המלך הקדוש.. יא איבער דאווענען, נישט איבער דאווענען, די מערב אידן מאכן זיכער איר זאלט נישט פארגעסן, מיט'ן גרעפסן המלך וואס הערט זיך פונעם מקוה ביזן פרויען באלקאן. וואטס די ביג דיעל מיט'ן המלך הקדוש?
א איד לעבט געווענדליך דורך דעם יאר מיט צוויי כלוליות'דיגע אויפגאבעס, איינס איז רוחניות און איינס איז גשמיות. רוחניות איז צו טוען מצות, מחנך זיין די קינדער על דרך התורה וכדומה, און גשמיות איז פרנסה, האבן א גוטע דירה, א גוטע קאר וכו'.
אזא מהלך החיים אנדערקענט אויבן אויף זייער גוט אז ס'איז דא א באשעפער. למעשה איז מען א וואוילער איד, מ'לערענט, מ'דאווענט, און מ'כאפט מצוה'לעך דא און דארט. אין די אנדערע צייטן בויעט מען אבער די חלק ה"לכם", די גשמיות'דיגער וואוילזיין. אזא לעבן אנדערקענט אין גאט און די וויכטיגקייט פון אים דינען, אבער ס'קאווערט אויך זייער שטארק די אייגענע אנוכיות אז אלעס זאל קלאפן בגשמיות.
דער געדאנק פון "מלכיות" איז אבער א סתירה צו דעם מהלך החיים. מלכיות מיינט אז "אלעס" באלאנגט פאר'ן קעניג, ס'איז נישט דא א מקום פאר עצמיות. מלכיות רוהט אין יעדע שטיינדל אין די מלכות פון דעם קעניג. דער קעניג איז באמת די איינציגסטע עקסיסטענץ אינעם גאנצן לאנד. די מענטשען וואס וואוינען דארט זענען משובד צום מלכות, און דער קעניג קען מיט זיי טוען וואס ער וויל. א מענטש וואס וואוינט אין אזא מלכות לעבט און אטעמט פאר די מלכות. ווען ער גייט צו די ארבייט איז עס צו בויען די מלכות נישט זיך בפרטיות.
די עשי"ת איז א זמן פון מלכיות, דער מענטש דארף ווייזן אז לכה"פ אין די צעהן טעג לעבט ער פאר'ן מלכות. ער איז ממליך די אייבישטער אויף זיך און מוסר מודעה אז אפילו א גאנץ יאר קען ער נישט לעבן אויף דעם מדריגה פון בכל דרכיך דעהו - זיין קאפ לויפט נישט אזוי, לכה"פ יעצט איז ער מקבל מרות און אנדערקענט אז ער איז נאר א קליין שטיינדל פון דעם קעניגרייך און איז בטל ומבוטל צום מלכות. אפילו א גאנץ יאר עסט ער פת עכו"ם ווייל ס'איז גרינגער פאר זיין "לכם", ס'איז גרינגער צובאקומען, אדער איז עס ביליגער, אבער יעצט לעבט ער "כולו לה'", ער איז מקפיד אויף יעדע זאך וואס ווייזט מער ביטול צום מלוכה. ער עסט פת ישראל ווייל ער וויל מיט דעם ווייזן אז "Its not about him".
די נקודה ווערט אויך שטארק ארויסגעברענגט מיט די גאנצע עבודה פון די הייליגע טעג. מ'דאווענט שעות ארוכות, מ'פאסט, מ'שטייט אויף פרי, מ'געבט אוועק פון זיך פאר צדקה, און מ'ווארפט אוועק לחם, אשר האדם חי בהם, אין ים אריין. די אלע זאכן ווייזט אויף די ביטול פון "זיך" פאר'ן מלכות.
מיט דעם קען מען אפשר פארשטיין פשט פון סליחה און כפרה. ווייל לכאורה ווי איז געהערט געווארן אזא זאך אז מ'זינדיגט א גאנץ יאר פאר א קעניג, מ'בעט אים איבער, מ'וויינט אביסל, און "מחול לך" פון איין מינוט אויפן צווייטן?
פשט איז, אז ווען א מענטש בעט איבער, איז דאס נאך נישט גענוג. א מענטש דארף דעם "זיך" מבטל זיין פאר'ן קעניג. אז דער קעניג זעהט אז די מענטש איז זיך מבטל פאר די מלכות איז עס נישט סתם אבי מוחל געווען, נאר די מלכות איז גרעסער געווארן דורך זיין ביטול, די מלכיות האט זיך אויסגעשפרייט ביז ביי אים אין הארץ אריין, ס'איז געווארן ושכנתי בתוכם, דעמאלסט איז אטעמאטיש דא סליחה וכפרה ווייל ער איז שוין יעצט א שטיק פונעם מלוכה.
נא! המלך הקדוש!
נא! המלך הקדוש!
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

מענין לענין האב איך געקלערט וואס איז פשט אין תשובה, תפלה, און צדקה. און פארוואס שטייט עס אין די סדר.
מ'קען עס פארשטיין מיט א מאן וואס איז צוטיילט פון זיין פרוי, און נאך א שטיק צייט ערוועקט זיך די אהבה, מ'גלייכט זיך אויס, און ער איז אויפן וועג צוריק צו איר הויז. די ערשטע זאך וואס ער דארף טוען איז זיך צוריקקערן צום הויז, ד"ה תשובה. איינמאל ער איז דארט, דארף ער פריש אנהייבן קאמיונעקעטן מיט זיין ווייב, שמועסן, רעדן, אויסגלייכן דיפרענצן וכדומה, ד"ה תפלה. שפעטער דארף זיין זיין ציל צו ווערן שטארק מקושר מיט איר און בויען די אהבה דורכן זיך אוועקגעבן פאר איר, ד"ה צדקה.
די זעלבע איז מיט אונז, כדי צוריק צו ווערן א חלק פון מלכות שמים דארף מען קודם תשובה טוען, אפלאזן די אלטע וועגן. נאכדעם דארף מען נאנט ווערן צו הקב"ה דורך שמועסן - תפלה, נאכדעם קען מען ווערן א אמת'ע עובד ה', בבחינת צדקה.

אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
רויטע וואנצעס האט געשריבן:פשט איז, אז ווען א מענטש בעט איבער, איז דאס נאך נישט גענוג. א מענטש דארף דעם "זיך" מבטל זיין פאר'ן קעניג. אז דער קעניג זעהט אז די מענטש איז זיך מבטל פאר די מלכות איז עס נישט סתם אבי מוחל געווען, נאר די מלכות איז גרעסער געווארן דורך זיין ביטול, די מלכיות האט זיך אויסגעשפרייט ביז ביי אים אין הארץ אריין, ס'איז געווארן ושכנתי בתוכם, דעמאלסט איז אטעמאטיש דא סליחה וכפרה ווייל ער איז שוין יעצט א שטיק פונעם מלוכה.
נא! המלך הקדוש!
ער זאגט א ענדליכע נקודה אין א אנדערע וועג. ער זאגט דאך אזוי שיין.
https://www.youtube.com/watch?v=3TGIrlFQnqo