אין לציון סופיה

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
באניצער אוואטאר
הערשי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 347
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 203 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 948 מאל

אין לציון סופיה

שליחה דורך הערשי »

[justify]עס ווערט געברענגט אין ספר שיח שרפי קודש, ליקוטי אמרים פון החסיד ר' לוי יצחק בענדער, און אזוי איז באקאנט צווישן חסידי ברסלב, אז ר' נחמן האט געזאגט, "אין אומאן זיין און אין סופיא נישט?"

Siach Sarfai Kodesh.jpg

סאפיע פארק איז א וואונדערבארע באטענישע גארטן אין די שטאט אומאן, און איז א פאפולערע אטראקציע ארט אין אוקריינא. בשעת ווען דער צדיק ר' נחמן האט זיך אריבערגעצויגן קיין אומאן סוף ימיו, איז די פארק געווען גאר א בייז וואונדער. אפילו היינט איז וואונדערליך אז אזא שיין פארק געפינט זיך, נישט אין קיעוו אדער אין אדעסא, נאר דוקא אין די קלענערע אומאן.

ר' נחמן האט קענטליך זייער געגליכן די גארטן, בפשטות פאר איר נאטור און שיינקייט און אלס אן ארט פאר התבודדות. מסתמא האט ער אויך געהאט קבלה'שע עניינים דערביי, ווי מאנכע צייכענען אן אז סופיה איז אותיות יהוסף. הלואי זאלן מיר זוכה זיין צו פארשטיין די פארבארגענע סודות. אבער אפילו ווען נישט, הארכט מען א רבי'ן. דערפאר ווען חסידי ברסלב פארן צו ר' נחמן אויף ר"ה, זענען זיי זיך משתדל צו באזוכן אט דעם פארק.

Sofia.jpg
[/justify]
היט זיך פון א סבלן'ס כעס.
באניצער אוואטאר
הערשי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 347
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 203 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 948 מאל

שליחה דורך הערשי »

[justify]סאפיע איז אבער פיל מער ווי בלויז א באטענישע זאמלונג און א מחיה'דיגע שפאציר ארט. די היסטאריע פונעם גארטן, ווי ס'איז מקובל ביי חסידי ברסלב, איז געפלאכטן מיט די היסטאריע פונעם הייליגן ציון זעלבסט.

די מעשה ווערט ארפגעברענגט אין ספר פעולת הצדיק פון ר' שלמה אליעזר שיק. ר' שיק איז א תלמיד פון ר' בענדער און אנדערע זקני חסידי ברסלב, און האט מקבל געווען די פאלקלארע פון די ברסלב'ע חבריא.[/justify]

Schechter.jpg


Berland.jpg


Bender.jpg
היט זיך פון א סבלן'ס כעס.
באניצער אוואטאר
הערשי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 347
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 203 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 948 מאל

שליחה דורך הערשי »

[justify]די מעשה קען מען ליינען אין לשה"ק אינעם בייגעלייגטן פאטאסטאט. פאלגענד איז א אידישער איבערארבייטונג מיט הערות.

Peulos1.jpg

Peulos2.jpg

אין יאר תקכ"ח זענען פארגעקומען טומלען אין אוקריינע. די היידעמאקער זענען געווען קאזאקן און אוקריינער פויערן פון די ארטאדאקסיש קריסליך גלויבן וועלכע האבן געזוכט זיך צו באפרייען פון די יאך פון די פוילישע פריצים און קאטוילישע גלחים. די היידעמאקער מהומות זענען געווען א המשך פון פרעות ת"ח ות"ט א יאר-הונדערט פריער. דער היידעמאקער אנפירער איז געווען מאקסים זאליזניאק. זאליזניאק האט באלאגערט אומאן, און דער קאזאק גענעראל פון די פוילישער באטאליאן, איוואן גאנטא, האט געזאלט מלחמה צו האלטן מיט די היידעמאקער אינדרויסן פון שטאט, בשעת ווען אן אנדער באטאליאן פון קאזאקן, פאלאקן, און אידן, אריינגערעכנט פיל פליטים פון ארומיגע שטעט און דערפער, האט באשוצט די שטאט פון אינעווייניג. גאנטא איז אבער געווען סימפאטיש צו די היידעמאקער, און האט זיך פאראייניגט מיט זלאזניאק. צוזאמען האבן זיי געשטורעמט די שטאט אומאן און איר איינגענומען.

דער גראף פאטאצקי, דער מושל פון אומאן, האט זיך פארפעסטיגט אין זיין שלאס. ר' דוד חזן, מתלמידי הבעש"ט, איז זיך געלאפן באהאלטן מיט אן ענגע גרופע אידן. די איבריגע אידן, אנגעבליך דרייסיג טויזנט נפשות, אין שפיץ פון ר' ליב משאריגראד און ר' משה מנקר, זענען אריינגעטריבן געווארן אין די בתי כנסת און אויסגעקוילערט געווארן. ווי אויך זענען געמארדט געווארן פריצים, פאלאקן, קאטאליקן, און אנדערע רעליעזע מינאריטעטן. דער הויפט רוצח איז געווען נישט זלאזניאק, נאר גאנטא.

די היידעמאקער פלעגן צו הרג'ן דורך שטעכן מיט שפיזן. די אויפשטאנד איז באקאנט אין אוקרייניש אלס די חאליעוושינע, וואס באדייט דורכשטעכן. די סימבאל פון אומאן ביז היינט איז א קאזאק מיט א שפיז, אן אנדעק צו די גלאררייכע היסטאריע פון די היידעמאקער אין שטאט און זייער באשטייערונג צו אוקריינער זעלבסטשטענדיגקייט.[/justify]

Uman.jpg
היט זיך פון א סבלן'ס כעס.
באניצער אוואטאר
הערשי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 347
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 203 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 948 מאל

שליחה דורך הערשי »

[justify]ר' דוד חזן האט שפעטער געשריבן א קינה איבער די קדושי אומאן. די קינה פלעגט מען צוזאגן אין ק"ק אומאן ובשאר קהילות אום ו' אדער ז' תמוז, די טעג פון די יארצייט. ס'איז אויך דא א ביכל אין אידיש, חרב גאנטא, אויפלאגע ווילנא תר"ח, איבער די מהומות.

kinot_uman (1).pdf

ר' שיק שרייבט, ווי נאר ס'איז שטיל געווארן איז ר' דוד חזן ארויסגעקראכן פון זיין באהעלטעניש, און זעענדיג דעם גרויסן חורבן, האט ער מיט זיין גרופע זיך באלד גענומען צו די מתי מצוה. זיי האבן געגראבען צוויי גרויסע קברים און דארט מקבר געווען די קדושים. לימים, וועט ר' נחמן שטיין צווישן די צוויי בערגלעך און טייטלן, אט דא איז גוט צו ליגן. וכך הוה, די תלמידים פון ר' נחמן האבן זיך משתדל געווען דארט צו מקבר זיין דעם צדיק.

אין די קינה שטייט אבער אז די קדושים זענען געליגן אין שטאט אויסגעצויגן אויף דער גאס ביז ווען א גערוך האט זיך געטראגן פון די גופות. דאן האט דער מושל געהייסן די קערער ארויסצושליידערן די קערפער אינדערויסן פון שטאט, שפייז פאר די חיות און פייגל. ווען די שארית הפליטה זענען צום סוף צוריקגעקומען אין שטאט, האבן זיי געפונען די מתים אין גאר א שלעכטע צושטאנד, און זיי האבן באגראבן די עצמות אין איין גרויסער קבר.

אין די הקדמה צום קינה שטייט אז דער צאל געפאלענע איז געווען דרייסיג טויזנט. די שאלה איז צו ר' חזן זעלבסט, אן ערשטהאנטיגער עד, האט געשריבן די הקדמה. פרופ. מאגוטשי, שרייבט אין זיין בוך "א היסטאריע איבער אוקריינע", אז די צאל גע'הרג'טע איז באמת געווען פיל ווייניגער, ארום צוויי טויזענט. גאנטא האט אויפגעבלאזן די ציפער ביי זיין פראצעס כדי זיך צו רומען מיט זיין אכזרות.

Magocsi.jpg

דער גאנטא, שרייבט ווייטער ר' שיק, האט באלאגערט די שלאס פונעם גראף און פארלאנגט דאס גאנצע פארמעגן זיינע. אויב עפענט ער נישט, האט געסטראשעט גאנטא, וועט ער הרג'ן זיין איינציג טאכטער סאפיע. בלית ברירה האט ער זיי געעפענט. זענען די רוצחים אריין און האבן אים באראבעוועט, און סאפיע'ן האבן זיי סייווי גע'הרג'ט.

שפעטער, ווען די פאלאקן מיט די הילף פון די רוסן האבן אונטערדריקט די אויפשטענדלער און פאצאקי איז צוריק קיין אומאן, האט ער געלאזט אויפבויען א הערליכע גארטן אלס אנדעק פון זיין גע'הרג'טע טאכטער. אט די גארטן איז דער סאפיע פארק.

sofia petite.jpg

לויט די מעשה, אויב זיי האבן סתם גע'הרג'ט סאפיע'ן, זענען די פארהאנדלונגען פון אנהויב נישט שטארק רעלעוואנט. אנגעפאלן, געהרג'ט, און געפלינדערט ווי איבעראל.

אן אנדער גירסא איז מקובל, אז בשעת ווען די היידימאקער האבן נאך באלאגערט די שטאט, האבן זיי געשיקט מעלדן פאטאצקי'ן אז אויב גיבט ער נישט אויף די אידן, דאן ווען די שטאט וועט צום סוף פאלן, וועלן זיי הרג'ן זיין סאפיע צום ערשט. פאטאצקי איז געווען אין א גרויס פארלעגנהייט. אויפגעבן די אידן, אדער ראטעווען זיין אייגן טאכטער? צום סוף האט ער געטון דאס ריכטיגע, און ער האט די אידן נישט אויפגעגעבן. ווען די רוצחים זיינען אריין אין שטאט, האבן זיי טאקע מקיים פסק געווען מיט זיין איינציג טאכטער.

לויט די גירסא, איז סאפיע א נאמען פארבינדן מיט מוט און העלדישקייט. בשעת ווען מענטשן זענען געווען וועלף, האט זיך געפונען א מענטש מיט מאראל צו אויסרופן, "איר זענט רוצחים, טוט וואס אייך געפעלט. איך וועל מיינע הענט נישט פארשמירן מיט בלוט", און איז גרייט געווען צו צאלן דעם פרייז.

Potocki.jpg

דער ציון הקדוש אין אומאן און פארק סאפיע זענען ביידע פארבינדן צו די קדושים פון תקכ"ח און צו די העראישקייט פון דער חסיד אומות העולם. אז מען גייט צום ציון זאל מען שוין אויך גיין אין פארק אין אזוי פארפולשטענדיגן די נסיעה קיין אומאן. אזויווי ר' נחמן האט טאקע געזאגט, "אין אומאן זיין און אין סופיא נישט?"[/justify]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום הערשי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
היט זיך פון א סבלן'ס כעס.
באניצער אוואטאר
הערשי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 347
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 203 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 948 מאל

שליחה דורך הערשי »

[justify]איין פראבלעם נאר, ווארין דאס זענען פראסטע מעשיות.

סאפיע איז נישט געווען קיין פאטאצקי קינד נאר א צוגעקומענע, נישט קיין פריצ'ס קליין בת יחידה'לע נאר אליין א גרויסע פריצה, און נאך א גרעסערע פרוצה, און זי איז כלל נישט פארבינדן געווען מיט די מהומות. כאטש וואס זי איז טאקע געווען א בליענדע מיידל בשעת די פאגראם, איז זי אבער געווען ווייט אוועק.

דאס פאלגענדע ווערט ערציילט אויף אן אוקריינער טוריזם זייטל איבער די היסטאריע פון פארק סאפאיווקע. נישט אלסדינג איז זיכער אמת, איז דער שרייבער זיך מודה, אבער די הויפט שטריכן זענען יא דאקומענטירטע פאקטן צוגעשטעלט דורך דער אומאנ'ער מוזעאום פאר ראיאנעלע שטודיעס.

בערך אין יאר תק"כ, איז געבארן צו אן ארימע גריכישע משפחה נעבן קושטא א וואונדעבאר שיין מיידל סאפיע. איר מאמע, א פארצווייפלטע אלמנה, האט איר פארקויפט פאר א דינסט פאר דער אמבאסאדאר פונעם פוילישן קעניג. אויפן וועג קיין ווארשע איז זי אבער פארקויפט געווארן, פאר א פרייז פון טויזנט גאלדענע דוקאטן, צום פוילישן שר און ארכיטעקט פון האלענדישן אפשטאם, יאן דע וויט. דע וויט האט איר גענומען פאר א פרוי, און דאן איר אפגעשיקט לערן זיך חכמות אין פאריז, ווי די שטייגער איז געווען דאן ביי די אדללייט. אין פאריז איז זי אויסגעשטיגן מיט איר שיינקייט, כיטערקייט, און פרעכהייט. אלע שרים האבן געלויבט איר חן און פאר'כישופ'ט געווארן פון איר צויבערקראפט.

א צייט נאכדעם וואס זי איז צוריק אהיים קיין פוילן, האט פאטאמקין, דער גרויסער רוסישער שר און מקורב למלכות, איר גענומען פאר א פלגש. אלס באלוינג פאר דע וויט, האט ער אים באשטימט הערשער איבער חרסין. פאטאמקין האט אבער איינגעזען אז זי איז מער שלאנג ווי חוה, און האט זיך אפגעלאזט פון איר. זי איז דאן געפאלן געווארן אין די אויגן פון גראף פעליקס פאטאצקי.

פאטאצקי האט געצאלט אן אוצר מיט געלט פאר דע וויט אז ער זאל איר אפ'גט'ן. פאטאצקי איז שוין געווען פארהייראט און געהאט א שטוב מיט קינדער. זיין ווייב האט נישט מסכים געווען זיך צו גט'ן על כרחה. ווען זיין ווייב איז אבער פלוצלינג געשטארבן אין יאר תקנ"ו, איז פאטאצקי פריי געווארן צו הייראטן מיט סאפיע'ן.

אויף האנימון זענען זיי געפארן קיין אומאן, איינע פון פאטאצקי'ס געביטן, און סאפיע האט אויסגעדריקט איר באגער פאר א שיין גערטל אינעם אומאנ'ער לאנדשאפט. פעליקס פאטאצקי האט דאן פארשפראכן איינצופלאצן די גלוסטענישן פון די געוואוקסן פון דער וועלט כדי צו דערקוויקן זיין נייע ווייב. פאטאצקי האט דאן איינגעלאדענט דעם ארכיטעקט לודוויג מעצעל צו בויען פארק סאפאיווקע.

שנה ראשונה האט זיך אבער גיך געענדיגט. רבי מאיר האט גע'דרש'נט, ס'דא א מענטש וואס ווען א טויטע פליג פאלט אים אריין אין גלאז, טרינקט ער אויס די גלאז און זויגט אויס די פליג. איינמאל האט פעליקס געכאפט סאפיע אויף דער סאפע. זיינע עבירות האט ער זיך נאך געקענט מוחל זיין, אבער זיין זון יורי'ס מוז ער דאך נישט דולדן. האט ער אפגעצויגן אין אפשיי צו זיין פעסטונג אין טולטשין, ושם מנוחתו כבוד.

אין די געפעכטן איבער די ירושה האט סאפיע נישט מוותר געווען אויף איר כתובה. דער קייסער אלכסנדר אליינס האט זיך געזאלט האבן אריינגעמישט לטובתה קעגן די קינדער מזווג ראשון. ווי האט נאר ר' מאיר געזאגט מיט א פליג? יא, זי איז פטור געווארן פון יורי'ן און געמאכט שבת פאר זיך. איבער די פויערן איז געווען איר מיינוג אז בייזנס טויג. זי האט זיי געטריבן געיאגט און געשמיסן און אונטערדריקט ביז בלוט. גראפין סאפיע פאטאצקא איז געשטארבן אין תקפ"ב.

איר שווערע יונגט, זיך וואלגערן פון היים צו היים, און פארקויפט ווערן ווי אייגנטום פון קאכענאק צו גראביאן, האט איר געלערנט וויאזוי איבערצולעבן אין א הונטישע וועלט דורך אינזינען האבן נאר זיך אליינס. אזוי קען מען מלמד זכות זיין.[/justify]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 4 אום הערשי, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
היט זיך פון א סבלן'ס כעס.
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 954
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1457 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל

שליחה דורך פארוואס? »

כ'בין נישט זיכער אויב דער עולם כאפט די קאפ-שטיק וואס איז באהאלטן אינעם קעפל...

[center]בילד[/center]
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
באניצער אוואטאר
הערשי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 347
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 203 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 948 מאל

שליחה דורך הערשי »

איי געס.
היט זיך פון א סבלן'ס כעס.
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

הערשי האט געשריבן:איי געס.

ס'ווענד זיך וועלכע גירסא פון די מעשה איז אמת, לויטן צווייטן גירסא איז זי צו תמימות'דיג אינעם בילד
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

איך דארף נישט געסן. איך האב עס געליינט און איך ווייס!
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 819
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 10:32 pm
האט שוין געלייקט: 434 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 733 מאל

שליחה דורך יתרו »

שטארק הנאה געהאט [tag]הערשי[/tag]!
כהאב ספעציעל הנאה געהאט פונעם עמאשינעל ראלער קאסטער וואס איך האב געשפירט פאר סופיה, קודם רחמנות, נאכדעם שעצונג, פאר א וויילע ליבשאפט וכו' גענדיגט האט זיך עס עפעס מיט א סעמי פאראכטונג.
לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

מאטי האט געשריבן:
הערשי האט געשריבן:איי געס.

ס'ווענד זיך וועלכע גירסא פון די מעשה איז אמת, לויטן צווייטן גירסא איז זי צו תמימות'דיג אינעם בילד

און א חוץ דעים. לויט דעים פשט, וואספארא שייכות האט דאס מיט אידן? אז דער צדיק האט זיך געוואונדערט אויף ווער ס'גייט נשיט באזוכם "סאפיע פארק".
בשלמא לויט'ן ערשטן פשט... :|
פארשפארט