דער פולמוס פון די רמח"ל און שבתאות

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

ונבנתה העיר האט געשריבן:זיגמונד, כ'מיין אז דו מישט אויס: דער רמב"ם לערנט אז אלע מעשיות מיט מלאכים זענען געווען במראה הנבואה. אין הל' יסודי התורה איז ער מאריך איבער די צעהן דרגות אין מלאכים. ער האלט נישט פון שדים.

דער רמב"ם דאכט זיך האלט אז מלאכים זענען דאס וואס די פיליזאפן האבן גערופן "שכל הנבדל" וואס אימער דאס מיינט, און נבואה איז אן התדבקות אינעם שכל הנבדל.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 594 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 796 מאל

שליחה דורך אחד העם »

זיגמונד פרויד האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:דאס איז דאך מיין צווייטע שאלה, וואס מיינט אז מען האט א מגיד? א ווייסער מלאך מיט פליגלען שעפשעט אריין אין די אויערן סודות התורה? ס'איז א משל אויף רעיונות וואס פאלן איין פלוצלינג?


איך מוטשע זיך נאך צי פארשטיין צי די דריי מלאכים ביי אברהם אבינו זענען בכלל אמת. נאכן זוכן א ביסל האב איך געזעהן אז די רמב"ם האלט אז עס איז נישט דא א מציאות פין מלאכים (שדים וכדומה), נישט בגשמיות אין נישט ברוחניות. דאס איז נאר א ענין פון נבואה (וואס נבואה איז טאקע איז א באזונדערע ענין).
איך האב באמערקט אז ביי אינז היימישע אידען איז שווער אפצילאזן די פשט אין פסוק וואס אונזער כתה ג' רבי האט אינז אויסגעלערנט..

וואס האט דיר משכנע געווען אז די מגיד איז נישט עפעס פארבונדען מיט נבואה, דוגמת די בת קולות ביי חז"ל, וואס אויב ביי חז"ל איז דאס לעגעטים איז עס ביים רמח"ל אויך
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

פארוואס? האט געשריבן:איך קען דיר נישט צו סאך העלפן, אבער קען זיין אז אט דער ארטיקל, וועט דיר אביסל קלוגער מאכן.

איין קשיא, וואס משום מה באדערט מיר נישט:

הוגה האט געשריבן:וואס האט געמאכט אז זיינע קעגנער זאלן זיין אזוי זיכער מיט זייער שיטה עד כדי כך אז זיי האבן אים גענצליך מחרים געווען?

ס'דא א טייל וואס האלטן אז ער האט געשעיווט זיין בארד...ס'קלונגט פאני. אבער איך האב עס ערגעץ געליינט פון אן ערנסטן מקור...!
פארשפארט