באקומען אין אימעיל, כ'האף דער עולם קען עס ליינען דא
בתוך בטנה של אם מדברים ביניהם שני עוברים תאומים, אחד דתי ואחד לא.
חילוני: אחי, האם גם אתה מאמין בחיים לאחר הלידה?
דתי: כן, בוודאי. ברור שקיימים חיים לאחר הלידה, אנחנו כאן רק כדי להתחזק ולצבור כוחות לקראת החיים האמיתיים שמחכים לנו שם. כך אמרו לנו.
חילוני: איזה שטויות, אין חיים לאחר הלידה. הלידה זה הסוף. אתה יכול לדמיין לעצמך איך נראים החיים שם?
דתי: אני לא יודע בדיוק את כל הפרטים, אבל אני מאמין שיש שם יותר אור, שנלך על רגלינו ונאכל עם הפה. הרבה דברים יהיו שונים.
חילוני: אלו קשקושים. זה בלתי אפשרי שנוכל ללכת עצמאית ושנאכל עם הפה. זה ממש מצחיק, הרי יש לנו חבל טבור כדי לאכול! ברור לי שהחיים שלנו תלויים בחבל הטבור, ושהם קצרים מאוד. אלו העובדות, אפשר למשש אותן. חבל שתחיה באשליות.
דתי: אני בטוח שאפשר לחיות גם מחוץ לרחם, אבל אלו הם חיים בהחלט שונים מהחיים כאן. אפשר רק לדמיין איך זה יהיה, אבל זה יהיה. הרבה עוברים מאמינים בזה, וקשה להניח שכולם טועים.
חילוני: אבל אף אחד לא חזר משם בשביל לספר לנו מכלי ראשון. רוב העוברים לא מאמינים לזה, ובצדק. ההגיון מחייב שהחיים מסתיימים בלידה, ושעד אז חיים בתוך חושך אחד גדול. זה מה שיש.
דתי: לא לא. אני לא יודע איך בדיוק ייראו החיים בחוץ, אבל אני יודע שאנחנו נראה סוף סוף את אמא שלנו, והיא תדאג לנו.
חילוני: אמא? אתה מאמין ב"אמא"? אז איפה היא נמצאת?? למה לא רואים אותה ולא מרגישים אותה?? עזוב, זה סתם סיפורים. אתה נשמע רציני, איך אתה מאמין בשטויות האלו? אני מאמין רק בעובדות.
דתי: זה לא נכון. אני בפירוש מאמין שהיא נמצאת, שאנחנו נמצאים בתוכה, שהיא מקיפה אותנו ושומרת עלינו. בזכותה אנחנו זזים וחיים, בלעדיה אנחנו לא יכולים להתקיים אפילו רגע אחד.
חילוני: שוב קשקושים. אני לא רואה שום אמא, ומובן מאליו שהיא לא קיימת.
דתי: אני לא מסכים אתך. אתה לא שם לב שכאשר הכל רגוע, כשמתרכזים ומקשיבים, אפשר לשמוע אותה? אפשר לחוש שהיא חושבת עלינו, שהיא דואגת לנו, ואפילו לפעמים להרגיש שהיא מלטפת אותנו? תפתח את העיניים, תתחיל לשים לב! אני מאמין באמונה שלמה שגם עכשיו יש לנו אמא, ושלאחר הלידה היא תחבק אותנו, ושאז יתחילו החיים האמיתיים שלנו.
ואתה...?
שני עוּבָּרים
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
פאר ווער ס'כאפט נישט אזוי, פון א וויסנשאפטליכער קוק ווינקעל קען א עובר נישט רעדן מיט זיין צווילינג, נאר וואס דען ? דאס נאר א משל.
ובכן, וואס איז דער נמשל ?
דא האט איר
א דיאלאג פון א טיפע טראכטער, א מאמין, א זאכן קענער, מיט אן אויבערפלעכליכער פלאטשיגער קורצזיניגער סקעפטיגער וואס איז געקומען שפעט צום טיילן, און האט זיך נאך נישט אויפגעוועקט און זיך איבערצייגט מיט זיין קליינע רונדיכיגע שמאלע נארישע קאפ, אז גאנץ בקרוב, ליתר הדיוק december 21, גייט שוין ענדליך, איין מאל פאר אלעמאל, (און דאסמאל פאר אן אמת...) זיין doomsday, הימל און ערד גייען חרוב גיין, און ישו הנוצרי גייט אויפשטיין פון זיין לעבעדיגע קבר און ארויסשפראצן פון נעפל ארויס און ברענגען די מאמינים זיינע אן אייביגע גאולה.
דער טיפש אונזערער וויל זיך נישט גלייבן דאס וואס ער קען זיך נישט פארשטעלן, אדער אין וואס ס'איז נישט באשטעטיגט ביי די רשעות'דיגע קאנספיראטער, די נארישע מוחות פון דעם א"ג וויסענשאפט, די מעכטיגע קארפנקעפ וואס חוץ קארס, עראפלאנען, די טריפה'נע אינטערנעט, ספעיס פארש, אאווא"וו, זאכן וואס שלמה המלך האט שוין ממילא געוויסט און זאגאר פארמאגט נאך סאך פאר זיי, חוץ דעם ווייסן זיי זיראו זילטש אפס.
דער חכם/מאמין מיט זיין גרויס רחמנות פרובירט פארשטיין צוגעבן זיין צוריקגעשטאנענער חבר נעבעך, געב א קוק זאגט ער אים, ווען דו ביסט נאך געווען ביי דיין מאמע אין רחם האסטו דיך אויך נישט געקענט גלייבן אז א מאמע עקזעסטירט בכלל, און געב א בליק אויף צוריק, איז זי דען נישט דא. הער אויף צו טראכטן, הער אויף צו נוצן שכל ס'האט נאך פארשטאנד און common sense קיין שום נוצן נישט געברענגט פאר די וועלט. און הייב אן צו גלייבן אין אלעס וואס מענטשן ווייסן שוין פאר א פאקט שוין פון יארן, טויזענטער יארן צוריק, ווען אונזערע אור עלטערן האבן זיך נאך מכין געווען אויפן פעור און איינגעפירט צו שלאגן כפרות מיט א הונדעל פאר א גוטע סימן צום נייעם יאר. הייב שוין אן ווייל ס'איז דיר נאך פארבליבן קארגע פינף מאנאטן צו מאכן דיר דיין טויט צו לעבנס החלטה.
רבותי וועקט אייך אויף, הייבט אן צו ציטרען אין די הויזן
געדענקט
December 21 2012
איינער וואס האט אין באזיץ אן אנדערער נמשל וואס פאסט צום משל, איז גערן מכובד צו מכבד זיין די שותי הקאווע פה ק"ק יצ"ו ושכמ"ה.