ביטע פארגעסט נישט פון דעם "סוקסעספולער" ארבייטער
- מאטי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3090
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 3382 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל
ביטע פארגעסט נישט פון דעם "סוקסעספולער" ארבייטער
אה...ר' איד קומט אריין, זעצט אייך אוועק, זאל איך ברענגן עפעס טרינקען?
ניין ניין ס'פעלט נישט אויס.
נו.. בסדר. "שלומי!! גיי ברענג אריין........ גוט, דא האט איר, טרינקט אביסל..שוין .. אלזא וואס קען איך אייך העלפן?
איך..איך.. גיי פאר א וויכטיגן צוועק..
אה! ר' איד, איר ווייסט וויפיל צוועקן ס'איז היינט פארהאנען? אזויפיל ארגעניזאציעס קלאפן אן יעדן טאג פאר: אלמנות, יתומים בעלי חובות, סתם ארימעלייט, שריפות, קראנקע, בלינדע, הינקעדיגע, און יעדער שרייט, " איך בין דאס וויכטיגסטע".
איך פארשטיי אייך הרב גבירשטיין, אבער מיין צוועק איז נאכנישט רעפרעזענטירט ביי קיין שום ארגעניזאציע, אין פאקט: איר האט נאך מן הסתם קיינמאהל געגעבן פאר דעם צוועק.
אזוי? ווי קען דאס זיין אזא זאך? א וויכטיגע צוועק, און קיינער ממש קימערט זיך נישט? און וואס קען שוין זיין אזא געהיימע מיסטעריעזע צוועק וואס "איך" (טראכט צו זיך... דער גרויסע בעל צדקה) האב זיך נאך קיינמאהל נישט אנגעקלאפט דערין ..
אנגעקלאפט... גראדע יא, הרב גבירשטיין, און נישט איינמאל נישט צוויי מאהל נאר כמעט א יעדן טאג, אבער ארויסגעהאלפן דאס שוין נישט.
ר' איד, איר צושטרייט מיר דא מיינע נערוון. איר ווילט מיר זאגן אז ס'מאכט זיך אפט א וויכטיגע צוועק פאר די נאז, און איך מאך זיך פשוט נישט וויסענדיג טאג איין טאג אויס?
יא!
און איר ווייסט וואס נאך איך וועל אייך זאגן הרב גבירשטיין, איר טרעפט זיך מיטן בעל דבר יעדן טאג, איר שמועסט מיט אים האנדלט מיט אים, איר זענט יענעם גאר א נאענטן....ע. ... קרוב.... ניין נישט קרוב, ידיד... נע ידיד אויך נישט, איך ווייס נישט פונקטליך די הגדרה, אבער א נאענטער מענטש.
נו זאגט שוין ווער......
הרב גבירשטיין דאס איז אייער "ארבייטער"....
מיין ארבייטער גאר?? וואס האט פאסירט מיט אים? איר האט פריער געזאגט נישט ארים, נישט קראנק, נישט קיין שריפה, נישט קיין יתום, דאן וואס האט פאסירט מיט אים?
גארנישט...הרב גבירשטיין.
גארנישט?
גארנישט, אזוי ווי איר הערט.
ר' איד איר האט אנגעטראפן דעם נישט ריכטיגן מאן פון וועמען צו טרייבן שפאס, הערט אויף מיט אייער לצנות, אדער איר וועט דארפן צודרייען דעם טיר מיטן דרויסענדען הענטל.
בארואיגט אייך הרב גבירשטיין, דא שטעקט טאקע דעם פראבלעם, אייער ארבייטער ווארט שוין אויף א רעיז א האלבן יאר און ס'פאסירט גארנישט!! גארנישט!! איר קענט אים העלפן אבער איר ווילט נישט.
וואס? ר' איד! וואס מישט איר זיך אריין אין מיינע פריוואטע אנגעלעגענהייטן, דאס איז מיין ביזנעס!
אנטשולדיגס הרב גבירשטיין, איר זענט גערעכט, איר זענט פולקאם בעל הבית אין אייער ביזנעס, איך באצווינג אייך נישט צו גארנישט, איך וויל זיך בלויז ארויסרעדן "הארץ צו הארץ." ס'קען אפשר זיין - הרב גבירשטיין - אז איר קענט זיך נישט ערלויבן, אדער, ער איז א שוואכע ארבייטער וואס מאכט פראבלעמען, וכו' וכו', דאן האב איך גארנישט געזאגט און זייט מיר מוחל פון פאראויס.
אבער, לאמיר זיך אדורך שמועסן, אויב איז ער יא א געטרייער ארבייטער וואס פארשווארצט זיך דאס גוף דורכ'ן טאג אייך צו באדינען, און פירט אויס זיין שליחות מיט נאמנות, מיט אחריות, דאן פארוואס ווען ער האט אייך געבעטן א רעיז פון $950 צו $1000 מאכט איר אים דעם טויט?:פארוואס איז דאס ווארט "באנוס" אינגאנצן נישט אין אייער לעקסיקאן? איר גיט אזויפיל צדקה פאר אומבאקאנטע צוועקן, זייער א חשוב'ע זאך. אבער פארוואס זאלט איר נישט באגילדן אייער אייגענע ארבייטער וואס מאכט אייך רייך במלוא חפניים בסדר פנים יפות..
יא יא, טייערע חברים, אונזער אייגענארטיגע סביבה'שע נויאנסעס באשטראפט דעם מיטל-קלאסיגער ארבייטער אויפן ערגסטן פארנעם, די הוצאות זענען פילפאכיגער ווי א טיפישער אמעריקאנער פאמיליע, און הייבט זיך אן פיל פיל פריער אין לעבן, ווי דער דרויסענדיגער גאס.
אבער די הכנסות?? געוואלד און געשריגן, כמעט די זעלבע!!
איז אזוי, איינער וואס האט נישט קיין פרנסה, אלמנות, יתומים, קראנקע, האט זיך וואו צו ווענדן בדרך כלל. א טאטע, א פעטער, א קרוב, ס'איז טאקע נישט קיין בא'טעמ'ט עסק צו לעבן אויף יענעמ'ס חשבון, און כ'וועל נישט זאגן אז מ'וואלט זיך געוואלט מיט אים פארטוישן. אבער, דאס זענען די קאנסעקווענצן פון זיין אן אינו מוצלח, און מ'איז זיך מתמודד דערמיט ביי אונז פארשטענדליך לויטן מצב.
אבער דער "סוקסעספולער" ארבייטער... וואס פעלט אים דען? ער האט ב"ה א זשאב נו וואס וויל ער!
"טאטע לעבן, איך מאך טויזענד דולר א וואך, אבער כ'קום נישט אויס דעם חודש, קענסט מיר אפשר העלפן?"
ס'הערט זיך לעכערליך.
"זאג דיין ווייב זאל אויפהערן ספענדן" - קומט צוריק אנטווארט. "דו ווייסט אז חזקי'ן דארף איך כסדר צושטופן ווייל ער האט שוין נישט קיין פרנסה אפאר חדשים, פריי זיך אז דו האסט כאטש עפעס."
דא קומט אריין דער ארבייטס-געבער אין בילד. יא איך פארשטיי איר מוזט נישט! איר מוזט אבער נישט מנדב זיין אן ארון הקודש פאר אייער שול, און איר זיינט יא מנדב, פארוואס? ווייל א פראפעסיאנאלער פאונדרעיזער האט אייך באאיינדרוקט? וואס איז נאך שייך א גרעסערע מצווה פון אן עניי עירך הגון וואס איר קענט שטיצן בדרך כבוד אין א שלייער פון פשוט העכערן זיינע וועידזשעס, אריינווארפן א באנוס, וכדומה.
יא יא איר האט צוגעטראפן, מיט וויפיל איר גיט אים איצט, קען ער "נישט" אויסקומען דעם חודש. זעצט אייך אראפ, און מאכט דעם חשבון וויפיל ס'קאסט היינט פאר א אינגערמאן צום לעבן, און איר וועט נבהל ונשתומם ווערן! איר וועט זיך פשוט שעמען אז איר גיט אים דאס וואס איר גיט אים.
צום נייער יאר זייט אייך מקבל א דבר טוב, די אלע צדקות איז אלעס פיין און וואויל, אבער זיי גייען אי"ה נישט אונטערגיין אן אייך, זיי האבן ב"ה עסקנים לרחצה וואס פולן זיך אן די טאשן מיט ניין און פערציג פראצענט פון אייער געלט, זיי וועלן זיכער מאכן אז ס'וועט נישט פאלן.
קוקט אייך אבער אום ביי אייך אין ביזנעס, דער "סוקסעספולע ארבייטער" יא, דער וואס זיצט אין נעקסטן צימער נעבן אייך ניין שעה א טאג, ער מוטשעט זיך צו קאווערן דעם חודש, און האט קיינער צו זיין זייט וואס זאל אים העלפן, איר קענט מאכן א דיפערענץ.

My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
- שטאפענע קאפעליטש
- ידיד השטיבל
- הודעות: 254
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:45 pm
- האט שוין געלייקט: 141 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 500 מאל
ביסט זייער גערעכט, אבער ליידער טראכט דער נגיד אז ביים געבן געלט פאר ביהמ''ד געבט ער צדקה, אין ביים געבן פארן יתום געבן ער פאר השי''ת קינדער בלא בלא בלא,
אבער ביים געבן א רעיז פילט ער אז ער געבט נישט קיין צדקה, נאר ווארפט ארויס געלט, ווייל דער אינגערמאן גייט פונקט אזוי ארבייטען פאר מיך אן כ'זאל עיהם געבן א רעיז,
למשל, וועו פיהלסטו האסט מער אויף געטוען מיט דיין הונדרעטע? ביים געבן א הונדרעטע עקסטרע רענט? אדער ביי געבן א הונדרעטע פאר א טיי פארטי?

-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 216
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 02, 2013 11:30 pm
- געפינט זיך: דערינען
- האט שוין געלייקט: 304 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 119 מאל
דערווייל האב איך נאכנישט גענימען א שטעלונג אויף די טעמע... נאר אין א סייד נאויט: מצות ארבייט נישט מיט געפילן, מ'טיט וואס מ'ברויך. וואס טו איך אז מארגען פיל איך אז כ'וויל נישט לייגן תפילין ווייל "כ'האב נישט קיין געפיל דערפאר" מיז איך נישט לייגען ??? מצות צדקה איז די זעלבע זאך מטיילט וויזוי מ'ברוך נישט וויזוי מ'פילט.
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
שטארקע רייד, מאטי, און הערליך ארויסגעברענגט. איך בין נישט קיין ביזנעסמאן, אבער איך שטעל זיך פאר אז א בעל הבית וואס פארגיטיגט זיינע ארבעטער מיט א שיין געהאלט און באנוסעס וועט עווענטועל פארדינען מער ווייל דער ארבעטער וועט אים זיין מער געטריי.
עס איז אסאך מאל צום שטוינען ווי אזוי א מענטש קען זיין אזוי איינגעטינקען אין געלט אז ער זיצט אויף מיליאנען און פארגינט נישט נאך א פופציגער א וואך פאר זיין ארבעטער וואס שוויצט און הארעוועט פאר אים ער זאל זיך קענען ערלויבן קויפן בשפע פלייש אויף יום טוב. איך וויל דאס באמת פארשטיין, וואס איז די תאוה דערפון? איינער פון די עשירים דא קען מיר דאס מסביר זיין? איך וואלט מיך געפילט אזוי גוט ווען איך קען בעטן איינעם צו טון אן ארבעט פאר מיר, למשל שרייבן אויף קאווע שטיבל במקומי, און אריינווארפן פאר יעדע תגובה א הונדערטער.

האדם לא נברא אלא להתענג
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
יאיר: ס'איז א גוטער איינפאל. און איך בין שוין גרייט אנצונעמען דיין פארשלאג. א הינדערטער פאר א יעדע הודעה אדער תגובה איז פונקט די ריכטיגע פרייז וואס איך פארלאנג. אבער, דו וועסט מוזן פארנעמען די אלע שטותים און בויך ווייענישן וואס איך דרוק אויס דא אין קאווע שטיבל. צווייטנס. דו וועסט האבן זייער א גרויסן ביל.
ממילא איז שוין בעסער אז דו שרייבסט אליינס דיינע תגובות. טראכט, אז ביי יעדע איינציגע תגובה האסטו פארדינט א הונדערטער. קענסט נאך אהיים גיין מיט א פאר אלפים א וואך ריוח.
איך ווייס נישט וויפיל דו קענסט קויפן אין "כולל" סופערמארקעט פאר די רווחים. אדער וויפיל שכר לימוד דו קענסט מיט דעים באצאלן. אבער א גוטע פילינג איז עס עכ"פ זיכער יא...

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
מאטי: דו לייגסט אראפ דעם מצב זייער אויף א הערליכן אופן. אבער דער עכטער טעם פארוואס מר. גביר'שטיין און מר. שטיינהארץ וועלן געיבן פאר אלערליי גוטע צוועקן און נישט א רעיז פאר א געטרייען ארבייטער וועלכער פארדינט עס זיכער, ווייל ס'האט נאך קיין איין מענטש נישט באקומען א הכרת הטוב פלעק ביי א דינער פון א מוסד ווייל ער באהאנדלט די ארבייטערס מיט יושר און צאלט זיי גוטע וועידזשעס...

-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
עס איז דא א ריזיגע אידישע קאמפאני אין מענהעטן, ווי עס ארבייטען הינרעטער היימישע אינגעלייט, און א גרויס חלק פון זיי פלאגען זיך זייער ביטער אהיים צו ברענגען לחם לפי הטף, און דער בעה''ב זאל לעבן אויף אייביג, טיילט אוועק מיליאנען פאר צדקה, טאקע נישט פאר מוסדות אין יחידים, אבער פאר געוויסע צוועקן שענקט ער אוועק ריזיגע סכומים.
איז בעפאר מען הייבט אן צו רעדן פון די קליינע ביזנעסער, לאמיר אנפאנגען קודם פון די גרויסע, איז דען יושר אז א איגערמאן וואס ארבייט שוין ארום 15 יאר אין דעם קאמפאני זאל נישט קענען חתונה מאכן די קינדער אדער זיך קופן א דירה אן קיין חובות???

- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
עס איז רעכט.
דער רגע די באצאלסט מער ווי איינער קומט לויט זיין ארבעט, איז די גאנצע ביזנעס אין די ערד.
ער האט נאר מיליאנען צוליב דעם וואס ער האלט די ארבייטער געשפאנט, טאמער מאכט ער אויף די טאשען, פארדינט ער נישט פינטעל.

א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).

- הודעות: 2594
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
- האט שוין געלייקט: 4455 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל
אפילו אנשי כנסת הגדולה האבן פארשטאנען אז אם כעבדים איז א טענה, און יא, השי'ת איז אונז שולדיג ווייל מיר זענען זיינע ארבייטער, און האבן דאס איינגעשטעלט צוזאמען מיט דעם אם כבנים.
א בעל הבית האט די אחריות אויף זיינע ארבייטער באלד ווי א טאטע אויף א קינד. דו מוזט אים ברויט פארזארגן ווארום דאס איז דיין תנאי אין דער דיל און קום נישט מיט קיין לאקשן תירוצים, גוי איז ביליגער, געב גענוג , די ביזנעס זשענערעיט נישט, עס איז דיין אויפגאבע אז דער ארבייטער זאל קענען עקזיסטירן.

- היימישער באניצער
- הודעות: 479
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 28, 2013 5:53 pm
- האט שוין געלייקט: 636 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 130 מאל
קאך_לעפל האט געשריבן:עס איז דא א ריזיגע אידישע קאמפאני אין מענהעטן, ווי עס ארבייטען הינרעטער היימישע אינגעלייט, און א גרויס חלק פון זיי פלאגען זיך זייער ביטער אהיים צו ברענגען לחם לפי הטף, און דער בעה''ב זאל לעבן אויף אייביג, טיילט אוועק מיליאנען פאר צדקה, טאקע נישט פאר מוסדות אין יחידים, אבער פאר געוויסע צוועקן שענקט ער אוועק ריזיגע סכומים.
איז בעפאר מען הייבט אן צו רעדן פון די קליינע ביזנעסער, לאמיר אנפאנגען קודם פון די גרויסע, איז דען יושר אז א איגערמאן וואס ארבייט שוין ארום 15 יאר אין דעם קאמפאני זאל נישט קענען חתונה מאכן די קינדער אדער זיך קופן א דירה אן קיין חובות???
Do you know how much they earn? I have seen a few w2s from employees there and have been impressed with their pay. Also, if he would pay well above market rate, everyone will want to work there. It will start working with "protektzie" who gets accepted and who not. Soon enough it will look like Alexander yeshiva
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1393
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
- האט שוין געלייקט: 3030 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
- קאנטאקט:
[justify]א ארבעטער וואס ברענגט אריין אסאך פאר זיין באסס קען אפשר אויפווייזן און "פארלאנגן" א רעיז.[/justify]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום פישלע העררינג, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
(- - -)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
Big Boy האט געשריבן:קאך_לעפל האט געשריבן:עס איז דא א ריזיגע אידישע קאמפאני אין מענהעטן, ווי עס ארבייטען הינרעטער היימישע אינגעלייט, און א גרויס חלק פון זיי פלאגען זיך זייער ביטער אהיים צו ברענגען לחם לפי הטף, און דער בעה''ב זאל לעבן אויף אייביג, טיילט אוועק מיליאנען פאר צדקה, טאקע נישט פאר מוסדות אין יחידים, אבער פאר געוויסע צוועקן שענקט ער אוועק ריזיגע סכומים.
איז בעפאר מען הייבט אן צו רעדן פון די קליינע ביזנעסער, לאמיר אנפאנגען קודם פון די גרויסע, איז דען יושר אז א איגערמאן וואס ארבייט שוין ארום 15 יאר אין דעם קאמפאני זאל נישט קענען חתונה מאכן די קינדער אדער זיך קופן א דירה אן קיין חובות???
Do you know how much they earn? I have seen a few w2s from employees there and have been impressed with their pay. Also, if he would pay well above market rate, everyone will want to work there. It will start working with "protektzie" who gets accepted and who not. Soon enough it will look like Alexander yeshiva
עס קען זיין אמת, אז דארט איז דא ארבייטערס, וואס מאכן שיין איך האב נישט געזאגט אז נישט, אבער דער פאקט איז אז א גרויסער פארצענט פון היימישע אינגעלייט וואס ארבייטען דארט, קימן נישט אויס מיטן לעבן:
און קיינער רעדט נישט פון צאהלן העכער די בענטש מארק. נאר אז א ארבייטער ארבייט אויף א פאזיציע א פאר יאר, און מען קען אים נישט הייבן דאס געהאלט העכער די בענטש רעיט, זאל מען אים כאטש געבן א בעסערע פאזיציע, מיט א העכערע בענטש רעיט, און דאס טוהט מען נישט, חוץ איינער וואס האט קאנעקשענס, און איז א גוטער לעקער.... אז נישט בלייבט מען אויף די פאזיציע ביז ווילאנג דער גוטער יאר איז, און מען דראפעט זיך אויף די גראדע ווענט צו קענען שפייזען די פארמיליע....
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1393
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
- האט שוין געלייקט: 3030 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
- קאנטאקט:
פשוט, כוכב. ער קאסט 1000 א וואך. ער ברענגט אריין למשל 5 טויזנט א וואך. איז דא 4 טויזנט פון ווי איך קען איהם געבן א רעיז אויב איך וויל. אויב ער ארבעט שווער פאר עס.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום פישלע העררינג, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
(- - -)
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1393
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
- האט שוין געלייקט: 3030 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
- קאנטאקט:
כוכב האט געשריבן:וואס זאל טון דער ארבייטער וואס ארבעט פונקט אזוי שווער, נאר אין פאקט ברענגט ער נישט אריין אזעלכע מארזשינס, למשל ווייל די ביזנעס איז סלאו, אדער ווייל זיי זענען אין א טייט מארקעט וכדו'?
צומאהל איז עס וואונדערבאר פון א בעלבאס בכלל צו האלטן זיין ארבעטער אויף דער דזשאב, און דאס אליינס איז דער רעיז.
(- - -)
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1129
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
- האט שוין געלייקט: 982 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל
Wow ווער געדענקט נאך דעם פישעלע זיכנדיג א זאב איז ער געווארן א מוציא לאור גיליונות הקאווע בלעטער, און דא שוין אזוי שמיר נישט דיר נישט איז ער א גאנצער באלעבוס וואס טיילט שוין רעיזעס פאר ארבייטער...
אבער לעצם הענין דיינע נאמבערס שטימען מיר נאכאלטס נישט. די לייגסט אראפ אז א בעל הבית פארדינט אויף זיין ארבייטער פינף מאל אזוי סאך ווי ער ברענגט אריין, אזאך ווייס לייגט זיך נישט אויפן שכל, איך וואלט מער פארשטאנען אז ער דארף מאכן א פיפטל פונעם ארבייטער ווי פינף מאל אזוי סאך.
למשל שירה קווייער וואס בעט דריי הינדערט דאללאר פער זינגער, מאכט דער בעל הבית דערויף א פופציגער דערפון, נו פאר וואס מעגסט מאכן אויף דיין ארבייטערס קוואליפיקאציעס פינף הינדרעט פראצענט?
עם איי מיסינג סאמטינג?

- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל