גייסט אזוי צוטרייסלען, וואס ליגט באגראבען אונטער דעם אנגייענדער אומעטיקייט וואס נעמט מיר ארום..
און מיין מחשבה קומט גלייך צו שפרינגען צוויי שרעקעדיגע ווערטער אייגעוויקלט און שווארצע ברענעדיגע ליילעכער, ונתנה תוקף...
איך הייב אן טרייסלען און שוויצען, איך קען זיך נישט בארואיגען, דער אלמעכטיגער, וואס מען איז אים נאך אלס נישט דערגאנגען, און אים גלייבט מען, און אויך און אים איז מען כופר, אלעס דרייט זיך ארום אים, פון אים האט מען מורא, און אים ליבט מען, מען רעדט פון אים, מען טראכט פון אים, ער האט באשאפען אלעס, ער באשאפט אזאנע וואס זאלען זאגען און טראכטען אז ער האט נישט באשאפען, ער רעכנט אויס אז עס זאל זיך דאכטען אז ער איז נישט דא, אלס נאר צו איבערצייגען ווי ווייט ער איז יא דא, דער אלמעכטיגער גייט מיר נעמען אויפן צימבל, ה' ירחם, יא איך וויל אנטלויפען, אבער איך לויף דאך ווייטער נאר צו אים, איך קען זיך נישט זעהן שטיין פאר אים, און ער זאל מיר בודק זיין מכף רגל עד ראש, עס צו טרייסעלט מיר אינגאנצען, ניין, טאקע די פיש און וואסער ציטערן נישט, פאר א מענטש וואס ציטערט, דאכט זיך אים אז אלס ציטערט, די נאטור און דער גאנצער יקום גייט אן אויף געווענליכער גאנג, אבער ואני אנה אני בא, איך וויל אביסעל מיין הארץ בארואיגען, עטוואס מיין שרעק שטילען, און ביי מיר און קאפ טאנצט שוין ווידער פלענער פון קבלות און חרמות וואס זיך אונטער נעמען, צו שטילען אביסעל דעם גייסטישען שטורעם, און געבן פאר זיך זעלבסט עפעס קוראזש, דורך שוויצען די אנגעשטרענגטע דורכגאנג, אבער איך טראכט זיך אזוי צו מיר, איז דען נישט גענוג מיט אלע אונטערגענמעכצער, פאלסט אדורך שנעלער ווי די האסט דיך מקבל געווען, צו וואס טויג עס די שפיל, איך גיי ביי מיר דורך די ספיקות, אפשר יא און אפשר נישט, און אזוי און דער מבול פון ספיקות, פאלט מיר איין עפעס, און עס הערט זיך מיר ווי עפעס א בת-קול מעלדט דאס מיר...
הלוואי אותי עזבו, ואת תורתי שמרו...
ביי מיר האב איך שוין מחליט געווען וואס מיין קבלה פארן יום הדין וועט זיין, מען גייט פארלאזען גאט, אפלאזען דעם אלטען קשר, מען וועט זיך נעמען איבער זיין תורה, תורת הדת והדעת, תורת הצדק והמשפט, תורת האמונה והכפירה, תורת הידיעה והמדע, מען וועט זיך אריינלייגען און זיינע ווערק, אן דעם אלטען גישה אז מען לערנט זיין תורה, אותי עזוב, ותורתי שמור בלי לייחסו להאותי, איך וויל זיך און דיין תורה אריינווארפען, לייב און לעבן, איך וועל נישט צופיל טראכטען פון דיין נחת רוח אויב די האסט יא אדער נישט, איך וויל זיך נישט לאזען אונטערברעכן פון מיינע פחדים וועגן מיינע זינד, איך וועל זיך נישט צופייערען פון מיין געמאכטע ליבע צו דיר, ווי א טרוקענער סטודענט וועל איך דיינע דערהויבענע ווערק לערנען, גאט איך פארלאז דיר יעצט, איך האב שוין צופיל געהאט פון קבלות נדרים און חרמות מיט די מטרה פון ווערן נענטער צו דיר צום אותי, שרייסט מיר אן הלוואי אותי עזבו, איך וועל דיין רצון פארפילען, איך וועל זיך אפ לאזען פון מיין אייגערעדטען קשר וואס איך האב צו דיר, איך וועל נישט פלאנען אויף קיינע באציאונגען, אויף קיינע נאנטשאפטען, איך וועל זיך אריינלייגען און דיינע אקעדעמישע ווערק וואס די האסט מיר געגעבן, און פון דארט וועל איך חקרענען דיין עצם און איינציקייט, דיין ידיעה און דיין השגה, דיין רצון און דיינע מידות, דיין יחס צו מענטשן און צו דער וועלט, דיין צוגאנג צו מצוות און צו עבירות און דיין צוגאנג לעוברי אדער לעושי מצוותיך, איך וועל היטען אז דאס זאל בלייבען טאקע נאר און חכמה און נישט מער, אפשר פון דעם וועט מיר עפעס א אור אנטקעגן קןמען, און וועל פון פריש באנייען די קשר מיט דיר... גאט איך וועל יעצט מיין געדאנקען גאנג דארפען פארענדערען, איך וועל זיך און תורה אנהענגען נישט וויל די האסט דאס געשריבען, דאס באיינפלוסט מיר שוין מער נישט אויף שעצונג פאר דיין ליבע טיפע תורה, איך לערן דאס ביז יעצט נאר ווייל מיין אינערע פחד פון דיר שפיר איך וויאזוי קען איך איר נישט לערנען די ביסט דאך דער מחבר פון דעם, אבער די תורה אליינס אבייעקטיוו האב איך נאך נישט געשעצט, אבער מיט מיין קבלה יעצט וועל איך שוין נישט טראכטען פון דיינע פינגער אפדרוקען וואס די תורה פארמאגט, נאר איך וועל שעצן דיין תורה, נישט נאר ווייל די ביסט דער וואס גיבט דאס, נאר וועגן איר אייגענער טיפקייט און דערהויבענקייט און פון דארט וועט מיין שעצונג צו דיר שטערקער און אמת'ר ווערן...[/justify]
מיין קבלה פארן יום הדין:גאט! איך פארלאז דיר!(הרהורים-פאעזיע)
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
- אחד העם
- ידיד ותיק
- הודעות: 697
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
- האט שוין געלייקט: 594 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 796 מאל
אינטרעסאנט צו זעהן ווי איינער מאכט א פונקט פארקערטע החלטה ווי מיר, ארומשפילענדיג זיך מיט דעם פראזע, זיין פוינט איז גראדע נישט שלעכט.