"דער בלאט"
- ראש המדברים
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 136
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 02, 2012 1:23 pm
- האט שוין געלייקט: 14 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 44 מאל
ביידע צייטונגען וואלטן געדעקט סאטמאר פאליטישע נייעס צום ערשט, נאר פאר א משל ווען דער בלאט האט געדעקט גרויס די שני מאורות הגדולים וואס אסר'ן פאר שו"ב אינטערנעט האבן גאר אסאך מענטשען געצויגן מיט די פלייצע, דאס זעלבע דער איד פון די וואך וואס האט מיט 10 טעג נאכן געווינען מיט 7000 שטימע'ס כלשונו געדארפט מסביר זיין אויף 4-5-6-7 זייטן אז ער איז דער געווינער ציען אסאך מיט די פלייצע, אבער נישט דאס איז די נושא.
ווייל ווי איך האב שוין געשריבן אויב וואלטן זיי דאס נישט געטוען וואלטן ביידע געווען פארמאכט היינט, ווייל ביידע מאכן "נישט" קיין געלט פון די צייטונג נאר וועגן די שמוציגע פאליטיק, און ס'איז קלאר אז ס'איז נישטא פלאץ פאר נאך א צייטונג און דער נייער צייטונג וועט זיך פארמאכן פונקט ווי אידישע געדאנק און דער בליק אדער צייטשריפט וכו' וואס קומט ארויס ווי שוועמלעך נאכן רעגן יעדע פאר יאר.
פאר וועכנטליכע נייעס איז לדעתי נישטא קיין עצה און מיר וועלן מוזן בלייבן מיט קול מבשר און די 3 פאליטישע צייטונגען, חודש'ליך איז ב"ה דא א גאר גוטע געלונגענע ארבעט פון דער שטערן\שפאקטיוו, און יעדע קהילה האט היינט א אויסגאבע פאר קהילה נייעס כדוגמת דער אוצר, אוצרות, בית באבוב וכו'.

- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16680
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18071 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
איך טראכט אזוי ביי מיר, דער איד האט זיך לעצטנס היבש אפגעשאקעלט פון די עקלהאפטיגע פאליטיק. נאר וואס דען, נאך אזא עקלדיגע און שמוציגע בלאט וואס איז ארויסגעקומען לעצטע וואך, און האט געשטאכן דעם אנדערן צד אויף יעדן בלעטל און געמאכט פון זיי אש און פארך, האט דער איד געפילט פאר וויכטיג צו מאכן אן אויסנאם און גיין אויף די דעפענסיווע זייט, און זיך שטארק אפשאקלען און זיך אפקלאפן פון די אלע שמוץ וואס איז אויף זיי ארויפגערינען. דאס איז נישט קיין עקזעמפלאר פאר יעדן וואכעדיגן "איד", וואס איז געווענליך אויף א העכערן סטאנדארד און לאזט זיך נישט אראפ אזוי נידריג.
קען זיין איך בין ראנג, אבער את הנראה לדעתי כתבתי.

וירח ה' את ריח הניחוח
- קלאר
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1230
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 19, 2012 1:06 pm
- האט שוין געלייקט: 162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל
איך גיי זיך נישט טענה'ן ווען עס איז דא א אפענע אגענדע
איך ברענג א טרוקענע דוגמא ווי די ''זשוארלאניזום'' אין די צייטונג האלט אז מען קען ווידמען א כמעט סעפט' 11 סטייל ביילאגע צו אטאקירן דער בלאט
אין מען ברענגט תירוצים, אז מען מיינט נישט דאס מען מיינט נישט יענץ
איך גיי נישט טוהן מיט דער איד וואס די האסט געטוהן מיט דער בלאט צו זיכן ספעלינג מיסטעיקס אין אריינפעיסטן בילדער ווייל עס אינטערסירט מיך נישט ב''ה
די ס''ה וואס יעדער וועט זעהן ביידע צייטונגען זענען אייניג ביליג
אפילו די שרייסט אז די ביזט עכט נייטראל דארף איך זיין א משוגענער צו גלייבן אז איר אטאקירט דער בלאט פשוט ווייל עס טוט אייך וויי דער מצב פין דזשורנאליזעם
אפי' ווען יא וואלט דיך דער איד אויך געבאדערט
איך פארשטיי נאר נישט, פארוואס זענען די זאלונים אזוי אויסן צו פארטיידיגען דער איד אין צייט וואס די ארונים נעמען נישט פערזענליך אן אטאקע אויף דער בלאט
וואס גייט דיך אן מילך דייטש'ס אדער משה פרידמאן'ס טאש
בנוגע נייע צייטונגען
עס איז אמת אז צייטונגען זענען נישט מצליח אבער קוק וויפיל אידישע חודש'ליכע אויסגאבע האבען זיך געפנט לעצטנס אין האלטן נאך יא אן

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קלאר, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
:בלאבל: ווען איר שרייט הערט מען אייך!
ווען איר רעדט פארשטייט מען אייך!!
ווען איר זענט שטיל האט מען אייך ליעב!!!
ווען איר רעדט פארשטייט מען אייך!!
ווען איר זענט שטיל האט מען אייך ליעב!!!
- קלאר
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1230
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 19, 2012 1:06 pm
- האט שוין געלייקט: 162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל
שמעקעדיג האט געשריבן:איך טראכט אזוי ביי מיר, דער איד האט זיך לעצטנס היבש אפגעשאקעלט פון די עקלהאפטיגע פאליטיק. נאר וואס דען, נאך אזא עקלדיגע און שמוציגע בלאט וואס איז ארויסגעקומען לעצטע וואך, און האט געשטאכן דעם אנדערן צד אויף יעדן בלעטל און געמאכט פון זיי אש און פארך, האט דער איד געפילט פאר וויכטיג צו מאכן אן אויסנאם און גיין אויף די דעפענסיווע זייט, און זיך שטארק אפשאקלען און זיך אפקלאפן פון די אלע שמוץ וואס איז אויף זיי ארויפגערינען. דאס איז נישט קיין עקזעמפלאר פאר יעדן וואכעדיגן "איד", וואס איז געווענליך אויף א העכערן סטאנדארד און לאזט זיך נישט אראפ אזוי נידריג.
קען זיין איך בין ראנג, אבער את הנראה לדעתי כתבתי.
די גייסט שוין צו ווייט
די גמרא זאגט מילתא דעבידא לגלי' לא משקרי אינשי
געב נאר א קוק בעפאר די וואלען ווי זיי האבען געהאסט קעגן די ארונים
היי יאר אליין זענען נאך עטליכע מאל געלאפען ארטיקלן קעגן ר' אהרן פין משה יודל דייטש אדער מנשה פילאף
קוק די נייעס קעגן קרית יואל פאבליק סעיפטי, וועגן די קעמפס, אדער די אנדערע נייעס קעגן די ארונים
אויב הייסט דאס אפגעשקעלט איז צרות
עס איז אמת אז א שטיק צייט האבען זיי נישט געשריבן קיין פאליטיק
אין ר' שלמה מאיער פין שומרי החומות האט דעמאלטס גענומען קרעדיט דערפאר,
אבער ציבוסלעך קוקט אויס ווי זיינע קאסטומער דארפן עס וויכטיגער ווי די קעסטל רעטענישן אין די קינדער ביילאגע
:בלאבל: ווען איר שרייט הערט מען אייך!
ווען איר רעדט פארשטייט מען אייך!!
ווען איר זענט שטיל האט מען אייך ליעב!!!
ווען איר רעדט פארשטייט מען אייך!!
ווען איר זענט שטיל האט מען אייך ליעב!!!
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1108
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 9:54 am
- האט שוין געלייקט: 110 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 470 מאל
די זשורנאליסטיששע חלק פין דע צייטינגען גייט מיר נישט אן
אבער אויב איז דעס אמת טיט עס מיר וויי
נאך א דוגמא וואס איך דערמאן מיר יעצט, פאר עטליכע וואכן צוריק איז געווען ביי די קינדערישע בילדער א בילד ווי צוויי פייגלעך מעיטן, דער איגנארענט בלאט שרייבער האט צוגעלייגט דארט זיינע ב'טעם'טע הגהות נישט וויסענדיג אפילו וואס דאס איז, אין צעטל קטן שטייט הארב מ'זאל נישט קוקן אויף חי' ועוף בשעה שנזקקין זה לזה, און דער לייגט דאס אריין פאר מיינע קינדער צו קוקן...
ביטע באשטעטיגטס אויב דעס איז געווען

"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
- פשוט-קאמפליצירט
- ידיד ותיק
- הודעות: 873
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
- האט שוין געלייקט: 866 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל
לעמיל האט געשריבן:איך מיין אז די אשכול קען ווערען אריבער געפירט צו הייד פארק.............
איך מיין אז דא איז נישט די פלאץ זיך צו קריגען אויף אזלכע שטותים
דער טאן פונעם ויכוח איז זייער נארמאל, דאכט זיך. דער נושא מעג אויסגעשמועסט ווערן, מיין איך. ס'איז נישט געפערליך.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2901
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
- האט שוין געלייקט: 913 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל
פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:לעמיל האט געשריבן:איך מיין אז די אשכול קען ווערען אריבער געפירט צו הייד פארק.............
איך מיין אז דא איז נישט די פלאץ זיך צו קריגען אויף אזלכע שטותים
דער טאן פונעם ויכוח איז זייער נארמאל, דאכט זיך. דער נושא מעג אויסגעשמועסט ווערן, מיין איך. ס'איז נישט געפערליך.
דעיס מיינט נארמאל ביי דיך איז וואס איז נישט נארמאל??? נישט יעדער איז אינטערסירט צו הערען (ליינען) דעי שטותים וועמענס איז בעסער אין וועמענס איז גרעסער, די מציאות איז אז ווען צווי סאטמערע אידען וועלען זיך טענען אין פאליטיק ווערט עס גלייך זייער עקלדיג איז פליס סטאפ מיט דעי שטותים וווייל די וועסט במילא נישט אונקימען אין ערגעץ
- ראש המדברים
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 136
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 02, 2012 1:23 pm
- האט שוין געלייקט: 14 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 44 מאל
קלאר האט געשריבן:
בנוגע נייע צייטונגען
עס איז אמת אז צייטונגען זענען נישט מצליח אבער קוק וויפיל אידישע חודש'ליכע אויסגאבע האבען זיך געפנט לעצטנס אין האלטן נאך יא אן
שרייבט ביטע וועלעכע חודש'ליכע אויסגאבע איז לעצטענס ארויס געקומען און האלט נאך אן, איך רעד נישט פון קהילות חודש'ליכע אויסגאבעס, נאר פון אומפארטיי'שע ווי דער בליץ, איז דא נאך א נייע אויסגאבע פון די לעצטע 2 יאר וואס האלט נאך אן?
און צום איד\בלאט ארטיקל וואס האט נישט קיין שייכות צום נושא פון די אשכול, אבער אויב האט דער איד געמוזט דערמאנען די וואך אלע חטאים פון די מהר"א צד ווי מאסקאווי אריזונא וכו' מיינט עס אז זיי זענען אראפ צו די צייטן פון פאר דוד עקשטיין'ס חרם, וחבל על דאבדין
- קלאר
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1230
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 19, 2012 1:06 pm
- האט שוין געלייקט: 162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל
ראש המדברים האט געשריבן:קלאר האט געשריבן:

קודם כל, פארגעס נישט די שפאקטיוו שטערן איז נישט אזוי אלט,
עס מוז זיין זייער ציענד פאר די ליינער אז זיי האבען נאך א קיום
זייט דער בלאט האט זיך געפנט האבען עטליכע פראבירט צו עפנען נייע צייטונגען אין זענען דורכגעפאלען
עס איז קלאר אז די הצלחה פין דער איד אדער דער בלאט איז נישט וועגן זייער תוכן נאר וועגן בעקאפ פין זייער פארטיי - ווי שוין אויסגעשמיסט
אוודאי פארמאגען ביידע צייטונגען א גרויסע באזע פין אנדערע - נישט אנהענגער פין די פארטיי ליינער אין אפי' פין די פארקערטע פארטיי
אבער אן די בעקאפ וואלטן שוין ביידע געווען פארמאכט
אבער אפילו ביי קהל'ישע אויסגאבעס האט אויך נישט אלעס א קיום
ווער געדענקט ''די אידישע געדאנק - (ארונים)'' וואס איז געווען א שטרקע אויסגאבע אבער איז צום סוף געגאנגען שלאפען ווען דער רעדאקטער אלימלך דייטש האט געפענט דעם בלאט אין האט עס אוועקגעגבן
ווער געדענקט ''דער אידישער פלאם - (ארונים)'' וואס דער רעדאקטער האט עס געמוזט פארקויפן פאר איינעם וועלכע האט עס געטויטש צו א מאגעזין אין יענער האט אבער נישט צו לאנג אנגעצויגן
ווער געדענקט נישט ''דער בליק - (זאלונים)'' וואס האט זיך געהאלטן ביים פארשפארען אין געטוישט זיין מהלך ווי א מאגעזין אבער האט זיך סוכ''ס געמוזט פארשפארען
דאס איז שוין ביי אויסגאבעס וואס א פארטיי האט געבעקט, ווער רעדט נאך פין די צייטשריפט אין אנדערע
אבער מיט דעם אלעם איז דא וואס זענען יא מצליח
קוק אן די אוצרות וואס די ארונים געבן ארויס חודש'ליך וואס האט מורא'דיג שטארק מצליח געווען, נאר שענער ווי אסאך אויסגאבעס
זיי האבען געוויסע זאכען וואס כאפען שטארק די ליינער, יעדער שרייבט שרייבט דארט מיט זיין אריגענעלע נאמען, אין די ארטיקלען זענען מלא תוכן
ועלם כולם עס איז אויף א מורא'דיגע הויכע ניווא
בקיצור אז מען האט סיעתא דשמיא איז מען מצליח
אז מען האט נישט קען מען האבען די שטערקסטע פארטייען אין מען גייט שלאפען
:בלאבל: ווען איר שרייט הערט מען אייך!
ווען איר רעדט פארשטייט מען אייך!!
ווען איר זענט שטיל האט מען אייך ליעב!!!
ווען איר רעדט פארשטייט מען אייך!!
ווען איר זענט שטיל האט מען אייך ליעב!!!
- שרגא
- היימישער באניצער
- הודעות: 548
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
- האט שוין געלייקט: 232 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 768 מאל
פני הדור כפני הכלב. די צייטונגען זענען ווי דעם פאלק און דער פאלק איז ווי די צייטונגען. עס איז טאקע אן אפשפיגלונג פון די שטרוי וואס אונזערע מענטשן קייען גערן און פארלאנגען נישט בעסערס, אבער באמת האט דאס געשריבענע ווארט אויך די ראלע פון הייבן א פאלק, ווי אפילו א בעגינער ווייסט. עס איז צרות אויף ביידע זייטן.
אויב א שרייבער אויף הייד פארק קען זיך פארמעסטן מיט דעם בלאט שרייבער, איז עקבתא דמשיחא. און דאס וואס איינער קומט דא עדות זאגן אז דער בלאט האט יא מגיהים וואס קוקן איבער יעדעס ווארט, איז דאך די ווייטאג (און געלעכטער) נעבעך פילפאכיג שטערקער.

(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
- chasid
- ידיד השטיבל
- הודעות: 244
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 1:02 am
- האט שוין געלייקט: 146 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 73 מאל
קלאר האט געשריבן:
אבער מיט דעם אלעם איז דא וואס זענען יא מצליח
קוק אן די אוצרות וואס די ארונים געבן ארויס חודש'ליך וואס האט מורא'דיג שטארק מצליח געווען, נאר שענער ווי אסאך אויסגאבעס
זיי האבען געוויסע זאכען וואס כאפען שטארק די ליינער, יעדער שרייבט שרייבט דארט מיט זיין אריגענעלע נאמען, אין די ארטיקלען זענען מלא תוכן
ועלם כולם עס איז אויף א מורא'דיגע הויכע ניווא
קענסט נישט-ארונים וואס קויפן עס?
- שמיטה
- ידיד השטיבל
- הודעות: 296
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 14, 2012 4:57 pm
- האט שוין געלייקט: 18 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל
קלאר האט געשריבן:אבער מיט דעם אלעם איז דא וואס זענען יא מצליח
קוק אן די אוצרות וואס די ארונים געבן ארויס חודש'ליך וואס האט מורא'דיג שטארק מצליח געווען, נאר שענער ווי אסאך אויסגאבעס
זיי האבען געוויסע זאכען וואס כאפען שטארק די ליינער, יעדער שרייבט שרייבט דארט מיט זיין אריגענעלע נאמען, אין די ארטיקלען זענען מלא תוכן
ועלם כולם עס איז אויף א מורא'דיגע הויכע ניווא
בקיצור אז מען האט סיעתא דשמיא איז מען מצליח
אז מען האט נישט קען מען האבען די שטערקסטע פארטייען אין מען גייט שלאפען
וויפיל יאר האלט שוין אן די אוצרות, אז דו ניצט עס אלס סעמפל פון א אויסגאבע וואס האט א קיום?
- קלאר
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1230
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 19, 2012 1:06 pm
- האט שוין געלייקט: 162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל
שמיטה האט געשריבן:קלאר האט געשריבן:אבער מיט דעם אלעם איז דא וואס זענען יא מצליח
קוק אן די אוצרות וואס די ארונים געבן ארויס חודש'ליך וואס האט מורא'דיג שטארק מצליח געווען, נאר שענער ווי אסאך אויסגאבעס
זיי האבען געוויסע זאכען וואס כאפען שטארק די ליינער, יעדער שרייבט שרייבט דארט מיט זיין אריגענעלע נאמען, אין די ארטיקלען זענען מלא תוכן
ועלם כולם עס איז אויף א מורא'דיגע הויכע ניווא
בקיצור אז מען האט סיעתא דשמיא איז מען מצליח
אז מען האט נישט קען מען האבען די שטערקסטע פארטייען אין מען גייט שלאפען
וויפיל יאר האלט שוין אן די אוצרות, אז דו ניצט עס אלס סעמפל פון א אויסגאבע וואס האט א קיום?
גערעכט
איך רעדט פין דערווייל,
לויט ווי איך הער פארקויפט זיך חודש'ליך מער אין מער דערפון
אויב גייען זיי ווייטער אויף דעם וועג וועלן זיי לכאורה מצליח זיין
:בלאבל: ווען איר שרייט הערט מען אייך!
ווען איר רעדט פארשטייט מען אייך!!
ווען איר זענט שטיל האט מען אייך ליעב!!!
ווען איר רעדט פארשטייט מען אייך!!
ווען איר זענט שטיל האט מען אייך ליעב!!!
- שמיטה
- ידיד השטיבל
- הודעות: 296
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 14, 2012 4:57 pm
- האט שוין געלייקט: 18 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל
קלאר האט געשריבן:שמיטה האט געשריבן:קלאר האט געשריבן:אבער מיט דעם אלעם איז דא וואס זענען יא מצליח
קוק אן די אוצרות וואס די ארונים געבן ארויס חודש'ליך וואס האט מורא'דיג שטארק מצליח געווען, נאר שענער ווי אסאך אויסגאבעס
זיי האבען געוויסע זאכען וואס כאפען שטארק די ליינער, יעדער שרייבט שרייבט דארט מיט זיין אריגענעלע נאמען, אין די ארטיקלען זענען מלא תוכן
ועלם כולם עס איז אויף א מורא'דיגע הויכע ניווא
בקיצור אז מען האט סיעתא דשמיא איז מען מצליח
אז מען האט נישט קען מען האבען די שטערקסטע פארטייען אין מען גייט שלאפען
וויפיל יאר האלט שוין אן די אוצרות, אז דו ניצט עס אלס סעמפל פון א אויסגאבע וואס האט א קיום?
גערעכט
איך רעדט פין דערווייל,
לויט ווי איך הער פארקויפט זיך חודש'ליך מער אין מער דערפון
אויב גייען זיי ווייטער אויף דעם וועג וועלן זיי לכאורה מצליח זיין
צווישן "מורא'דיג שטארק מצליח געווען", און "וועלן זיי לכאורה מצליח זיין" איז דאכצעך דא א היבשע אונטערשייד
- קלאר
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1230
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 19, 2012 1:06 pm
- האט שוין געלייקט: 162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל
נאכמאל
דערווייל איז עס מורא'דיג שטארק מצליח געווען
אויב גייען זיי ווייטער אויף דעם וועג וועלן זיי לכאורה מצליח זיין
דערווייל איז עס מורא'דיג שטארק מצליח געווען
אויב גייען זיי ווייטער אויף דעם וועג וועלן זיי לכאורה מצליח זיין
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קלאר, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
:בלאבל: ווען איר שרייט הערט מען אייך!
ווען איר רעדט פארשטייט מען אייך!!
ווען איר זענט שטיל האט מען אייך ליעב!!!
ווען איר רעדט פארשטייט מען אייך!!
ווען איר זענט שטיל האט מען אייך ליעב!!!
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 975
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 5:48 pm
- האט שוין געלייקט: 49 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל