היסטאריע פון קאווע שטיבל און איר מחלוקה מיט אייוועלט

הערות און אבזערוואציעס איבער דעם סאשעל מידיא וועבסייט
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

אתא, נטורא קרתא איז א לעגיטימע - - קיציונישע - - אנשויאונג, וואס האט אלע רעכטן פארגעשטעלט צו ווערן אין שטיבל אויב ווערט עס געטון בכבוד הבריות. ווידעראום די קללות און וואלגארישע אויסברוכן פון אתא און טיטאניק קומען נישט נאך די קאווע שטיבל סטאנדארטן און זיי גאר וואלטן געדארפט פארשריגן ווערן.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

כוכב, היטלערס מיין קאמף איז א לעגיטימע כאטשיק קיצונית'דיגע דעה און זיינע קריטיקירער דארפן גאר פארשריגן ווערן.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 594 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 796 מאל

שליחה דורך אחד העם »

איך אויך האט געשריבן:כוכב, היטלערס מיין קאמף איז א לעגיטימע כאטשיק קיצונית'דיגע דעה און זיינע קריטיקירער דארפן גאר פארשריגן ווערן.

קען זיין, אבער וואס האט בוידעם מיט קלאץ?
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

דאס וואס אחד האט מיט העם.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

טאמער א איד וואס קען שרייבען אידיש און ווייסט וועלכער פרוכט נעמט מען פאר ד' מינים האלט אז נטורי קרתא איז גערעכט, איז ער א חלק פון די געזעלשאפט. פארפאלען. יא, מיר האבען אחריות פאר איהם און ער איז מחונך פון אונזערע מלמדים און אונזערע באוועגונג. אוודאי קען מען איהם האלטען פאר נישט גערעכט, אבער פארשווייגען ווייל ער 'שטינקט' מאכט איהם נישט פאר אויס-עקזיסטירט. מיר דארפען זיך פארען מיט אזעלכע מענטשען אין אונזערע שטיבלאך, משפחה און ארום און ארום, ווייל אזוי איז דער מציאות.
טאמער מ'וויל מסביר זיין זייערע טעות קלאר און דייטליך, אדרבא, פאר דעם האט מען אזא רו'איגע שטיבעל ווי ק"ש. טאמער זיי קומען אריינרעדען אין א שמועס ווי זייערע גלויבונגען באלאנגט נישט, איז דער גבאי אחראי אויף דעם. און טאמער מ'האט נישט קיין עמטליכע טענות אויף זיי, און מ'רעגט זיך נאר ווייל מ'האט פאר צופאל אויך א שוואגער וואס קומט יו"ט צום סוכה און ער איז אויך אן עקסטרעמיסט, אבער מ'קען איהם נישט פארשווייגען ווייל דער מאמע וויל נישט זען קיין משפחה מחלוקת ביים חוה"מ סעודה, און ממילא זאגט מען דער טאכטער אויף ק"ש און מ'מיינט שער שנור, איז מען פונקט אזוי גילט"י ווי דער נטו"ק עסקן ודעימיה וואס קומען חזר'ן אהן ביי יענעם ווייל די אייגענע ביה"כ איז שוין פארשטאפט.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ר' ליטוואק פון בודאפעסט: ייש"כ פאר דיין הויעך-פילאזאפישן מאמר, מיט וואס דו האסט אונז מזכה געווען. לויט ווי איך, א פשוט'ער בעל עגלה נעם ארויס פון דיינע געשליפענע דיבורים, אז ס'דא א חיוב מוחה צו זיין, אפילו אין א משפחה, אויב ס'איז דא א צודרייטער עקסטרעמיסט, וועלכער קומט אנשמירן זיינע בויך-וויי פראדוקטן ביי נארמאלע מענטשן.
אבער, אזוי ווי איך האב שוין כמה פעמים געזאגט, ספעציפיש לגבי די פאררוקטע, שטינקעדיגע צודרייטע רשעים וועלכע רופן זיך "נטורי קרתא", אז ווען זיי גייען צו חאמאס, אדער אפילו צו איראן און קושן די קליינע און גרויסע אראבישע שקצים, שטערט דאס מיר זייער ווייניג. ס'טרייבט מיר בכלל נישט ארויף דעם בלוט-פרעשור. ווייל איך קוק זיי אן ווי מאנקיס און קלאונס. אבער ווען זיי פארן צו די פארשאלטענע דייטשע גויים, די נאציס, וועלכע האבן נאר איבערגעפארבט דעם נאצישן פאן ווייל אמעריקע שטייט זיי אויפ'ן קאפ. ווען זיי גייען דארט, און באקלאגן זיך אויף די ציונים, בשעת די קרעמאטאריום'ס און די גאז אויוונס רייכערן נאך. בשעת די האלאקאוסט איבערלעבער זענען נאך בחיים, דאס טרייבט מיר געפערליך שטארק ארויף מיין בלוט-דרוק. און ס'קומט מיר אויפ'ן געדאנק דער פסוק וואס בלעם הרשע האט געזאגט צו זיין אייזל, בשעת דער מלאך האט איהם פארשטעלט. און ס'איז נישט דא קיין איינער וואס זאלל זיי סטאפן. וואו איז דער "מוסד" וואו איז די ש.ב.?...וואו איז סתם אן עמך איד, א גבר בגוברין וואס זאלל צו גיין צו זיי און דערלאנגען אחת ושתיים, למען ישמעו ויראו...

p.s.: This was just a typical rant. I had to get a few things off my chest... :x :roll:
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך האב נישט קיין אנונג ווי דו האסט מדייק געווען אין מיין הויך-געשעצטע רייד וואס דו האסט גענומען. איך האב נאר געזאגט אז ליי"ק אי"ט או"ר נא"ט, זענען די חברה עצם מעצמינו, א תוצאה פון אונזערע חינוך, נאר אביסל ווייטער געטראטען. און ממילא באלאנגען זיי אין ק"ש פונקט ווי יעדער.
וואס איז געשען אין דייטשלאנד, און פארוואס מאכט עס א חילוק צו אונז אין אמעריקא אדער א"י?
און אגב אורחא, מיינסט טאקע אז דערלאנגען אחת או שתים וועט עפעס טוישען? מ'רעדט דען פון מענטשען וואס האבען אייגענע אינטערעסע'ס דא? כ'ווייס אז משה הירש האט באקומען געלט פונ'ם אראבער, אבער פלי"ז, די חברה טו'ען עס פאר די זעלבע סבה וואס א בחור איז מחליט איין טאג אז ער לערנט מורה נבוכים און זינגט קארליבך א גאנצע טאג. זיי זענען עפ"י רוב אומצופרידען אין זייער ארום און ארום, און מיט זיין אנדעריש פון אלע אנדערע פילען זיי א באקוועמליכע פלאץ אין דער וועלט. זיי ראנגעלען שוין נשיט אויף דער זעלבע שטיקל ברויט ווי אלע אנדערע. איך מיין אז ר' משה בער זעלבסט איז אנדעריש. ער מיינט עס נעבעך ערנסט, אבער די אלע אנדערע זענען סתם דארט פאר טעראפ"י און איך גלייב נישט אז א פאטש וועט זיי שטערען.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ר' ליטוואק פון בודאפעסט: לשאלתך. וואו דו זאגסט אז מ'דארף מוחה זיין אקעיגן זיי ודכוותייהו? אין די לעצטע דריי שורות פון דיין מאמר..
לגבי, "וואס איז געווען/געשען אין דייטשלאנד"?! דיין כונה איז , אין די 1930'ס אדער לעצטנס. ס'קען זיין אז דו ביסט געוועהן אויף אן אנדער פלאנעט. לא אמרנו. אויב מיינסטו אין די לעצטע צוויי יאר? דאן איז די ענטפער. אז די שמוציגע, שטינקעדיגע קלאונס, מאנקיס און רשעים און כעלעמער זענען געפארן צו דייטשלאנד און זיך געטראפן מיט אנגעשטעלטע פונ'ם דייטשן אויסערן מיניסטעריום, וואו זיי האבן אויכעט געהאט א פרעס קאנפערענץ, אין וועלכן זיי האבן זיך באקלאגט אויף די ציונים און געבעיטן הילף פון די דייטשן, ימ"ש אז די ציונים זאללן סטאפן רודפ'ן און אונטערדריקן די נעבעכ'דיגע, אומשולדיגע אראבערס אין פאלעטינע. ווייל דאס איז אויך קעיגן די "טארא"...ווי דער דייטשער הונט האט עס ארויסגעזאגט...!
פארשפארט