דער שבת עפפ

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 954
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1457 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל

דער שבת עפפ

שליחה דורך פארוואס? »

[center]בילד[/center]

עס איז נעכטן ארויף געקומען צו מיר א משלחת פון חשובע רבנים, (פון די אנדערע קרייזן), און פראמענענטע פראגראמערס און היי-טעקנישנס, און זיי האבן פארגעשלאגן א פלאן, וואס זיי פלאנען אי״ה גרייט צו מאכן פאר די נעקסטע ווינטער. 

דער פלאן מיטן נאמען דער שבת עפפ, איז א עפפ, ספעציעל דעזיגנירט פאר ארטאדאקסישע אידן שומרי שבת, וואס מוזן זיך באנוצן מיט זייער סמארט-פאון אום שבת. און אזוי אויך ארויסהעלפן צענדליגער אידן וואס כידוע זענען ליידער כיום געצווינגען צו האלטן נאר א האלבן שבת

בילד

די שבת-עפפ איז געבויעט אויף א וועג, אז ער נעמט איבער קאנטראל איבערן פאון, און ער מאכט איהם ארבעטן אויף א וועג אז ס׳זאל נישט זיין קיין שום חשש פון חילול-שבת. זיי האבן געקומען צו מיר כדי צו באקומען א הסכמה, זיי ווילן אויך א הכשר פון אונזער-חדר, האבן זיי מיר ערקלערט ווי אזוי עס וועט ארבעטן, אז עס זאל נישט זיין קיין שום פראבלעם:

  • בעטערי - די עפפ וועט ארויפ-צווינגען א קביעות׳דיגע באנוץ פון בעטערי, (אזוי ווי א שבת-עלעוועיטער), אזוי אז וואס איהר וועט נאר טוהן מיטן סמארט-פאון וועט נישט גורם זיין קיין איבעריגע באנוץ פון בעטערי. 
  • שרייבן - די שבת-עפפ האט צוויי וועגן ווי אזוי זיך צו ספראווען מיט דעם איסור פון כתיבה: 
    1. אן אפציע צו גורם זיין א שפעטיגונג פון דעם קיבארד רענדאמלי, אזוי אז עס וועט נאר זיין גרמא. 
    2. יעדע שעה וועט אויטאמאטיש ווערן אויסגעמעקט די אלע דעיטע וואס איהר האט געשריבן, אזוי אז עס וועט נישט ווערן פאררעכנט פאר עכטע כותב. 
  • סאונדס - אלע סאונדס וועט ווערן דיסעיבלד ווען די עפפ איז אקטיוו. 
  • סקרין - די עפפ וועט צווינגען די סקרין בלייבן אנגעצינדן די גאנצע צייט, אזוי אז עס וועט נישט זיין קיין פראבלעם פון אנצינדן אדער אויס לעשן די פאון. 
  • טשארדזשינג - די פאון וועט דארפן אסאך מער בעטערי ווי אינמיטן די וואך צוליב די עפפ. סא, עס וועט זיין א צייכן אויפן אינפארמאציע-באר צו קענען זעהן אויב מ׳מעג יעצט איינפלאגן/אויספלאגן די פאון. 

עד כאן תורף דבריהם, און דאן האבן זיי געוואלט הערן א דעה פון א אונגארישן רב, האב איך צוגעמאכט מיינע אויגן, און זיי געזאגט אזוי:

דער אמת איז, אז אין אלע פראבלעמען וואס איהר דערמאנט, גייט איהר נאר אריין אין די טרוקענע הלכה שאלות, אבער איך - אלס א היימישער רב - קוק עס אן אינגאנצן אנדערש, דא איז דא אן ערנסטע פראבלעם פון ״חדש אסור מן התורה״, ווי אזוי קענען מיר זיך טרויען צו טוהן אזא זאך, אונז האמיר דאס דאך קיינמאל נישט צו געזעהן. 

אלא מאי, מ׳קען עס מתיר זיין מיט זייער א פשוט׳ן מהלך. כידוע, איז דער אינטערנעט גע׳אסר׳ט געווארן בדעה אחת פון אלע "היימישע" רבנים, (ווייל ווען נישט איז ער דאך אויטאמאטיש מער נישט היימיש), מיט א תוקף פון ״יהרג ואל יעבור״. ואף על פי כן, נמנו וגמרו, און מען האט עס מתיר געווען לצורך פרנסה. 


נו, יעצט לאמיר מאכן א קל-וחומר, מה-דאך א איסור פון יהרג ואל יעבור ווערט נדחה לצורך פרנסה, על אחת כמה וכמה, ווען מ'רעדט נאר פון איסור שבת וואס ווערט נדחה מפני פיקוח-נפש, דארף דאך זיכער ווערן נדחה לצורך פרנסה. ומתוך שהותרה לצורך - הותרה נמי שלא לצורך. 

און על פי סוד איז דאך ידוע אז עפפ איז בבחינת עפל, און שבת איז דאך א בחינה פון חקל תפוחין קדישין, (והמדקדקים נוהגים מטעם זה להשתמש בכלים שנוצרו ע"י חברת אפפל) כיל״ח, והוא רחום יכפר עוון. 


[center]בילדבילדבילד[/center]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום פארוואס?, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

סתם נייגעריג. אויף וואס קען מען באדארפן א פאון אום שבת? איך רעד לצורך, נישט פאר ק"ש און יוטוב.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

ארדערן טאמס אנליין.
לייענען נייעס אין ביה״כ (כבוד הבריאות).
אין אר״י פאר אימידיעט טעראר נייעס (רויטע אלערט).
ווען די רבי קומט אריין צום טיש.
סייענען פאר יו פי עס אדער פעדעקס.
צאמרופן אלע בני משפחה אויפן גרופ פאר קידוש.
וואונטשען פאר די סיניערס אדער זיידעס גוט שאבעס (כיבוד אב/והדרת פני זקן)
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
סמיילי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 66
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 06, 2014 6:23 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל

שליחה דורך סמיילי »

על פי הלכה זענען זיי גערעכט?
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 954
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1457 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל

שליחה דורך פארוואס? »

סמיילי האט געשריבן:על פי הלכה זענען זיי גערעכט?

געוואנדן וואס דו רופסט אן הלכה.
איך וואלט געפרעגט בכלל, איינער וואס זאגט אז מ'מעג נוצן עלעקטעריק אום שבת, איז קעגן הלכה? שווער צו ענטפערן...
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

איך זע נישט פארוואס א שפעטיגונג אין א קיבאורד זאל הייסן גרמא כל אימת ס'וועט זיכער געשריבן ווערן און סאיז דרכה בכך.
הגע בעצמך, אינוויזבל טינט וואס ווערט זעבאר נאך א שעה, צי הייסט עס גרם מלאכה?
בכל אופן, טעקסט איז סתם אזוי נישט קיין כתיבה ומלאכת מחשבת, ווארום אין משכן האט מען נישט געשריבן מיט שווארצע פיקסל לעמפלעך, ווי אויך דארף כתיבה זיין בכוח גברא משא'כ טייפן אויף א קיבאורד האט נישט די צורה פון מלאכת כתיבה ווייל נישט די עצם קראפט פונעם מענטשן שרייבט דעם אות ודוק.
געדיכטע
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 10
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 3:15 am
האט שוין באקומען לייקס: 15 מאל

שליחה דורך געדיכטע »

טענהט ענק ארום און ווען עטס זענטס פארטיג קומטס צו מיר...
אפענע כפירה און ליצנות פונעם הייליגן שב"ק... רחמנא ליצלן
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

סמיילי האט געשריבן:על פי הלכה זענען זיי גערעכט?

ניין! ווייל מ'קען פארוואסערן די גאנצע תורה מיט אזאלכע פשט'לעך. למשל די רעפארמער טענה'ן אז פארדעים שטייט אין די תורה אז חזיר איז אסור, ווייל די אידן זענען געגאנגען אין מדבר און זיי האבן נישט געהאט קיין געהעריגע מיטלען צו אויפקאכן עסן. און חזיר, כידוע, האט א ווארעם וואס הייסט טריקינאסיס, וואס אויב מ'קאכט נישט אינגאנצן אויף די פלייש בלייבט דער ווארעם אינווייניג און שעדיגט. משא"כ היינט אז אינז האבן געז רעינדזשעס מיט טעמפ. קאנטראל. אויך האבן מיר היינט רעפרידזשערעישן, צו האלטן פריש די פלייש. וואס די אידן אין מדבר האבן נישט געהאט. די זעלבע איז וועיגן חתונה האבן מיט גויים. אמאליגע גויים זענען געוועין אומגעלערנט. און די היינטיגע גויים זענען זייער אינטעליגענט און געבילדעט. קוק למשל אויף דייטשלאנד. די גרעסטע נאציס זענען געוועין דאקטוירים און לאיערס. און זיי אלע האבן זייער שטארק ליעב געהאט מוזיק... :? 8-) :lol: :roll: :twisted: :evil: :x :P :oops: :cry: :( ;) :o
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

כוכב האט געשריבן:איך זע נישט פארוואס א שפעטיגונג אין א קיבאורד זאל הייסן גרמא כל אימת ס'וועט זיכער געשריבן ווערן און סאיז דרכה בכך.
הגע בעצמך, אינוויזבל טינט וואס ווערט זעבאר נאך א שעה, צי הייסט עס גרם מלאכה?
בכל אופן, טעקסט איז סתם אזוי נישט קיין כתיבה ומלאכת מחשבת, ווארום אין משכן האט מען נישט געשריבן מיט שווארצע פיקסל לעמפלעך, ווי אויך דארף כתיבה זיין בכוח גברא משא'כ טייפן אויף א קיבאורד האט נישט די צורה פון מלאכת כתיבה ווייל נישט די עצם קראפט פונעם מענטשן שרייבט דעם אות ודוק.

די זעלבע פשט'ל קענמען זאגן איבער אנצינדן און אויסלעשן לייטס אום שב"ק. ס'איז דא א זאך וואס הייסט "רילעי". דער מענטש דריקט אויפ'ן קנעפל פון "רילעי" און דער רילעי צינדט אן און לעשט אויס די לעקטער.. :roll: :roll: :roll: :roll: ;) :o
באניצער אוואטאר
zurich
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 813
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 532 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל

שליחה דורך zurich »

אויף דעים מהלך קען מען אויך מאכן אז מען זאל מעגן דרייווען א קאר שבת, ווען דו צינדסט אן די ענדזען וועלן זיי מאכן אז די ענדזען צינט זיך אן א מיניט שפעטער, איז עס נאר א גרמא....
וואס נאך איז נייעס
באניצער אוואטאר
zurich
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 813
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 532 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל

שליחה דורך zurich »

געדיכטע האט געשריבן:טענהט ענק ארום און ווען עטס זענטס פארטיג קומטס צו מיר...
אפענע כפירה און ליצנות פונעם הייליגן שב"ק... רחמנא ליצלן

איך ווייס נישט צו דו ווייסט ס'דא נאך א סייט וואס הייסט איי וועלט!

דא רעדט מען אזוי
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

דאס איז געמאכט פאר די הייליגע אידן. קנאים, וכו'. דא איז נאר דא אפיקורסים און ציונים. איך אליין קען איינעם א געפערליכן ציוני, וואס ער האט מיר שוין כמה פעמים געזאגט אז ווען נישט וואס ער איז שוין א זיידע (ב"ה) און כמעט א עלטער זיידע וואלט ער געפאקט פעקלעך און געפארן זיך אריינשרייבן אין די טמא'נע מדינת ישראל מיליטער. אדער אפשר אין די טמא'נע נחל חרדי... :? 8-) :lol: :lol: :lol: :roll: :lol: :roll: :lol: :roll: :x :P :oops: ;) :o
באניצער אוואטאר
שטאפענע קאפעליטש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 254
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:45 pm
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 500 מאל

שליחה דורך שטאפענע קאפעליטש »

באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

איך האב נאכנישט מחליט געווען אויב איינער מיינט עס ערנסט, הרב פינק און אויך די חברה פון די עפפ טענה'ן חי וקיים זיי מיינען ערנסט, אבער די גאנצע משא ומתן ארום דעם איז אזוי פריילעך עס איז פשוט שווער צו גלייבען.
די נפקא מינה פון דער חקירה איז צו עס באלאנגט אין די שמייכל אפטיילונג אויף ק"ש אדער אין די תורה ומחשבה אפטיילונג.
על כל פנים אויב וועלן זיי מצליח זיין צו מעורר זיין א שטיקל ערנסטע דעבאטע איבער נוצען סמארטפונס ודומיהם אין שבת והיה זה שכרם, דערווייל איז נשיטא קיין געהעריגע דעבאטע דערוועגן.
איינער ווייסט ווער פירט אן זייער מארקעטינג? זיי מאכן גאר א גוטע דזשאב צו מאכען אזויפיל גערודער אזוי..
זיי האבען אפילו געעפנט א פעידזש וואס רופט צו אסר'ן דער אפפ צו ציען נאך מער אויפמערקזאמקייט..
I have a dream
Martin Luther King ~
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

שטאפענע קאפעליטש האט געשריבן:Introducing The Shabbos App
https://www.youtube.com/watch?v=aEDHi09 ... e=youtu.be

אוי זענען זיי זיס, און די מארקעטינג דערפון איז בריליאנט, זיי כאפן די פיש פאר די נעץ און פארענטפערן דעם איסור נאך איידער זי איז ערשינען...
#לצים
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

אויך מיר בריליאנט. אויב זיי האבן נישט געקענט טרעפן א איד וואס זאל רעדן אויף דעם רעקאלאמע (קאברותא, קזון איש, מנקה...) וויפיל אידן וועלן זיי קענען טרעפן צו ניצען דעם עפפ?
באניצער אוואטאר
zurich
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 813
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 532 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל

שליחה דורך zurich »

דעיס אז די גאנצע כלי איז א כלי שמלאכתו לאיסור האבן זיי נישט אוועקגענימען
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

כלי שמלאכתו לאיסור לצורך גופו איז מותר
באניצער אוואטאר
zurich
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 813
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 532 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל

שליחה דורך zurich »

אפטעמיסט האט געשריבן:כלי שמלאכתו לאיסור לצורך גופו איז מותר

און ווען איז עס אסור?
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

שלא לצורך גופו או מקומו
באניצער אוואטאר
zurich
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 813
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 532 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל

שליחה דורך zurich »

אפטעמיסט האט געשריבן:שלא לצורך גופו או מקומו

נאר? סתם זיך צו שפילן?

הייסט מען מעג ניצן א האמער שבת?
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

יא. אויב דארף מען עס

"צורך גופו, היינו כדי להשתמש בו לצורך מותר, כגון פטיש לצורך פיצוח אגוזים"
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

עניוועיס, מהיכי תיתי אז א פון איז א כלי שמלאכתו לאיסור?
I have a dream
Martin Luther King ~
פארשפארט