ביטע פארגעסט נישט פון דעם "סוקסעספולער" ארבייטער

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3593 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4507 מאל

ביטע פארגעסט נישט פון דעם "סוקסעספולער" ארבייטער

שליחה דורך מאטי »

אה...ר'  איד קומט אריין, זעצט אייך אוועק, זאל איך ברענגן עפעס טרינקען?

ניין ניין ס'פעלט נישט אויס.

נו.. בסדר. "שלומי!! גיי ברענג אריין........   גוט, דא האט איר, טרינקט אביסל..שוין .. אלזא וואס קען איך אייך העלפן?

איך..איך.. גיי פאר א וויכטיגן צוועק..

אה! ר' איד, איר ווייסט וויפיל צוועקן ס'איז היינט פארהאנען? אזויפיל ארגעניזאציעס קלאפן אן יעדן טאג פאר: אלמנות, יתומים בעלי חובות, סתם ארימעלייט, שריפות, קראנקע, בלינדע, הינקעדיגע,  און יעדער שרייט, " איך בין דאס וויכטיגסטע".

איך פארשטיי אייך הרב גבירשטיין, אבער מיין צוועק איז נאכנישט רעפרעזענטירט ביי קיין שום ארגעניזאציע, אין פאקט: איר האט נאך מן הסתם קיינמאהל געגעבן פאר דעם צוועק.

אזוי? ווי קען דאס זיין אזא זאך? א וויכטיגע צוועק, און קיינער ממש קימערט זיך נישט? און וואס קען שוין זיין אזא געהיימע מיסטעריעזע צוועק וואס "איך" (טראכט צו זיך...  דער גרויסע בעל צדקה) האב זיך נאך קיינמאהל  נישט אנגעקלאפט דערין ..

אנגעקלאפט... גראדע יא, הרב גבירשטיין, און נישט איינמאל נישט צוויי מאהל נאר כמעט א יעדן טאג, אבער ארויסגעהאלפן דאס שוין נישט.

ר' איד, איר צושטרייט מיר דא מיינע נערוון. איר ווילט מיר זאגן אז ס'מאכט זיך אפט א וויכטיגע צוועק פאר די נאז, און איך מאך זיך פשוט נישט וויסענדיג טאג איין טאג אויס?

יא!

און איר ווייסט וואס נאך איך וועל אייך זאגן הרב גבירשטיין, איר טרעפט זיך מיטן בעל דבר יעדן טאג, איר שמועסט מיט אים האנדלט מיט אים, איר זענט יענעם גאר א נאענטן....ע. ... קרוב.... ניין נישט קרוב,  ידיד... נע ידיד אויך נישט, איך ווייס נישט פונקטליך די הגדרה, אבער א נאענטער מענטש.

נו זאגט שוין ווער......

הרב גבירשטיין דאס איז אייער "ארבייטער"....

מיין ארבייטער גאר?? וואס האט פאסירט מיט אים? איר האט פריער געזאגט נישט ארים, נישט קראנק, נישט קיין שריפה, נישט קיין יתום, דאן וואס האט פאסירט מיט אים?

גארנישט...הרב גבירשטיין.

גארנישט?

גארנישט, אזוי ווי איר הערט.

ר' איד איר האט אנגעטראפן דעם נישט ריכטיגן מאן פון וועמען צו טרייבן שפאס, הערט אויף מיט אייער לצנות, אדער איר וועט דארפן צודרייען דעם טיר מיטן דרויסענדען הענטל.

בארואיגט אייך הרב גבירשטיין, דא שטעקט טאקע דעם פראבלעם, אייער ארבייטער ווארט שוין אויף א רעיז א האלבן יאר און ס'פאסירט גארנישט!! גארנישט!! איר קענט אים העלפן אבער איר ווילט נישט.

וואס? ר' איד! וואס מישט איר זיך אריין אין מיינע פריוואטע אנגעלעגענהייטן, דאס איז מיין ביזנעס!

אנטשולדיגס הרב גבירשטיין, איר זענט גערעכט, איר זענט פולקאם בעל הבית אין אייער ביזנעס, איך באצווינג אייך נישט צו גארנישט, איך וויל זיך בלויז ארויסרעדן "הארץ צו הארץ." ס'קען אפשר זיין - הרב גבירשטיין - אז איר קענט זיך נישט ערלויבן, אדער, ער איז א שוואכע ארבייטער וואס מאכט פראבלעמען, וכו' וכו', דאן האב איך גארנישט געזאגט און זייט מיר מוחל פון פאראויס.

אבער, לאמיר זיך אדורך שמועסן, אויב איז ער יא א געטרייער ארבייטער וואס פארשווארצט זיך דאס גוף דורכ'ן טאג אייך צו באדינען, און פירט אויס זיין שליחות מיט נאמנות, מיט אחריות, דאן פארוואס ווען ער האט אייך געבעטן א רעיז פון $950 צו $1000 מאכט איר אים דעם טויט?:פארוואס איז דאס ווארט "באנוס" אינגאנצן נישט אין אייער לעקסיקאן? איר גיט אזויפיל צדקה פאר אומבאקאנטע צוועקן, זייער א חשוב'ע זאך. אבער פארוואס זאלט איר נישט באגילדן אייער אייגענע ארבייטער וואס מאכט אייך רייך במלוא חפניים בסדר פנים יפות..

יא יא, טייערע חברים, אונזער אייגענארטיגע סביבה'שע נויאנסעס באשטראפט דעם  מיטל-קלאסיגער ארבייטער אויפן ערגסטן פארנעם, די הוצאות זענען פילפאכיגער ווי א טיפישער אמעריקאנער פאמיליע, און הייבט זיך אן פיל פיל פריער אין לעבן, ווי דער דרויסענדיגער גאס.

אבער די הכנסות??  געוואלד און געשריגן, כמעט די זעלבע!!

איז אזוי, איינער וואס האט נישט קיין פרנסה, אלמנות, יתומים, קראנקע, האט זיך וואו צו ווענדן בדרך כלל. א טאטע, א פעטער, א קרוב, ס'איז טאקע נישט קיין בא'טעמ'ט עסק צו לעבן אויף יענעמ'ס חשבון, און כ'וועל נישט זאגן אז מ'וואלט זיך געוואלט מיט אים פארטוישן. אבער, דאס זענען די קאנסעקווענצן פון זיין אן אינו מוצלח, און מ'איז זיך מתמודד דערמיט ביי אונז פארשטענדליך לויטן מצב.

אבער דער "סוקסעספולער" ארבייטער... וואס פעלט אים דען? ער האט ב"ה א זשאב נו וואס וויל ער!

"טאטע לעבן, איך מאך טויזענד דולר א וואך, אבער כ'קום נישט אויס דעם חודש, קענסט מיר אפשר העלפן?"

ס'הערט זיך לעכערליך.

"זאג דיין ווייב זאל אויפהערן ספענדן" - קומט צוריק אנטווארט. "דו ווייסט אז חזקי'ן דארף איך כסדר צושטופן ווייל ער האט שוין נישט קיין פרנסה אפאר חדשים, פריי זיך אז דו האסט כאטש עפעס."

דא קומט אריין דער ארבייטס-געבער אין בילד. יא איך פארשטיי איר מוזט נישט! איר מוזט אבער נישט מנדב זיין אן ארון הקודש פאר אייער שול, און איר זיינט יא מנדב, פארוואס? ווייל א פראפעסיאנאלער פאונדרעיזער האט אייך באאיינדרוקט? וואס איז נאך שייך א גרעסערע מצווה פון אן עניי עירך הגון  וואס איר קענט שטיצן בדרך כבוד אין א שלייער פון פשוט העכערן זיינע וועידזשעס, אריינווארפן א באנוס, וכדומה.

יא יא איר האט צוגעטראפן, מיט וויפיל איר גיט אים איצט, קען ער  "נישט" אויסקומען דעם חודש. זעצט אייך אראפ, און מאכט דעם חשבון וויפיל ס'קאסט היינט פאר א אינגערמאן צום לעבן, און איר וועט נבהל ונשתומם ווערן! איר וועט זיך פשוט שעמען אז איר גיט אים דאס וואס איר גיט אים.

צום נייער יאר זייט אייך מקבל א דבר טוב, די אלע צדקות איז אלעס פיין און וואויל, אבער זיי גייען אי"ה נישט אונטערגיין אן אייך, זיי האבן ב"ה עסקנים לרחצה וואס פולן זיך אן די טאשן מיט ניין און פערציג פראצענט פון אייער געלט, זיי וועלן זיכער מאכן אז ס'וועט נישט פאלן.
קוקט אייך אבער אום ביי אייך אין ביזנעס, דער "סוקסעספולע ארבייטער" יא, דער וואס זיצט אין נעקסטן צימער נעבן אייך ניין שעה א טאג, ער מוטשעט זיך צו קאווערן דעם חודש, און האט קיינער צו זיין זייט וואס זאל אים העלפן, איר קענט מאכן א דיפערענץ.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves

דער אשכול פארמאגט 34 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר