די עבודה פון מוחל זיין גאט

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

איך טראכט אביסל אין דעם ענין וואס הוגה שרייבט. מען קען אסאך שמועסן דערוועגן. איך וועל אביסל אויסלופטערן מיינע מחשבות דא, כ'האף ס'מאכט סענס.

כ'האב געהערט אמאל א שיין ווארט. הושענא למענך דורשינו הושענא. מען טרעפט אפט א שטארקע סתירת הרמב"ם, און מען מוטשעט זיך צו פארענטפערן דעם סתירה עס זאל שטימען. גאנצעטע שבת הגדול/שובה דרשות ווערן געווידמעט צו פארענטפערן הארבע רמב"ם'ס. די זעלבע איז דא מיט אידישע קינדער, עס איז פאראן א גרויסע סתירה, מצד אחד זענען מיר וואוילע מענטשן, רצוננו לעשות רצונך, ומצד שני זינדיגט מען און מען פאלט אדורך. אלזא, דארפן מיר איינער זאל זיך שטעלן דרש'ענען און פארענטפערן די סתירה. עס זענען פאראן גענוג וועגן, וע' פנים לתורה... בעטן מיר פון באשעפער, הושענא למענך "דורשינו", דו דרש'ענסט אונז און פרובירסט אונז צו פארענטפערן גענוי ווי מיר פארענטפערן א סתירת הרמב"ם.

לענינינו. מיר טוען אייגענטליך א דאפעלטן דזשאב, וואס איינס איז לכאורה איבריג. מיר קומען צום באשעפער מלא תירוצים (ווי אזוי פלעגט דער מלמד אין חדר זאגן? שערי תירוצים לא ננעלו...), מיר האבן טאקע געזינדיגט, אבער דאס איז נאר צוליב דעם שאור שבעיסה, די נסיונות ופגעי הזמן, צוליב די טירדות און דחקות, פארנומען על המחיה ועל הכלכלה, וכו' וכו'. אבער אויכעט טוען מיר פארענטפערן דעם באשעפער. פארוואס האט ער געשיקט דעם צרה אדער טראגעדיע? אה, צוליב צניעות. פארוואס האב איך נישט קיין פרנסה? מסתמא האסטו נישט גענוג געדאווענט, אדער נישט געבענטשט פון אינווייניג. אדער געטראטן אויף ברעקלעך רח"ל.

פארוואס דארפן מיר פארענטפערן און דרש'ענען סיי אונז און סיי דעם באשעפער? מילא דעם באשעפער, ווייל מיר ווילן פארשטיין על מה החרי האף הגדול הזה, על מה עשה השם ככה, מיר זאלן קענען מתקן זיין עס זאל נישט פאסירן נאכאמאל, און מיר זאלן פטור ווערן פון די צרות. אבער אונז אליין? פארוואס פארענטפערן מיר זיך? דער באשעפער ווייסט נישט די אלע תירוצים נאך בעסער ווי אונז אליין? ווער שיקט דען אונז די אלע ביטערע נסיונות, ווער האט באשאפן דעם גרויסן יצר, כי אתה יוצרם ואתה יודע יצרם כי הם בשר ודם, זכור כי עפר אנחנו? ווער האט געמאכט דעם שאור שבעיסה און שעבוד מלכיות? און נאך ווי ער ווייסט. ער קען אונז אליינס דרש'ענען און פארענטפערן נאך בעסער ווי מיר אליין קענען!

יעצט דאס אז מיר פארענטפערן גאט, איז די סיבה דערצו - ווי הוגה שרייבט - מיר ווילן ארבעטן צו אים מוחל זיין, און וויבאלד מיר ווייסן אז לא עביד קוב"ה דינא בלא דינא און ער באשטראפט מדה כנגד מדה, פרובירט מען צו מאכן חשבונות, וויפיל פונט לשון הרע און וויפיל אריזאנע מצות (פלצתי...); אבער אז דער באשעפער, דער חנון המרבה לסלוח, וויל אונז מוחל זיין, דארפן מיר אים צוהעלפן?

ווען מיר טראכטן, פארוואס העלפט אונז נישט השי"ת, זיינע קינדער, זיין פאלק. פארענטפערט מען, ווייל אונזערע עבירות האבן באשאפן מקטריגים, זיי שטייען אין וועג. איר הערט? די מקטריגים וואס זענען כקליפת השום אקעגן דעם גרויסן גאט, זיי האלטן אפ די ישועות און די השפעות! און אונז? מיר האבן א יצר הרע א מלאך וואס מיר קענען כמעט נישט ביישטיין, און מען רוקט אונז ארונטער נסיונות יעדע מינוט אין לעבן... דארפן מיר זיך נאך פארענטפערן?

המשך יבא בל"נ.
וירח ה' את ריח הניחוח
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

לאז קופערניקוס געמאכט.... לאזט שוין אפ דעם צובראכענעם פארשוייסטן שיבער, יבוא בשלום ינוח על משכבו ונאמר אמן,
אבער לעצם העניין האט איר אלע געשריבן דברים מתוקים. דאס זיך אויס'טענה'ן מיט גאט ווייזט א נאנטקייט, ובצל שדי נתלונן, טייטשט קופערניקוס, אזוי ווישנדיג די שווייס, מיינט מלשון מתלונן זיין, מיר זענען מתלונן, אבער אין שויס פון גאט, ווי א קינד ביי זיין מאמע'ן.
דאס נישט האבן ביצים כלפי גאט קען קומען פון גרויס יראת שמים ופחד הדר גאונו, אבער אויך פון א שוואכע אמונה ווי מען שפירט נישט קיין אנוועזנהייט פון א ממשות'דיגע גאט, נאר גאט אז אזא בלורי מושג צו וועמען מען קען נישט קומען מיט טענות.
מיר איז יא אינטערסאנט צו דעם בארדיטשווערס בייט האט דער בארדיטשובער געהאלטן אז גאט גייט איין אויפן געשעפט, איך גלייב אז על פי חושן משפט איז עס נישט קיין דיעל, די געסט עבירות און איך געב לעבן? עס איז יותר משתות ויותר משטות, ומקח בטל. לאמיר האפן אז גאט האט יא אריינגעביסן אינעם דיעל, וואס פארשטיי מיר אונז צו געטליכע לאגיק?
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

יאיר האט געשריבן:קודם האב איך שוין א בארדיטשובער לימוד זכות. דאכט זיך מיר אז ריטשארד דאוקינס דארף נישט ארבעטן אויף זיך צו מוחל זיין גאט.
לגבי עצם הענין, קלער איך צו מיך אזוי. גאט איז דאך דער עצם מציאות, דער גאנצער הויה איז גאט, ממילא ווען איינער איז ברוגז אויף גאט, איז ער באמת ברוגז אויפ'ן מציאות, פארוואס איז די מציאות אויסגעשטעלט אויף אזא אופן אז איך שפיר בא'עולה'ט?
צוליב די מלחמה וואס טייל מענטשן פירן מיט די מציאות, קומט זיי אן גאר שווער דאס לעבן, מען עסט זיך אויף, מען חשבון'ט, מען קלערט, ווען איך וואלט געבוירן געווארן ביים פישפיקלאדינער וואלט איך דאך געקענט טון אזא שיינע שידוך, און ווען איך וואלט נאר געהייסן שטינקאוויטש אנשטאט שמעקאוויטש וואלט מיר דאך יעדער אזוי ליב געהאט. ממילא דאס איז די עבודה פון מוחל זיין גאט, מיר זאלן אויפהערן זיך שלאגן מיט די מציאות, און אפילו זיך מאכן פרייליך דערמיט און זיין צופרידן.


דברים כדרבונות, דאס איז פין די וויכטיגסטע יסודות אויף הצלחה אין לעבען, הן לדעת חכמי ישראל, והן לדעת חכמי אומות העולם, און דאס מיינט תשובה טוהן באותה אשה באותו מקום באותו פרק, מיט דיין פרוי, נישט זאגען ווען דער ווייב וואלט אזוי געוועהן דעמאלס... אדער ווען מיין פלאץ די מענטשען אין מיין ביהמ"ד וואלטען נישט געוועהן אזעלכע רשעים, באותו פרק, ווען איך וואלט נאר געהאט די בחורישע יארען וכו', באותו אשה באותו מקום באותו פרק. נעם אחריות אויף דיין לעבען ווייל אלעס איז צוליב דייו בחירה, אופס, לויט ר' צדוק נישט.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

[tag]שמעקעדיג[/tag], דיינע מחשבות זענען דאך געוואלדיג, ווען איך קען ווען דינגען א דירה אין דיין מח.... עטליכע מאל דעם יו"ט האב איך געטראכט פון דיינע רייד. ספעציעל האב איך געטראכט פון "שמעקעדיג'ס מקטרג פאראדאקס".

שמעקעדיג האט געשריבן:ווען מיר טראכטן, פארוואס העלפט אונז נישט השי"ת, זיינע קינדער, זיין פאלק. פארענטפערט מען, ווייל אונזערע עבירות האבן באשאפן מקטריגים, זיי שטייען אין וועג. איר הערט? די מקטריגים וואס זענען כקליפת השום אקעגן דעם גרויסן גאט, זיי האלטן אפ די ישועות און די השפעות! און אונז? מיר האבן א יצר הרע א מלאך וואס מיר קענען כמעט נישט ביישטיין, און מען רוקט אונז ארונטער נסיונות יעדע מינוט אין לעבן... דארפן מיר זיך נאך פארענטפערן?


איך האב עס האב עס דיסקוסירט מיט א חבר ביי פאזע. און מיר זענען ארויסגעקומען מיט אזא מהלך.

בעצם - פארשטייט זיך - איז די מקטרג נישט שטערקער ווי גאט, און ווען גאט וויל קען ער פארשוקן די מקטרג. איי, מיר ווייסן דאך אז די באשעפער שוקט שפע און צוליב קיטרוגים האקט זיך אפ די שפע? דאס איז א סיסטעם וואס גאט האט אוועק געשטעלט אז אזוי זאל זיך די הנהגה פירן. עס איז פונקט ווי א מלמד אין חדר זאגט אז ווער עס וועט נישט שטערן לערנען א גאנצע טאג וועט באקומען א מתנה. קומט איין יונגל סוף טאג און בעט זיך ביים רבי'ן אז ער זאל אים געבן די מתנה טראץ דעם וואס ער האט געשטערט איין מאל. די רבי ענטפערט אים, "איך וויל דיר געבן די מתנה אבער איך קען נישט ווייל...". קען דען די רבי טאקע נישט געבן די מתנה? אוודאי קען ער, נאר ער האט אוועק געשטעלט א סיסטעם און ער פארשטייט אז עס איז לטובה צו בלייבן מיט די סיסטעם. והנמשל מובן מאליו.

און בנוגע אונז. מיר קענען יא בייקומען די שטן. ווער זאגט? גאט זאגט. אויב שוין יא א קשיא פרעג ענדערש וואס איז די טענה אקעגן אונז, איז דען עקספעקטעד אז מיר זאלן קענען בייקומען גאט'ס רצון? דאס איז שוין א נושא וואס איז געשמועסט געווארן אין עטליכע אנדערע אשכולות.


שמעקעדיג האט געשריבן:המשך יבא בל"נ.


מיר קענען קוים ווארטן... :P


.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

א ייש"כ פאר אלע משתתפים אין דער שמועס, עס האט מיר געגעבן וואס צו טראכטען ראש השנה.. בעיקר די נקודות פון זיך שלאגען מיט דער מציאות און אויב גאט איז א חלק פון די מציאות אדער נישט. פארשטייט זיך יש כאן מה להאריך ואין לדבר סוף, אין איך האב נישט יעצט קיין נערווען צו דעם, ובכלל רעדט זיך דא פון גאר טיפע זאכען וואס מ'דארף א חכם ומבין מדעתו וכו'. און איך בין פויל צו צונעמען די זאך יעצט כראוי לו. עכ"פ גיב איך נאר א שכויעח פאר חברינו הוגה, יאיר, שמעקעדיג, פאר'ן ארויפברענגען די וויכטיגע נקודות.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
שליח
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 11, 2013 11:43 am
געפינט זיך: th dimension'∞
האט שוין געלייקט: 459 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 767 מאל

שליחה דורך שליח »

תניא כוותי' ד[tag]הוגה[/tag]:
ואי תימא איך אתיהיב ליה רשו לההוא מקטרגא לחפאה ולמתבע דינא, אלא ודאי בידא דהאי מקטרגא שוי קב"ה למתבע דינא על כל עלמא ושוי ליה יומא ידיעא למתבע קמיה כל דינין דעלמא דהא קב"ה עביד ליה ושוי ליה קמיה. למהוי דחילו דקב"ה סלקא ושריא על כלא. ורזא דא והאלקים עשה שייראו מלפניו מאי עשה עשה להאי מקטרגא ואתקין ליה קמיה למהוי סייפא שננא על כל עלמא וכל דא בגין דידחלון מקמי קב"ה כלא ודא איהו סנטירא דתבע חובי בני נשא ותבע דינא ותפיס בני נשא וקטיל לון ואלקי לון כלא כמה דנפיק מן דינא (זוה"ק ברע"מ ויקרא צח:, וכיו"ב במקומות הרבה).

נאך איין הערה'לע וואס איז אפשר כדאי אויסצושמועסן: דערדריקן די טענות ביי זיך און שפילן כאילו אלעס קלאפט איז אויך נישט קיין מהלך. אתא ירמי' ואמר נכרים מקרקרין בהיכלו איה נוראותיו, לא אמר נורא. אתא דניאל אמר נכרים משתעבדים בבניו איה גבורותיו, לא אמר גבור. וכו' מתוך שיודעין בהקב"ה שאמתי הוא לפיכך לא כיזבו בו (יומא סט:).
אבער מ'דארף אנהאלטן דעם גדר הראוי ביים זיך אויס'טענה'ן, ווי מ'זעהט אין חז"ל געוויסע וואס זענען נענש געווארן על שהטיחו דברים כלפי מעלה. דער חילוק צווישן א בן המתחטא און א בנ'יאק המתחצף קען זיין כחוט השערה.
ראית איש חכם בעיניו תקוה לכסיל ממנו (משלי כו יב).
Skepticism is not necessarily a badge of tough-mindedness; it may equally be a sign of intellectual cowardice ~ John Beloff
איינגעמיירעט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 311
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 8:12 pm
האט שוין געלייקט: 143 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 288 מאל

שליחה דורך איינגעמיירעט »

גנדי האט געשריבן:@יאיר

א גרויסן יישר כח פאר די לינק.

איך האב אנגעהויבען צו ליינען די בריוו פון אנהייב. עס איז נורא נוראות.

אפשר זאל מען דאס איבערדריקן און טיילן אין שול פאר ונתנה תוקף?


איך האף אז די ווייסט אז דאס איז פרי יצירתו פון א יודישע צייטונג שרייבער און ארגענטינע ואין לו שייכות כלל וכלל לווארשא
יא יא האט די בארדישובער גענטפערט דעם אפיקורס, סאיז אלץ פיין און וואויל,
אבער געוואלד !!! וואס וועסטו טוהן אויב די ראשית חכמה איז יא גערעכט.
smart man
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 46
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 14, 2013 6:16 pm
האט שוין געלייקט: 107 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל

שליחה דורך smart man »

הוגה האט געשריבן:[tag] ביידע זענען דאך אמת! ממלא כל עלמין וסובב כל עלמין! א שמועס פאר אן אנדערע מאל.


ממלא כל עלמין וסובב כל עלמין please explain whats
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

לאור די עשי"ת ברענג איך נאכאמאל ארויף דעם באלערנדן אשכול, הלואי איך קען לייקן [tag]הוגה[/tag] 20 מאל פאר דעם. עס איז דאך אזוי פאוערפול, עס ברענגט ארויס אלע מיינע הרגשים אזוי קליפ און קלאר.

איז לאמיר איבער'חזר'ן, גאט ברוך הוא, מיינע ווייטאגן פון דעם יאר.

עס איז א געווען א שווער יאר בכלליות פאר די וועלט און כלל ישראל, אבער אויך בפרטיות פאר מיר. הגם נישט קיין גרויסע באמבעס און ערנסטע מחלות ב"ה, אבער די קליינע פרוטה לפרוטות מצטרפות. וויפיל שלאפלאזע נעכט; וויפיל מאל צער גידול בנים; שלום בית קריגעריי; יעדע מאל איך האב זיך געיאגט האסטו זיכער געמאכט צו פאראורזאכן טרעפיק מיט קאנסטראקשן לכל אורך הדרך, אדער אז איך זאל אנקומען צו יעדן רויטע טרעפיק ליכט, און פארקערט ווען כ'האב זיך ענדליך אפגעשטעלט ביי א רויטע טרעפיק ליכט צו כאפן א טרונק פאר מיין דורשט האסטו שנעל געמאכט גרין און אלע קארס האבן אנגעהויבן פייפן אונטער מיר; וויפיל מאל האבן די ווייב אדער קינדער געבעטן וויכטיג 300 דאלער צו גיין שאפינג פאר שבת ויו"ט אבער ווען כ'האב געעפנט מיין בערזל האב איך געפינען בלויז 2 אפגעריבענע סינגלס; וויפיל מאל האט מיר דער מנהל גשמי גערופן אז מיינע חובות אין די מוסדות איז שוין צו הויך למעלה מראש און מען קען נישט האלטן דא די קינדער אומזיסט; און אזוי אויך דער לענדלארד; און די עלעקטריק קאמפאני; וויפיל מאל האט מיר מיין קאפ ביטערליך געשאסן פון ווייטאג; וויפיל מאל געווען שטארק פארקילט און געמוזט ליגן אין בעט; וויפיל מאל האב איך געמוזט צוגיין ערגעץ שלעפן שווערע פעקלעך און דו האסט באגאסן דיין וועלט מיט א ביטערע נאסע היץ אזש די שווייס האט זיך געגאסן פון מיר על כל גדותי; וויפיל מאל האט גע'מבול'ט און איך בין דורכגעווייקט און באנעצט געווארן פון קאפ ביז פוס; וויפיל מאל האסטו געפירט פון הימל איך זאל מאכן א פארדרוסליכע טעות אין דער ארבעט און נאכדעם אריינגעהויבן פון מיין בעה"ב קולות וברקים כאטש איך בין באמת נישט געווען שולדיג און איך בין א געטרייער ארבייטער; וויפיל מאל האב איך געכאפט א שניט אדער א זעץ; איי איי איי... וויפיל אישי'ס מיט טענות, וויפיל קריטיק פון די אייוועלטער, אוי אוי...

איי טאטע, ווילסט מיר באשולדיגן אז דאס אלעס קומט מיר צוליב וואס איך האב געזינדיגט? זאלסטו וויסן אז איך האב זיך פארגענומען לעצטע יאר מיט אן אמת צו זיין ערליך, טאקע גענוי ווי יוכ"פ אין ביהמ"ד... אבער 5 מינוט נאכן ארויסגיין האסטו מיר אריינגעשטופט נסיונות איינס שטארקער פונעם אנדערן, וויפיל איך האב פרובירט זיך ארויסצודרייען האסטו מיר כסדר ארונטערגעשיקט פרישע, נאך אלעם האסטו מיר דאך באשאפן א בשר ודגים, אמת כי אתה יוצרם ואתה יודע יצרם כי הם בשר ודם, יצר לב האדם רע מנעוריו, זכור כי עפר אנחנו, איך האב געמוזט נוצן אומנאטורליכע כוחות זיך צו שטארקן, און טאקע נישט אלץ האב איך געהאט די פולקאמע כוחות דערצו און כ'בין צומאל אדורכגעפאלן, אבער דאס מיינט נישט אז מיין בחירה איז געווען זיך מדבק צו זיין ברע און ממאס זיין בטוב, חס מלהזכיר, אדרבה רצוננו לעשות רצונך... האסט געוואלט איך זאל מער מכוון זיין ביים דאוענען? מער שעות לערנען? העסט געקענט געבן מער געלט, מער הרחבת הדעת, ווייניגער דאגות און סטרעסס, האסט געקענט גרינגער מאכן אזויפיל ענינים!

יעצט באשעפער, איז א זמן תשובה, דער מדרש פארציילט אונז אז דו טוסט אויך תשובה, אין ב"ר אויפן פסוק 'וינחם ה' כי עשה את האדם בארץ', אמר ר' איבו: תוהות היתה לפני שבראתי בו יצר הרע, שאילולי לא בראתי בו יצר הרע לא היה מורד בי... כביכול הקב"ה האט חרטה פארן באשאפן דעם יצר הרע..

חז"ל זאגן דאך 'אין הקב"ה בא בטרוניא עם בריותיו', אלזא לאור די אלע זאכן, טאטע זיסער, ווילן מיר זיך ערקלערן "נאט גילטי" ביים יום הדין, און דו זאלסט אונז אנשרייבן א בעסערע יאר ווי ביז יעצט, און אזוי וועלן מיר דיר האפענטליך קענען מוחל זיין פאר די אלע שוועריגקייטן ברוחניות ובגשמיות וואס מיר גייען אדורך דור נאך דור טראץ וואס מיר קלאמערן זיך צו דיין אמונה!
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

טראכט איך צו מיר אליינס א כוונה, אז דאס איז פשט וואס מ׳זאגט ביי מוסף ״יה״ר מלפניך יאו״א מלך רחמן שתשוב״ אז די אייבישטער זאל תשובה טוהן...
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
באניצער אוואטאר
פלעין יודיש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1116
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 3:35 pm
האט שוין געלייקט: 752 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך פלעין יודיש »

[א] למה תאמר יעקב ותדבר ישראל (ישעי' מ כז). זש"ה מה יתאונן אדם חי גבר על חטאיו (איכה ג לט) א"ר שמואל מה יתאונן אדם על חי עולמים יסתכל בעונות ידיו שגבר על חטאיו. ור' שמעון אומר מה יתאונן אדם אלו לא די שהוא חי והוא רואה את השמש הזה וכן שלמה אומר מה יתרון לאדם [בכל עמלו שיעמול תחת השמש] (קהלת א ג) אלו לא די שהוא רואה את השמש לפיכך אמר הקב"ה ליעקב למה את קורא תגר למה תאמר יעקב.
(מדרש אגדת בראשית פרק סב)
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

פלעין יודיש פליז רעד פלעין יודיש.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

עס איז מיר אלעמאל א וואונדער ווען איינער רעדט דברים היוצאים מן הלב און די צווייטע קומט און פרעגט אים אפ מיט פראזן און פסוקים. וואס פונקטליך ווילסטו? די לעבן איז שווער, פאקט. עס קען זיין בעסער, פאקט. איך פרוביר זיין וואויל די מערסטע וואס איך קען, פאקט. כ'בין פארווייטאגט אויף גאט, פאקט. איז וואס ווילסטו יעצט?


[tag]שמעקעדיג[/tag], כ'האב נאך אין מיין לעבן נישט געלאכט אזוי שטארק פון איינעמ'ס צרות. ס'יענץ געלעכטער.


.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

שמעקעדיג, אז דו רעדסט שוין מיט גאט ווארף שוין אויך אריין מיין קאמפלעינט אז די קאווע וואס איך זופ יעצט וואלט געמעגט בעסער געלונגען. בפרט יעצט עשי"ת, ווען איך פארלאז זיך נישט אויף ר' משה'ס היתר און איך טרונק נאר חלב ישראל.
אויב דו האסט נאך צייט, גיב אים אויך א פרעג וועגן די באקאנטע קשיא, ווייסט דאך, די האלאקאוסט.
האדם לא נברא אלא להתענג
ככלי מלא בושה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 21, 2013 1:15 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18 מאל

שליחה דורך ככלי מלא בושה »

הוגה האט געשריבן:[justify](כאטש די עצם כעס ורוגזא איז אליינס א געוואלדיגע עבודה אין אמונה כמובן.)[/justify]


וואס הייסט?
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

עס ווייזט אז ער גלייבט אז יעדע זאך קומט פונעם רבש״ע.
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

שעיר ר"ח - דער טעם שטייט אין גמ' אז דער באשעפער זאגט הביאו עלי כפרה שמעטתי את הירח...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

מחול לך מחול לך מחול לך
גאט האסט מיך אסאך וויי געטון אבער איך בין נישט קיין קנא ונוקם און כ'בין אלעס מוחל בתנאי אז פון היינט אין ווייטער איז אלעס גיט
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

גדליה האט געשריבן:מחול לך מחול לך מחול לך
גאט האסט מיך אסאך וויי געטון אבער איך בין נישט קיין קנא ונוקם און כ'בין אלעס מוחל בתנאי אז פון היינט אין ווייטער איז אלעס גיט


WOW

אזוי גרינג ביסטו מוחל? די טראסט עם בלינדערהייט?
מיינסט טאקע קומענדיגע יאר וועט ער זיך נישט פארטשעפענען?...

למען האמת, מחילה כלפי שמיא איז נישט אבי געהאקט. טאמער א מענטש פילט תערומות אדער אפי' די ענין פון מחילה איז נישט אלס תערומות נאר ווייל מ'וויל פשוט זיך גוט פארשטיין מיט'ן באשעפער און זיין נאנט, בכל אופן פאדערט עס א פארשטאנד און נאנטקייט, אדער אויסגראדן "אלטע" חשבונות אויב מ'האט תערומות. אבער סתם א דיעל ע"ש העתיד מיט א תנאי איז אזא בחינה פון כבולעו כך פולטו. מ'האנדעלט דא פון א אן ערענסטע רילעישענשיפ נישט פון סתם צוויי מענטשען וואס שעירן א דרייוו-וועי.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

ארויפגעברענגט לכבוד יו"ט הבעל"ט

א חבר מיינער האט מיר היינט געזאגט אז יום כיפור איז א טאג פון מחילה, פשוט "זיך" מוחל צו זיין. @הוגה דערמאנט דאס איינמאל אין זיין ארטיקל אבער פארברייטערט נישט דערין ווייל זעהט אויס ווי נישט דאס איז זיין נקודה אינעם ארטיקל. אבער די איידיע פון זיך מוחל צו זיין איז, אז דער מענטש דרייט זיך ארום מיט גילט כ'העט ווען דאס געברויכט טוהן און יענץ.. און דרייט זיך ארום מיואש, מיט נעגאטיווע ענערגיע וואס איז שלעכט פאר זיך און פאר אנדערע. אזוי אז ער זיך מוחל און זאגט פאר גאט העי, איי דיד דע בעסט דעט איי קאלד עט דע טיים און פערטיג. הא ראי' ווייל גאט האט נישט קיינעם אין מיין פלאץ מיט מיינע נסיונות וועלכע טוען בעסער פון מיר.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

Wow די אשכול... זכרונות!!!
וירח ה' את ריח הניחוח
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

שליחה דורך אלע צוזאמען »

איך טרעט אריין דא מיט א ציטער צווישן די גרויסע קעפ אין שטיבל, אבער...
אונז האבן די כלל אז קודשא בריך הוא ואורייתא וישראל כולא חד, אויב אזוי, ביזטו גאט אליין, האסט טענות, אויף זיך, און אוודאי ווען ס'קומט צו מוחל איז אזוי ווי מ'האט שוין גערעדט דא, ביסט זיך אליינס מוחל, די מאכסט פשוט שלום מיט דיין אינער זיך, די און גאט זענען די זעלבע מציאות דעט'ס איט.

און דאס וואס @הוגה פרעגט פון @יאיר פארוואס מיט די מציאות איז זייער שווער צו שלום מאכן, ווייל, זיך אליינס, איז א שווערע פאציענט, זיין זיך זעלבסט, זיין מיט זיך אליינס, זיך זעלבסט באטראכטן אין שפיגל אופן עבר, איז א שווערע עבודה, און לכאורה גייט מען עס קיינמאל נישט ענדיגן.

(א בחינה, ווי די רמב''ם זאגט אז ווען א מענטש זאל גיין וואוינען אין א מדבר איינער אליינס, עט ער זיך קריגן מיט זיך א גאנצן טאג)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אלע צוזאמען, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
פארשפארט