ר' יענקעלע האט פארציילט בשם צי'עשנובער רב, וואס האט געזאגט בימיו אז היינט וואס אלעס פארט שנעלער, מיט א באן קומט מע אן אין א פערטל צייט ווי עס האט אמאל געדויערט פיל לענגער, איז תשובה טוהן קען מען אויכעט שנעלער. ר' יענקעלע פירט אויס, דאס האט ער געזאגט כלפי די באנען, וואס ואלט ער נאר געזאגט כלפי די עראפלאנען. און איך פיר אויס, וואס וואלט ער געזאגט אויף די 4g, אויף דעם וואס היינט פארט יעדער זאך אין די שנעלקייט פון ליכט כפשוטו (פייבער אפטיק).
אין דרשות פון פארשידענע דרשנים ומגידים רעדן זיי זיך אפ אויף די שרעקליכע טעכאנאלאגיע, ווי אין א רגע מיט איין קנעפל קומט מען אן ביז'ן שאול תחתית אריין. די סארט דיבורים איז נאר א סימפטאם פון די טיפע חוסר הבנה וואס די מעוררים האבען כלפי די טעכנאלאגישע שינויים און די היינטיגע וועלט בכלל. ווארום עס איז דאל פשוט אז די נקודה פון טעכנאלאגיע איז נישט נאר אנקומען צו שאול תחתית (ליין: אביסעל אויפגעדעקטע פלייש) שנעלער, נאר אז אלעס גייט שנעלער, און ווי ר יענקעלע מערקט אן, אוודאי קומט מען אן אין הימל שנעלער פונקט אזוי, וכבר היו דברינו בזה פעמים רבות איך וויל אנרירען דא פון א נייער קוקווינקעל אביסעל צונעמען וואס דאס מיינט.
די עיקר עבודה פון ראש השנה איז המלכת הבורא, אמרו לפני מלכויות כדי שתמליכוני עליכם. דארף מען מסביר זיין וואס פונקט האט דאס מיט ראש השנה. די פשוט'ע טייטש פון ראש השנה איז דאך אז עס הייבט זיך אן א נייע יאר, פארוואס פונקט דא איז זיך מתחייב אן עקסטערע קבלת מלכות שמיים. וויל איך לערנען אזוי פשט. די סדר השנים והזמנים איז אז די וועלט פארט כסדר פארויס, יעדער נאר א נייע מאדע א נייע טעכנאלאגיע א נייע מהלך החיים. די התחדשות הבריאה איז א זאך וואס ווארפט אראפ אסאך מאל א מענטש פון באלאנס. ער איז אלץ געווען צוגעוואוינט אז זאכען ארבעטן א געוויסע וועג מיטאמאל ארבעט עס גאר אנדערש. אמאל קומען מענטשען זיי רופען זיך שמרנים קאנסערוועטיו זיי פראבירען זיך שלאגען מיט די זמן. א נייע יאר? א נייע וועג פון לעבן פון טראכטען? ער וויל נישט! ער קען נישט! ער האט מורא. אפילו ברוחניות. ווער ווייסט, ער האט זיך שוין מסדר געווען א גאנצע סדר מיט גדרים וסייגים וויאזוי ער איז אן ערליכער איד, ער האט שוין א גאנצער פלאן אויסגעארבעט וויאזוי זיינע קינדער און קינדס קינדער וועלן זיין ערליך, און דא קומט א נייער יאר צושטערט זיינע אלע פלענער.
עס איז פארהאן א טיפע איינגעגעסענע מחשבה אין א מענטש צו כופר זיין אין ראש השנה, נישט וועלן א נייער זמן. דאס איז א מרידה אין מלכות שמים. דאס הייסט דער רבוש"ע פירט דער וועלט מיט א כסדר'דיגע התחדשות, מחדש בטובו בכל יום תמיד, כסדר מאכט ער בעסער און נייער, און דו האסט מורא פון דעם, דו ווילסט נישט. כנגד דער ניסיון איז דער עיקר עבודה פון ראש השנה מלכויות. זיך מקבל זיין אויף זיך די נייע יאר די נייע הנהגה די נייע זמן די נייע טעכנאלאגיע. און טאקע זיך פרייען בהתחדשות מלכות השם, אז עס קומט ארויס א נייער אייפון איז דאס נישט חלילה א התגברות הרע דאס איז התחדשות מלכות השם, ווי ר' נחמן האט זיך אויסגעדרוקט השי"ת פירט די וועלט ווי אמאל שענער. דארף מען אין ראש השנה מקבל זיין מלכות שמיים מקבל זיין דער שינוי דער התחדשות נישט מורא האבען אדער מורד זיין אין דעם, ווי דער נביא האט געזאגט אל תעצבו כי חדוות השם הוא מעוזכם!
דער ווארט וואס ציעשנובער רב האט געזאגט איז נישט סתם א רעבישער ווערטל, עס איז מובן פשוט במציאות אויך. דער נייער סדר החיים וואס טעכאנלאגיע האט אונז צוגעשטעלט איז נישט נאר פראקטיש נאר טוישט אויך פאראדיגמעס אין מחשבה ודעת און אין די מציאות פון חיים נפשיים. די היינטיגע הנחה איז אז איינער גייט אריין אין מעדיקעל סקול פאר זיבן יאר אז ווען ער קומט ארויס וועט שוין די אינפארמאציע וואס ער האט זיך געלערנט ביים אנפאנג זיין אויטדעטיעד. די וועלט טוישט זיך ווי אמאל שנעלער און די מענטשען אויך. דאס עפענט אויף די בחירה פון א מענטש אין אלע מובנים. אמת מ'קען פאלן גאנץ שנעל, אבער די כלל איז מדה טובה מרובה ממידת פורענויות חמש מאות פעמים. ערנסטערהייט, וואס איז דען די ירידה פון אנקומען גרינגער צו א שטיקל פארנאגראפיע וואס סיי די הנאה סיי די חטא ענדיגט זי נאך פינף מינוט האט מען חרטה מען טוהט תשובה וכו', צו די עלייה פון אנקומען צו א נייע ידיעה, צו א נייע הבנה, צו נייע גוטע חברים, צו חלקי התורה המדע והחכמה וואס זענען אפען פאר יעדער איינער כפתחו של גוגל אין א רגע. די טובה איז פילפאכיג מערער. און די נארישע הפחדות פון די מגידים ווי פון איין קוק ווסטו נישט קענען דאווענען פאר א יאר איז דאך פראסט נישט אמת במציאות.
מיר דארפן מקבל זיין די נייע יאר די נייע שינויים מיט א שינוי, און זעהן טאקע מיטגיין מיט די הנהגה וואס דער רבוש"ע איז בוחר פאר די וועלט היינט, זיך משתנה זיין בעסער און בעסער קלוגער און קלוגער טיפער און טיפער אלץ ווי שנעלער. און אז מ'מאכט א טעות איז וואס, כלעומת שבא כן ילך, א שנעלערער מאשין בלאנדזשעט טאקע שנעלער אבער ער קומט צוריק צום ריכטיגען וועג פונקט אזוי שנעלער, עס איז נישטא פון וואס מורא צו האבען, די טויערן זענען פאר אונז אפען צו שטייגען היינט אויף א פרעצעדענטלאזער אופן, תשובה טוהן אויף 4G, לערנען אויף א גיגעביט פאר סעקאנד, מקבל זיין מלכות שמיים מיט א קוועטש אויפ'ן קנעפל, און מרבה זיין באהבת חברים אויף ווייפיי גרינגקייט.
לשנה טובה נכתב ונחתם לאלתר לחיים.
4G תשובה ומלכויות
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
שיינע געדאנקען, לעיקוואוד.
איך טראכט צו זיך פארקערט. יעדער קען זען ביי זיך אז א שנעלע ארבעט איז צומאל עיקר חסר מן הספר. אויב מען האט אן אויבערפלעכליכע שאלה קען מען טאקע בעטן גוגל זאל אויסשפייען די ענטפער, אבער אויב מען וויל עפעס א דקות'דיגע ענין וויסן דארף מען אן אמת'ע ידען וואס מען קען נישט האבן אין איין מינוט.
קלער איך אז פונקט ווי היינט קען מען תשובה טון און ווערן א בקי שנעל און אויבערפלעכליך, אזוי קען מען ווערן א שנעלער אויבערפלעכליכער אפיקורס אדער בעל עבירה. אויב מען דרוקט א קנעפל צום שאול תחתית קען מען דרוקן א קנעפל און צוריקקומען. אבער צו באמת אנקומען אין שאול תחתית דארף מען נוצן די אלטע אויסגעפרואווטע כל באיה לא ישובון מיטלען.
ליידער דאס איז א גרויסע חסרון אין די היינטיגע 4G עפאכע, אז אפילו די שאול תחתית'ניקעס זענען עפעס אזעלכע אויבערפלעכליכע בעלי עבירה, און די צדיקים זענען אויך אזעלכע אויבערפלעכליכע עובדי ה'.
שוין, באלד וועט לעיקוואוד שרייען אז איך בין פון די קאנסערוואטיוון און איך האב מורא פון נייע זאכן.

האדם לא נברא אלא להתענג
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
יאיר האט געשריבן:ליידער דאס איז א גרויסע חסרון אין די היינטיגע 4G עפאכע, אז אפילו די שאול תחתית'ניקעס זענען עפעס אזעלכע אויבערפלעכליכע בעלי עבירה, און די צדיקים זענען אויך אזעלכע אויבערפלעכליכע עובדי ה'.
אל תאמר מה היה שהימים הראשונים היו טובים מאלה
אמאליגע פונקט ווי היינטיגע. דו געבסט צופיל קרעדיט פאר די אמאליגע און צו ווייניג פאר די היינטיגע. אפשר איין זאך האט זיך געטוישט אז פון די אמאליגע איז איבערגעבליבן עפעס א זכר נאר פון די 1% געהויבענע (בעלי עבירה ווי עובדי ה') און היינט ווערן די 1% דערטראנקן אין די איבערפלוס פון די 99%.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
- אחד העם
- ידיד ותיק
- הודעות: 697
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
- האט שוין געלייקט: 594 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 796 מאל
[tag]לעיקוואד[/tag] אן אמת'ער געדאנק, פון רבין ז"ל-משיח זאגט זיך נאך ענדליכס, מען האט געפרעגט דעם וואס איז פשט פון מאכען שטייטע ניגונים שנעל? האט דער רבי גענטפערט, היינט איז שוין דא א דזשעט מקען פליען שנעלער און מען קען זינגען שנעלער...סאיז נישט סתם א ווערטעל נאר די רבי'ס כוונה איז אז גאט וויל פון אונז היינט א שנעלערע עבודה ווי פארצייטענס ויש להרחיב עוד.
אבער אויב באתרעותא דלתתא איז אזוי פארוואס זאלען מיר נישט פארלאנגען אז דלעילא זאל אויך אזוי זיין, גאט זאל זיך שנעלער אנטפלעקן פאר אונז ויופיע בהדרו שנעלער, און דאס איז דער עומק פארוואס דער דור איז די לעצטע דור פאר משיח, ווייל איצטער איז נתגלה דער אור פון 4G, און ווי מען זעהט טאקע אז ווען די וועלט האט מתקדם געווען און איז געקומען פאר כלל ישראל א אור פון אתחלתא דגאולה, און דאס איז די בחינה פארוואס די מערב וועלט איז אויך מתקדם, והמשכיל יבין שזהו עומק פנימיותו של התגלות אור דמשיחא ויש בזה סוד ועוד חזון