שבת עפפ וועט ערשיינען בקרוב
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 1778 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל
שבת עפפ וועט ערשיינען בקרוב
קומענדיג פאברואר איז ערווארטעט ארויסצוקומען א נייעם עפפ וואס וועט ערמעגליכן זיך צו באנוצן מיטן סמארטפאון אום שבת, די עפפ ווערט אויסגעארבעט פון טעכניקער און צוזאמענהאנג מיט פוסקי הלכה, אז דאס זאל זיין אויסגעארבעט צו לעזן אלע הלכהדיגע שאלות וואס איז נוגע בשעת'ן זיך באנוצן מיטן פאון אום שבת, איינע פון די מיטלן מיט וואס זיי באנוצן זיך לדוגמא, איז גרם מלאכה, ס'וועט ענטהאלטן א דילעי סיסטעם, ווי באקאנט איז א גרם מלאכה מותר, הגם שיש לדון בזה, ס'קען זיין אז זיי זענען אויך מצרף די סברא אז ס'איז נישטא קיין דאורייתאדיגע הבערה.
לגבי טעקסט אז ס'זאל נישט הייסן קיין כתב המתקיים וועט זיך אטאמאטיש דאס אפצומעקן יעדע קורצע וויילע, ס'וועט זיין אן אינדיקעטאר אויפן סקרין ווען מ'קען עס איינפלאגן צו ריטשארדזשן וואס דעמאלטס וועט עס בלייבן אויסגעשאלטערט פון עלעקטריציטעט ביז א וויילע שפעטער, און נאך פילע הלכהדיגע לעזונגן.http://www.shabbosapp.com
לגבי טעקסט אז ס'זאל נישט הייסן קיין כתב המתקיים וועט זיך אטאמאטיש דאס אפצומעקן יעדע קורצע וויילע, ס'וועט זיין אן אינדיקעטאר אויפן סקרין ווען מ'קען עס איינפלאגן צו ריטשארדזשן וואס דעמאלטס וועט עס בלייבן אויסגעשאלטערט פון עלעקטריציטעט ביז א וויילע שפעטער, און נאך פילע הלכהדיגע לעזונגן.http://www.shabbosapp.com
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
- שטאפענע קאפעליטש
- ידיד השטיבל
- הודעות: 254
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:45 pm
- האט שוין געלייקט: 141 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 500 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 1778 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל
ווער נישט אזוי צוהיצט, ס'קען זיין אז ס'האט א געוואלד פון חסרונות, ס'קען זיין אז די וואס וועלן זיך באנוצן דערמיט וועלן שוין קיימאל נישט וויסן מער פונעם טראדיציאנאלער שבת, כזע אבער נישט וואס באדערט דיר די מעגליכקייט צו לעזן טעכנישע פראבלעמן אין איינקלאנג מיט הלכה, מיר זענען ערוואקסענע נאך אלעם און מיר האבן א טשויס, אלענפאלס גלויב איך נישט אז דיין פאמיליע, חברים, מתפללי ביהמ"ד וועלן זיין די ערשטע זיך צו באנוצן דערמיט.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ס'איז דא אזא קאמעדי שוי וואס שטאמט פון מדינת ישראל. (שוין ווידער מדינת ישראל. אלץ מדינת ישראל. מ'קען נישט פטור ווערן פון דעי פארשאלטענע ציונים, ימ"ש.) וואס הייסט "סברי מרנן". דארט, אויף איינס פון די סצענעס איז דא ווי זיי מאכן "קידוש". זיי קריגן זיך ארום איבער ביזנעס און ריעל עסטעיט וואו מ'קען לכאורה שנעל רייך ווערן. ביז די באבע רופט זיך אן "אז שבת טאר מען נישט רעדן פון געלט". נאכ'ן פארן מיט די קארס, רעדן אויף די סעלל פאונס און אנצינדן און אויסלעשן די לייטס, זענען זיי נזהר נישט צו רעדן פון ביזנעס אום שבת...