עס איז נעכטן ארויף געקומען צו מיר א משלחת פון חשובע רבנים, (פון די אנדערע קרייזן), און פראמענענטע פראגראמערס און היי-טעקנישנס, און זיי האבן פארגעשלאגן א פלאן, וואס זיי פלאנען אי״ה גרייט צו מאכן פאר די נעקסטע ווינטער.
דער פלאן מיטן נאמען דער שבת עפפ, איז א עפפ, ספעציעל דעזיגנירט פאר ארטאדאקסישע אידן שומרי שבת, וואס מוזן זיך באנוצן מיט זייער סמארט-פאון אום שבת. און אזוי אויך ארויסהעלפן צענדליגער אידן וואס כידוע זענען ליידער כיום געצווינגען צו האלטן נאר א האלבן שבת.
די שבת-עפפ איז געבויעט אויף א וועג, אז ער נעמט איבער קאנטראל איבערן פאון, און ער מאכט איהם ארבעטן אויף א וועג אז ס׳זאל נישט זיין קיין שום חשש פון חילול-שבת. זיי האבן געקומען צו מיר כדי צו באקומען א הסכמה, זיי ווילן אויך א הכשר פון אונזער-חדר, האבן זיי מיר ערקלערט ווי אזוי עס וועט ארבעטן, אז עס זאל נישט זיין קיין שום פראבלעם:
- בעטערי - די עפפ וועט ארויפ-צווינגען א קביעות׳דיגע באנוץ פון בעטערי, (אזוי ווי א שבת-עלעוועיטער), אזוי אז וואס איהר וועט נאר טוהן מיטן סמארט-פאון וועט נישט גורם זיין קיין איבעריגע באנוץ פון בעטערי.
- שרייבן - די שבת-עפפ האט צוויי וועגן ווי אזוי זיך צו ספראווען מיט דעם איסור פון כתיבה:
1. אן אפציע צו גורם זיין א שפעטיגונג פון דעם קיבארד רענדאמלי, אזוי אז עס וועט נאר זיין גרמא.
2. יעדע שעה וועט אויטאמאטיש ווערן אויסגעמעקט די אלע דעיטע וואס איהר האט געשריבן, אזוי אז עס וועט נישט ווערן פאררעכנט פאר עכטע כותב. - סאונדס - אלע סאונדס וועט ווערן דיסעיבלד ווען די עפפ איז אקטיוו.
- סקרין - די עפפ וועט צווינגען די סקרין בלייבן אנגעצינדן די גאנצע צייט, אזוי אז עס וועט נישט זיין קיין פראבלעם פון אנצינדן אדער אויס לעשן די פאון.
- טשארדזשינג - די פאון וועט דארפן אסאך מער בעטערי ווי אינמיטן די וואך צוליב די עפפ. סא, עס וועט זיין א צייכן אויפן אינפארמאציע-באר צו קענען זעהן אויב מ׳מעג יעצט איינפלאגן/אויספלאגן די פאון.
עד כאן תורף דבריהם, און דאן האבן זיי געוואלט הערן א דעה פון א אונגארישן רב, האב איך צוגעמאכט מיינע אויגן, און זיי געזאגט אזוי:
דער אמת איז, אז אין אלע פראבלעמען וואס איהר דערמאנט, גייט איהר נאר אריין אין די טרוקענע הלכה שאלות, אבער איך - אלס א היימישער רב - קוק עס אן אינגאנצן אנדערש, דא איז דא אן ערנסטע פראבלעם פון ״חדש אסור מן התורה״, ווי אזוי קענען מיר זיך טרויען צו טוהן אזא זאך, אונז האמיר דאס דאך קיינמאל נישט צו געזעהן.
אלא מאי, מ׳קען עס מתיר זיין מיט זייער א פשוט׳ן מהלך. כידוע, איז דער אינטערנעט גע׳אסר׳ט געווארן בדעה אחת פון אלע "היימישע" רבנים, (ווייל ווען נישט איז ער דאך אויטאמאטיש מער נישט היימיש), מיט א תוקף פון ״יהרג ואל יעבור״. ואף על פי כן, נמנו וגמרו, און מען האט עס מתיר געווען לצורך פרנסה.
נו, יעצט לאמיר מאכן א קל-וחומר, מה-דאך א איסור פון יהרג ואל יעבור ווערט נדחה לצורך פרנסה, על אחת כמה וכמה, ווען מ'רעדט נאר פון איסור שבת וואס ווערט נדחה מפני פיקוח-נפש, דארף דאך זיכער ווערן נדחה לצורך פרנסה. ומתוך שהותרה לצורך - הותרה נמי שלא לצורך.
און על פי סוד איז דאך ידוע אז עפפ איז בבחינת עפל, און שבת איז דאך א בחינה פון חקל תפוחין קדישין, (והמדקדקים נוהגים מטעם זה להשתמש בכלים שנוצרו ע"י חברת אפפל) כיל״ח, והוא רחום יכפר עוון.
[center][/center]