וויכטיגע וואלן אין מאנסי היינט
- בשבילי!
- היימישער באניצער
- הודעות: 585
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 5:57 pm
- האט שוין געלייקט: 462 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל
וויכטיגע וואלן אין מאנסי היינט
עסקנים רבנים בעטן מ'זאל שטימען צוויי מאל ''ניין'', זיי זאגן פאר חושך ענן וערפל אויב די רעפערענדום גייט דורך וואס וועט געבן ווייניגער איינפלוס פאר מאנסיע איינוואוינער און אנדערע מינאריטעטן.
איינער פון זייערע רעקלאמעס באגייט אבער לדעתי א נארישקייט. עס זאגט מיט גרויסע אותיות אז אויב ''יא'' געווינט קענען זיך 58 מוסדות אפשפארן. ליינענדיג ליצטענס וויפיל עלטערן אין מאנסי רעדן זיך אפ אויף די מוסדות און וועגן זייערע בלוט צאפעריי מיט נישט אננעמן קינדער, קען אזא עד ברענגען שטימען פאר ''יא''.

^*^*^*^
איך האס לייק'ס. אויב ווילסטו מיר אפטוהן. אויב ווילסטו מיר וויי טאן. געמיר א לייק.

- הדד בן בדד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1491
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
- האט שוין געלייקט: 684 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל
יעצט פארמאגט די טאון גאווערמענט א סופערווייזער און פיר טאון קאונסיל מעמבערס, און יעדער איינער פון טאון קען וואוטן פאר יעדן פון די איינגעשטעלטע.
מען וויל איינפירן אז עס זאל זיין זעקס קאונסיל מעמבערס און אז מען זאל צוטיילן דעם טאון אין זעקס דיסטריקטס און יעדער דיסטריקט זאל וואוטן פאר איין מעמבער, פאר דעם סופערווייזער וועלן ווייטער וועלן אלע איינוואוינער פון טאון.

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
שמעקעדיג האט געשריבן:עפעס קאכט זיך אויף אייוועלט
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=24443
שמעקעדיג: ייש"כ. דער "טהור עיניים" קעצל האט זייער שטארקע פוינטס וואס מ'קען אפפלייען דא ביי אינז אין ברוקלין אויכעט. נאר לויט ווי איך הער איז דער מצב פון די זעלבסט-געקרוינטע און זעלבסט-הערשנדע אכזרים (און נאך אפילו שענערע טיטלען) ערגער אין מאנסי, וואו מ'האט ווייניגער ברירות וואו צו שיקן די קינדער לערנען. איין זאך איז זיכער אז די קאונטי אדער סטעיט רעגירונג דארף עפעס טון צו פארשטארקערן די גאנצע אינפרא-סטרוקטור אין די מאנסי געגנט צוליב דעם ריבוי האוכלסין, בליעה"ר...ווען נישט וואס די "פרעזערוו ראמאפאו" גרופע באשטייט פון א באנדע אנטיסעמיטן און שונאי ישראל וואלט איך געזאגט אז זיי האבן א שטיקל פוינט...

-
- ידיד ותיק
- הודעות: 819
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 10:32 pm
- האט שוין געלייקט: 434 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 733 מאל
אן אינטערעסאנט שטיקל פון טהור עיניים אויף איי וועלט
שמעלקא און הרב טייטעלבוים וגו'. לגבי דעם ענין פון רבנים און זיי פאלגן וויל איך נישט יעצט רעדן, איינס ווייל עס וועט דויערן צו לאנג, צוויי, עס וועט גארנישט אויפטון, און דריי, איך האלט אויך אז מען דארף פאלגן רבנים.
דעריבער האב איך א הצעה. די אלע רבנים וואס האבן יעצט גע'חתמ'עט און חתמ'ענען שטענדיג פאר די וואלן, חתמ'ענען פאר יענעם, זיי אליינס בלייבן אינדערהיים. זעה איך דאך אז עס איז נישט "אזוי" וויכטיג יעדע שטימע. דעריבער, אויב וועלן די רבנים החותמים גיין אליינס און שטימען, דעמאלס וועל איך אויך גיין, און אויך מיין פרוי און אויך מיין זון.
אדרבא, הייבט אן ברענגען בילדער פון די רבנים ווי זיי שטימען, ר' חיים שיע הלברשטאם, ר' חיים לייביש ראטנבערג, ר' חיים פייוול שנעעבאלג, ר' אברהם הערש וואזנער, ר' בצלאל טובי' וועטנשטיין, ר' מנחם מאיר ווייסמאנדל, וגו' וכו'.
אז זיי שטימען דעמאלס בין איך איבערצייגט אז עס איז וויכטיג. אויב נישט ווארט איך נאך אויף אנדערע סיבות.
ר' שמחה ונחת, עס קען זיין, כאטש איך בין אין דעם אויך נישט איבערצייגט, אבער נאכאמאל, דאס האט נישט קיין שייכות דא. ווען מען וועט וואוטן נאכאמאל פאר קאונטי עקזעקיוטיוו זאל מען דאס דעמאלס זאגן און טאקע זעהן אז דער עולם זאל נישט מסופק זיין דערין, וועט טאקע יעדער וואוטן פאר זיין קעגנער.
די עסקנים און מוסדות שרייען, אבער די דעוועלאפערס זענען די וואס באצאלן עס. ווייל זיי האבן מורא אז זיי שטייען צו פארלירן. און ווי איך האב געזאגט: זייער גערן, אבער דערמאן זיך נישט פון מיר נאר ווען עס ווערט דיר הייס. מיר איז הייס יעדן טאג. איך פארליר יעדן טאג אסאך טייערע צייט צוליב די טרעפיק, נאר צו גיין צום שיעור איז געווארן א גאנצע קאשמאר. די הויכע טעקסעס נעמען מיר אוועק די ברויט פון מויל, די שיך פון מיינע קינדער. יא, יעדע דאללער מאכט אויס ביי מיר.
ענדע צדיק! האט געשריבן:
טהור-עיניים האט געשריבן:אין מאנסי האבן דאך שוין די עסקנים קלאר געמאכט אז אויב פארלירט מען וועט מען מאכן גאנץ מאנסי פאר א ריזיגער ווילידש (און דאס קען דוקא זיין גאר א גרויסער טובה ווייל דעמאלס וועט מען לכאורה קענען האבן באמת אן אייגענעם סקול דיסטריקט און קענען נידערן טעקסעס (אלע יעצטיגע תירוצים וועלן מער נישט זיין), וועט מען קענען ווייטער בויען.
אויב קען מען, פארוואס טוט מען עס נישט? און פארוואס האט מען עס נישט געטוען ביז יעצט? עס איז דאך א טובה ניין? אלא מאי..
ווייל עס איז שווער, פארצויגן און קאסט אסאך, עס איז פיל גרינגער צו מאכן א געלונגענעם קאמפיין יעדע צוויי יאר און פערטיג.
קרעפטיג האט געשריבן:
וועג עס אפ ביטע, מ'רעד דא פון עסקנים וואס פרובירן אויפצוטאן נאר ס'גייט נישט אלעס וויזוי זיי ווילן, אנטקעגן שונאי ישראל וואס זענען דא דיר 'אפצוטאן'.
וועגן טרעפיק און טעקסעס וועסטו זיי געבן שטיצע מיטן בלייבן אינדערהיים ?
ניין, עס איז נישט נאר וועגן דעם און דאס אליינס איז נישט אזוי פשוט ווי דו מיינסט. און טאקע דערפאר ווייל איך בין אויך א עסקן און איך קען זיך מיט אסאך פון די גרויסע שישקעס, דעפאר ווייס איך מער ווי דער עוורידש דשאו.
איז אזוי, קודם כל איז דא אסאך עסקנים (פון די עכטע מין, די פון וואס דו רעדסט דא) וועלכע שרייען (טאקע שטיל און נאר פריוואט, אבער דאך שרייען זיי) אז סט. לאורענס איז שוין היינט מער א שאדן פאר די היימישע קאמיוניטי ווי א ריוח, מיר צאלן צו א גרויסע פרייז אויף זיינע הפקירות'ן דערפאר וואס מיר מוזן זיך צו אים צושטעלן ווייל ער העלפט אונז.
והשנית, דו מיינסט אז די גוים זעען דאס נישט. לאמיר זיך נישט נארן, נישט יעדער גוי איז אן אנטיסעמיט און נישט יעדעם באדערט אז דער איד בויעט "ביי זיך" נאך דירות, אבער די זאכן וועלכע איך דערמאן דא טיען דירעקט אפעקטירן דעם גוי אויך. נאר דער איד פארט עפעס אויף 306 און 59? דער גוי פארט דאך אויך, דאס זענען דאך די צוויי וויכטיגסטע גאסן אין דעם גאנצן געגענט. אז דער גוי זיצט "יעדן טאג" אין טראפיק און פארלירט א האלבע שעה, צוליב די אומ'אחריות פון געוויסע יחידים, רעגט ער זיך אויף, און מיט רעכט.
אז דער גוי דארף צאלן נאך א טויזענטער (און טייל מאל פיל פיל מער פון דעם) טעקס יעדעס יאר, ווייל "מיר" מוזן לאזן סט. לארענס טון וואס ער וויל, שפירט ער אז ער וויל דיך אויפעסן. זאג נאר, חילול השם און התגרות באומות זענען ביי דיר גארנישט?
נאכאמאל, איך בין אויך א עסקן, איך ווייס וואס גייט פאר. די געלט פאר די קאמפיינען קומען דירעקט פון די וואס האבן מורא פאר זייער טאש. איך האב אבער נישט מורא.
איך האב נייעס פאר דיר. די עסקנים אין דעם סקול באורד, כאטש זיי האבן נישט גענידערט טעקסעס, האבן זיי אבער דאס יאר געמאכט א קלענערע העכערונג ווי געוויסע אנדערע טאונס ארום מאנסי, וועלכע האבן געהויבן אזוי פיל ווי 25 (דוקא רוב פון זיי מיינען עס יא זייער ערנסט, כאטש זיי טוען עס נישט קלוג, ואכמ"ל) און זיי האבן ביטערליך געכאפט פאר דעם. ען פי אר האט לעצטענס געהאט א גאנצען פראגראם ווי מען האט זיי גאר מיאוס באשמוצט, אז זיי באקריוודען די גוי'אישע קינדער.
דו ווייסט וואס איז געווען די תוצאה פון דעם? איך וועל דיר פארציילן. ווען סט. לארענס איז געוואר געווארן אז מען האט נאר געמאכט א ניין פראצענט טעקס העכערונג, האט ער געזאגט: איז דאך גוט, קען איך דאך מאכן דעמאלס א גרעסערע העכערונג ווי אלעמאל. און, געזאגט און געטאן. אלעס וואס מען האט זיך געשפארט מיט דעם קליינעם העכערונג פון דעם סקול באורד האט מען ארויפגעצאלט אויף די העכערע שטייערן פאר די טאון.
און פארוואס קען דאס געשעהן? ווייל מיר "מוזן" אים לאזן טון וואס ער וויל...
איך בעט נאכאמאל. זאגט מיר ביטע וואס גייט זיין ערגער פאר היימישע אידן אין מאנסי אויב די ווארד סיסטעם גייט אדורך גיין. וואס גייט דאס זיי שאדן. איך וועל אייך זאגן נאך מער. איך גלייב נאך נישט אז מיר וועלן קאנטראלירן נאר צוויי פון די ווארדס, אפשר גאר וועלן מיר קאנטראלירן דריי (לויט געוויסע עסקנים און זאך קענער וועלן מיר גאר קאנטראלירן פיר). איך ווייס נישט ווער עס איז גערעכט, אבער אזוי זאגן זיי (שטייצעך נישט הויעך חלילה).
איי וועט איר פרעגן פארוואס טאקע מאכט מען אזא איבערקערעניש. פאר די זעלבע סיבה. ווייל מיר "מוזן" זיך צושטעלן צו אים ווייל ער לאזט בויען, און ער פארלאנגט דאס, ער האט אויך מורא, און ער האט פארוואס מורא צו האבן.
מילכיגער, דו זאגסט זייער גוט, אבער עס איז נישט נוגע פאר היינט.
ועיין ודו"ק הדק היטב כי קצרתי
החותם בצער,
טהור-עיניים

לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 345
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 8:14 pm
- האט שוין געלייקט: 189 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל
- יין שרף
- חבר ותיק
- הודעות: 2570
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
- געפינט זיך: ביים שוויגער...
- האט שוין געלייקט: 4803 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל
ברעט מענינג האט געשריבן:פארוואס? האט געשריבן:נו... וואס זענען די רעזולטאטן???
No האט געווינען מיט א שטארקייט
דאס איז פון די בערך׳דיגע עקזיט פאולס.
בערך 11,500 ניין׳ס און 9,000 יא׳ס.
דאס אלעס איז אן די הונדרעטע אפידיוועיט בעלעטס. פון מענטשען וואס זענען נישט רעגעסטרירט צו שטימען אבער וואוינען אין די טאון.