איך הער שוין פון דעם ביי וואכנאכט'ס ביי שלום זכר'ס אין גראסערי און אין ביהמ"ד, אבער איך האב נישט ארויס די גאנצע ענין, וואס איז דאס life leadership ? וואס איז זייער ציל? האבן זיי טאגע גוטע זאכן אויסצולערנען דעם עולם? איז דער עולם דערוועגן? קען מען מאכן געלט דארך זיי?
ביטע אויב איינער ווייסט עפעס דערוועגן זאל ער זיך לאזן הערן, יישר כח.
lifeleadership
- Chuchem
- ידיד השטיבל
- הודעות: 180
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 27, 2014 11:30 am
- האט שוין געלייקט: 178 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 123 מאל
You can also take a look here
http://www.bbb.org/detroit/Business-Rev ... complaints
to view some of the complaints.
http://www.bbb.org/detroit/Business-Rev ... complaints
to view some of the complaints.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1512
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
- האט שוין געלייקט: 5973 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
מבקר האט געשריבן:6 complaints אין דריי יאר קוקט מיר אויס גאר צו זיין זייער א גוטע סימן!!!!!!!! ווייל פון טויזענטע מענטשען נאר 6 זאלן קאמפלעינען איז נאך א גוטע רעי"ט
ר' מבקר: איך האב א פארשלאג וואו איהר וועט אי"ה קענען צו קומען צו עשירות עד סוף כל הדורות. נאכמער פון ראטשילד.
ס'איז פאראן א בריק זייער א שיינע. (לכה"פ געוועין אמאל). ס'פארבינדט ברוקלין מיט מאנהעטן. אינטער דעים איז דא א טייך, וואו מ'קען צו פיהרן טויזנטער באסעס און פרייוועט קארס פול מיט אידן וועלכע קומען צו תשליך. א יעדע קאר וועט צאלן די נישטיגע סומע פון $35.00 דאלער. באסעס וועלן צאלן עפעס מער. בערך $120.00 דאלער. די געיטס וועלן זיין אפן פון צום גדלי'ה ביז נאך מוצאי יום כיפור (פאר די וועלכע פארשפעיטיגן אדער האבן פארגעסן צו גיין תשליך בעתו ובזמנו.) . און נאך סוכות קענמען פארדינגען דאס פלאץ פאר סאטמאר (ביידע) וואו זיי וועלן קענען אויפשטעלן גרויסע שאטער'ס (כלשונם הק'). לכבוד דעם גרויסן יום טוב פון כלל ישראל, כ"א כסליו. און פאר פסח 'עט מען קענען דארט פראווען שריפת חמץ אומגעשטערט, דורך די אנטיסעמיטישע שונאי ישראל פון סאניטעישן און פייער דעפארטמענטס. אה. און פאר פאפא (ביידע) וועט אויכעט זיין פלאץ אויפצושטעלן שאטער'ס, די זעלבע קאליר וואס סאטמאר. אין פאפא'ער שאטער'ס וועט די רבי'ס שליט"א אליינס טיילן שיריים פון קאקאש קעיק און דזשינדזשער עיל. טשערי סאודע אויך.
דאס אלעס איז אינטן ביים בארטן. יעצט 'עמיר רעדן פון אויבן. אויפ'ן בריק אליינס, וואו טויזנטער קארס אנגעפילט מיט אידן און להבדיל, גויים, פארן אדורך טעיגליך, וועט זיין טאללס אין ביידע דירעקשאנ'ס. פאר די שפאט-ביליגע סומע פון $20.00 דאלער פאר א קאר. און $50.00 דאלער און העכער פאר טראקס און באסעס.
דאס אלץ פאר די נישטיגע סומע פון $175,350.22 הינדערט פינעף און זיבעציג מיליאן, דריי הינדערט און פופציג טויזנט דאלער און צוויי און צוואנציג סענט. איר מוזט נישט אויסצאלן דעם גאנצן סכום מיט איין מאל. איך נעם א קליינעם דעפאזיט פון $18,000,000.00דאלער. כמנין ח"י). די איבעריגע קענט איר געיבן אויף פעימענטס. איר קענט מיך טרעפן (כמעט) א יעדן טאג אין ביהמ"ד שומרי שבת, ביי די קאווע און קעיק. אין קליינעם פאליש'ל. איר זאלט זיך נאר נאכפרעיגן אויף בערל בעל עגלה. יעדער קענמיך דארט...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
דעיס איז כעין א הוספה צו די פריערדיגע הודעה: בהשגחה פרטית האט דער אייבישטער צוגעפיהרט ברוב רחמיו וחסדיו, אז דער גרויסער און הייליגער יום טוב פאר כלל ישראל כ"א כסליו קומט אויס, קורץ פאר די ציוניס'טישע חגא "חאנאקא" אשר בדו הציונים מליבם הטמא. אזוי אז אינז ערליכע אידן מיזן נישט מיטהאלטן מיט זיי ווי זיי פייערן מיליטערישע נצחונות. אזוי ווי הרב ישראל מ. סופר שליט"א שרייבט טאקע אין זיינע מאמרים, וועלעכעע זענען כמים קרים על נפש עייפה. אדער קילורין לעיניים. כלשון קדשו פון רביה"ק שליט"א...