דר. יחזקאל עמנואל: איך וויל שטארבן ביי די 75

מחשבה, השקפה ועיון
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

דר. יחזקאל עמנואל: איך וויל שטארבן ביי די 75

שליחה דורך יאיר »

א חשוב'ער ידיד אין קאווע שטיבל האט מיר צוגעשיקט א לינק צו א פראוואצירנדע ארטיקל, אין וועלכן דר. יחזקאל עמנואל, א מעדיצינישער דאקטאר און א ביאעטיקס פראפעסאר, (און ברודער פון ראם עמנואל), דערקלערט אז ער וויל שטארבן ביי די 75 יאר.
אין דעם ארטיקל גיבט עמנואל אן אלס ארגומענט אז בערך ביי די 75 יאר ווערן די כוחות זייער אפגעשוואכט, מען קען מער נישט פראדוצירן צופיל, און דאס לעבן בכלל איז אן אפמוטשעניש אין די יארן, ווען רוב מענטשן ליידן פון שווערע קרענק ווי אלצהיימער'ס, פארקינסאנ'ס, קענסער און נאך מרעין בישין.
די עצה? מען זאל אויפהערן פארלענגערן דאס לעבן. עמנואלל זאגט אז נאך די 75 יאר וועט ער אפילו נישט נעמען די פלו שאט. אויב דער מלאך המות קומט וועט ער גערן אריינלויפן אין זיינע ארעמס. ער וויל געדענקט ווערן אלס א שטארקער געזונטער, פראדוקטיווער מענטש. און נישט אלס אן אלטער זעצער וועלכער קען זיך קוים רירן און דארף טאג און נאכט אנקומען צו די טובות פון זיינע באליבטסטע און טייערסטע.
עמנואל שרייבט אז ער וועט זיך נישט נעמען דאס לעבן, און בכלל איז ער קעגן ארויסהעלפן מענטשן באגיין זעלבסטמארד, אבער אויף אזויפיל איז זיין שיטה אז שב ואל תעשה עדיף. א מענטש וואס עס זענען דא גאר שטארקע שאנסן אז ער וועט גארנישט צוגעבן צו סאסייעטי זאל מען לאזן גיין.
איך בין נייגעריג צו הערן וואס דער עולם זאגט דערצו. איך האב עטליכע קשיות אויף עמנואל. ערשטנס: אויף דעם אופן קען מען אפפרעגן דאס גאנצע לעבן. מען קען אויסרעכענען א גאנצע ליסטע פארוואס עס לוינט זיך נישט אויפצואוואקסן און חתונה האבן, דאס ברענגט דאך אזויפיל פראבלעמען מיט זיך. פונדעסטוועגן וועט קיינעם נישט איינפאלן אז נאך די צוועלף יאר זאל מען מער נישט פארלענגערן דאס לעבן, הפנים דאס לעבן לוינט זיך טראץ די אלע שוועריקייטן. אלזא, מהיכי תיתי אז נאך די 75 יאר איז דאס לעבן ווייניגער חשוב?
און אויב מעסטן מיר שוין חשיבות, אפשר זאל איינשטיין ענדערש דארפן פארלענגערן זיין לעבן ווי דער טראק דרייווער, וויבאלד איינשטיין איז מער פראדוקטיוו? ס'איז דאך אין לדבר סוף.
עמנואל שרייבט אז זיינע קינדער זענען זייער דערקעגן זיין החלטה און האפן אז ער וועט צוריקציען. אבער ער וויל ווערן געדענקט אלס א רעלאטיוו יונגער מענטש, און נישט אלס שוואכער קראנקער. אויסער דעם וואס דאס איז כמעט אבסורדאל (ביי וועמען וויל ער געדענקט ווערן אלס געזונטער מענטש? ביי זיינע קינדער וואס ווילן ער זאל בלייבן לעבן כאטש ער איז אלט און שוואך?), מיין איך אז דאס שמעקט פון גאוה און סעלפישנעס. אויב זיינע קינדער ווילן האבן א טאטע און א זיידע, פארמאגט ער אן אחריות דאס צוצושטעלן פאר זיי, ער האט נישט קיין רעכט זיך צו געזעגענען פון דער וועלט פשוט ווייל ער האט א געוויסע תאוה ווי אזוי ער זאל ווערן געדענקט ווען ער וועט שוין מער נישט עקזיסטירן.
אנדערע טענה'ן אז כאטש עמנואל זאגט אז ער מעלדט בלויז וואס ער פלאנט צו טון (גיי ווייס פארוואס ער דארף שוין אפמאכן אזא וויכטיגער באשלוס פאר 18 יאר שפעטער), איז ער געווען איינער פון די ארכיטעקטן פון אבאמא קעיר, און האט הפנים געהאט א טייל אין דאס שניידן מעדיקעיר פון עלטערע מענטשן, דהיינו, ער האט געלאזט זיין פריוואטער באשלוס אפעקטירן אויך אנדערע מענטשן (איך בין נישט באהאוונט אין די פאליטיק און כ'האב נישט קיין השגה אויב דאס איז ריכטיג אדער נישט).
בכל אופן, איך וואלט געוואלט הערן וואס די חכמים ונבונים זאגן דערצו.
דא זענען עטליכע לענגערע אפענטפערס אויף עמנואל'ס ארטיקל.
האדם לא נברא אלא להתענג
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

ביי א אידן ווייסט מען אז יפה שעה אחת בתשובה ומעשים טובים בעולם הזה וכו', און באקאנט דער עפיזאד מיט רבי אברהם קאליסקער וועלכער האט געזאגט פאר אן אלטן און קראנקען ארעמאן, אז עס איז אלץ כדאי פאר איין תפילין לייגן.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

נו, וואס איז טאקע פשט אין דעם מאמר חז"ל? אז עס לוינט זיך צו אינוועסטירן אין מצוות בעולם הזה כאטש עס קומט אן שווער, ווייל אזוי וועט מען ארויסנעמען פראצענטן אין עולם הבא? אדער אפשר אז די פערזענליכע סיפוק פון א מצוה איז מער ווערד ווי דאס גאנצע גליק פון עולם הבא?
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
אויסגערוט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 206
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 11:38 pm
האט שוין געלייקט: 343 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 113 מאל

שליחה דורך אויסגערוט »

איך קען אן עלטערע איד וואס זאגט אלץ "געמיר ניינציג געזונטע יארן און סאיז מיר פונקט גענוג"
He has a point
באניצער אוואטאר
שטאפענע קאפעליטש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 254
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:45 pm
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 500 מאל

שליחה דורך שטאפענע קאפעליטש »

כ'פארשטיי גוט זיין שיטה, אין נישט מיט א תורהדיגע בליק איז ער זייער גערעכט
אזוי ווי א גוטע בעל תפילה האט געזאגט לעטצענס אז ער גייט אויפגעבען זיין א חזקה אין א גרויסע ביהמ"ד ווען ער ווערט אכציג, פשוט ווייל ערוויל מ'זאל עיהם געדענקן אלץ א גוטע בעל תפילה אין נישט סתם ווי איינער וואס האט געצויגן אין געקראצט.
אין די זעלבע האב איך געהערט פון א מגיד שיעור וואס האט געזאגט אז ער גייט רייטייערען ווען ער ווערט א געוויסע גיל
אבער איין זאך וואס כ'האלט אנדריש, 75 איז אביסעל איבערגעצויגן, כ'מיין ס'איז צו יונג, ס'פארהאן אידן וואס זענען שוין 80 אין האבן הנאה יעדער טאג פון די לעבן, נחת פון די אייניקלעך, די קאפ ארבייט נאך אינגאנצען.
כ'וואלט געזאגט אז דר. יחזקאל עמנואל זאל וועלן שטארבן ביי די גיל פון 82
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

איך האב מעודי נישט פארשטאנען די שגעון פון 'געדענקט ווערן', מענטשן לעבן אפ א גאנץ לעבן געדענקט צו ווערן כך וכך.

ווען טוהט זיך אפ די די חפצא פון די הנאה: בשעת איך 'ווער געדענקט' און איך שימל אין קבר, אדער ווען איך לעב נאך און כ'טראכט אז כ'וועל אמאל אזוי געדענקט ווערן בשעת'ן שימל'ן אין קבר?
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
שטאפענע קאפעליטש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 254
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:45 pm
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 500 מאל

שליחה דורך שטאפענע קאפעליטש »

יא [tag]ונבנתה העיר[/tag]
כ'פארשטיי יא, אפי ווען אין שומל אין קבר וויל איך מיינע קינדער זאלן מיך געדענקן אלץ א פיינע טאטע וואס האט זיי ליב געהאט אין געטוען פאר זיי, נישט בלייבן מיט ביטערן טעם אין מויל פון מיך דייפערן אין זיך אפגעבען מיט מיר אין לאדן בושות פון מיר.
אין אויך פארשטייט זיך אליין אז אין א געוויסע גיל האט מען מער נישט הנאה פון דער לעבן.
באניצער אוואטאר
אויסגערוט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 206
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 11:38 pm
האט שוין געלייקט: 343 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 113 מאל

שליחה דורך אויסגערוט »

האקסט א טשייניק...
טוב שם משמן טוב.... כתר שם טוב עולה על גביהן....
א לעגאסי פון א מענטש איז נישט דוקא פאר זיך נאר פאר אלע ארומיגע און פאר היסטאריע
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

ונבנתה העיר האט געשריבן:איך האב מעודי נישט פארשטאנען די שגעון פון 'געדענקט ווערן', מענטשן לעבן אפ א גאנץ לעבן געדענקט צו ווערן כך וכך.

ווען טוהט זיך אפ די די חפצא פון די הנאה: בשעת איך 'ווער געדענקט' און איך שימל אין קבר, אדער ווען איך לעב נאך און כ'טראכט אז כ'וועל אמאל אזוי געדענקט ווערן בשעת'ן שימל'ן אין קבר?

פרעגסט גוט, איך האב שוין אויך צומאל געהאט אזעלכע קשיות. ומכאן הבאתי ראיה לתחיית המתים מן התורה.
אבער דו וואלטסט דען יא מסכים געווען צו געדענקט ווערן אלס א רשע מרושע וואס האט אויסגעצאפט דאס בלוט פון מענטשן ?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יאיר, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
האדם לא נברא אלא להתענג
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

ונבנתה העיר האט געשריבן:איך האב מעודי נישט פארשטאנען די שגעון פון 'געדענקט ווערן', מענטשן לעבן אפ א גאנץ לעבן געדענקט צו ווערן כך וכך.

ווען טוהט זיך אפ די די חפצא פון די הנאה: בשעת איך 'ווער געדענקט' און איך שימל אין קבר, אדער ווען איך לעב נאך און כ'טראכט אז כ'וועל אמאל אזוי געדענקט ווערן בשעת'ן שימל'ן אין קבר?

און פארוואס קויפן אן אינשאורענס פאלאסי, נאכן טויט באדערט דאך שוין נישט דיין ווייב און קינדער, אלא מאי ס'באדערט דיך נאך בחיים חיותך אויף וואס ס'וועט זיין דערנאך וה"ה כאן.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

שטאפענע קאפעליטש האט געשריבן:אין אויך פארשטייט זיך אליין אז אין א געוויסע גיל האט מען מער נישט הנאה פון דער לעבן.

איך וויל דאס מער צונעמען. מ'זעט אז אפילו מענטשן וואס ליידן פון שרעקליכע קרענק ווי ALS ה"י, און פונדעסטוועגן האבן זיי הנאה פון זייער לעבן און זיי ווילן נישט שטארבן.
איז דאס פשוט תלוי אין די עטיטוד פון דעם מענטש?
האדם לא נברא אלא להתענג
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

יא
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
באניצער אוואטאר
שטאפענע קאפעליטש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 254
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:45 pm
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 500 מאל

שליחה דורך שטאפענע קאפעליטש »

אז מ'רעדט שוין.... כ'בין זייער געזארגט,
כ'פלעג וואינען לעבן א אלטע איד וואס ווען ער האט זיך געבייזערט אויפן אייניקלעך האט ער געשאלטן אין אונגעריש אז ס'געגאנגען א רויעך, די נורסעס האבן געציטערט
כ'ציטער ווען איך וועל זיין א בן תשעים אין מיין אייניקלעך וועךן מיך נישט ברענגן די נייע עפיסויד פון א געוויסע שאו. וועל איך שרייען די שטיקל ש*ט ברענג דער פ***ן נייע עפעסויד שוין יעצט
על כל פנים דעמאלטס גייט ארויף שווימען אלע סודות, נאך א סיבה צו שטארבן ביי די 75,
עטץ מיינטס ס'א וויץ? היינט ווען די רעגסט זיך זאגסט אינטערן ברעט כל דבור אסור, דעמאלטס גייסטו עס שרייען אויך הויכע טענער, דיינע קינדער גיין שטארבן פאר בושות
נ.ב. האנט געבן זיך אלטע מענטשן אפ מיט נייען וואטשן אנקעל מושי וגו' פשוט פאר זיי איז עס אינטרעסאנט, אבער אונזער יא וואס שוין פון א וועלט...
דיי הארד אין 24. גארנישט ווייניגער, ב-ו-ש-ו-ת-
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שטאפענע קאפעליטש, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

קאפעליוש, דאס פאסירט אסאך פאר די 75. לויט שטודיעס וואס איך האב דורכגעפירט איז זייער שווער צו איינהאלטן די אינערליכע געפילן פון בערך די 50.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 914 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל

שליחה דורך ראש הישיבה »

יאיר האט געשריבן:נו, וואס איז טאקע פשט אין דעם מאמר חז"ל? אז עס לוינט זיך צו אינוועסטירן אין מצוות בעולם הזה כאטש עס קומט אן שווער, ווייל אזוי וועט מען ארויסנעמען פראצענטן אין עולם הבא? אדער אפשר אז די פערזענליכע סיפוק פון א מצוה איז מער ווערד ווי דאס גאנצע גליק פון עולם הבא?

דער חז"ל ווערט זייער סאך ארום גערעדט אין חסידות. די אלטע רבי איז דאס מסביר אין לקוטי תורה/תורה אור הרבה פעמיםץ

בקיצור די פאונט איז נישט אז עס לוינט זיך ווייל שפעטער באקומעט מען שכר. די פאונט איז אז די תענוג הנשמה אויף יענער וועלט בגן עדן איז שלא בערך צו דער תענוג הנשמה בשעת ער טוהט א מצוה בהאי עלמא.
ווייל די תענוגים פון גן עדן זענען נאר פון אן הארה פון די אור אין סוף. אבער די תענוג פון א מצוה איז דביקות בעמצותו יתברך. די סיבה וואס חז"ל פארציילן דאס איז ווייל היות די אדם הגשמי פילט עס נישט, מוז מען עס מגלה זיין
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

וואס הייסט דער אדם הגשמי פילט דאס נישט? אויב מען פילט עס נישט איז עס דאך נישט קיין תענוג.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

נהורא נפישא האט געשריבן:יא

אויב אזוי איז דאך פשט אז דאס האט נישט צו טאן מיט דעם גיל נאר מיט דעם צוגאנג צום לעבן.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

א radiolab עפיזאד באהאנדלט דעם נושא פון ערנסטע קרענק און אירע באהאנדלונגען, ער ברענגט דארט אז א גרויסע רוב דאקטוירים ווילן אז מען זאל זיי 'נישט' באהאנדלען נאך א הארץ אטאקע, סטראוק, קענסער, וכו' זיי האלטן אז עס לוינט זיך נישט,
איך געדענק ווי איך בין געווען גוט אויפגעשאקלט פון יענע באריכט, הלמי מענטשן וואס דארפן ראטעווען מיין באבע זיידע אין פאל פון אן עמערדזשענסי וואלטן נישט געלאזט מאכן די פראצעדורן אויף זיי זעלבסט אין פאל זיי זענען אין אזא מצב!!
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

ישראל, וואס האט דיר אזוי אויפגעשאקלט, אז מען טראסט דאקטוירים וואס זעען נישט איין די חשיבות פון זייער אייגענע ארבעט? אויף דעם זאגן דאך שוין חז"ל חזקה על אומן דלא מרע אומנותיה.
אדער אפשר מיינסטו צו זאגן אז דא רייסט מען זיך אזוי צו דערהאלטן די אלטע זיידע באבע ביים חיות, און דערווייל די דאקטוירים אליין אנערקענען אז דאס איז בכלל נישט אזא גוטע זאך.
האדם לא נברא אלא להתענג
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

יאיר האט געשריבן:
נהורא נפישא האט געשריבן:יא

אויב אזוי איז דאך פשט אז דאס האט נישט צו טאן מיט דעם גיל נאר מיט דעם צוגאנג צום לעבן.

נו וואס איז די סתירה, אוודאי האט אלעס צוטאן מיט עטיטוד, נאר אויף די עלטערע יארן קען ווערן נמאס דאס לעבן און אז מ'דארף זיך נאך ארוממיטשענען, קען דאס ברענגן צו טוישן די עטיטוד צום לעבן בכלליות.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

יעצט כאפ איך זיך אז דער געדאנק אז דאס לעבן קען פארלירן איר חשיבות אין געוויסע אומשטענדן זעט מען שוין אין די תורה: הבה לי בנים ואם אין מתה אנכי. אזוי זעט מען אויך אין חז"ל אז פארשידענע מענטשן זענען חשוב כמת אדער חייהם אינם חיים.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

יאיר האט געשריבן:ישראל, וואס האט דיר אזוי אויפגעשאקלט, אז מען טראסט דאקטוירים וואס זעען נישט איין די חשיבות פון זייער אייגענע ארבעט? אויף דעם זאגן דאך שוין חז"ל חזקה על אומן דלא מרע אומנותיה.
אדער אפשר מיינסטו צו זאגן אז דא רייסט מען זיך אזוי צו דערהאלטן די אלטע זיידע באבע ביים חיות, און דערווייל די דאקטוירים אליין אנערקענען אז דאס איז בכלל נישט אזא גוטע זאך.

איך וויל אז דער דאקטער וואס באהאנדלט מיר זאל זיין א פעשיאנעיט 'העלטה נאט' ער זאל גלייבן אין די ווערד פון א מינוט לעבן,
די זעלבע ווי איך וואלט נישט געוואלט אז מיין פענשין פאנד מענעדזשער, אדער סטאק בראוקער זאל זיין א שונא בצע, א געלט סקעפטיקער,
א דאקטער א משכיל, אן אויפגעקלערטער, וואס איז נישט נאאיוו, און פאנאטיש 'פרא לייף (מיין לעבן) איז נישט 'מיין' דאקטער!
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

די אמת איז אז איך וואלט געהאלטן גענוי ווי עמעניאל, ווען איך וואלט געוועיזן א גוי, דהיינו, א גוי'ס לעיבן ווערט געוואויגן נאר אויף א וואגשאל, איין זייט איז זיינע אויפטיען, ווי שטארק פראדאקטיוו איז ער, וויפיל טיט ער ביישטייען צים וועלט, און אויפן אנדערן זייט איז וויפיל קאסט זיין לעיבן, אויב איז די הוצאה מער וויפיל זיין פראדוקט איז ווערט, דאן ברויך ער גיין, פארוואס איז ער דא, ער גייט שוין ממילא מער נישט קיין גרויסע זאכן נישט אויפטיען, און דא קאסטן זיינע מעדעצינען אזוי טייער, אבער עס איז דא נאך א דיימענטשן אויפן לעיבן, דאס איז דער נשמה, דער חלק אלקי ממעל, יעדע אמן וואס ער זאגט וועיגט איבער די אלע הוצאות, די אלע יסורים, די יסורים וואס לייטערען אויס זיין נשמה האט א ווערט פארן מאן אפילו ער איז אפילו נישט ביים דעת כל עוד בו נשמתו, ער קומט אפ פיל און עס וועט אים לייכטער זיין בעלמא דקשוט, אויב ער איז א צדיק איז דאך אפגערעדט אז ער איז מגין אויפן דור, און באהיט יעדען פון אלדאס בייז, אויך איז דען בעסער ווען מען איז טויט, דאן הייבן זיך דאך אן אלע צרות, פארוואס וויל ער שטארבן, אלע מלאכי חבלה מיט די הייסע גליענדע גופלען ווארטן דאך אים אפ, און וועלן זיך אפקעכענען מיטנעם אויפ אלעם וואס ער האט געצערנט ג-ט.

נאר וואס דען, זיין פארשטינקענע גאווה, וואס זיין איינציגע זאך וואס שטייט אים אויפן געזיכט ער זאל שטארבן מיט א שמייכל, ער מיינט נעבעך אז זיינע קינדער זענען גאר אינטערעסירט אים בכלל צו געדעינקען, זיי וועלן לייגען א קראנץ בלומען אינעם פאטער'ס טאג, און זאגן אה דעדי וואז סאטשע נייס גיי, און אהיים גיין, אבער וועט נישט זוכה זיין אפילו צו א סלייס אווער נייט לעילוי נשמתו חרייניגע געפילטע פיש, מיט א קראנטשי בארכע, אויב איז געבליבן א הויז דאן אויך פערוועל מיט קאמפאט, איבער א סיום משניות, און א קדיש מיט א לעכטעל, נעבעך וואס ברויך ער נעבעך לעיבן, ווי האט עשיו געזאגט למה לי חיים, גערעכט איז ער,, פארוואס איז ער קעיגען עסיסטעד זעלבסט מארד, גיין זאל ער, מאכן פלאץ פאר די נייע דור, וואס ברויך זיין דירה.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
פארשפארט