אפאר הערות:
1). די עצם שאלה פונ׳ם אשכול וועט אנרירן אויף די דעבאטע איבער טאמער
מאראל קען טאקע מחייב זיין אן קיין ג-ט המצווה על זה, ועיין
כאן. (און דאס איז, ווי נישט, א חלק (פון אן אספעקט) פון די
ארגומענט פון מאראליטי [פאר ג-ט].)
2). ואגב, בנוגע מאראל האט אפיקורוס געהאלטן אז דאס וואס מ׳
פיהלט איז ריכטיג איז אסאך מער א (לאגישע...) קובע אויף וואס איז מאראליש ריכטיג, ווי אפילו עפעס וואס מ׳קומט צו דערצו סתם אזוי דורך סברא וכדומה. דאס גייט אביסל צוזאמען מיט אריסטו׳ס דאקטרין פון
ענטעלעטשי וואס לויטעט אז מענטשן האבן א נאטורליכע נייגונג צו ראציאנאל און דאדורך אויסצופארמען א ווירטואס כאראקטער. דאס פירט שוין אריין אין צום שמועס פון דאס עצם באזיס פון לאגיק.
3). עס איז אינטרעסאנט אבער דוד הום וויל פארענטפערן די דערמאנטע
פראבלעם פון אינדאקשן [זיך פארלאזען עפ״י ריזען/לאגיק אז ווי אזוי ס׳איז געווען מיט די אקסיאמן וכו׳ וכו׳ איז ווי אזוי ס׳וועט זיין אינ׳ם עתיד די זעלבע - אפגעטייטשט דא אלס ״ווער זאגט מ׳קען זיך פארלאזן אויף לאגיק מעיקרא?״], אז דאס וואס מ׳פארלאזט זיך פון וואס מ׳ווייסט יעצט אויפ׳ן עתיד וועט אויך אזוי זיין [למשל ״די זון האט אויפגעשיינט אין מזרח יעדן אינדערפרי עד האידנא עפ״י די געזעצן פון פיזיקס וכו׳, וועט עס אויך אויפשיינען מארגן אינדערפרי פונקט אזוי״] איז
נישט מכח ריזען והנפש המשכלת נאר מכח די נפש המדמה [די אימעדזשינעטיוו פאקולטי]. דער מו״נ (ח״ב פל״ו ול״ח) זאגט אז פון דעם קומט אויך די כח הנבואה ע״ש
(ועיין כאן באות א). קען מען מיט דעם זאגן אז יעדע מענטש וואס איז זיך אביסל משלים מיט זיין כח הגיון ונפש המשכלת אויף צו מאדעלן דעם עתיד עפ״י לאגיק און אירע געזעצן וכו׳ קומט צו צו א מדריגה פון נבואה
(ועיין להלן במו״נ שם בפמ״ה במדריגות הנבואה). דהיינו אז ער נוצט יעצט/נאכדעם זיין כח המדמה [שמשם הנבואה] אויף צו טאקע אינדאקטן דעם עתיד
(וה״ה אפשר אפילו לדידאקשען. ולאידך גיסא זענען דא וואס פארענטפערן פונקט פארקערט. דהיינו אויב וויל מען אזא שטארקע לאגישע חיזוק פאר אינדאקשן, קומט דאך אויס אז אינדאקשן איז פשוט נאך א מין דעדאקשן! (ואגב האט דר. קארל פּאפּער געוואלט ענטפערן עפעס ענליך, עכ״פ לגבי סייענס.)).
4). די פראבלעם גייט אויך מיט א (ווי נישט) מער
עמפירישע מהלך אין
עפיסטעמאלאגיע. משא״כ אויב נעמט מען אן שטערקער א
ראציאנאלישע (עי פריארי) מהלך אין דעם איז נישט אזוי שווער (קאנט האט פרובירט צו ענטפערן עפעס אזוי); די יסוד, אפילו פאר
סינטעטישע מציאות׳ן [די ״למעשה׳דיגע״ מציאות׳ן אין די וועלט, ועיין
כאן] איז ל״ד עקספיריענס. ועיין מענין זה מ
כאן ולהלן.
5). די פראבלעם רירט אן אויף דעם צו ס׳קען זיין עפעס וואס איז מער ווי סתם א גלויבונג - עס איז
דזשאסטיפייד. עיין (מ)
כאן (ולהלן לגבי סקעפטיסיזם בכלל).
6). אל-גאזאלי און וויליאם פון אקהאם האבן מקשר געווען די פראבלעם מיט ג-ט׳ס יכולת. דהיינו, אז ג-ט קען טוישן די געזעצן וכו׳ ווען ער וויל, וממילא ווער זאגט אז די געזעצן וועלן אנהאלטן דאס נעקסטע מאל
(עכ״פ ביי זאכן וואס זענען נישט שני הפכים בנושא אחד וברגע אחד)? דאס גייט צוזאמען מיט דעם וואס ער האט געהאלטן אז בעצם גייט נישט ממש די עפעקט נאך די קאוז נאר זיי ווערן געשאפן (אין א בחינה) ביינאנזאם (יעדעס מאל עקסטער, מכח דעם רצון פון ג-ט, און דאס איז טאקע ווי אזוי נסים פאסירן).
7). די פילאזאפן לודוויג וויטגענשטיין, (דר. פּיטער סטראסאן,) דר. קיט קעמפבעל, און דר. קלאדיאוי קאסטא האבן געענטפערט ענליך צו [tag]נהורא נפישא[/tag]’ס תירוץ. דהיינו, עס איז נישט שייך און מען קען זיך אפילו נישט פארשטעלן א וועלט וואו מיר לעבן און מען זאל נישט קענען מאכן קיינע (לאגישע) אינדאקשנס [עס איז אבסורד]. דאס אליין גיבט (עפעס) א קרעדיביליטי דערצו.
8). ובנוגע
עקזיסטענשעליזם האט דער פילאזאף סארען קירקעגארד געזאגט אז די פונקט [סינגולעריטי] פון א מענטש׳נס עקזיסטענץ קומט טאקע אפיר ווען ס׳דא א סתירה צווישן געהעריגע אנגענומענע עטיקס און זיין גלויבונג. ווייל זיינע רעליגיעזע מעשים זענען דאס וואס גיבן זיין עקזיסטענץ א ״מינונג״/תכלית/משמעות (בלא יודעים). אבער דאס קלאפט זיך אן אין א שוועריקייט און ברענגט ארויס אין די עפענטליכקייט זיין אפשאצונג איבער (דאס תכלית פון) זיין עקזיסטענץ ווען דאס איז אין קאנטראסט צו די שכליות׳דיגע מאראל וואס ער אנערקענט. ווייל דאס איינהאלטן די אלגעמיינע מאראל/עטיקס ברענגט דעם מענטש צום קישור מיט די
יוניווערסאל/כלל [אלס א כעין מציאות] און גיבט פאר׳ן לעבן א משמעות. משא״כ די געבאט וואס גייט דערקעגן פאוקוסט אויף דעם איינצעלנעם און מאכט דאס עקזיסטענץ פונ׳ם יחיד חשוב׳ער ווי דעם. איז דעמאלטס ווערט נולד די [מעטא] פראגע אז יעצט וואס איז
טאקע די ״כלל״ וואס גיבט א משמעות צום עקזיסטענץ? אין דעם אליין מוז זיין א ״כלל״.
ער פארענטפערט אז די ״כלל״ דערביי איז דעם/יעדע מענטש׳נס
אייגענע סאביעקטיווע געפיל צו וואס ער פיהלט איז ״אמת״ און גיבט א משמעות צו זיין עקזיסטענץ; דאס איז ״אמת״ (עכ״פ) לגבי דאס משמעות פון עקזיסטענץ. די היפך דערפון איז פשוט קאנפארמיטי צום ציבור. ניטשע האט אין דעם כלל טאקע אריינגעשטעלט
מאראל אליין, וואס קומט דאך פון דעם ציבור׳ישן קאנסענסוס.
9). ניטשע האט ווי באקאנט געהאלטן נאך שטערקער אז
מאראל, און רעליגיע וואס באשטעטיקט דאס און שטארקט דאס, איז צושטאנד געקומען (אלס אן אנטאלאגישע מציאות) פון אזא סארט ״מרידה פון די שוואכע״ כדי די שטארקע זאלן נישט קענען געוועלטיקן אויף זיי כאוות נפשם. אין אנדערע ווערטער, עס איז א ״ווילן צו געוועלטיקן״ פון די שוואכע וואס האט זיך משריש געווען אינ׳ם קאנשענס פון מענטש. און עס קומט אויס אז דער מענטש איז אין א שטענדיגע מלחמה פון זיין אינסטינקט קעגן זיין ווילן, וואס מאכט אים קראנק.
ער האט געהאלטן אז דער שטארקער ״אובערמענטש״ ווען ער אנערקענט דאס האט די פאטענציאל צו גיין
ווייטער אין זיין זעלבסט-געוועלטיגונג וכו׳ ווי (סתם) ״גוט און שלעכט״ און צוקומען דערצו אז טאקע
אט דאס איז עקזיסטענץ.
(אווערסימפליפייד אין גרויסן.)