פארוואס איך קלער פון זיך טויפן צו איסלאם (הומאר)

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

פארוואס איך קלער פון זיך טויפן צו איסלאם (הומאר)

שליחה דורך אפטעמיסט »

[justify]אויב איז דאס לעבן אין דזשענערל נישט גענוג בבחינת פיקל, (יא יא, די זויער פיקל וואס איר עסט מיט די טונא סענדוויטש, דאס מיין איך), איז דאס לעבן אלס א חסידי'שער איד נאך אסאך ערגער, און ניין, כ'קום נישט דא סתם קריטיקירן דעם סיסטעם איך רעד פון גאר עפעס אנדערש. איך רעד פון דאס זיין פארהייראט אלס א חסיד.

אפילו אין דער אלגעמיינער וועלט איז הייראטן נישט קיין זאך וואס מען וואונטשט פאר א פריינד. האבן אן א.ג. "עזר כנגדו" איז דירעקט נישט קיין פאפולערער זאך ביי דעם מין האנושי. געווענליך די וואס טוהן דער שריט זענען אזעלכע אלטע גדיים נעשו תלושים, חברה וואס זעען שוין דעם סוף, און ווילן זיך פשוט פארזיכערן א שכן אין בית הקברות. געזונטע יונגע מענטשן טראכטן הונדערט מאל פאר'ן גיין אונטער די חופה. אפשר גאר טויזענט. ביי אונז היימישע חברה איז אבער דאס הייראטן א חלק פונעם לעבן, און פאר וואס ווען וואו באקומט מען אזוי אומגעפרעגט, אומגעבעטענע נהמא דכיסופא — אדער ווי אנדערע רופן עס — פת בסלו.

באלד נאכן חתונה, קוים א פאר יאר דערנאך, דערזעט מען זיך מיט א גאנצע סטאדע שאף. אויב אלס שנה-ראשונה יונגערמאן קען מען נאך אמאל ארויסגיין "טשילן" און פארברענגן, איז אפילו דאס ביסל אויך נישט קיין געשעפט בלויז עטליכע יאר שפעטער. א גאנצע טאג ארבעט מען ווי א סוס, מ'ארבעט צו קענען עסן און מען עסט צו קענען ארבעטן, און ווען מען קומט ענדליך אהיים ביינאכט, פאנגט זיך גאר אן דער ריכטיגער ארבעט און העד-עיק.

-"אפטע, ווילסט באדן די קינדער היינט?"

-"נישט עכט"

-"סאו מיזטו וואשן די דישעס"

-"ממש אזוי, איך מוז?"

-" אקעי, דו הייבסט שוין ווידער אן א פייט?"

-"עםם, ווער שרייט דא?"

-" יוי, כ'האדיך געוויסט. ביז דו טוסט א טובה, השם ירחם"

-" ווייסט וואס, כ'העל באדן די קינדער"

-" ס'גוט, מוחל טובות"

-" אקעי, כ'מיין זאלסט טאקע בלאזן"

***

שמעו נא רבותי. ממש יעדע נאכט, אנשטאט זיצן רואיג און טוהן את שאהבה נפשי — פשוט זיצען מיט א ציגערעטל אין האנט, און ליינען און שרייבן און געניסן פון א משהו פרייהייט — בין איך פארנומען באדן די קינדער, לויפן אין גראסרי, אויפרוימען די שמוציגע ערד, און טוהן דאס וואס דער נארמאלער בירגער טוט ביי די פופציג.

ס'איז געגאנגען אזוי ווייט אז כ'האב לעצטענס אריינגעשיקט א פעטיציע צום ווייסן הויז בעטענדיג אז מ'זאל פארלענגערן די ארבעטס שעות פון ניין-טו-סיקס. מכדי, וואס האב איך אהיימצוקומען פון פיצא געשעפט אז ס'ווארט מיר דאפעלט די ארבעט אינדערהיים? ס'מיר שוין מער ניחא צו סערווירן פרענטש פרייס פאר די קליענטן ווי באדן די קינדער און אריינטרייבן אין בעט.

אבער... דער הייליגער באשעפער, געבענטשט זאל ער זיין, האט אונז נישט געלאזט אויפ'ן וואסער אן קיין וועג ארויס, און האט אונז געשאנקן א וואונדערליכער רפואה פאר די מכה, נעמליך, דאווענען מעריב!

- "אפטע, פארוואס האסטו נישט אראפגעטראגן די גארבעדזש?"

- "מעריב"

"אבער, אבער, אבער כ'האדער שוין געבעטן א שעה צוריק"

- "סארי, מעריב"

- "נו, ווען העסטעס טוהן?"

- "כ'העל זען נאך מעריב"

- "לאזט מיר דא אליין איבער מיט די קינדער?"

- "מעריב"

איך דארף ענק נישט מסביר זיין וואספארא לייפ-סעיווער דער מעריב איז פאר דעם חסידי'שער יונגערמאן. מ'פילט אמאל אז מ'דארף א ברעיק — מעריב. מ'האט נישט קיין נערווען פאר די ווייב — מעריב. ס'גליסט זיך א ציגערעטל — מעריב, און, אייגענטליך, איך קען יעצט שרייבן אויף קאווע שטיבל, צוליב — מעריב.

זייט דער וועלט-באשאף איז נאכנישט אראפגעקומען עפעס וויכטיגער פאר די מענטשהייט ווי מעריב. מעריב ראטעוועט אונז פון צוזאמפאל.

איצט קום איך צו צום נקודה. אונז אידן האבן טאקע א מעריב, אבער ס'דא א באפעלקערונג וואס האט עפעס מער, און דאס איז דער מוסלומענער רעליגיע. אונזערע קוזינאס פון אייסיס פארמאגן עפעס וואס מיר האבן נישט. אנדערש ווי אונז מיט בלויז דריי תפילות, האבן זיי פ-י-נ-ף! עטס מיינטס מעריב איז דער זאך? הא! פרעגט נאר ביי די שוועסטער-קינדער וואס זיי האבן. זיי זענען פשוט און פראסט קיינמאל נישט אינדערהיים!

איז יא, איידער איר שפייט מיר אן פאר'ן אנגעבליך זיך טויפן, איידער איר הייבט אויגן-ברעמען נישט כאפענדיג פארוואס א וויליאמסבורגער יונגערמאן וויל אימעגרירן קיין אפגאניסטאן, איידער איר לויפט ברעכן די נייעס אז א היימישער איד שליסט זיך אן אין אל-קאדיא, טראכט אריין א מינוט: לוינט זיך עס דען נישט? אפשר וועט דאס פארמערן מיין אנוועזענהייט אויף קאווע שטיבל? אפשר איז עס נישט אזא אפגעפרעגטע שריט?[/justify]
בר דעת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 6:17 pm
האט שוין געלייקט: 868 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 660 מאל

שליחה דורך בר דעת »

אשפ"ג!!
באניצער אוואטאר
zurich
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 813
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 532 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל

שליחה דורך zurich »

אפטע דו שרייבסט אזוי פיין אבער פארוואס אזוי נעגעטיוו??טשיל!!

די לעבן איז טאקע א פיקל אבער נישט א זויערע ס'מער א דזערקין..
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

וויאזוי איז נאר מרגלי' בפומיה דיואלי דאבליו :
אללא - פריקן - אפטע - אכבאר!
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

איך האב א פילינג אז דו מיינסט מער די פינף ווייבער ווי די דאווענען.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

ווער האט חתונה? נאר בחורים אדער גרושים!!!

שטעל זיך פאר ווען דיין ווייב האט מעריב זי וואלט פארדינט א שעה לענגער פון דיר, די כאפסט די רעקל פון די דיינינג רום בענקל און לויפסט זי וואלט נאך פארדעם געדארפט שטיין א שעה ביים שפיגל די קלייד די שייטל זאל קלאפן די מעי"ק או"פ וכו'
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

מיט אזויפיל ווייבער וואס זיי האבן, א וואונדער אז זיי לויפן 5 מאל א טאג דאווענען?
Under influence
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

אפטע, אשפגתי! לכאורה האב איך יעצט געליינט דעם לעצטן הומאר ארטיקל, פון יאר תשע"ד. אבל הטה אלי אזנך, חביבי. וואו דו ווילסט גיין , עה העם, איך קום שוין פון דארט. אמת, פארהאן טאקע פינף תפילות. אבער, געוואלד! אטי בחרם דרבינו גרשום עסקינן? מ'האמיר דאך א דאזען ווייבער, און א סטאר מיט קינדער. פאר סך הכל איין תפילה מער, גלייב איך נישט דו ווילסט איינגיין דערויף.

אופס! קאוועניו האקט!
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

אייל זיך נישט, ווייל די עיקר וואס העלפט דיר איז דער חובת תפלה בציבור, וואס גיט דיר א תירוץ ארויסגיין פונדערהיים, דאכציך אין איסלאם איז נישטא אזא חיוב פינף מאל א טאג, די ווייב וועט דיר נאך שטיין און קוקען ווי די דאווענסט אינדערהיים.,
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 594 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 796 מאל

שליחה דורך אחד העם »

און וואס וועסטו טוהן נאכען באקומען דיינע זיבעציג בתולות... וועסט דארפען זאגען סליחות א גאנץ יאר. ..
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

לעיקוואד האט געשריבן:אייל זיך נישט, ווייל די עיקר וואס העלפט דיר איז דער חובת תפלה בציבור, וואס גיט דיר א תירוץ ארויסגיין פונדערהיים, דאכציך אין איסלאם איז נישטא אזא חיוב פינף מאל א טאג, די ווייב וועט דיר נאך שטיין און קוקען ווי די דאווענסט אינדערהיים.,


אין איסלאם איז א מנין פערציג פערזאהן.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

אבער מען דאווענט מיט מנין פינף מאל א טאג? דאכציך נאר פרייטאג.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל

שליחה דורך דריידל »

petergrifin האט געשריבן:יעקב אבינו האט מתקן געוועהן תפילת מעריב! קען מיר איינער זאגן פארוואס פונקט מעריב האט ער געמאכט?? נאר וואס? האט דער זיידע געזאגט בשם דער בדחן: אז יעקב אבינו האט געהאט צווי ברירות. אדער לייגען צוועלף קינדער שלאפען, אדער גיין דאווענען מעריב, נו וואס מיינסטו האט ער געטוהן??? מעריב!!
c/p


גענומען פון דא
פארדריי די דיר דיין קאפ
באניצער אוואטאר
ציבעלע-קיגל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1120
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 29, 2012 8:24 am
האט שוין געלייקט: 539 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 899 מאל

שליחה דורך ציבעלע-קיגל »

אבער עס איז 5 מאהל א טאג... און מען ברענגט מיט די ווייב אויך... ביי זיי איז נישט דא די תירוץ פון "נשים פטורות" סאא דו וועסט דארפען מיטשלעפען דיין פראבלעם.

צווייטענס זיי האבען מער פון איין ווייב... וועסטו נאך דארפען מיטשלעפען נאךאפאר פראבלעמען
אויב דו ווילסט אז מען זאהל אלעמאהל זאגען אז דו ביזט א ליגנער...
זאלסטו אלעמאהל זאגען נאר דער אמת...

דער אמת שטעכט!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אפטעמיסט: פאלג מיך און בלייב א איד. אמת, אלס מוסלים וועסטו האבן די זכיה צו שטיין צוזאמען מיט די צודרייטע ברואים פון די נטורי חרתא. און אויך הערן די "עדס" פון "נטרונא" אויף די טמא'נע ראדיא. (כ'האב געמיינט אז ס'איז נאר דא צוויי טמא'נע זאכן אויף די וועלט. 1) דער טמא'נער עירוב: 2) די טמא'נע נחל חרדי.). אבער דאס קענסטו טון אלץ איד אויכעט. לעומת די שאדן וואס דו וועסט האבן. אלץ מוסלים 'עסטו נישט קענען עסן אן עפל מיט האניג און א קאפ פון א פיש. איך מיין. דו 'עסט יא קענען. אבער דו וועסט נישט קענען זאגן דעם יהי רצון שנהיה לראש ולא לזנב. און די מחזורים וואס דו האסט באקומען אלץ חתן, 'עסטו מער נישט קענען ניצן... :? 8-) :lol: :lol: :lol: :roll: :lol: :roll: :lol: :roll: :x :P :oops: ;) :o
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 954
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1457 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל

שליחה דורך פארוואס? »

זייער שיין.
אבער צו איסלאם טויפט מען זיך נישט, טויפן איז נאר צו נצרות.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

איך זע אויס שלעכט?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אפטעמיסט. דעיס איז דאך אחמאד בין מוהאממאד. אדער זאיד בין שאקער... :? 8-) :lol: :roll: :x :P :oops: :oops: :oops: ;) :o
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אפטעמיסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סיבה: שלא מן הענין
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 954
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1457 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל

שליחה דורך פארוואס? »

אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
יענער פויגעל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 138
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 26, 2015 3:06 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 69 מאל

שליחה דורך יענער פויגעל »

גוט. אבער די מוסלעמענער ברודער האבען אן ערך פון אכציג ווייבער. (מיינסט איין ווייב איז שלעכט?)
טראכט גוט וועט זיין גוט
וכדומה..
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 431
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 31, 2015 7:15 pm
האט שוין געלייקט: 2038 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

שליחה דורך וכדומה.. »

דעי ארטיקעל האט מיר דערמאנט,

כ'זע מיין ווייב טוט זיך אן זי גרייט זיך ארויסצוגיין, און מיך אזוי פארלאזן מיט די קינדער. פרעג איך איר "וואו אהין גייסטו יעצט?" זאגצע מיר, האסטו געהערט, כגיי דאווענען מנחה מעריב....
פארשפארט